שיעור-וואוס לעסענס voice lessons

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

שטימע - שטים בענדעלע

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג פאברואר 23, 2007 1:24 pm

אוי דאס שטים בענדעלע!
איך עפען דא דעם אשכול מ'זאל זיך אויסשמועסן יעדער איינער וויאזוי ער זינגט.

פאר מ'הייבט אהן וועלן זיך אודאי אונזערע זינגערס אין קרעטשמע זיך וואונדערן - וואס הייסט? איך זינג מיט'ן מויל!. אבער ס'איז נישט אזוי. די מויל איז די כלי וואס פירט ארויס דעם קול. ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'אטעמט פאר'ן ארויסלאזן די שטימע, לויט דעם אטעמען איז די שטימע העכער אדער שטילער, גרעבער אדער איידעלער, וכו' וכו'. איז אזוי:

יעדער ווייסט אז א בעיבי אטעמט ריכטיג, און ווען מ'ווערט עלטער - ביי 7-8 יאר טוישט זיך די וועג פון אטעמען. און מ'זעהט טאקע ביי אינגלעך פון 7-8 יאר און ארויף אז זיי ווערן שנעל הייזעריג.

עמיר בעטן ווער עס ווייסט וואס מיינט 'ריכטיג אטעמען' זאל אונז דא מיטטיילן. ס'קומט באלד א סדר נאכט, איך וועל מוזן זינגן ביי מיין טאטע און מיין שווער 2 גאנצע נעכט אין איין צוה, ס'איז א פחד, איך דארף וויסן וויאזוי מ'זינגט אהן צו ווערן הייזעריג.

איך האב ביזדערווייל געהערט פון 2 וועגן:
1) אנפולען די בויך מיט לופט (נישט אזויווי די בויך פון צייטליך, דאס מוז מען קענען באווייזן).
2) אנפולען די האלדז מיט לופט.

טייערע מעמבער'ס, טיילטס אונז מיט וויאזוי איר זינגט, מ'קען אויך זינגן הויך ס'איז דאך סייווי א קרעטשמע...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש פאברואר 24, 2007 8:53 pm

איך האב מיך גראדע אויסגעלערנט צו זינגען אויפ'ן ריכטיגען וועג, דאס הייסט אזוי ווי אפציע 1 וואס דו האסט אנגעגעבן, פון א חבר וואס האט דאס געלערנט ביי א פראפעשענאל דורך לעסאנס.
ס'איז שווער מסביר צו זיין שריפטליך, אבער יעדער וואס האט שוין געהאט אזעלכע לעסאנס וועט דיר עס קענען מסביר זיין אין א קורצע צייט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:37 pm

א שטיקל עצה,

דאס בעסטע איז צו זינגען/רעדן פון די בויך, דאס איז די מערסטע נאטוראל, במילא ווען דו רעדסט/זינגסט פאס אויף אז דאס בייכעלע גייט אריין און ארויס, א ווי ווען דו אטעהמסט, אז נישט איז נישט גוט,

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:09 pm

איך האב מיך געלערנט 2 יאר, מיין טיטשער האט מיך געלערנט דאס פאלגענדע:

פיל אן דעם בויך מיט לופט און האלט די לופט ווי לאנג די קענסט לאז ארויס נאר וויפיל די דארפסט
לאז נאך די לונגען צוביסלעך אז די לופט זאל ארויס פון זיך אליינס, שטופ נישט די לופט
מאך זיכער אז די ביים האלז איז אפען וויפיל מעגליך, אטעם אריין און ארויס מיט די האלז נישט די נאז, וועסטו זען די חילוק)
די מויל דארף זיין ברייט אפען אין א (ביסל) שמייכלדיגן פארעם

די רעזולטאטן: http://www.michaelamante.com/Frame_pgs/ ... o_main.htm
(עס איז נישט מיר, מיין טיטשער איז געשטארבן לעצטנס, אבער איר וועט נאך אמאל זוכה זיין צו זעען נחת פון מיר אויך)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:15 pm

שכוח (ש)טינקער...
(כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן... אבער קענסט זיין זיכער אז איך מיין נישט דיך...)
ס'קוקט אויס ווי דו טויגסט. סיי צום זינגען און סיי צום שרייבן. מ'גייט זיך נעמען מאכן די איבונגען היינט. העמיר זעהן וואס ס'וועט ווערן.
שכוח.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:32 pm

מאשקע האט געשריבן:שכוח (ש)טינקער...
(כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן... אבער קענסט זיין זיכער אז איך מיין נישט דיך...)
ס'קוקט אויס ווי דו טויגסט. סיי צום זינגען און סיי צום שרייבן. מ'גייט זיך נעמען מאכן די איבונגען היינט. העמיר זעהן וואס ס'וועט ווערן.
שכוח.


