"לחיים טאטע" מונה-ירמי' דמן-יוסף משה כהנא

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

כעלייך זאגן דעמעמעס, כל זמן שממשמש בה מוצא בה טעם!
ביים זיבעטען מאל האב איך באמערקט נייע שטיקער וואס איך האב נישט אינאכט גענומען באלד ביים ערשטן פאר מאל,
און צוביסלעך רוקט ער זיך נענטער ארויף צו די ערשטע צוויי לחיים'ס.
עס איז צו ערווארטן אז ביז א וואך צוויי וועל איך שוין מסכים זיין אז דאס איז ממש אויף וואס איך האב געווארט.
ונזכה, ונחי', ונשמוע...


מאשקע האט געשריבן:מ'קען נישט פארגלייכן א טעיפ וואס מ'האט געהערט ביי די 15 יאר צו א טעיפ וואס מ'הערט ביי די 25 יאר (ס'נאר א משל), אזוי ווי איינער האט שוין דערמאנט פריער. איך האב דאס שוין געשריבן אמאל ביי די מחנה שלוה אשכול.

מאשקע, האלטסט טאקע אז מיין טאטע האט געשריבן די זעלבע קריטיק אויף לחיים ברידער?
ווייל לחיים אידן האט ער דאך געהערט בימי חורפו, משא"כ לחיים ברידער האב איך דאך שוין געברויכט זיין א בן 15...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איצל פיצל האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:די 10'טע ניגון - זאגט ר' יוסף משה - גייט אויך זיין וועגן די בחורים וואס שמאכטן נעבעך אין די יאפאנע טורמע.

וואס איז געשען מיט די 10טע ניגון?


איצל, איך האב מיר אויך דערשראקן ווען איך האב געזען אז די טעיפ האט נאר 9 ניגונים, איך האב געוואלט צוריק גיין אין געשעפט עס אויפטוישן, הלמאי, ס'איז געדעמיג'ט, ס'פעלט מיר א טרעק...

אבער, דאן האב איך מיר געכאפט, אז מן הסתם האט זיך יוסף משה דארשראקן פון צייטליכ'ס תגובה:

צייטליך האט געשריבן:איך ציטער איבער טרעק 10, ווייטער א ניגון איבער בחורים..
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

צים פינטעל האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:ניין, איך רעד פון די ניגון "דאס פינטעלע איד". ס'האט נישט קיין טעם, ס'זאגט נישט גארנישט, דער יונגל טויג נישט דערצו, די ניגון איז נישט קיין אלטע, וכו'. אבער ס'נישט קיין יושר צו זאגן די קריטיק פאר די לויב.

מיינסט צו זאגן אז פאר דיר זאגט עס גארנישט,
פאר מיר איז עס א שטיק ארט פוהל מיט עמאשענס


נו, אויף דעם זאגט דאך וויכי: על טעם וריח וכו'.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פריילאך האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם ילד הפלא, דאכט זיך אז זיין שטימע איז נישט וואס פלעגט זיין. גערעכט?


עקזעקטלי, ובפרט אויף דעם "פינטעלע" ניגון. עכ"פ צו אהרן הלוי קומט ער זיכער נישט צו.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

משיח האט געשריבן:מאשקע, האלטסט טאקע אז מיין טאטע האט געשריבן די זעלבע קריטיק אויף לחיים ברידער?
ווייל לחיים אידן האט ער דאך געהערט בימי חורפו, משא"כ לחיים ברידער האב איך דאך שוין געברויכט זיין א בן 15...


ס'ווענדט זיך. כ'וויל נישט אריינגיין אין גילוי, אבער כדי צו קענען ענטפערן דיין שאלה דארף איך וויסן צי דו ביזט משיח בן יוסף אדער משיח בן דוד...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

געהערט אינגאנצן איין מאהל און דאס איז מיין פריוואטע ערשטע רעאקציע

1. קיין שום נייע אלבום וועט נישט אזוי אויסנעמען ביים ציבור ווי די ערשטע לחיים אידן/ברידער. אין יענע יארן זענען כמעט נישט געווען קיין אידישע אלבום'ס (אויסער פון יונתן שווארץ) און דעריבער זענען זיין דאן געווען ווי אן היסטארישע אוצר.

2. די תוכן איז געוואלדיג.

3. ירמי' ארבעט שווער ארויסצוזאגן אן אמעריקאנעם רי"ש און עס איז צו שטארק ניכר. דער אינגל פלאגט זיך שטארק מיט אידיש בכלל.

4. היינטיגע צייטן פעהלט אויס אז די ניגונים זאלן זיין נייע אדער אומבאוויסטע. רוב ניגונים ביי דעם אלבום זענען שוין אויסגעדראשן.

5. די קאווער זעהט אויס ווי א בענטשער.

6. איך וואלט איהם געראטן אפלייגן די אדווערטייזן ביז לכה"פ איין וואך נאך פורים.

7. די מוזיק האב איך נאכנישט צו גיט אויסגעהערט אבער עס שיינט נישט צו זיין ספעציעלע חידושים.

8. ירמי' האט א הערליך קול אבער נישט די קלארסטע חיתוך הדיבור און דעריבער דארף מען זיך אביסל פלאגן צו פארשטיין יעדעס ווארט בפרט ווען ער זינגט שנעל.



איך וואלט קאמפערט די אלבום צו יונתן'ס א גוטע נשמה
לעצט פארראכטן דורך מוטשע נישט אום דינסטאג פעברואר 23, 2010 8:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך האב שטארקע טענות אויף דעם פערטע ניגון ("אני מאמין" מעלאדיע), לדעתי לייגט ער אראפ די גאנצע מעשה פון ר' ישעי' ברדקי זייער באריכות, און בפרט די בעטנדיגע חלקים זענען צו שטארק וויינענדיג און עס קריכט געפערליך אויף די נערוון. (און נאך דערצו ווען מען שפאצירט ארויף און אראפ די איילס אין גראסערי און דאס שפילט אין די בעקגראונד, גריצלט עס געפערליך אין די אויערן... יש חולקים?)
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ביסט אפשר געווען נערוועז אין גראסערי און נישט געווען אין די מאוד פון א שטייטע הארציגע ניגון, איך בין זייער איבערגענומען געווארן פון יעדע תנועה יעדע גראם, אפילו ווען די קווייער זינגט ווען די טאכטער פאלט אין וואסער סווערט שרעקעדיגער און שרעקעדיגער.....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך בין היינט געווען אין אפאר היימישע הייזער, איבעראל הערט מען נאר דעם זעלבן אלבוים "לחיים טאטע"...

מיין שוואגער, א יונגערמאן וואס פארשטייט אביסל צו גראמען זאגט מיר "דאס איז א אלבוים וואס יעדע יודישע שטוב דארף צו האבן"...

איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט דאס איבערצוהערן אפאר מאל, אבער לויט די רעאקציע ביים עולם, איז דאס די שענסטע היימישע חסידישע אלבוים וואס איז ארויסגעקומען אין א לאאאאאנגע צייט...

על טעם וריח, אין להתוכח...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מוטשע נישט האט געשריבן:געהערט אינגאנצן איין מאהל און דאס איז מיין פריוואטע ערשטע רעאקציע


נאך די הקדמה, האלט איך אז ס'איז איבריג צו קאמענטירן.
"ס'איז נישט מעגליך" צו זאגן א מיינונג אויף א טעיפ נאך איינמאל הערן!
מושכל ראשון ביי א טעיפ הייסט נאך עטליכע מאל הערן, נאכדעם וואס מ'דערהערט דעם טעיפ, אבער נאך איין מאל קען מען גאנישט זאגן.

