ניגונים און זינגערס
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 1:19 pm
לכבוד אלע חבירים פון היכל הנגינה שיחי'
מיין גרויסע יונגל איז אהיים געקומען קעמפ פאריגע וואך מיט א בארג מיט אידישע ניגונים, איינס דערפון איז געוועהן ממש ברענד ניי צו היי יאר תשס"ט, וואס א שבת גאסט האט אויסגעלערנט די קינדער, היות די הייליגע טעג ווערט אסאך איבערגעזאגט און געזינגען די ווערטער פון וידע כל פעול, האט דער שבת גאסט (ר' מרדכי דוד עסטרייכער) מחבר געווועהן דעם ניגון אויף אידיש טייטש אז די קינדער זאלן דאס גוט פארשטיין און קענען.
דעריבער וועל איך זיין א מזכה את הרבים און ארויף לייגן דעם ניגון אזוי אז אנדערע טאטעס פון קינדער זאלן הנאה האבן דערפון, און אפי' קענען איבער זינגען אינדערהיים,
דער ניגון איז לויטן "פיטסבורג'ע וידע כל פעול"
--וידע כל פעול וויסן זאלן אלע,
אז דער בורא יתברך ויתעלה,
ער האט באשאפן יעדע בריאה,
ומחי' את כולם ער איז משפיע,
--ויבין כל יציר, אלע זאלן פארשטיין,
אז באשאפן האט דיר, דער באשעפער אליין,
און ווער ער טוט נאר א נשמה פארמאגן,
זאל קענען אויסשרייען און זאגן,
"אז ד' אלקי אלקי ישראל,
ער איז אונזער מלך אלעמאל,
געוועלטיגט איבראל, אין דעם עולם מלא,
ומלכותו בכל משלה,
ד' אלקי, אויף אידישע קינדער פערזענדליך,
אלקי ישראל מלך מלך,
בביאת משיח השתה בעגלה,
ומלכותו בכל משלה,
שכוח
Advertisement
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 1:23 pm
זייער שיין,
נאר בדרך אגב אין א זייט וויל איך פרעגן, דו האסט באקומען די קאפי רייט רעכטן פון ר' מרדכי דוד'ן עס מפרסם צו זיין דא? ס'איז כדאי זיך מיט איהם דורך קומען ווייל מ'קאן צומאל נישט וויסן צו וואס מאנכע זענען מקפיד, בפרט ווען ס'איז אזא געהויבענע ניגון קאן גאר זיין אז ס'וועט איהם באדערן אז מ'שטעלט ארויף דאס פאר ראש השנה.
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 1:29 pm
שרייב אויף אויפן אינגל'ס מצוה צעטל א הארציגן ישר כח בשמי פאר ר' מרדכי דוד'ן זז"ג, מיר וועלן עס אי"ה אויסלערנען די קינדערלעך.
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 3:26 pm
הערליכע גראמען, עס פאסט גאר שטארק מיט די ניגון זעלבסט, א גרויסע יישר כח.
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 4:24 pm
שאצ'ל, הערליך הערליך.
בן בוזי, יא ער האט רשות פון אים'ן, כ'ווייסעס פאר א פאקט.
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 4:49 pm
א גרויסן יישר כח שאצל, און געב איבער א יישר כח פאר ר' מרדכי דוד אויך.
באמת האב איך שוין פאריאר געטראכט פאר די הייליגע טעג, אזאאיך גיי מיר אראפזעצן מאכן גראמען אויף די ניגון אין אידיש, איך האב מורא'דיג ליב דעם ניגון, ב"ה איר האט עס אהערגעשטעלט.
אוי די וואך גייט דונערן ביי מיר די ניגון (נו גילוי...)
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 5:06 pm
איז דא נאך אידישע ניגונים פון דעם עסטרייכער, כ'האב עס געזינגען מיטן וידע (וואס איך קען, כ'גלייב אז דאס איז דער פיטסבורגער ווייל ס'שטימט מורא'דיג) און ס'איז געוואלדיג געוואלדיג, אלזא פרעג איך צו ס'איז דא נאך ניגונים פון אים. (אפשר א טעיפ?)
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 5:09 pm
עס איז הערליך שאצער מאצער, ווער איז דער טאלאנטפולער עסטרייכער?
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 5:11 pm
יעצט באקומען א הודעה פרטית, אז א טעיפ קען מען הערן פון אלע סאטמארע (ר"א) חתונות, כ'גיי מיר פארשאפן אפאר שטיק