החזן ר' משה לוי ברוין הי"ו

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

החזן ר' משה לוי ברוין הי"ו

תגובהדורך שעפטיל » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 7:47 am

ווער עס דרייט זיך נאר אין א שול די לעצטע פאר וואכן פרייטיג צונאכטס, ווער עס גלייכט נאר צו בליקן בשעת לכה דודי אין די אלע אויסגעדראשענע אדוועטייזמענט צעטלעך וועלכע ערשיינען יעדע וואך אן אויפהער, האט אוודאי געזעהן דעם זיבענבערגן פלוגבעטל וועלכע טראמפייטערט איבער דעם פרישן חזן וועלכע האט א קול ערב, וגם נעים. ס'הייסט, א חוץ וואס ער האט א הערליכן זיסן קול האט ער אויך זייער א שיינע קול, (וואס..? אריין אין שפראך פארום... די עיקר א איד האט געמאכט פרנסה אויף די צאל קערעקטערס...חחח) און דאס איז האברך ר' משה לוי ברוין הי"ו.
ווער איז דאס? האט איינער אינפארמעישאן? האט ער שוין אמאל אויפגעטרעיטן אין די עפענטליכקייט?? לויט דאס ביסל וואס איך האב זיך צוזאמגעקראצט לוינט זיך נישט צום פארפאסן דעם דינער פון זיבענבערגן כולל, ווייל ער פארמאגט א שיינע שטימעלע. האט איינער מער אינפא אויף אים?
(יש"כ בעלאוט)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 8:07 am

שעפטיל, האסטו זיכער געמאכט בעפאר דו האסט געעפענט דעם אשכול אז דער ערווארטעטער חזן איז גרייט צו ליגן אויפן טיש אין קרעטשמע?
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 8:26 am

איך האב אום איינמאל געהערט ביי די הדלקת הנירות ביי אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר. דערנאך האב איך אום געהערט פאריאר ביי א שבע ברכות פון החתן בן ר' דוד ארי' יאקאב ווי עס איז געווען א גרויסער קומזיץ און ער האט דארט אראפגעלייגט א הערליך שטיקל.

אויך האט ער שוין אויפגעטרעטן ביי א דינער אין קרית יואל מיט פרקי חזנות, כ'קען מיך נישט דערמאנען יעצט וועלעכער דינער דאס איז געווען. (מעגליך גמ"ח הצלה?)

ער האט א באסאווער שטימע, גאר א שטארקער שטימע און זינגט זייער פיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 8:47 am

לעצטענס איז אויסגעקומען צו הערן א שטיקל וואס ער האט אראפגעלייגט, איך זאג ענק דאס איז געווען עפעס אויסערגעווענדליך, א צווייטער "קאסאוויטצקי" איז נישט דאס ווארט, א דריטער יוסעלע אוודאי און אוודאי נישט (פארוואס נישט א "צווייטער יוסעלע", ווייל דאס איז כידוע נישט פארהאן...), עכ"פ דער איז עפעס א נייער שטערן מיט א באמבאסטישע שטימע וואס וועט בקרוב זיך ארויפריקען אויבן אן אינם עולם החזנות.

דערגאנגען זיין היסטאריע.
ער איז א זון פון ר' בערל ברוין, אייניקל פון פון ר' יודל ברוין, נעפיו פון'ם בדחן ר' יקיר ברוין, זיין באבע הייסט.... זיינע מומעס זענען.... 
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 2:00 pm

איך געדענק ער פלעגט האבן א חוש און נאכמאכן פינקי וועבער אזש האסט געקענט מיינע דו ביסט דארט.....
נוסח משפחת ברוין.....
.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 4:47 pm

ביטע ברענגען א שטיקל פון אים, לאמיר אים אויך הערן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2009 7:36 pm

דא האסטו
http://kl.am/4uk4
http://kl.am/4ukp
http://kl.am/4uks
ביי יאקאב סוכות ס"ט
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:31 am

מען דארף צו דעם אויך אנקומען....

אזזזאאא לאאאנגע מוצאי שבת...וואס טוט מען? האט זיך אויסגעקוועטשט בעילאוט פון די היימישע וועלט, טאפס וויפיל מען קען אויסהאלטן ביי די שוויגער איז א שעה אהאלב, נאך גאנץ שיין....הא?!, כ'הא דיר געזאגט אז איך בין א גוטער...