סליחה
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

צים פינטעל האט געשריבן:איך בין זייער איבערגענומען געווארן פון יעדע תנועה יעדע גראם, אפילו ווען די קווייער זינגט ווען די טאכטער פאלט אין וואסער סווערט שרעקעדיגער און שרעקעדיגער.....


יא, איך האלט ווי דיר.

ווען איך האב געהערט די טעיפ די ערשטע מאל, מיינע אוירען צוגעבינדן צו די ספיקערס, מיינע אויגן זיך נישט ארויסגערירט פון די ביכל (הערה: די ביכל איז צו קליינע אותיות), און ער איז אנגעקומען דארט ווי די מיידל גלוטשע זיך אראפ פון אים, בין איך געווען זיכער אז דא קומט א הארץ רייסענדע קאפעליע שטיקל, א שטייגער ווי ווען די טאטע באהאלט דאס קינד ביי די מלחמה אויף לחיים ברידער.

ס'איז געוואלדיג!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

משיח האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:געהערט אינגאנצן איין מאהל און דאס איז מיין פריוואטע ערשטע רעאקציע


נאך די הקדמה, האלט איך אז ס'איז איבריג צו קאמענטירן.
"ס'איז נישט מעגליך" צו זאגן א מיינונג אויף א טעיפ נאך איינמאל הערן!
מושכל ראשון ביי א טעיפ הייסט נאך עטליכע מאל הערן, נאכדעם וואס מ'דערהערט דעם טעיפ, אבער נאך איין מאל קען מען גאנישט זאגן.

סליחה


אויסער נומער 7 האב איך נישט געשריבן קיין שום מיינונג אויף וואס עס זאל אויספעלן דאס אויסצוהערן מער ווי איין מאהל
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שלום עליכם טייערע חברים, ענדליך האבעך שוין א סיבה צו קריכן אין היכל הנגינה סמוך ונראה להיכל התשובה. קאן זיין אז דאס איז פשט אז ס'ליגט דאס אונטערשטע אין קרעטשמע אז ס'זאל זיין נאנט צום ס'מעדרעש (לאך פליז, שקויעך).

כ'האב דאך נישט קיין צייט און כ'בין נישט דער גרעסטער מוזיק ליבהאבער, בפרט "היינטיגע" מוזיק, אבער פאר הרב ר' ירמי' דמן זז"ג האט יעדער דרך ארץ, האמיר זיך אראפגעזעצט הערן חלקים פונעם סי. די. הנקוב בשמו היפה לו: לחיים טאטע!

נישט האבענדיג קיינע נערווען צו גיין אין א סדר זעמיר גלייך געגאנגען צו "טרעק 4" ווי ער זינגט זייער הארציג די מעשה מיט הגאון רבי ישעי' ברדקי זצ"ל, חד מבני היכלא ומחברי כולל פרושים בירושלים עיה"ק, ווען ער האט עולה געווען לארצינו הקדושה פאר קרוב צו צוויי הונדערט יאר צוריק. די מעשה האבעך גראדע געהערט אביסל אנדערש, אז נאך וואס זיין רבנית איז נסתלק געווארן האט ער עולה געווען, אבער דאס מאכט נישט צופיל אויס, ס'דארף דאך שטימען די גראמען.

אבער וואס יא, איז דער דגוש אויפ'ן טראגעדיע איז מער ווי דער עיקר מעשה. דהיינו, די מעשה איז נישט אז א קינד גייטס זיך דערטרענקן, אמת אזוי איז געווען, אבער די מוראדיגע חלק איז אז ווען א קינד שרייט "טאטע" שאקעלט זיך א וועלט, ווען א קינד שרייט "טאטע" באקומט דער טאטע אונאטירליכע כוחות און יא, עס קען ראטעווען לעבן'ס, ווען א קינד שרייט "טאטע" ווערט די טאטע באנומען מיט א רחמנות און ער פארקוקט אויף אלעס. ס'ווערט מער ארויסגעברענגט די דראמאטישע שטיקעל פון זיך אראפגליטשען אין וואסער רח"ל, ווי דער "טאטע" שרייען.

ווען כ'האב געהערט במה דברים אמורים, די מעשה וואס ער פארציילט, בין איך געווען זיכער אז ווען לאה'לע האט געשריגן "טאטע" גייט עס זיין עפעס אויף א הויכן טאן אז ס'וועט דינערן, די איינציגע מויל ווען ער דריקט אביסל אויף טאטע איז "ווען די האסט געשריגן טאטע הויך" אבער אויך שוואך.

כ'בין דאך נישט קיין מוזיק פארשטייער און קען זיין אז ס'איז אזוי אויסגערעכנט וכו', אבער כ'בין נייגעריג וואס דער עולם זאגו דערצו, האט בכלל איינער ארויס שטארקייט פונעם חלק "טאטע" אדער קען יוסלמאן צוריקגיין אין על הצדיקים און אפשר עפענען אן אשכול איבער דעם צדיק וקדוש רבי ישעי' ברדקי זצ"ל?
לעצט פארראכטן דורך יוסלמאן אום מיטוואך פעברואר 24, 2010 10:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יוסלמאן. די בלייב נאר דא. זאגסט זייער ריכטיג. לאמיר נאר הערן פון אנדערע מער דערוועגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ברוינפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינפן »

אן הערליכער טעיפ, שוין געהערט איבער צען מאל, יעדעס מאל נייע חידושים, וואס מאכט מיר מער פארגאפט.

די מעשה פון ר' ישעי' איז באוואסט געווארן דורך ר' שלמה באכנער וואס האט עס פארציילט ביים פאריעריגן דינער אין בארא פארק. ער האט עס ארפגעלייגט כדרכו זייער דראמאטיש. אויב איך געדענק גוט, איז ר' ירמי' געווען דאהי ביים דינער וואו ער האט געזינגען.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ר' ירמי' האט אפשר געהערט די מעשה פון ר' שלמה, אבער מיר קענען ב"ה שוין די מעשה פאר א שיינע פאר יאר.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אקעי מענטשן, איך גיי אנהייבן מיט קריטיק! קריטיק? יא, קריטיק!

אויערן ווערן אנגעשפיצט, אויגן ווערן אויסגעשארפט, נעזער ווערן אויסגעפוצט, גלעזער ווערן אפגעוואשן, און נערוון ווערן אנגעצויגן: מאשקע האט קריטיק אויף לחיים? אוי לנו שכך עלתה בימינו!

און מיין קריטיק איז נישט אויפ'ן אינהאלט פונעם "לחיים טאטע" סידי, נאר אויף די פלעסטיק וואס נעמט דאס ארום! מיין טענה איז, צו וואס פעלט אויס דאס פלעסטיק? סתם מיך צו נערווירן?

שטעלטס ענק פאר אזא סצענע: מאשקע קומט אהיים דאנערשטאג אווענט פון געשעפט, מיט א ווארימען נארוואס-ארויס-פון-אויוון סידי וואס רופט זיך "לחיים טאטע". מיט איין אטעם לויפט ער צו צום סטיריאו סיסטעם, ער וויל אריינווארפן דעם סידי און עס הערן אויפ'ן העכסטן. אבער ס'איז א בראך! איינמאל א בראך! (מיט א סגול אונטער די חיריק...)

וואס איז? די סידי איז ארומגענומען מיט א פלעסטיק! נישט מער און נישט ווייניגער, א פרעכע פלאכע פלעסטיק!

