ווערטער פון ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2014 11:56 pm

תגובהדורך אידישע קאפ » פרייטאג יוני 06, 2014 10:35 am

אידישע קאפ האט געשריבן:געטראפן 2 סייטס פאר ווערטער פון אידישע ניגונים

איינס

צוויי

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג יוני 06, 2014 11:55 am

בשם די גאנצע משפחה טוען מיר אויסדרוקן פיל דאנק פאר @שטערנס
געבענטשט זאלט איר זיין
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:18 pm

בילדער האט געשריבן:איינער האט די ווערטער - אדער גאר די ניגון אויך - פון די ניגון "א נשמה לויטער און ריין" פון ר' משה גאלדמאן ע"ה (איך מיין עס איז אויף די כנשר קאסעט).

איז די ניגון טאקע פון ר' משה? אדער איז דאס א פארצייטישע ניגון?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:28 pm

קען נישט זיין ביידע? ער איז געווען א פארצייטישע איד.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:09 pm

קען טאקע זיין, איך בין נאר נייגעריג אויב ס'איז טאקע אזוי. עס איז 'סאמטינג עלס'.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:38 pm

איך וועל פראבירן לויט מיין זכרון:

א נשמה, לויטער און ריין
געקומען צום בי"ד של מעלה צו גיין
און געווארט, פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט
אבער ניין, פארשפארט די גן עדן
דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן
ער האט אמאל געשלאגן א איד, און נישט געשוינט

ביידע שטראף, הערט ער באפעלן
ער מוז זיך אליינס, פון די צוויי אויסוועלן
גיהנם, אדער א לעבן איבערשפילן
אוי די וועלט, זי איז אזוי שווער
קיין גייסט קיין קדושה, פוסט און לער
ווער ווייסט צו ער ווער זיין תכלית ערפילן

דער מלאך נעמט אים, און הייבט אן דעם גאנג
דער וועג צום גיהנם, אזוי הייס און לאנג
ער קען נישט מער, ער בעט, "כ'וויל שוין ארויס"
בעסער שוין ווידער צו לעבן
און דערביי וויל איך א בקשה געבן
כדי זכאי בלייבן. הערט מיר נאר אויס

אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן
וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן
??????? ערליכע טאטע-מאמע
וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא

איך וויל זיך דא אומקערן ריין
האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין
האט דער בי"ד באשלאסן אזוי זאל זיין

פרעגט די נשמה, הערט נאר דאס
פאטער אין הימל, ענטפער פארוואס
אוי פארוואס איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפ'ן געמיט

יא נשמה, דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיך ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט

המשך יבא אי"ה אויב איך וועל האבן צייט. (ווער ס'וויל קען מיר אויסכאפן.)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:42 pm

נישט באמערקט אז איינער האט עס שוין פריער געלייגט.

אבער אז מ'רעדט שוין, ווער האט געמאכט די גראמען? (אויך פון ר' משה גאלדמאנס אנדערע אידישע ניגונים),

איז די מעשה אן אמת'ע? אויב יא, מיט וועמען האט דאס פאסירט?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 2:00 pm

לויט ווי איך פארשטיי האט ר' משה געמאכט די גראמען, און די מעשה איז מער א משל ווי א ווירקליכע פאסירונג.

אדרבה, איינער ווייסט בעסערס?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 3:32 pm

ווער זינגט ביים אנהייב ''א נשמה וכו'"? דאס איז ר' משה?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 3:49 pm

ר' משה האט אלעס געמאכט
די ווערטער
די ניגון

געזינגען געדענק איך שוין נישט ווער, איך גלייב שווער אז ער אליין, ער האט קיינמאל נישט געזינגען אויף זיינע טעיפ'ס
זוכט איר דוי?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 4:04 pm

יא, ער זינגט עס. ער זינגט אויך אויף נאך איין ניגון, "אוי, די שבת'דיגע לעכט" אין, דאכציך, זיין שבת טעיפ.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 4:05 pm

דונש האט געשריבן:ר' משה האט אלעס געמאכט
די ווערטער
די ניגון

געזינגען געדענק איך שוין נישט ווער, איך גלייב שווער אז ער אליין, ער האט קיינמאל נישט געזינגען אויף זיינע טעיפ'ס

כמעט קיינמאל, אבער דעם ניגון מיט דער ניגון אוי די שבת'דיגע לעכט האט ער אליין געזינגען, און האט געזאגט אז קיינער האט נישט ארויס געברענגט די הרגשים גענוג גוט

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 4:07 pm

סארי, שבת'דיגע לעכט איז דאכציך אויף "שלום על ישראל".
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 4:12 pm

ייש"כ פאר די ידיעה,
זוכט איר דוי?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mlon, שואלכענין און 13 געסט