האו עבאוט מעמער גיין צו עפעס א מסיבה'לע, נו, ווי גייט מען? כ'הא געוואלט גיין צו די ראדיא פראגראם פון קנ''א, אבער צו מיין שלימזלות צוזאמגעשמאלצן מיט אזא לאננגע מוצאי איז עס נישט פארגעקומען היי וואך.

לאמיר זען וואס נאך ס'איז דא עפעס אינטערעסאנט.... דערמאן איך זיך אז סיי די דינער פון זיבענבערגן וועא''מ גייט מען אנער'ן מיינס א נאנטע חבר, באשליס איך זיך אריבערצוכאפן און ארויסווייזן מיין סאלאדאריטעט וועא''מ פאר זיין איבערגעגעבנקייט פאר אזא וויכטיגע מאכער....אאפס..צדקה קאסע.

איך קום אן זעה איך שוין דארט עטליכע חברים זיצן און שושקענען זיך שטיל....דארט איז ער..., פלוצלינג זעה איך א יונגערמאן רייסט אריין מיט א קיבארד, ווי כ'האב שפעטער אויסגעפינען איז דאס געווען ר' יואל פייערשטיין פון ק''י.

אויף מיין פראגע וואס איז דאס געפלוישאכץ פארן היינטיגן נאכט, זאגן זיי מיר, די ווייסט נישט? די זעסט יענע יונגערמאן דארט דער הויכער, ער הייסט משה לוי ברוין. אפ איך דערמאן מיך שוין, עפעס איינער שעפטיל פון קרעטשמע האט שוין גערעדט וועגן אים, ער איז עס, איך הער ער איז א פיינע חזן לאמיר טאקע הערן וואס ער האט צו פארקויפן, אזוי ווער איך געוואויר אז ער האט מיטגעשלעפט מיט זיך דעם פיייערשטיין מיט זיך, ער זאל אים אונטער שפילן.

אקעי ס'ווערט עקסייטינג, כ'וועל ענק זאגן דעם אמת איך האב אביסל אויסגעהערט די שטיקלעך וואס לב טוב האט דא ארויפגעלייגט, איך האב געהאלטן אז דאס איז נישט דאס ריכטיגע, נישט דאס האט דער פסוק געמיינט, מען טרייבט אים איבער.

אבער.....איך האב זיך טועה געווען!....

''יעצט וועלן מיר ארויפרופן דעם חזן ר' משה לוי ברוין'' האט דער טשערמאן אויסגערופן, דער פארזאמעלטער עולם האט אנגעצילט זייערע בליקן צום אויבנאן, שפאנונג איז אויך דארט געווען, דער פייערשטיין האט אנגעהויבן מיט זיין אינטרא, פאר איך גיי ווייטער מוז איך מיר א סעקונדע אפשטעלן און ענק זאגן אז איך וואלט געוואונטשן, און אלע חזנים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא אינטער שפילער ווי דעם פייערשטיין, און מיט דעם בין איך יוצא! אבער זאלט איר וויסן אז דא שטייט טאקע איין שורה, אבער אין די שורה ליגט אסססאאאאך.

''מתרצה ברחמים'' האט געדונערט א שטימע איבער די זאלן פון ויואל משה, און מיט די הארציגע שטיקל פונעם חזן יוסעלע רוזנבלאט האט ער איבער גענומען די זאל, דער עולם איז געשטאנען און זיך געריבן די שלייפן, איז דאס עכט? כ'מיין וואס זאגט מען? וויאזוי שאצט מען אזאנס אפ, צו וועם גלייכט מען אים צו?

