שיעור-וואוס לעסענס voice lessons

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Thinker
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2007 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thinker »

סאכדעס האט געשריבן:ער האט זעהר געגליכן די אידעלעך, ער האט געהאלטן אז ער איז דא נאר א דאנק וואס ער לערנט די אידן נוצן זייער שטימע. כ'מיין אז ער איז געווען זעהר גוט לגבי פרייזן פאר די אידן. מחסידי אומות העולם. ער האט געקענט אסאך יאסעלעך.


פארדעם קום איך אים צוויי טויזנט דאללער, ער האט בשום אויפן נישט געוואלט איך זאל אויפהערן בלויז פארדעם ווייל איך האב נישט גענוג געלט, ער האט כסדר געזאגט "וועסט מיך שוין צאלן אנאנדערס מאל"
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אן אינטערסאנטע זאך.
האלטענדיג מיין שעפעלע אויף מיר, האב איך אזוי באטראכט זיין קליינטשיג נעזעלע, און כ'זעה ווי ביים אריינאטעמען עפענט ער ברייטער דאס נאז-לעכל, און ביים ארויסאטעמען איז דאס צוריק נארמאל.
דאס האט מיר דערמאנט זכרונות ווען כ'פלעג זעהן מיינס א זינגן-רבי אטעמען אויף דעם וועג.
נו, כ'פרוביר דאס אויס, און וואונדערליך, ס'ארבייט אסאך בעסער. די בויך פילט זיך אהן גרינגער און בעסער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אינטער_אגענט

וואיס לעסענס – זינגען טעקניקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער_אגענט »

האט אפשר איינער ידיעות אין זינגען טעכניקן, וואיס לעסענס א.ד.ג.?

ביטע לאזט אייך הערן, און העלפט ארויס נאך אידן.

שכח מעיקרא (נישט למפרע...).
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

אסאך פון די היימישע זינגערס גייען צו נתן גליק אין בארא פארק, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ער בעיקר געמאכט צו עקסערסייזן די וואויס נישט אזוי ווייט אויסלערנען טעכניק (קען זיין איך בין נישט גערעכט)
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

וואס איז זינגן "טעכניק" און וואס איז "עקסערסייז"??
נתן איז היינט פון די מערסט אויפגעכאפטע ביים היימישן עולם, רובא דרובא זינגערס האבן זיך געלערענט ביי אים, ער האט שוין 30 יאר עקספיריענס,
אויך איז דא איינהארן, אויך א באקאנטער וואויס טיטשער, אברהם פריד ודאסקאל גייען צו אים, פון די חברה קוקט אויס אז ער איז מער אויף גאר שטארקע און הויכע געזינגעכצער וכד'.
אינטער_אגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער_אגענט »

שכח 'יא יא' און 'שראליק' פאר די ענטפערס, אבער נישט דייקא דאס האב איך געמיינט. געמיינט האב איך צו רעדן איבער דעם נושא פון די אשכול וואו אהין מ'זעמיר געווארן אריינגעשמאלצן.
און שכח פאר'ן שמעלצער.

(ב.ד.וו. פיל חזנים לערנען זיך ביי איינהארן. זיינע קליענטן שווערן זיך ביי אים. ער איז א דזשיניעס אין די ליין, און אזויווי יעדע דזשיניעס האט ער אינטערעסאנטע משוגעת'ן)

אזויווי 'טראכטער' האט אויבן ארויסגעברענגט, איז טאקע שווער מסביר צו זיין אין שריפט וואס און וויאזוי צו טאן. איך בין אבער זיכער אז ס'דא ווידיא קליפס אנליין וואס ווייזן די טעכניקן.
ווייסט אפשר איינער פון אזעלעכעס?

אויך איז דא נאך זאכן ארומצורעדן, צ.ב.ש.: ווי אזוי זיך אנצו'ווארעמען (Warm-ups), און ווי לאנג; ווי אזוי צו זינגען מיט א קאָלד (אדער ווי אזוי נישט צו ווערן פארקילט); ווי אזוי שנעל צו היילן היייזעריגקייט; און נאך.