די נעגל זענען פונקט געווען פריש געשניטן (פאר די מדייקים: כ'האב עס געשניטן מיטוואך...), די ציינער זענען נישט געווען אויסגעשארפט, די שערל האבן די קינדערלעך מיס-פלאצירט, די טאשן-מעסערל וואס ווערט געהאלטן על כל צרה שלא תבוא איז נעלם געווארן פונקט ווען די צרה איז געקומען, און דא שטיי איך מיט א סידי וואס טענה'ט אז ער דארף "שוין זאפארט" אריינגיין אינעם סיסטעם, ואין פוצה פלעסטיק ומפלאצפעץ!

די צער און יסורים וואס איך האב געהאט פאר די 2 מינוט און 16 סעקונדעס ביז דער סידי איז געעפנט געווארן, איז זיכער געווען כפרת עוונות! כ'בין זיכער אז די פלעסטיק איז ארויף אין הימל און מליץ יושר גע......... אקעי, גענוג שטותים...

יעצט למעשה איז די סידי שוין געעפנט געווארן, און כ'האב שוין געהערט דעם סידי איינמאל און נאכאמאל. און נאכאמאל. אגב, כ'האלט שוין ביי זיבעצן אבער בקרוב וועל איך מוזן אויפהערן צו ציילן, ווייל ביי "לחיים ברידער" האב איך אזוי לאנג געציילט ביז די בענדל פונעם טעיפ (טעיפ? יא טעיפ! פרעגטס וויכי וואס דאס איז...) איז אפגעריבן געווארן און זיך גענומען ציען די ווערטער, אזש ס'האט אנגעהויבן אויסצוקוקן ווי ר' ירמי' איז שוין דעמאלטס געווען 90 יאר אלט... יעצט בין איך שוין רעדי אייך צו נעמען אויף א טור און דורכגיין דעם גאנצן אלבום, ניגון ביי ניגון, און זעהן וואס דער לחיים האט צו פארציילן.

אלזא, טון אייך אן די העדפאונס, דרוקטס אויפ'ן "פלעי" באטען (דאס איז נישט אזא פלעי אזוי ווי יוסף שפיל וכדומה, נאר א פלעי אזוי ווי פלעי, ס'מיינט שפיל... אוי, ווייטער מיט די שפיל...), און הערט/לייענט מיט פארגעניגען.

1) אקעי, לאמיר זיך מחזק זיין.

פאר'ן ניגון איז אויסגעקליבן געווארן "על זאת שבחו אהובים", אן אלטע וויזניצע ניגון (עכ"פ עלטער פון מיר...), וואס איז א ריכטיגע "ורוממו" ניגון אין פולן זין פון ווארט.

כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס מונה האט יעדעס מאל געדארפט אריינווארפן דעם "ברעס" שטיקל ביי "ורוממו", איך פארשטיי אז ס'איז שיין און עווריטינג, אבער ווען מ'זינגט דעם שטיקל 12 מאל דארף מען נישט "יעדעס מאל" אריינווארפן דעם זעלבן חידוש.

באט עניוועי, וואס פארציילט אונז דער ניגון?

ווי אלע ניגונים אויף די "לחיים" סעריע, האט יעדע ניגון א מוסר השכל, ס'איז געבויעט אויף א מעשה, א משל, א בחינה, ס'פארציילט אדער זאגט עפעס.

אין דעם ניגון ווערט ארויסגעברענגט דער ענין פון בטחון, וואס מ'קען אפלערנען פון יעדן פון די דריי אבות וויאזוי זיי האבן זיך פארלאזט אויפ'ן אויבערשטן אין די שווערסטע זמנים.

"קלאג נישט, מיין קינד וויין נישט, זאג נישט, איך פארשטיי נישט וכו', דער באשעפער זאגט קיינעם פארפעל איך, כלום חסר מבית המלך וכו'."

אקעי יעצט זיך איך די "נאטן אשכול", ווייל כ'וויל טרייען אפצומאלן וויאזוי די כאר זינגט דא דעם שטיקל ביי 1:50. קוק, ס'גייט בערך אזוי: הא הא הא, הא הא הא העעע, הא הא הא הא הא הא העעעע, און שוין. דא נעמט איבער מונה אליינס. אה, נאכאמאל הא הא הא וכו' (עיין לעיל), ועוד הפעם מונה.

צווישן אברהם און יצחק, באשטימט מונה אז מ'גייט ארויף מיט א וואג (סקעיל בלע"ז, ויש קוראים לו "טאן"), און וואונדער איבער וואונדער, די גאנצע גרופע פאלגט אים נאך! ממש ווי אפגעשמועסט! אקעי, יעצט גייט יעדער טענה'ן אז ס'איז טאקע געווען אפגעשמועסט, אבער הו קעירס... וויאזוי זאגט נאר מאשקע? אה, הו קעירס... ער האטעך עס יעצט געזאגט...

"די מאמע רבקה, בכה תבכה, בעט צום אדון הנפלאות. פרעגט זיך פארוואס, אבות ואמהות, דארפן פארגיסן דמעות."

דער באשעפער האט אבער א סיבה פארוואס ער פארשפארט דעם טיר, ווייל ער ווארט אז די אבות זאלן בעטן. און דא ווערט צוגעברענגט א מאמר חז"ל: "מפני מה היו אבותינו עקורים, מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים". גוט געזאגט!

"וואס איין קרעכץ קען זיין גורם, קענען נישט צען דאקטוירים." ר' איד, דאס איז א גוטע גראם!

"אידעלעך, טייערע ברידערלעך, לאמיר זיך אלע מחזק זיין, מחזק זיין, מחזק זיין, מחזק זיין, מחזק זיין."

אקעי חברה, מ'מוז ארויפגיין נאך א טאן. מ'קען מער נישט אזוי. מונה גייט ארויף, ומי ראה את מונה עולה ואינו עולה?

און נאכדעם גייט מען אריבער צו יעקב און רחל.

דאגה מנין. לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין!



2) לחיים טאטע, לחיים

נו, דער ניגון אויף וועלכע דער אלבום הייסט, מוז דאך זיין עפעס ספעציעל, נישט אזוי? יא אזוי! וכך הוה.

ר' יאסעלע ראזענבלאט ז"ל האט געזונגען א ניגון אויף "לאמיר זיך איבערבעטן, און ר' יוסף משה כהנא הי"ו האט באשלאסן אז דאס גייט ער נוצן פאר דעם יעצטיגן ניגון.

די בחינות זענען בערך די זעלבע: די אידן בעטן זיך איבער מיט'ן אויבערשטן. אבער אין אונזער פאל, איז דאס א פריוואטער איד וואס האט זיך אביסל צעווערטלט מיט'ן אויבערשטן, ער איז ברוגז געווארן און ער האט דעסיידעוועט אז ער סטראשעט! דער באשעפער נעמט אים צו די פרנסה, וועט ער נישט דאווענען און נישט לערנען און נישט בענטשן. אבער נאך א קורצע צייט האט ער דעסיידעוועט אז ער גייט זיך איבערבעטן מיט'ן רבש"ע כביכול. וויאזוי? מיט א לחיים!

עכ"פ, ס'איז פאר סליחות, אין ביהמ"ד אין בעלז ווארט מען אז דער שר שלום זי"ע זאל אריינקומען און צוגיין צום עמוד, אבער אנשטאט דעם איז דער רבי געגאנגען באזוכן דעם מר. העשל שניידער. דער רבי זעהט ווי ער רעכט אן צוויי כוסות אויפ'ן טיש, גיסט אריין אין ביידע כוסות, זעצט זיך אראפ, טרינקט איינס, רעדט אפאר ווערטער, און טרינקט דעם צווייטן. נאכדעם וואונטשט ער לחיים פאר די לופטן!