אזוי ווי אלע אנדערע איבונגען, עס איז שווער, אויבן אויף קוקט עס אויס נישט ריכטיג, אבער שפעטער אנערקענט מען אז עס האט זיך געלוינט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:49 pm

טינקער, שכח.
כ'קען נישט הערן פון די לינק ווייל ס'פארלאנגט זיך א פלאגין.
אבער דו רעדסט אפשר פון פיליפאו?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך מארטש 14, 2007 7:02 pm

אלץ טראכט איך, האט דען נישט גאט ברוך הוא באשאפן דעם מענטש ווי אזוי צו זינגען ריכטיג לכתחילה? אויב נישט, פארוואס? א מענטש דארף זיך נישט לערנען צו עסן, א קליין בעבי ווייסט גענוי ווי אזוי צו עסן פונעם ערשטן טאג, און אזוי אויך ארויסצוגיין, און אלע אנדערע חושים, פון זעהן, הערן, שמעקן, טאפן, רעדן, און מסתמא זינגען אויך... איי מען ווערט הייזעריג? כ'ווייס נישט.

כ'האב אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האלט זיך פאר א חזן (אפשר איז ער, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין) וואס האט גע'טענה'ט אז מען זינגט נישט פון האלז נאר פונעם בויך, אז די גמרא זאגט כבד את ה' מהונך, אל תקרי מהונך אלא מגרונך, נישט פון דיין בויך, נאר פון דיין האלז.. עפעס מיינט עס, נישט אזוי?
הפך בה והפך בה דכולה בה!

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 7:12 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:אלץ טראכט איך, האט דען נישט גאט ברוך הוא באשאפן דעם מענטש ווי אזוי צו זינגען ריכטיג לכתחילה? אויב נישט, פארוואס? א מענטש דארף זיך נישט לערנען צו עסן, א קליין בעבי ווייסט גענוי ווי אזוי צו עסן פונעם ערשטן טאג, און אזוי אויך ארויסצוגיין, און אלע אנדערע חושים, פון זעהן, הערן, שמעקן, טאפן, רעדן, און מסתמא זינגען אויך... איי מען ווערט הייזעריג? כ'ווייס נישט.


איז מען אפשר באשאפען געווארן קענענדיג שופר בלאזן? שופר בלאזן איז א חכמה ואינה מלאכה דאס זעלביגע איז מיט זינגען.

שמעק_טאביק האט געשריבן:כ'האב אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האלט זיך פאר א חזן (אפשר איז ער, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין) וואס האט גע'טענה'ט אז מען זינגט נישט פון האלז נאר פונעם בויך, אז די גמרא זאגט כבד את ה' מהונך, אל תקרי מהונך אלא מגרונך, נישט פון דיין בויך, נאר פון דיין האלז.. עפעס מיינט עס, נישט אזוי


קיינער וועט נישט לייקענן אז די שטום בענדל שאקלט זיך און די האלדז (גרונך), און קיינער וועט נישט לייקענען אז די לופט קומט פון די לונגען (די בויך) עס איז נאר א שלעכטע געוואוינהייט פון מענטשן צו אנשטרענגן די האלדז מיינענדיג אז די לופט וועט בעסער ארויסקומען אויב מען וועט שטופן פון די האלדז. שטעלט דיך פאר א גיטאר, ארויסצו געבן א קול פונעם גיטאר דארפסטו רוקן זיינע בענדלעך, מען רוקט די בענדליך מיט די פינגערס, אבער האסט שוין אמאל געזען איינער מאכן פארשידענע גרימאסן מיט די מויל בשעתן שפילן? די גרימאסן זענען שוין איבעריג עס פעלט נישט אויס...

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 7:18 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:טינקער, שכח.
כ'קען נישט הערן פון די לינק ווייל ס'פארלאנגט זיך א פלאגין.
אבער דו רעדסט אפשר פון פיליפאו?