יעצט לאמיר עס אביסל צונעמען, ער האט אין זיך צוויי מעלות וואס מיט דעם שטייגט ער איבער די חזנים וואס מ'הערט היינט, איינס איז זיין שטימע, א שיינע באראטאן, ס'איז א אנגענעמע שטימע, אזויווי מאנכע (נישט די ניק) מיט ביזנעס קאפ וואגן זיך זיך אויסצודריקן א דריטע יוסעלע, לדעתי ווען מען ניצט דעם אויסדריק באציהט מען זיך צו זיין שטימע, די צווייטע מעלה איז די קרעכצן, קרעכצן, אוי קרעכצען קרעכצען.... אויף דעם קרעכצן קרעכצן דאך אלע קרעכצערס.... ווי נעמט מען היינט א געשמאקע קרעכץ, אטא דאס איז זיין צווייטע מעלה, ער קרעכצט פיין.

ער איז נאכנישט קיין וועלטס חזן פאר איין סיבה, ווייל ער האלט נישט דערביי, מען דארף זיך שלאגן מיט אים יעדעס מאל וואס מ'וויל ער זאל ארויפגיין אויפן סטעידזש, ניטאמאל וויל ער גיין צו א וואויס טיטשער.

יעצט קומט פאר באראטונגען צווישן עסקנים צו מען זאל אים רופן כ''א כסליו צו זינגען ביי די דינער.

אקעי איך בין שוין דא מאריך באלד לענגער ווי די גאנצע מוצאי שבת, יעצט וועל איך איבערגעבן די מייק פאר צייטליך.

שעפטיל איכה?

און צו דיר לב טוב אז די האסט יא אזא גוט הארץ, אפשר שאפסטו אונז דא די קליפ פון מוצאי שבת?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:38 am

יישר כח בעילאוט פארן שיינעם באריכט און די זייטיגע געווירצן.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 7:28 am

דעם קומענדיגן מוצ"ש גייט ער נאכאמאל זינגען ביים דינער.
און ווי זאגט די וועלט: אז מ'האט נאכאמאל גערופן מיינט דאס אז דאס ערשטע מאל איז גוט געווען...

בעילאט: גייסט נאכאמאל, אבער פאריאר איז דיר גענוג געווען?

אגב, דאכט זיך אז ס'פעלט עפעס פון דעם אשכול צוליב'ן קראך.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג אוקטובער 15, 2010 9:40 am

איך לאך פון מיין פאראיעריגן באריכט, וואסארא מין גיסטע כ'האב געשריבן....

צו כ'וועל גיין צו נישט איז שוין נישט אזוי ווייט נוגע, איך ווייס נאך אליין נישט, אבער אזא באשרייבונג וועט ווארשיינליך זיכער נישט נאכקומען.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג אוקטובער 17, 2010 10:14 pm

קיינער פון די חברים דא איז נישט דארט געווען, כדי צו קענען געבן א לעבעדיגע באריכט?
אידן דורשטן און לעכצן צו הערן וואו עס האלט מיטן צוקנפטיגן 'מלך החזנים'!

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 7:10 am

באמת בין איך נישט דער גרויסער מבין, און איך וואלט זיך נישט אראפגעזעצט שרייבן א מיינונג אויף אים.
נאר היינט האב איך באקומען א "פארווערט" טעקס מעסעדזש וואס א גרויסער מבין האט געשריבן אויף אים ווי פאלגנד: "ער איז גוט, אבער האט נאך א לאנגע וועג צו גיין". און ס'איז אמת אויך, ווייל ווען ער זאל נאר אביסל גיין אויף טעראפיע, און נאר באקומען אביסעל א בעסערע קאלאראטור וואלט ער געווען כמעט א שלימות. (נאר ווי כ'האב געהערט האט ער נישט די צייט דערצו).

און איך וועל שרייבן אביסל במעלתו און פון וואס איך בין נתפעל. איין מעלה איז אז ער נוצט זיין ארגינעלע שטימע מיט וואס ער רעדט (אפי' מאיר ברוך שטעלט אן די שטימע. טאקע זייער גוט, אבער פארט אנגעשטעלט). נאך א געוואלדיגע מעלה וואס בעילאט האט שוין דערמאנט דאס הארציגקייט און קרעכץ אין זיין שטימע איז ממש היינט צוטאג אין בדומה לו. עס רייסט ממש שטיקער. ס'דערמאנט זייער שטארק פון יאסעלע, (אין א געוויסן זין אפי' מער פון בנימין מילער אויף וועמען מ'האט געזאגט אז ער דערמאנט דאס מערסטע פון יאסעלע נאך שלמה ראטשטיין).
נאר וואס דען? ער ברויך זיך לערנען צו דרייען אביסעלע שנעלער, און נישט זינגען מיט אזא שוועריגקייט.
אלזא שוין גענוג אויסגעפראקט א היימישן אינגערמאן (לאמיר טאקע האפן אז ער וועט בלייבן היימיש וד"ל).

