ניגונים און זינגערס
זונטאג פבואר 21, 2010 1:10 pm
לדעתי לדעתי ברויך מען ביי א לחיים פראדאקשען נישט האבן קיין פריוויו. לחיים אידן און לחיים ברידער האט ביי מיר געדינט ווי א פריוויו צו לחיים טאטע.
Advertisement
זונטאג פבואר 21, 2010 1:17 pm
איך האב נאכנישט געהערט דעם אלבום (דאנט ואורי. מ'גיימער עס קויפן) אבער איך וויל נאר צושטיין צו מבין מיט זיין דעה איבערן קאווער.
דער קאווער איז גוט פאר א בענטשער'ל אדער זמירות. פאר דעם אלבום איז דאס נישט די ריכטיכגער קאווער. מ'דארף נישט ווקסברגר דערפאר.
זונטאג פבואר 21, 2010 1:28 pm
קאווער? הו קעיר'ס?!!!
די אינהאלט!!! מעכטיג!!!
ירמי' דאמען, וואו עלטער ער ווערט, אלץ בעסער ווערט ער...
איך קען ניש צופיהל שרייבן, ווייל כ'וויל נישט חרוב מאכן מאשקע'ס ריוויא, אבער איך קען ענק זאגן איין זאך, גוט איז נישט דאס ווארט.. הערליך? אויך שוואך געזאגט... וואס יא? איך ווייס נישט, אההה, אפשר מעכטיג!!!!
זונטאג פבואר 21, 2010 1:53 pm
אהההה דערכאפט דאס הראץ
שקויעח יוסף משה, ירמי', מונה, כבין נישט אנטוישט
(איין זאך נאר, דאס וואס וויכי זאגט אז ירמי' ווערט שענער, יש לדון)
כאף ענק מאכן נישט על המחיה אויף די סעריעס
זונטאג פבואר 21, 2010 2:29 pm
אין א שמועס מיט ר' יוסף משה, וואס געפינט זיך די טעג אין אמעריקע, האבן מיר אים געפרעגט:
וואס גייט איר טוהן לעתיד לבא?, שטייט דאך אז כל המועדים יהי' בטלים.. נו וועט ער דאך נישט האבן ווען ארויסצופאפן מיט זיינע יו"ט קאלעקשענס... (פראגע קרעדיט: צום זאך)
ער האט געטראכט א מינוט אין גענטפערט: שטייט דאך אז פורים וועט נישט בטל ווערן, איז קודם וועלן מיר קענען ארויסגעבן נאך אסאאאך פורים טישן, און עס וועט דאך זיין א 'יום שכולו שבת' וועלן מיר קענען ארויסגעבן אן א שיעור שבת טישן..
ער האט זיך אביסל אנטשולדיגט אויפן פאקט אז די 2 נייע טעיפס זענען ערשינען אין די זעלבע צייט, אבער זאגט ער יעדעס איז א אוצר פאר זיך!
און פאר מיר איז איבערגעבליבן נאר צו שאקלן מיטן קאפ אז ער איז גערעכט!
זונטאג פבואר 21, 2010 4:03 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ירמי' דאמען, וואו עלטער ער ווערט, אלץ בעסער ווערט ער...
יאפס, אמת. אויף דעם אלבום, אויף איין ניגון, איז ער 90 יאר אלט, און ער האלט זיך פריש ווי א 70 יעריגער...
זונטאג פבואר 21, 2010 4:15 pm
ביטע איינער זאל קלארשטעלן דעם טעות אויפן דעקל ביים לעצטן ניגון, כווארט צו הערן אז ס'א טעות
זונטאג פבואר 21, 2010 9:44 pm
כאב געהערט די ניגון פון די בחור אין ישיבה
די מוזיק איז געוואלדיג אבי מען האט אוועקגעמאכט הארטמאן
מאנטאג פבואר 22, 2010 7:05 am
ארעסטאנט האט געשריבן:,
די 10'טע ניגון - זאגט ר' יוסף משה - גייט אויך זיין וועגן די בחורים וואס שמאכטן נעבעך אין די יאפאנע טורמע.
וואס איז געשען מיט די 10טע ניגון?
מאנטאג פבואר 22, 2010 7:33 am
אין צוויי דריי ווערטער:
ירמיה דמן מאכט א הערליכן דזשאב אויפן טעיפ, זיין נעימותדיגע שטימע צעגייט אין די ביינער.
די מוזיק איז אויך געוואלדיג, כבין נישט קיין מבין אין קיין דעטאלן און אינסטרומענטן, אבער אין סך הכל איז עס זייער לעבעדיג און שיין און די זעלבע אויך די כאור.