אינטערעסאנט, נישט אזוי?

דער שמש פונעם בעלזער רב איז געווען זייער נייגעריג (מסתמא נישט די ניק...) וואס דער פשוט'ער שניידער האט דא געטון עפעס אזוינס וואס זאל פאראינטערעסירן דעם רבי'ן. האט ער אים געפרעגט די מעשה.

און העשל דערציילט אים גופא דעובדא, אז בשנים קדמוניות, איז געווען גוטע צייטן. "ווען איינער האט געוואלט עפעס ספעשל, געקומען צום שניידער העשל" (בעליוו איט אר נאט, אבער ס'גראמט!).

שפעטער איז דער מצב געווען שוואכער. "בין איך ברוגז געווארן נעבעך, צום באשעפער א זאג געב איך: (לעבעדיג יעצט) פרנסה געבן ביזטו מסרב, גיי איך נישט צו מנחה מעריב. טרייבסט אוועק מיינע מענטשן, הער איך אויף צו בענטשן. פול מיט קנאה ותחרות, פארוואס יענער פון מיר רייכער איז, אויפגעהערט צו גיין צו שחרית".

אזוי האט העשל געפירט א ברוגז שפיל מיט'ן באשעפער, און געווארן מער און מער אנגעווייטאגט.

אבער יעצט אז ס'קומט די ימים נוראים, האט העשל באשלאסן: "באשעפער אצינדער, מוחל איך בין דיר, זיי מיר אויך מוחל - געווען גענוג".

האט ער אנגעגאסן צוויי כוסות, איינס פאר זיך און איינס פאר'ן באשעפער כביכול, און היות דער באשעפער טרינקט נישט, טרינקט העשל ביידע כוסות! נישט קיין שלעכטע המצאה...

"אוי לאמיר זיך לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, אבינו אבינו אבינו שבשמים. לאמיר זיך איבערבעטן, ס'קומט דאך א יאר א נייעם. לאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים, לחיים טאטע לחיים".

"לחיים אידן, לחיים ברידער, לחיים טאטע". זיס. מיינסט איך האב נישט געוואוסט אז דו וועסט עס אריינווארפן?...



3) לאמיר שרייען, טאטע

און דא ווערט אראפגעלייגט דעם באקאנטן "אני מאמין" וואס די אידן האבן געמאכט אויפ'ן "באן". וועלכע באן פרעגסטו? "די באן"! און אראפגעלייגט ווערט עס ווי בלויז ר' ירמי' דמן קען עס אראפלייגן.

"פארט זיך א שיפעלע אמאל." ווען ירמי' זאגט שיפעלע, מיט זיין אייגנארטיגע שטימעלע, זעהט מען בחוש ווי דער גרויסער מעכטיגער שיף ווערט פלוצלינג קליינטשיג און איינגעדארט; ס'ווערט א 'שיפעלע'...

עכ"פ, א גרויסער איד פארט קיין ארץ ישראל, ער האט מיט זיך צוויי קינדער, און אויפ'ן וועג הייבט זיך אן דער שיף צו וואקלען. זיי ווערן ארויסגעווארפן פונעם שיף, ער פרובירט צו ראטעווען זיך מיט זיינע קינדער. צוליב די שווערע כוואליעס קען ער ראטעווען בלויז איינעם פון די קינדער, און לויט'ן פסק פון די גמרא פאלט דער באשלוס צו ראטעווען דעם זון.

(אגב, דער יוסף משה איז געפערליך. ער האט זיך געזארגט אויפ'ן יעדן קליינעם דעטאל פון די מעשה. ער האט געמוזט אריינווארפן אין אנפאנג אז די רביצין איז שוין געפארן פריער קיין ארץ ישראל אנצוגרייטן פאר זיי א דירה, ווייל אז נישט וואלט דאך שווער געווארן די קשיא "ושרה היכן היתה"? פארוואס האט די מאמע נישט געקענט ראטעווען דאס אנדערע קינד? דאס הייסט אויסגערעכנטקייט!)

"לאה'לע זאגט נעשה ונשמע, טאטע לייען מיט מיר קריאת שמע". אוי, דאס הארץ רייסט. דאס מיידעלע אין אזא שווערן מצב האט פארשטאנען פארוואס איר טאטע גייט איר איבערלאזן דא אינעם קאלטן רוישיגן וואסער, און מיט מסירת נפש גרייט זי זיך צו ליינען קריאת שמע!

דא געב איך איבער די ווארט פאר ר' ירמי': "ער לאזט די טאכטערל אפ, זי גליטשט צוביסלעך אראפ, זי ציטערט צו בלייבן אין דעם קאלטן ים אליין. ער וויינט מיט איר מיט, ס'איז א שווערע מינוט, שוין דאס לעצטע פינגער, זי פאלט באלד אין וואסער אריין".

פרעג איך אייך, וואלט איך דאס געקענט אליינס אראפלייגן? כ'האב דאך "געמוזט" איבערגעבן דאס ווארט פאר ר' ירמי'!

אקעי, יעצט וועל איך צוריקנעמען דאס ווארט. אוי, וואו איז עס? אה, דא... כ'האב עס, אבער צוליב טעכנישע סיבות מוז איך אים עס צוריקגעבן. הערטס פארוואס:

"זי געט א שריי "טאטע", ליבער טאטע, וואו קענסטו מיר איבערלאזן דא? ראטעווע מיך אויך טאטעניו. פון איר געשריי טאטע, לאז מיר נישט פאלן למטה, באקומט ער כוח בהאי שעתא".

ס'שטעלט זיך ארויס אז דאס געשריי "טאטע" האט אים געגעבן די גייסטישע כוחות צו ראטווען זיינע צוויי קינדער און נישט אויפגעבן.

פירט אויס דער מגיד ר' ישעי' ברדקי אין זיין דרשה, אז ווען אידן טוען עבירות טוט מען אפשוואכן דעם אויבערשטן כביכול און ער פארלירט די כוח.

אגב, "צור ילדך תשי" מיט "די עוונות נעמען כוח צו", האבן קיינמאל נישט געגראמט, און וועלן בדרך הטבע קיינמאל נישט גראמען...

צוריק צום שורש, כ'מיין ניגון: "אבער ווען ער שרייט טאטע, ליבער טאטע, הער מיר אין דעם שעה, איך בעט דיר אויך טאטעניו." אט פון דעם געשריי און תפלה באקומט כביכול דער אויבערשטער כוח "אויף קיין איין קינד נישט צו זיין מוותר".

העכערע זאכן.



4) א מעשה מיט א בחור אין ישיבה

אין דעם ניגון ווערט אראפגעלייגט ווי ווען א בחור קומט אריין אין ישיבה, האט ער גרויסע שאיפות און פלענער, ער פלאנט צו זיין פון די מתמידים, האלטן אלע סדרים, און וואקסן און שטייגן.

אבער דא מוז איך ענק איבערהאקן. דא, ביי 1:22. דא האט דער "מעבד" געמוזט אריינווארפן אזא שטיקל מוזיק, וואס זאל מיר אריינגיין טיף אין די ביינער אזוי ווי דער געוואלדיגער שטיקל פון "לחיים ברודער" נאך די ווערטער "ה' רועי לא אחסר". דער עולם כאפט פון וואס איך רעד? שוין, עניוועי... דער שטיקל גייט אריין אין מיין לעקסיקאן פון א חתיכת מוזיק הראוי' להתכבד.