פראגע: זינגערס און חזנים ווערן געווענליך געבוירן מיט די שטימע און געפיל פאר די סטייל וואס זיי זינגען? און קען איין מענטש טאנצן אויף ביידע חתונות?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אינטער_אגענט האט געשריבן:פראגע: זינגערס און חזנים ווערן געווענליך געבוירן מיט די שטימע און געפיל פאר די סטייל וואס זיי זינגען? און קען איין מענטש טאנצן אויף ביידע חתונות?


טאקע דערפאר שווערט זיך יעדע זינגער ביי זיין וואויס טיטשער, ווייל ס'איז באמת אזוי אז יעדע טיטשער איז געמאכט פאר א אנדערן, ס'איז דא באמת גוטע טיטשער'ס אויפן מארק, וואס האט נישט געקליקט מיט אסאך זינגער'ס, ווידער איז דא זינגער'ס וואס האבן שטארק געקליקט מיט קלענערע טיטשער'ס, דאס איז דערפאר וויבאלד יעדע זינגער איז באמת א אנדערע סטייל, איז נישט יעדער טיטשער צוגעפאסט, ווייל יעדער האט זיך זיינע טעכניק,

אאודאי איז דא כללים וואס איז איבעראל די זעלבע אבער באפון פריט האט יעדער א אנדערע צוגאנג.

באמת אין ספר הברית איז דא א ארוכות איבער שטומע, וואס ווער עס האט געלערנט שטומע, זעהט אז יעדעס ווארט פון דארט שטומט, כאטש ער האט געלעבט פאר בערך 300 יאר צוריק, האט ער גוט פארשטאנען שטומע.

כלפי דאס אטעמען איז פארהאן אסאך חילוקי דיעות, אמת אסאך טיטשער'ס זאגן מ'דארך זיך אנפילן מיט לופט, ס'איז אבער נישט ריכטיג אינגאנצן, ווייל ווען די לונגען זענען פיל מיט לופט און מ'זינגט מיט א פולן לינג געט די לופט ארויס א פרעשור אויף די שטום בענדער ארויסצוקומען און אובי איז דא פרעשור אינעם האלז פון לופט, איז די שטומע נישט פליסיג, קען זיין מ'קען טאקע מאכן אזא שטארקע חזנ'ישע שטומע מיט א פולן לינג, אבער נישט קיין שיינע נאטירליכע שטומע, וואס זאל זיך הערן אנגענעם.

די פאקט איז אז ווען איינער זיצט אין ביהמ"ד און הערט א בעל תפלה דאווענען, האט ער ליב א בעל תפלה מיט א אנגענעמע שטומע, ס'זאל זיין פלעזענט און רואיג, א בעל תפלה וואס זיין קול איז מיט פרעשור דריקט אויפן קאפ פון די מתפללים, יעצט צו האבן א פלעזענט רואיגע שטומע, מוז מען האבן א רואיגע אטעם, נישט קיין אטעם מיט פרעשור.

מ'קען נאך פיל רעדן, נאר ס'איז יעצט ערב שבת 10 מינוט פאר חצות, און איך וויל נישט בלייבן דא נאך חצות.

ס'איז מיר נאר א ווינדער אז ס'איז דא אזא אשכול שוין א לענגערע צייט, און אני הקטן השאץ ווייסט נישט???????, ווער דען?
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

טינקער, עס איז ווי די זאגסט אז עס איז זיייער שווער עס מסביר צו זיין שריפטילך, גלייב מיר אז איך פארשטיי נישט קיין מילה וואס די זאגסט, און איך בין שוין א "געלערנטער", איך האב אויך געפארשט אין דעם, אבער איך וואלט יא זייער געוואלט פארשטיין וואס די זאגסט וועגן ווארפן די שטימע, אפשר קענען מיר פריוואטליך עפעס אויסארבעטן.