אבער כ'בין שטארק אנטוישט פון ר' יוסף משה! 10 צי 15 יאר ווארט מען שוין אויף דעם טעיפ, ס'איז מיר אויסגעקומען א געלעגנהייט צו רעדן פערזענליך מיט אים האט ער מיר געזאגט אז די סיבה איז ווייל ער מאדיפיצירט כסדר די גראמען און ניגונים ווייל ער וויל עס זאל זיין דאס בעסטע, און נאכן אזוי לאנג ווארטן, קום איך ארויס מיט איין איינציגע ניגון וואס איז אפילו נאר אביסל ענליך צו די ניגונים און גראמען פון לחיים אידן און לחיים ברידער! די ניגון "הלואי" ווי עס צעלייגט דעם משל פון איזהו עשיר השמח בחלקו! אויסער דעם זע איך נישט די גרויסע און שווערע ארבעט וואס האט געדארפט געדויערן אזויפיל יארן.
אין א זייטיגע נאטיץ: דאס אז ר' יוסף משה האט גענומען פאר דעם טעיפ מונה רוזנבלום צו אראנדזשירן די מוזיק, האט ביי מיר פארזיגלט אז איך וועל שוין מער נישט קויפן זיינע אנדערע טעיפס.
וואס הייסט?
אז ער זעט איין און פארשטייט אז ווען ער געבט ארויס א מעכטיגן טעיפ וואס מווארט שוין דערויף יארן, קען ער נישט נעמען די אחריות און אליינס אראנדזשירן די גאנצע מוזיק און ער מוז נעמען מונה רוזנבלום, דאס האט ביי מיר באשטעטיגט מיין פוינט וואס איך האלט שוין לאנג: אז ער שיסט די לחיים טיש טעיפס ווי פון א פאפקארן מאשין און ער זוכט נישט צו געבן קוואליטעט, הוה ראיה, אז ביי א מעכטיגע טעיפ טראסט ער זיך אליינס נישט מיט די מוזיק.
מאנטאג פבואר 22, 2010 9:32 am
עס עפעס במחילת כבודך, איך גיי נעמען א געס (מוזט נישט מודה זיין) דו האסט דעם טעיפ נישט געהערט געהעריג אפי' איין מאל. האסט עס סתם דורכגעמישט...
אויב האסטו אזוי ליב 'הלוואי', וואלסטו געגליכן דעם 'תנחום' ניגון און אטליסט דעם לעצטן ניגון פונקט אזוי...
קאם אן, די גראמען זענען א שטיק תוכן, מלא וגדוש מיט טעם און רגש
און דיין אנדערע פוינט וועגן מאנא, גראדע האט ער מיר געמאכט טראכטן פון קויפן זיינע אנדערע זאכן אויך, כזע אז הארטמאן איז נישט אזוי שלעכט ווען ער וויל...(איינער ברויך זען ער זאל אייביג וועלן...)
מאנטאג פבואר 22, 2010 9:49 am
ס'איז הערליך שיינע גראמען, אבער נישט נאכדעם וואס מען מאדיפיצירט עס און פארשענערט עס פאר א צירקע פון צען יאר.
און לגבי הארטמאנס שיינע מוזיק, ביזטו אפשר גערעכט. נו אויב אזוי פארוואס וויל ער נישט אייביג? פארוואס מאכט ער נישט די מינימאלע אנשטרענגונג פאר די לחיים קונדן? אדער צו שאפן נייע קונדן, אזעלכע ווי דיר מבין...?
מאנטאג פבואר 22, 2010 10:12 am
..... הערליך... הערליך...\
יעצט צוריקגעקומען פון אפסטעיט, איבערגעהערט פיר מאל מדאשקע לדאשקע.
אוי מען האט נישט געשפריט די טרעפיק, אוי איז דאס געווען אנגענעם.
ישר כח לחיים.
נ.ב. ווידער זעהט מען על טעם וריח אין .. לויט מיין טו סענס, איז די "הלואי" ניגון די מערסטע בארינג.
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס ווען ר' ירמי' רעדט פונעם מושב זקנים, האט ער אריינגעלייגט קארטאפל אין מויל..
מאנטאג פבואר 22, 2010 10:22 am
אפילו נאכ'ן איבערהערן דעם אלבום פאר איבער 10 מאל קע"ה, כן ירבו, שפיר איך מיך נאכנישט גרייט צו לאזן הערן מיינע צוויי טויזנט דאלאר... די חברה האבן דא אריינגעלייגט א מאסיווע ארבעט וואס קען נישט צושטאנד קומען אין דריי חדשים און אויך נישט אין דריי יאר. יעדעס שטיקל מוזיק - אפילו פון הארטמאן - איז די רעזולטאט פון שווערע ארבעט און אויסגערעכנטקייט אז ס'זאל זיין נעים וערבים לאוזן שומעיהם.