למעשה גייט אריבער נאך א וואך און נאך א וואך, דער געפיל פון התחדשות וועפט אויס, און דער זמן גייט נישט אזוי ווי דער בחור האט זיך פארגעשריבן. ער דרייט זיך ארום צעבראכן און פארוויינט, ער האט נישט קיין חברים, און הייבט אן צו שטופן די צייט און טרעפן צופרידנהייט מיט ליידיגקייטן.

ביי 2:47 לאזט זיך אראפ אזא אומעטיגקייט. וויאזוי קען מען מאכן אזעלכע טרויעריגע מוזיק?

"וואו איז די קבלה? וואו איז די התחלה?"

אבער אין די לעצטע מינוט, ממש פאר'ן ארויסגעווארפן ווערן פון ישיבה, געט ער זיך א כאפ צוריק, ער נעמט זיך לערנען פלייסיג און מיטהאלטן די סדרי הישיבה, און זיין עתיד ווערט געראטעוועט! פארוואס, ווייל ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט. ווען מ'איז נאך יונג, איז נאך גרינג, און מ'קען זיך נאך נעמען אין די הענט אריין.

אלזא, טייערע בחורים, נעמטס ארויס פון דעם א מו...... אופס, וואו בין איך דא?



5) הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי

פלעין גענומען א דעבקע ניגון און געמאכט דערפון איינע פון די שענסטע ניגונים אויף "לחיים טאטע". (ס'איז מיין מיינונג, און יעדער איז בארעכטיגט דערצו...)

די בחינה פונעם ניגון איז גאנץ ענליך צו "רב אייזיק פיש כאפער". א מענטש טראכט פון ווערן העכער, נאך העכער, נאך העכער, ביז ער זעהט איין אז ער וועט אפשניידן דאס בעסטע אויב ער וועט בלייבן אויף זיין יעצטיגן צושטאנד.

דער פעלזן-האקער איז אפגעמוטשעט פון די ארבעט, ער איז פארשוויצט. ער שלאפט איין און חלומ'ט זיך ווי ער בעט זיך צו ווערן א מלך, אז ער זאל האבן בלויז גוטס און אך ורק גוטס.

זיין חלום ווערט מקוים, נישט פאר מונה באווייזט אריינצואווארפן א גוטס... ער ווערט א מלך, ער גייט ארויס שפאצירן, אבער די זון נעמט זיך באקן. "ס'איז הייס פחדים, טוט אויס די בגדים, אהייי".

דא וואונטשט ער זיך:

"הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי. הלוואי דער זון בין איך, יעדן געווין איך, הלוואי. שטארק און מעכטיג, גרויס און לעכטיג, הלוואי. השמש בגבורתו, אין נסתר מחמתו, הלוואי."

מונה ווארפט אריין א קעניגליך שטיקל, און דער פאנטאזירער חלומ'ט ווייטער.

זיין וואונטש ווערט מקוים. ער ווערט א זון, און ער האט הנאה צו זעהן ווי יעדער אנטלויפט פון אים און באהאלט זיך אונטער'ן בוים און וואו מ'קען נאר.

אבער נישט אויף לאנג האט אנגעהאלטן זיין שמחה. אינמיטן קומט צו שפאצירן א וואלקן מיט די גרעסטע מאנאטאנישע רואיגקייט, געט זיך אזא רוק אונטער אונטער'ן זון, ואיננו! נישטא מער קיין זון! ס'טייטש באמת איז עס יא דא, אבער קיינער אויפ'ן עולם השאוועל זעהט אים נישט! אה, דא איז שוין חוצפה!

"הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי. הלוואי בין איך א וואלקן, אויף מיר אין חולקין, הלוואי. די זון ליגט באהאלטן, קוים אפאר שפאלטן, אהא. איך עפן נאר א ווינקל, ס'זאל נישט זיין טונקל הלוואי.

מונה צעפידעלט זיך, מיט א גוט שטיקל סעקסעפאון, אבער אונזער פאנטאזירער פאנטאזירט ווייטער זיין פאנטאזיע.

שוין, ער איז שוין א וואלקן. וואס איז יעצט?

"ארויף מיט'ן נאעז, ביז ער באקומט א בלאעז", און דער גאנצער עולם לאכט: הא הא הא הא הא הא, און אויך די מוזיק לאכט: קווא קווא קווא קווא קווא קווא... "דער ווינט דער גיבור, גייט אים אריבער, אהיי, דעם וואלקן דעם דיקן, מיט א בלאז פאררוקן, אהההאאא!"

א נצחון אינעם וואלקן!

"הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי. הלוואי א ווינט ווער איך, יעדן איבערקער איך, הלוואי. בעטלעך פון ביימער, דעכער פון היימער, אהא. פייער פארשפרייט איך, פליגערס באגלייט איך, אהההההיייי."

מונה קומט צו לויפן פארסאפעט און ווארפט אריין זיינע צוויי דאלער, און אונזער חלומ'ער קען ווייטער חלומ'ען. יעצט איז ער שוין א ווינט, ער בוזשעוועט ארום רעכטס און לינקס, אבער פלוצלינג א פלאפ! ער בלאזט און בלאזט און ס'גייט נישט. וואס איז? א בארג מיט שטיינער שטייט אים אין וועג!

שוין, יעצט דעסיידעוועט ער אז ער וויל ווערן א בארג. "הלוואי בין איך א בארג, מעכטיג און שטארק, הלוואי."

נו נו, ווילסט ווערן א בארג? דא האסטו. ווער א בארג.

"דער בארג פון אויבן, קוקט אויף יעדן אראפ. שטארק און דערהויבן, אפילו די ווינט לאזט אים אפ. פלוצלינג מ'קנאקט אים, דער פעלז-האקער האקט אים, אהההאאא, דעם בארג איך צושמעטער, מיין גבורה זעהן וועט ער, אהאאא.

"הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי, הלוואי. הלוואי בין איך א קנאקער, א פעלזן-האקער, הלוואי. פון אלעמען פעסטער (נישט די ניק...), דער שטערקסטער און דער גרעסטער, אהאאא... מיט שמחה ער באלעקט זיך, פון חלום ער דערוועקט זיך, הלוואי..."

א געניץ...

די געניץ מאכט מיך מיד, אבער דערווייל גיי איך ווייטער.



6) דאס פינטעלע ענוים

וואס זאל איך ענק זאגן? ס'האט נישט קיין "פינטל" פונעם לחיים 'טאטש'. נישט קיין אלטע ניגון, נישט ר' ירמי'ס פידעלע שטימע, ועל כולם: אנדערש ווי די טראדיציע פון אלע ניגונים אינעם לחיים סעריע, האט דער ניגון נישט קיין שום ספעציעלע מוסר השכל, מעשה, אדער משל וואס עס ברענגט ארויס. סתם גענומען א שטיקל "יסוד ושורש העבודה" און ארויפגעלייגט א ניגון דערויף...

וויבאלד דער ניגון רעדט נישט צו מיר, וועל איך אריבערמישן צום נעקסטן שינע (טרעק בלע"ז).

אבער דא איז וויכטיג צו געדענקען די ווערטער וואס ווערט געברענגט אין ספה"ק "וויכי דמאכארטא", אז "על טעם וריח אין להתווכח"... כ'האב געהערט פון אנדערע וואס האבן יא זייער געגליכן דעם ניגון, און ווילאנג יענע פרובירן נישט ארויפצוצווינגען זייער מיינונג אויף מיר, וועל איך אויך נישט פרובירן ארויפצוצווינגען מיין מיינונג אויף זיי.