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 10:37 am

כ'ווייס נישט צו די ווארט איז ער האט נישט קיין צייט, צו די ווארט איז אז ער קען זיך נישט גלייבן אז עס ווארט אים א קאריערע, ממילא וויל ער נישט אריינלייגן צייט און געלט אין דעם.

אבער.... צייט מאכט זיך שוין דאס זייניגע, קודם האט ער זיך אריינגעריקט אין ''שירה'', זיי נעמען אן דזשאבס מיט אים, ס'איז היבש א פרישע זאך מיין איך, מיט די צייט וועט עס ווערן מער פאפולער, יעצט וועט ער אנהייבן זעהן אז מ'קען מאכן גרויס געלט פון זינגען, וועט שוין זיין בעסערע שאנסן ער זאל זיך נעמען צו די מלאכה ווי ס'באדארף צו זיין.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 12:04 pm

bailout האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו די ווארט איז ער האט נישט קיין צייט, צו די ווארט איז אז ער קען זיך נישט גלייבן אז עס ווארט אים א קאריערע, ממילא וויל ער נישט אריינלייגן צייט און געלט אין דעם.


סא'זי ביידע סיי ער האט מנישט קיין צייט זייענדיג מענעזשער און די ת"ת בילדינג או קרית יואל וואס נעמט אריין און זיך דער אולם עקשטיין חתונה זאל וואס ליגט אויך אויף זיינע פלייצעס, און סיי ער גלייבט אליין נישט וואס ער פארמאגט
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג אוקטובער 24, 2010 8:48 am

ערעב משה! אויב האט איר קאנטאקטן מיט אים, ביטע זאגט אים אין מיין נאמען: אויב איינער באקומט א מתנה פון הימל איז אן עבירה צו לייקענען דערין! השי"ת האט אים עס געגעבן, כדי ער זאל דאס אויסנוצן אויף א אידישן אופן.
דער פראבלעם מיט רוב זינגערס איז, אז צוערשט ווילן זיי נישט אנערקענען אין זייערע טאלאנטן, און ווען ער קומט שוין יא צו די הכרה אז ער פארמאגט עפעס ספעציעלס, הייבט ער זיך אן פילן מעכטיג ביי זיך, און דאן איז ער שוין מיט א קאפ העכער, כאילו עס קומט אים קרעדיט...

די אויסגעהאלטענע וועג איז: איינס זיך נישט פאפן, נאר וויסן וואס מ'פארמאגט און עס אויסנוצן צו מהנה זיין אידישע קינדער. און אויך דארף ער וויסן אז ער האט נישט וואס זיך גרויס צו האלטן דערמיט, און עס קומט זיך 'אים' בכלל נישט קיין קרעדיט דערפאר. מען האט אים פארטרויעט מיט א אומשאצבארער מתנה פון הימל, און ער טאר דאס נישט צוריקווארפן, נישט אנערקענען דערין איז כביכול א פאטש כלפי מעלה. און עס איז זיין אחריות עס צו נוצן בלויז אויף אן ערליכן אויסגעהאלטענעם אידישן וועג. (און אויב ער טוט אזוי, איז אים זיכער אנגעגרייט שכר דערפאר).

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג ינואר 11, 2011 10:19 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:איך טענה דאך דאס שוין יארן לאנג!