אוודאי וואלט איך געקענט באשטיין צו ווארטן נאר 4-5 יאר צווישן איין אלבום און די צווייטע, נישט קיין גאנצע צען, אבער איך מיין אז ס'האט זיך געלוינט.
זייטס גערישט, אויף איין ניגון קומט קריטיק!
מאנטאג פבואר 22, 2010 1:26 pm
הערליך שיין!
נישט סופרייזט... איך מיין נישט אנטוישט!
די גראמען, די תוכן, די מוזיק, די קאפעליע, זייער שיין!
יא, ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן א משך זמן, נישטא וואס צו רעדן.
אבער איך קען פארשטיין עס עפעס'ס אנטוישונג.
מיט די גאנצע שיינקייט און תוכן, וואלט איך עס דערווייל נישט צוגעשטעלט צו לחיים אידען, און זיכער נישט צו לחיים ברידער, וואס דארט איז די גאנצע טעיפ יעדע ניגון פאר זיך, די מוזיק פון יעדע פאל, די קאפעליע מיט די מוזיק פון יעדע שורה באזונדער, איז עפעס ספעציעל, על נשימה ונשימה, איך מיין כל שירה ושורה (מיט א ו' צו מיט א י') תהלל...
דערווייל טרעף איך עס נישט דא אין דעם טעיפ!
איך שטעל נאכאמאל קלאר: די טעיפ איז הערליך און איך בין בכלל נישט אנטוישט, אבער 10 יאר ארבעט וואלט געדארפט איינפאקן די ערשטע צוויי.
אויף דעם טעיפ זענען עטליכע ניגונים געוואלדיג, כמעט ממש אזויווי דארט, א שלימות,
אבער עטליכע ניגונים נעמען מיר נישט אזוי איבער.
אין געוויסע ניגונים קלאפט די גראם אופן טאקט, נישט אריינגעשטיפט מער ווערטער אין א שורה, און אויך נישט געברויכט אויסשלעפן קיין ווערטער, ממש ווי ס'באדארף צו זיין, אבער אין געוויסע איז עס נישט אזוי איי איי איי.
אבער, ס'קען זיין אז איך ברויך נאך אפאר מאל הערן דעם טעיפ.
ממילא דערווייל וויל איל גארנישט זאגן,
גיבטס מיר נאך א טאג צוויי.
מאנטאג פבואר 22, 2010 1:28 pm
נישט אז הארטמאן איז שלעכט, אבער מונה מאכט זיכער א בעסערע דזאב ווי הארטמאן אופן טעיפ.
א שאד ער האט נישט מונה'נען אופן גאנצען פראיעקט.
מאנטאג פבואר 22, 2010 1:42 pm
עס עפעס און משיח;
מ'קען נישט פארגלייכן א טעיפ וואס מ'האט געהערט ביי די 15 יאר צו א טעיפ וואס מ'הערט ביי די 25 יאר (ס'נאר א משל), אזוי ווי איינער האט שוין דערמאנט פריער. איך האב דאס שוין געשריבן אמאל ביי די מחנה שלוה אשכול.
ענד ביסיידס, "לחיים ברידער" האסטו געהערט 175 מאל, אויב נישט מער, בשעת "לחיים טאטע" האסטו געהערט אפשר 5 מאל. איך האב ביים דריטן מאל געהערט זאכן וואס כ'האב נישט געהערט ביים ערשטן מאל, און ביים צענטן מאל האב איך געהערט זאכן וואס כ'האב נישט געהערט ביים פינפטן מאל. (אגב, איך האלט שוין ביי 12 מאל, אגב דאגב איך זוך א פול-טיים דזשאב...)
נאך א זאך וואס מ'דארף אינאכט נעמען: חידוש איז נישט טייטש "שענער"; חידוש איז טייטש "אנדערש". ווען דו הערסט א שיין שטיקל פון מונה, א גוטע איידיע וואס ער האט אריינגעווארפן, מוז עס נישט זיין דוקא "שענער" פון לחיים אידן אדער לחיים ברידער, ווייל אם כן אין לדבר סוף, ס'איז גענוג אז ס'איז א נייע חידוש, אן איינפאל וואס דו האסט נאכנישט געהערט, א קוועטש וואס ברענגט ארויס התפעלות וכדומה.