לאמיר זיך לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, ר' יוסף משה כהנא פון הפקות לחייייים... גיימיר צום קומענדיגן ניגון.



7) תנחום און שעפסיל (נישט די ניקס, דעפעניטלי)

קודם וויל איך וויסן ווער ס'זענען די יונגלעך וואס זינגען "טוב לי, טוב לי". כ'האב געפרעגט מיין יונגל, און ער זאגט אז ער האט אויסדרוקליך נישט געזונגען דארט. די שאלה איז נאר ווער יא...

קודם א וויכטיגע כלל: "לעקעלע, פעקעלע, טישעלע, שעפסעלע, טויגעלע, אויגעלע", גראמט געהעריג! יעס אינדיד!

עניוועי, תנחום איז געווען א וואוילער יונגל וואס האט אלעס געפאלגט, און שעפסל איז געווען אן אויבער-חכם. ער איז אייביג געווען קלוגער פון זיינע מחנכים. אזוי איז עס געווען אין חדר, און אזוי אין ישיבה.

אבער מונה האט דאך געוואוסט אז מ'קען נישט דורכלאזן דעם איבערגאנג פון חדר צו ישיבה אן קיין זאפטיגס, האט ער אריינגעווארפן אזאנס און אזעלכס. ביים סוף, בערך ביי 2:10, ווערט עס טרויעריג און אומעטיג, אז דער הערער קען ממש שפירן דאס נעבעכדיגקייט פון שעפסל.

ווער שרייט דארט "שטיי אויף"? איז דאס ליפא'ס טאטע?...

הכלל, מ'גייט ארויף אין ישיבה. תנחום שטרענגט זיך אן צו פארשטיין דעם קצות, הערט אויס אלע שיעורים, לערנט פלייסיג און שטייגט. ווידעראום שעפסל פארברענגט די צייט מיט נארישקייטן. ער איז דאך קלוגער.

אין א שיינעם טאג פליעט שעפסל פון ישיבה, מיט זיין גוטן קאפ אינאיינעם.

מי בן שיח שושן חוחים וכו'. ווער ס'פארשטייט נישט, קען איבערהערן. ס'איז ביי 3:40.

מזל טוב. תנחום איז א חתן און די טעלער האט זיך צעבראכן. ער שטייגט ווייטער. פארהערט זיך אויף מקצועות, באקומט די הוראה, מאכט שמחות איינס נאכ'ן צווייטן, און מ'זינגט שוין "טויוולי" ביי זיין יונגעלע... נאכדעם איז ער מסיים ש"ס איינמאל און נאכאמאל, בשעת שעפסל פארברענגט די יארן מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן און שטותים והבלי עולם הזה.

יעצט קומט די כאר אריין מיט א טרויעריגע "איכה" מעלאדיע. א טרויער לאזט זיך אראפ אויף די וואלקענעס פון "לחיים טאטע". עפעס ערנסט קומט יעצט.

וואס איז?

ר' ירמי' האט זיך פלוצלינג פארעלטערט מיט 25 יאר! (נו, גילוי...) ער נעמט זיך זינגען ווי א 90 יעריגער איד, אז ס'גייט א רויך...

"צוויי אידן אין מושב זקנים, אין איין צימער דארטן שכנים, ביידע זענען העכער תשעים, מיט קלארע חושים. איינער גלייך אינדערפרי, הערט זיך דארט צום שיעור צו, גליקליך איז ער מיט זיין לעבן, וויל נישט אויפגעבן. מיט אייניקלעך ארומגענומען, האבן ליב צו אים צו קומען, דערציילט זיי פון אמאל, אויף גדולי ישראל. האט זיין סדר, האט א וועג, אנגעפילט זיינע טעג, זיינע קינדער שטאלץ מיט אים, אלץ איז אים באקוועם."

ווידער זיין שכן און צימער-חבר, ר' שעפסל, זיצט און קרעצכט אפ דעם טאג. ער ביז ביזי צו באשולדיגן יעדן איינעם, יעדער זוכט נאר זיין שלעכטס, און די גאנצע וועלט איז א שטיק שלעכטיגקייט.

דערווייל איז ער ביזי צו שרייבן זיינע זכרונות...

וואס זכרונות? ווען זכרונות?

נאכ'ן שטארבן האט מען אפירגענומען זיין "ספר הזכרונות" מיט'ן נאמען "אלה תולדות שעפסל". טויזנט ליידיגע בלעטער...

א שיין לעבן אפגעפירט.

דער מעסעדזש איז זייער קלאר: ווער ס'וויל נישט אויסקוקן ווי שעפסל ביי די 90, זאל פרובירן אויסצוקוקן ווי תנחום ביי די 20!



8) א מעשה מיט מענדל, זיין ווייב גענענדל, און זייערע צוויי זין בענדל און רענדל

קודם דארף איך באדאנקען ר' יוסף משה'ן נ"י, פאר'ן נעמען מיין באליבטן ניגון פון מיין באליבטן זינגער ר' בנציון שענקער נ"י, און ארויפלייגן אזא שיינע מעשה דערויף. דער המבדיל ניגון איז אזא הארציגער און פול מיט קוועטשעדיגע תנועות, אז ס'ווערט מיר קיינמאל נישט נמאס.

יעצט די מעשה אליינס האב איך - ווי געשריבן אויבן - געהערט אלס קינד. יעצט האב איך גענומען די טירחא און אפירגעזוכט די פינף בינדער פון "ירושלים של מעלה" (מנחם גץ), וואו איך האב געלייענט די מעשה אלס קינד, און יגעתי ומצאתי תאמין. כ'האב געטראפן די מעשה אין חלק ב' דף 33. ווי איך האב טאקע געדענקט, גייט די מעשה אביסל אנדערש ווי ס'ווערט דא פארציילט, אבער ס'מאכט נישט אויס.

די מעשה האט פאסירט ביי די שווערע מלחמה יארן אין ארץ ישראל, ווען דאס לאנד איז נאך געווען אונטער די הערשאפט טערקיי, וועלכע האט געפירט מלחמות מיט אנדערע לענדער, און אלס רעזולטאט פון די מלחמות האט עטליכע יאר געהערשט א הונגער אין ארץ ישראל.

עכ"פ, איז געווען דארט א איד ר' מענדל, וואס זיין ווייב האט געהייסן גענענדעל. נאך א מזל, ווייל לאמיר זאגן אז ער הייסט ווען מנחם און זי הייסט לאה, וויאזוי וואלט עס געגראמט?... ר' יוסף משה האט מקדים געווען רפואה למאקעווע...

ר' מענדל איז אמאל געווען רייך, און ער האט געהאט אוועקגלייגט א גאלדן רענדל פון די גוטע צייטן. איין טאג האט ער באמערקט אז ס'פעלט, און נאך א קורצע אבער שטרענגע אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיין קליינער יאסעלע איז געגאנגען קויפן א צוקערל דערמיט.

ר' מענדל און גענענדל זענען שנעל געלאפן צו מר. שטויבער (נישט די ניק...) דער געשעפט-אייגענטומער (ביי מנחם גץ הייסט דער איד "רחמים"), צוריקצונעמען זייער גאלדן רענדל וואס יאסעלע האט אים געגעבן.

"די מאמע לויפט, צום געשעפטסמאן שטויבער, און שרייט צעקות. פון איבעראל, מ'קומט זיך צוזאם, מ'מיינט ס'גייט מכות. זי שרייט 'ביזט א שרעקליכער רויבער', און יעדער קוקט אויף שטויבער (יעצט כאפסטו שוין פארוואס ער האט געדארפט הייסן שטויבער און נישט האראוויץ?...), אז ער איז א גנב זייער פסק איז עס."