אבער פטור בלי כלום אי אפשר, איז דא איין שטארקער יסוד וואס אין מיין אפיניען איז נאמבער 1 אין נוצן גוט די שטימע,
נעמט אייער האנט אין לייגט עס אינמיטן פון די האלדז, ווער איר שפירן דארטן א שטיקל וואס שטעקט זיך אביסל ארויס, א קליין 'באלי', גיט א שלינג וועט איר זעהן אז די שטיקל פארט ארויף אין האלדז, גיט א גענעץ (אזוי ווי ווען איר שטייט אויף ... איך דארף אייך מסביר זיין??) וועט איר זעהן אז עס גייט אראפ אין האלדז,
די פשט איז אזוי: אין האלדז זענען דא צוויי רערן, קנה און?..... וושט, זייער גוט! איינס איז פאר די לופט, פאר די אטעם, און די צווייטע איז פאר די עסן און טרינקען, ווי מיר אלע ווייסן שוין פון אונזערע רבי'ס וואס האבן אונז מסביר געווען פאר פסח אז פארדעם עסט מען אנגעלאנט, כדי די עסן זאל חלילה נישט אריינגיין אין די 'אטעמען פייפ', ווייל מען קען זיך חלילה וויזוי הייסטעס נאר'ן..,
הקפנים, די אטעמען פייפ האט א דעקל אויף זיך וואס עפענט זיך און פארמאכט זיך, ווי די רבי'ס פלעגן צוגלעכענען צו די טראקס וואס די דעקל עפענט זיך און פארמאכט זיך אגאנצ'ן צייט, איז ווען מען שלינגט, וואס דאס מיינט אז מען עסט/טרינקט עפעס, פארט די שטיקל אויף ארויף וואס דאס מאכט אז די דעקל זאל זיך פארמאכן, און די עסן זאל נישט אריינגיין אין דעם אטעמען רער נאר אינעם עסן רער, משא"כ ווען מען גענעצט, וואס דאס מיינט א גוטן אטעם, גייט עס אויף אראפ און דאס עפענט דעם דעקל אז מען זאל קענען אטעמען געהעריג,
די שטים בענדער זענען אין דעם אטעס רער, און ווי מען פארשטייט אליין , כדי מען זאל קענען עפעס ארויסגעבן דארף עס צו זיין אפן עס זאל קענען ארויסקומען, במילא ווען מען זינגט דארף מען זעהן אז די דעקל פון דעם אטעמען רער זאל זיך האלטן אפן,

עס איז ערב שבת הארט פארן זמן, מען וועט מיזן ממשיך זיין.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24020
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שראליק'ל מיין פריינט..

זיי ביטע ממשיך ווי שנעלער, וויילעך שטיי שוין מיט די האנט אויף דאס קנעפל פון מיין האלז זייט פרייטאג..

כ'דארף דאך אינסטראקשאנס וואס'זשע צו טוהן ווייטער..
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אינטער_אגענט האט געשריבן:ס'איז טאקע שווער מסביר צו זיין אין שריפט וואס און וויאזוי צו טאן. איך בין אבער זיכער אז ס'דא ווידיא קליפס אנליין וואס ווייזן די טעכניקן.
ווייסט אפשר איינער פון אזעלעכעס?


גם אני מצטרף. ווייסט איינער?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

המשך צו ישראליק'ס ווערטער:
איך וויס נישט פונקטליך וואס ער זאגט אבער אביסל מיין איך וואס ער זאגט,
די כלל איז ווען מ'וויל עפעס אראפ שלינגען גוט, הייבט מען אויף דעם קאפ אזוי אז דער ווייטעמין אדער סיי וואס זאל אריין גיין גראד אין האלז,
למעשה ביין זינגען איז די פארקערטע מציאות די בית הבליעה דארף זיין קאמפליט פארמאכט, דעריבער וועט מען זעהן די פראפעשענעל זינגער'ס האלט דאס קאפ מער אויף אראפ ווי ארויף, כאטש וואס מענטש מיינען אז כדי ארויף צו ציען מוז מען אויפהייבן דעם קאפ, ס'איז אבער א טעות, כדי א קול זאל ארויס קומען בשלימות מוז מען אראפ לאזן דעם קאפ,

יעצט בייג איין דיין קאפ אויף אראפ, און פראביר צו שלינגען, קענסט?, ניין נישט אזוי גוט, דאס איז א סימן אז דער בית הבליעה איז פארמאכט, אזוי דארספטו זינגען, מיט א פארמאכטע בית הבליעה,
דאס איז נאר איין כלל פון אסאך כללים, ועוד חזון, ווען?
איך ווייס נישט,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

ישראל הלוי, יא שטיי אזוי פאר נאך 2-3 טעג, אקעי? :evil:

שאץ-מאץ פארוואס זאגסטו אז מעןדארף זינגען מיט'ן קאפ אראפ? האסטו שוין געזעהן א זינגער זינגען מיט'ן קאפ אראפ?? אדרבה ואדרבה קוק נאר אויף די חזנים, וואס זיי האבן גאר פעסטע שטימעס, זיי שטייען גמיט די בייכער ארויס, די קאפ ארויף, די אויגן קוקט אויס ווי עס זוכט א ספר אינעם ספרים שראנק אין ווייבער שול אויפ'ן גאלעריע.
נאכמער, אטעמען קען מען דען יא געהעריג ווען מען שטייט אויף אראפ?! זייער שווער. תמצית איז אז די קונץ איז שטיין "גראד" און דאך האלטן די האלדז אפן די גאנצע צייט וען מען זינגט.
AbiYiddish

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AbiYiddish »

עפעס זאגסטו שראליק.

נו וויאזוי טאקע מאכט מען זיכער אז דאס קנעפל איז אויף אראפ?

און וואס איז דאס Warm ups פון וואס דער אגענט רעדט?
eddy5525

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eddy5525 »

Lowered Larynx is achieved via the Yawning (what happens when you are tired) [GENETZ B'Yiddish] position

Try to Yawn and you will see that the Larynx (Adams Apple) is lowered and that’s the correct way to sing

Links that will help you understand Better Breath Control and Breath Support

http://music.thefxcode.com/vocal0.htm

http://www.shirlee-emmons.com/breathing ... ngers.html

http://www.shirlee-emmons.com/breath_management.html

http://www.shirlee-emmons.com/Underwood.html

Sorry!!! But I cant write in Yiddish but If anybody wants to translate those articles it would be greatly appreciated

eddy5525
משוגענער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משוגענער »

Voice Lessons פאר $49.00 אט דאעס לוינט זיך
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

ישר כח eddy5525, קיינער דארף עס נישט איבערטייטשן אין אידיש, ווייל די זעלבע ווערטער האב איך שוין געשריבן פריער, ממש בזה"ל.
eddy5525

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eddy5525 »

שראליק I meant the articles should be interpreted in Yiddish

משוגענער do you have these lessons?
are they any good?
משוגענער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משוגענער »

משוגענער do you have these lessons?
are they any good?[/quote]
I got this lesson and it is very very good
איך פלעג נישט קענען זינגען ס'איז מיר געווען זייער שווער צו זינגען. און ווען איך האב געקויפט די די סי די'ס האט עס מיר אויסגעלערנט צי זינגען אן ווערען אויסגעמוטשעט, און עס האט מיך אויסגעלערענט צו ארויפציען זייער הויך (העכער די HIGH C)
עס איז דא אסאך אויפן מארקעט אבער נישט אלע לערנען אויס די גוטע טעקניק ער לערענט אויס די גוטע וועג.
eddy5525

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eddy5525 »

משוגענער
Just Curious how Long before you see results with these Lessons?
Is it Good for a Classical Singer or For Chazzunes?

I am really thinking about buying this just need a bit more info
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

דו משיגענער דו, איך ווארט אויך!
פעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפער »

האט איינער גענוצט הרב שערהאפער?
AbiYiddish

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AbiYiddish »

פעפער האט געשריבן:האט איינער גענוצט הרב שערהאפער?

ס'קען ברענגען צו לשון הרע...
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

וואס הייסט?
AbiYiddish

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AbiYiddish »

איך האב נאך נישט געהערט פון איינעם וואס האט געהאט ניצן פון אים.
(מיינט אבער נישט זיכער אז ס'נישט דא.)

איך בין געווען ביי אים איינמאל, און ס'האט נישט אויסגעזען ווי ער איז דא מיר צו העלפן אדער אז ער קען מיר העלפן (מיין פערסאנעל מיינונג).
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

משוגענער האט געשריבן:Voice Lessons פאר $49.00 אט דאעס לוינט זיך


אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט זיין יענצל איז זי מיר מגלה אז ער איז יעצט אין ווילי, ער איז דארט יעדע זונטאג און מיטוואך, ער גיבט פריוואטע לעסאן'ס פארן היימישן ציבור. בערך $80 א שעה, א אלטער זעצער, אבער זעט אויס אז ער איז ביזי, אין אנדערע ווערטער די סידי'ס איז א מציאה אויבן אויף.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”