ס'האט מיר אמאל געפרעגט א איד (דאס איז אן אמת'ע מעשה, כאטש נחום הויבט אויך אן זיינע מעשיות מיט די זעלבע נוסח...) וואסי פשט אז ער האט אריינגעשטעלט א מודעה "ס'ווערט געזוכט א בעל תפילה פאר ימים נוראים אין א שוהל'כל", און ס'האבן אריינגעקאלט בערך 50 אידן אין בלויז צוויי טעג! ס'טייטש, פרעגט ער, אזוי פיל בעלי תפילות זענען היינט פארהאן? אזוי פיל מער פון אמאל?
ואען ואומר: פונקט פארקערט! היינט איז פארהאן היבש ווייניגער בעלי תפילה פון אמאל (כ'רעד פון ריכטיגע בעלי תפילה, איינגערעדטע זענען אפשר יא דא מער). אלא ווא-דען? די געציילטע בעלי תפילה וואס זענען שוין יא פארהאן, האבן ליידער נישט קיין שטעלע. ממה נפשך, איז עס א חסידישער בית מדרש, גייט צו דער רב, רבי, שיינע איד וכדו'. די זעלבע אין א ליטווישע שוהל, גייט צו דער מאסגיח אדער רעסעסיווע. נו, וואס זאלן טוהן די בעלי תפילה? בלייבן זיי אן קיין שטאך ארבעט.

אט דאס האב איך געענטפערט פאר א קרוב מיינער ווען ער האט מיר גע'עצה'ט אלס בחור'ל איך זאל זיך גיין לערנען שטימע-אנטוויקלונג כדי צו קענען שפעטער אין לעבן זיך דערשלאגן צו א שטעלע אזוי ווי ער האט געהאט לאנגע יארן. "א שטעלע?" פרעג איך אים. "וואו? אין קיין היימישע שוהל דארף מען נישט, אין קיין מאדערנע שוהל וויל איך נישט!"

...און ביי דעם איז עס געבליבן!

גאנץ מעגליך אז דאס איז איינע פון די אורזאכן פארוואס ר' משה לוי נעמט נישט קיין געהעריגע שטימע בילדונג לעקציעס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 11, 2011 11:58 pm

פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת קום, האט ער געזונגען אין קרית יואל ביי א ספעציעלע צדקה אקציע וואס ער האט אראנדזשירט. ער האט אראפגעלייגט עטליכע שיינע שטיקלעך און ס'איז געווען געוואלדיג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך ינואר 12, 2011 9:24 am

א לינק ביטע

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג ינואר 17, 2011 8:34 am

מאשקע האט געשריבן:פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת קום, האט ער געזונגען אין קרית יואל ביי א ספעציעלע צדקה אקציע וואס ער האט אראנדזשירט. ער האט אראפגעלייגט עטליכע שיינע שטיקלעך און ס'איז געווען געוואלדיג.

איך וועל ווערן אנגענעם איבערראשט, אויב איר וועט מיר זאגן אז ער האט געזינגען עפעס אנדערש חוץ זיינע געווענליכע שטיקלעך וואס כ'האב שוין געהערט, ווי מתרצה ברחמים, שומר ישראל, עקביא (פון יאסעלע), צור ישראל וכדו'.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 17, 2011 11:53 am

המבדיל, די לאנגע יהי רצון פון שני וחמישי, ועוד.
An article a day keeps the babies away

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:58 pm

שבת מברכין החודש האט ער געדאווענט קב"ש אין מתיבתא גבוה, און נאכן דאווענען האט אראפגעלייגט דעם ר"ח בענטשען פון יאסעלע

ס'איז געווען הערליך!

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג ינואר 24, 2011 9:48 pm

אויף קול סאטמאר קען מען הערן פון אים אנת הוא שליט, וואס ער האט געזאגט ביי א ש"ב אין ביהמ"ד ברך משה אין ק"י.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג ינואר 31, 2011 10:31 am

ס'איז זייער אומקלאר, און הייבט זיך אן אינמיטן, אבער לויט ווי עס זעהט אויס האט ער זיך אביסל צוגעלערנט.

די שטימע איז בעסער, בייגעדיגער און נישט אזוי שטויביג. און זיין קאלאראטור זעהט אויך אויס צו זיין בעסער.


אגב, ווער זינגט דארט "אלו דברים"? ס'איז שרעקליך אומקלאר און כ'קען נישט כאפן ווער ס'איז.

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » מיטוואך מארטש 16, 2011 1:02 pm

ער האט געזינגען צוויי שטיקלעך -אחינו און שמע ישראל- אייער נעכטן ביים דינער פון שיעור ד'
ס'האט געדונערט!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוינע באנאנע און 20 געסט