אבער מר. שטויבער טענה'ט חי וקים אז ער האט פאר'ן צוקערל באקומען בלויז א מטבע פון קופער, וואס איז ווערד בלויז געציילטע סענט.

איז מען געלאפן צום בית דין אין ירושלים (דער ראש בית דין איז דאן געווען הגאון רבי משה נחום וואלענשטיין זצ"ל, און דער לשכת הבי"ד האט זיך געפונען אינעם חורבת רבי יהודה החסיד), און בית דין האט גע'פסק'נט אז שטויבער דארף שווערן. למעשה איז מענדל געווען אזוי זיכער ביי זיך אז שטויבער זאגט ליגנט, אז ער האט אים נישט געוואלט לאזן שווערן, און ער האט ענדערש מוחל געווען פאר שטויבער דעם רענדל. (מנחם גץ דערציילט פארקערט, אז שטויבער/רחמים האט נישט געוואלט שווערן אפילו אויף אן אמת צוליב א צוואה פון זיין טאטן, און ער האט צוריקבאצאלט צוביסלעך פאר מענדל).

פארשטייט זיך אז אין שטאט האט שוין מר. שטויבער פארלוירן זיין קרעדיט. מענטשן האבן געוואוסט קלאר אז ער איז א גנב, א רויבער, א שטויבער, און מענטשן האבן אויפגעהערט צו קויפן ביי אים. מ'האט אים געפייניגט, גע'רודפ'ט, געטשעפעט די קינדער, און ס'האט נישט געדויערט לאנג און שטויבער איז געווארן קראנק, און ער איז נעבעך אוועק פון די צער און עגמת נפש.

אוי, איך האב מיך געהעריג צעלאזט דא. כ'פארצייל ענק אזוי שיין די מעשה, באלד וועט עטץ שוין נישט וועלן קויפן דעם סידי...

עניוועי, יארן שפעטער קומט א בריוו אויף די פאסט. א יונגערמאן שרייבט אים אז מיט יארן צוריק האט ער געטראפן יאסל - מענדל'ס קינד - אויפ'ן גאס, מיט א גאלדן רענדל.

"שרייבט דער יונגערמאן אלה הדברים, איך בין געווען זייער זייער ארעם, א שטוב פון קינדער זעכצן, כ'האב נאר געקענט קרעכצן, גלייב מיר איך בין געווען אן אונס. איך זעה א יונגל מיט א גאלדן מטבע, מסתם ביי זיי א רחבות א מחי', ביי מיר אזא שעת הדחק, ביי זיי א לוקסוס א געשמאק, ס'וועט זיין א הלואה פסק'ן איך דעם פסק."

דער יונגערמאן איז זיך מתוודה וויאזוי ער האט אומבאמערקט אויפגעטוישט דעם מטבע אינעם הענט פונעם קינד אויף א פשוט'ע קופערנע מטבע, ווייל ביים קינד איז דאך נישט קיין גרויסע חילוק.

יעצט קומט ער אן, דער יונגערמאן, אז היות היינט גייט אים שוין גוט, קען ער זיך שוין ערלויבן צו באצאלן דעם רענדל! ישתבח שמו!

אוי נעבעך, די אלע יארן פון עגמת נפש איז געווען אומזיסט. מ'האט אומזיסט געפייניגט א איד און אים פארשיקט אויפ'ן עולם האמת.

דא טוישט זיך דער ניגון אויף א ניגון פון "עממי". ווער דער "עממי" איז געווען איז א פרשה פאר זיך. פארשער זענען זיכער אז ער האט געהאט אן אנדערן נאמען, און "עממי" איז נאר געווען זיין ניק... ער האט געמאכט זייער אסאך ניגונים, און רוב זענען אויפגעכאפט געווארן ביי כלל ישראל...

יעצט צום מוסר השכל פון די מעשה: האט א צדיק געזאגט, אז מילא פאר ר' מענדל וועט מען מוחל זיין ביים בי"ד של מעלה, ער האט דאך געמיינט און געגלייבט אז שטויבער האט אים בא'גנב'עט, און דערפאר האט אים ער באשייגעצט. ווידער ר' אבא שטויבער איז דאך זיכער ארויפגעקומען אן אויסגעלייטערטער אין הימל, און ער האט קיינמאל קיין גאלדענע מטבע נישט גע'גנב'עט. אפילו אויפ'ן ארימען יונגערמאן האט מען נאך געקענט מליץ יושר זיין, נאך אלעם האט ער דאך געהאט א שטוב פון 16 נפשות, נו ווי קען מען האבן טענות צו אים? און בכלל, ער האט דאך נאר געוואלט בארגן. (וויאזוי פלעגט נאר מיין רבי טייטשן? לא תגנוב, דו טארסט נישט בארגן...)

דא שרייט ר' ירמי' אויס: "אבער די מענטשן ארום, געוואלט זיין פרום, מיט מחלוקת זיך סתם אריינגעמישט. א איד ער ווערט געפייניגט, נאך געהאט פון דעם תענוג, קיין שום תירוץ האבן זיי נישט. אוי ווער איז דער גערעכטער, ווער איז דער שלעכטער, ווער ווייסט וואס דער אמת איז? לאז רבנים זיין עוסק, און זיי נישט קיין פוסק, הוי דן לכף זכות."

כ'מיין אז די מעשה רעדט פאר זיך אליינס.



9) אבער א מעלה, ווידער א מעלה

דער ניגון ברענגט ארויס די מעלות פון אידישע קינדער, אז יעדע זאך וואס זיי טוען איז אך ורק פאר'ן באשעפער'ס וועגן.

איך קען דעם ניגון אלס "מן המיצר", און אזוי וועל איך עס ווייטער געדענקען.

שלאפן שלאפט מען צו האבן כוח צו לערנען און דאווענען, און מ'לויפט צו טון גמילות חסדים מיט אנדערע אידן.

"ווען וויינען אידן, וויינען וויינען, תשעה בעב ביי קינות און איכה. ווען טרינקען אידן, טרינקען טרינקען, פורים צהלה ושמחה."

איך מוז דא געבן א קאמפלימענט פאר הארטמאן (אדער מונה, לויט מבין נומער 1...). אינעם זעלבן שטיקל וואו ער געט אזא בוכה אוועק ביי קינות און איכה, תוך כדי דיבור צעלאזט איר זיך אז ס'ווערט פלוצלינג פורים צהלה ושמחה! און אזוי גוט צוזאמגעשטעלט, אייזן!

פרייען פריידט מען זיך מיט'ן שבת, ווארפן ווארפט מען עבירות ביי תשליך, שעפן שעפט מען מים שלנו, שלעפן שלעפט מען ברעטער פאר'ן סוכה, קלויבן קלויבט מען ד' מינים, בעטן בעט מען וטהר לבינו, און אזוי ווייטער.

"אויף וועם ווארטן אידן, ווארטן ווארטן, אויף ביאת משיח צדקינו (פאם פא פאראראראם ראם פאם פאם פאם... קרעדיט: לחיים ברידער). אויף וועם בעטן אידן, בעטן בעטן, למענך אם לא למענינו".

*

די בייליק ליין (באדעם איז שוין אויסגעגאנגען) איז אזוי: האסט עס נאכנישט געקויפט? ס'מיר שווער צו גלייבן. האסט עס שוין יא געקויפט? גוט האסטו געטון!

האסט עס שוין געהערט איין מאל? צוויי מאל? פינף מאל? נישט גענוג. צוואנציג מאל? שוין בעסער, אבער נאך אלץ נישט גענוג! פופציג מאל? אקעי, דא האסטו דעם נאמבער פון "ארבעטס פארמיטלונג פאראיין"...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאשקע!!!!!