מאנטאג פבואר 22, 2010 2:08 pm
מאשקע האט געשריבן:אגב דאגב איך זוך א פול-טיים דזשאב...)
האסט דאך שוין . . .
. . . אויס הערן קאסעטעס.
אה ! דו זוכסט באצאלט ?
דאס איז שוין א אנדערע מעשה, וועלן מיר דארפן זוכן א באשטייערער.
לעצט פאראכטן דורך
ביקסאד אום מאנטאג פבואר 22, 2010 2:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג פבואר 22, 2010 2:09 pm
מאשקע האט געשריבן:זייטס גערישט, אויף איין ניגון קומט קריטיק!
וואס מיינסטו "העשל"?
מאנטאג פבואר 22, 2010 3:08 pm
ניין, איך רעד פון די ניגון "דאס פינטעלע איד". ס'האט נישט קיין טעם, ס'זאגט נישט גארנישט, דער יונגל טויג נישט דערצו, די ניגון איז נישט קיין אלטע, וכו'. אבער ס'נישט קיין יושר צו זאגן די קריטיק פאר די לויב.
מאנטאג פבואר 22, 2010 3:17 pm
די צווייטע ניגון "לאמיר זיך איבערבעטן" האט יוסף משה געמאכט זיך איבערצובעיטן מיטן עולם פאר לאזן ווארן אזוי לאנג,
דעריבער ענדיגט ער "לחיים אידן לחיים ברידער לחיים טאטע"
די צדיק פון "די גאלדענע מטבע" איז רבי שלום שוואדראן ז"ל, די מעשה איז געווען אין די צייטן פאר די קריג אין אר"י ווען סהאט געהערשט א גרויסן הונגער, רבי שלום פארציילט די מעשה ערגעץ
די מוסר השכל איז מוראדיג
מאנטאג פבואר 22, 2010 3:35 pm
יא, דו ווייסט גוט.
אויב איך געדענק גוט, האט די מעשה פאסירט אין חברון. כ'האב עס געהערט אלס קינד, אבער יעצט האב איך עס ממש מיטגעלעבט.
מאנטאג פבואר 22, 2010 4:08 pm
מאשקע, איך שטים מיט מיט דיר, איך האב קלאר געשריבן אז דאס איז מושכל ראשון, און איך ברויך דאס נאך הערן עטליכע מאל ביזן ארויסגעבען דעם ענטגילטליכען פסק, און סקען זיין אז ס'איז גאר שענער, איך ברויך נאר קומען צום טעם.
(אבער די חלק פון די תוכן הגראמען מיין איך אז איך בין גערעכט ביי עטליכע ניגונים).
און בנוגע וואס דו שרייבסט אז ס'מוז נישט זיין שענער נאר חידושים, ביסטו אויך גערעכט, אבער די טעיפ בכללות מוז זיין רייך, עדיות שבעדיות, רישא דרישא, אז ס'זאל זיך קענען צוזאמשטעלן מיט לחיים אידן און לחיים ברידער. חידושים האט מונה איבעראל, אויף יעדע טעיפ זיינע, אבער קיין לחיים ברודער איז עס נאך נישט, ממילא דא אז ס'זאל ווערן אריינגעלייגט אין די זעלבע האלטער איז א חידוש נישט גענוג, נאר ס'ברויך זיין עפעס ספעציעל.
איך וויל אבער - דערווייל - נישט מאריך זיין, נאר אסיים כבראשונה:
משיח האט געשריבן:אבער, ס'קען זיין אז איך ברויך נאך אפאר מאל הערן דעם טעיפ.
ממילא דערווייל וויל איל גארנישט זאגן,
גיבטס מיר נאך א טאג צוויי.
אגב, ווי איז קעש פאר קלאנקערס? וואס זאגט ער צו די גאנצע פראיעקט?
מאנטאג פבואר 22, 2010 6:44 pm
מאשקע האט געשריבן:ניין, איך רעד פון די ניגון "דאס פינטעלע איד". ס'האט נישט קיין טעם, ס'זאגט נישט גארנישט, דער יונגל טויג נישט דערצו, די ניגון איז נישט קיין אלטע, וכו'. אבער ס'נישט קיין יושר צו זאגן די קריטיק פאר די לויב.
מיינסט צו זאגן אז פאר דיר זאגט עס גארנישט,
פאר מיר איז עס א שטיק ארט פוהל מיט עמאשענס
דינסטאג פבואר 23, 2010 7:58 am
אז מען רעדט שוין פונעם ילד הפלא, דאכט זיך אז זיין שטימע איז נישט וואס פלעגט זיין. גערעכט?