דאס איז א ריוויא איין'ס אין די וועלט!!!

מאשקע!!!!! ס'איז מעכ... כ'מיין מאשקע!!!!

וואו נעמט מען אזא פעדער? אזוי מוזיקאליש און הומאריסטיש געפלאכטן...

מאשקע, ארבייט פארמיטלונג האט נישט קיין אופענונג פאר בדחנים?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאשקע. יעך בין אנע ווערטער!

איך האב דעם אלבום נאכנישט געהערט. (מוזט מיר נישט גלייבן) אבער דיין ריוויו האט געמאכט אז איך זאל זיך צויאגן...

לגבי דיין ריוויו. עס איז מעכטיג! סי מוזיקאליש, סיי הומעראסטיש, און אזוי אויך פון אלע הינזיכטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אוי מאשקע...
וואס דו האסט געטוהן צו מיר...
איך האב יעצט געמוזט אוועקלייגן אלעס אין א זייט, און איבערהערן די גאנצע סידי פון דעקל צו דעקל, צו זעהן ווי גוט דו זאגסט!

איך שטים צו צו דיר מיט [כמעט] יעדע ווארט,

און איך בין מודה אז די גראמען זענען סאך בעסער פון וואס ס'האט מיר אויסגעזעהן די ערשטע 5 מאל,
די תוכן, די וועג וויאזוי ס'שטימט, ס'איז געוואלדיג... (אפאר טענות האב איך נאך, אבער קען זיין אז דאס וועט אויך אוועקפאלן ביי די נעקסטע 10 מאל הערן...),
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

צוויי הערות:

טרעק 7, ירמי' רעדן ווי א בן תשעים, פאסט פאר א לחיים סעריע? שוין, אקעי, איך וועל נישט מאכן אן עסק דערפון. אבער דער אויסרופער איז שוין אבער טא-מאטש, בפרט ווי ער מאכט זיך נאריש ביי "הר המענוחעס".

טרעק 10, די מעלות פון אידן.
די פאסיגסטע סענענטס איז:

וואס שעפן אידן, שעפן שעפן
מים שלנו ריינע
וואס שלעפן אידן, שלעפן שלעפן
ברעטער צום סוכה'לע די קליינע

איינס נאכדעם איז:

וואס ווארפן - עבירות ביי תשליך
וואס שארפן - די מוח מיט פשטעלעך און קשיאלעך

ביידע האבן א שלימות, אז ס'גראמט ביידע שורות, שעפן - ריינע, שלעפן - קליינע. ווארפן - תשליך, שארפן - קשיאלעך.
די ערשטע האט נאך א גרעסערע מעלה אז מ'רעדט פון די זעלבע זאך. ד.ה. ביי ביידע ברענגט ער ארויס א נקודה וואס אידן טועהן פיזיש אויף א מצוה פון איין מאל א יאר, מים שלנו, בויען א סוכה, געוואלדיג!
די צווייטע גראמט, אבער רעדט פון צוויי זאכן וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות, תשליך, און לערנען בעיון.

אצינד די:
אויף וועם ווארטן אידען - אויף ביאת משיח צדקינו (נישט די ניק..., אפשר יא?...)
פארוועם בעטן אידן - למענך אם לא למענינו

גראמט טאקע נישט, אבער ס'איז "אויף וועם" און "פאר וועם", זייער גוט, און ס'איז די באותו ענין ממש, די צווייטע שורה גייט ארויף אויף די ערשטע.

באמת וואלט אלע געדארפט צו זיין אזויווי די ערשטע, גראמען און האבן א שייכות!

סתם לייגן זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות בכלל, און נאר די צווייטע שורה גראמט, וואלט איך אויך געקענט...
דאס איז גוט פאר סתם א טעיפ נישט פאר די סיום ניגון פון די לאנג ערווארטע לחיים טאטע!

לויפן העלפן א חבר מיט מוה - ליינען קרי"ש ביינאכט און צופרי
שפרינגן אין פייער על קידוש השם - היטן מנהגים פון אלטע היים
טאנצן ביי שמחת חתן וכלה - מעסטן מעל צו אפשיידן חלה
נע, אויף דעם ברויך מען נישט זיין ר' יוסף משה'נען...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

מאשקע!WOW
אזא מין הומאר? אזוי מין גוט צו שרייבן? כ'פארגעס וואס מיינט שרייבן ביז איך ליין דיינע ארטיקלען!.... אנריעל!

כ'האב באמת נישט קיין ווערטער צו באדאנקעווען פאר אזא שיינע ארטיקל, סגייט אלעס ארויף אויף דיין פיקל...(יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס דו האסט א פיקל?...)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר' יוסף משה, ווי האט מיין רבי געזאגט:

פזמון: אז דו קענסט יא קומט זיך דיר הערשט...

כ'האב נישט קיין סך וואס מוסיף צו זיין, מאשקע'ס ריוויא האב איך נאכנישט געליינט. אבער עטליכע פערזענליכע איינדרוקן.

קיינער רעדט נישט פון דעם געשמאקן רייכן מיקס, גרעכט זענען זיי, מיט אזויפיל תוכן ווער מערקט דען דעם מיקס.

פזמון: אז דו קענסט יא...

הארטמאן האט מיך גוט סורפרייזד, פארפאלן, דער טויג צו דער מלאכה, אפילו שטייענדיג זייט ביי זייט מיט מונה איז ער נישט אין שאטן (כ'בין א מונה חסיד).

פזמון: אז דו קענסט יא...

די נגונים זענען מלא תוכן, איך טרוי זיך נאך נישט צו זאגן הערות דערויף, כ'ברויך עס נאך א שפאר ביסל מאל איבערהערן צו קענען אריינרעדן.

פזמון:...סארי ס' קומט נישט אריין דא...

דער ילד הפלא האט א שיין קעלעכל, אבער וואס ער זינגט האט ער קיין אנונג, וואלט געמעגט נעמען א 'קרעש קורס' אין אידיש....

דער מונה זאל מיר געזונט זיין האט מיר אביסל אנטוישט, ס'מוז זיין אז ער זיך האט זיך אונטערגעהערט א שמועס וואס איך האב לעצטענס געהאט מיט יוסי גרין...
סאו, ערעב מונה, הער זיך איינעט: איך דוקא יא ליב ווען דו האקסט אין קאפ (לייען - ביסט קריעיטיוו) און דו מאכסט 'שווערע' (לייען - רייכע) ארעינדזשמענטס...

איך האב יא חשק בקרב הימים צו שרייבן א ביאור מקיף, המכונה ריוויא, אויפ'ן אלבום.
אבער האלט אייך נישט דעם אטעם, ס'קען נעמען אביסל, אלענפאלס אויב ווארט איר ביים קארנער נעמט מיט א שירעם.

אקעי גיימער מאכן חזרה אויפ'ן אלבום...

פזמון: אז דו קענסט יא...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

משונה'דיגע הנאה געהאט צו לעזן מאשקע'ס רייד.
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

מאשקענכנס אדר.... מרבים בארטיקעלעך (ווען ירמי' זאגט ארטיקעלעך, מיט זיין אייגנארטיגע שטימעלע, זעהט מען בחוש ווי אנוזער אלע ארטיקלען ווערט פלוצלינג קליינטשיג און איינגעדארט; ס'ווערט א 'ארטיקעלע'...)

זאג, ס'איז אפשר א נאכוויי פון די עלף וועיטער'ס?
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”