לאמער נישט דארמאנען קיין נעמען ווייל דעמאלט הייבט זיך אן די "יענער איז געווען ביי אים אין ער זינגט רח"ל" פזמון, אזויפיל וועל איך יא זאגן: מאיר ברוך קאהן האט אים געניצט (ממילא ווייסטו דאך שוין די תירוץ)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 7:41 pm

טינקער-טראכטער; כשמו כן הוא. ער האט גוטע פוינטס, און ער ווייסט וואס ער רעדט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מארטש 14, 2007 8:43 pm

אזוי? פיליפאו איז נישטא מער מיט אונז. ברוך הטוב והמטיב, כ'האב נישט געוואוסט ער איז געשטארבן. איך בין געווען ביי איהם 2 מאל, כ'האב נישט געהאט קיין געדולד צו גיין ווייטער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 9:36 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:אזוי? פיליפאו איז נישטא מער מיט אונז. ברוך הטוב והמטיב, כ'האב נישט געוואוסט ער איז געשטארבן. איך בין געווען ביי איהם 2 מאל, כ'האב נישט געהאט קיין געדולד צו גיין ווייטער.

יא נעבעך, איך קום אים נאך צווי טויזנט דאלאר, האט אפשר איינער אן עצה ווי אזוי מען קען אפשיקן געלט צו א טויט'ן? מען שיקט עס צו די אידענע...?

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 9:42 pm

מאשקע האט געשריבן:טינקער-טראכטער; כשמו כן הוא. ער האט גוטע פוינטס, און ער ווייסט וואס ער רעדט.

שכוח מאשקע פאר די ווארימע ווערטער

טינקער-טראכטער-שטינקער האסט פארגעסן פון טרינקער... איז דאס נאר פאר דיר? (איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן :wink: )

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 9:48 pm

ניין. טרינקער איז פאר יעדן איינעם חוץ מיר. איך בין דער וואס טיילט די טרינקען.
דארפסט א טרינק? דא האסטו.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » מיטוואך מארטש 14, 2007 10:50 pm

נאכדעם וואס די לופט גייט ארויס פן די לונגען צו די שטום בענדער ווערט עס א "קול-שטימע". אזוי ווי א גלגול, ביי יעדן דורכגאנג דארף מען עקסטער סייעתא דשמיא אז מען זאל עס נישט קאליע מאכן, אזוי אויך די שטימע דארף נאך דורכגיין די מויל, ציינער, ווי לאנג עס קומט נישט אן צום צוהערער האט עס א שאנס קאליע צו ווערן. די שטימע קען: פארוואגלט ווערן צווישן די ציינער, פארשטאפט דורך די צינג, אדער פארפלאנטערט מיט די ליפ, אריינקלאפן און א וואנט, פארלוירן ווערן אינעם ווייטן האריזאנט...!

די גרינגסטע וועג צו וויסן ווי די שטומע ברויך צו זיין פאר עס גייט ארויס פון מויל, פארמאך דיין מויל.... (ווי אזוי זאגט מען? סייג לחכמה שתיקה) זינג אנע ווערטער א שטייטע ניגון מיט די ליפן פארמאכט, מאך זיכער אז די שטימע קלאפט אן די אינעווייניגסטע זייט פון די נארוואס פארמאכטע מויל, שטעלט דיך פאר אז די שטומע כוואליעס זענען אזוי ווי קינדער וואס שטופען זיך ביי א פארמאכטע טיר גרייט ארויסצוגיין די רגע וואס עס עפנט זיך.

ווי העכער די גייסט ארויף אלץ שווערער וועט דיר זיין צו ווארפן די שטימע צו די ליפן, עס וועט זיך צוריקצוען אינעווייניג צו די האלז זייט, אבער לאז דיך נישט, פראביר מיט אלע וועגן אז עס זאל זיך ווארפן גלייך צו די ווענט פון די ליפן די וועסט פילן אזוי ווי די ליפן ציטערן דריזלען פון אינעווייניג.

געדענק די פלאץ ווי די שטימע איז געגאנגען ווען די מויל איז געווען פארמאכט, יעצט עפען די מויל און פראביר צו זינגען מיט די שטימע אויף די זעלבע פלאץ (ווארף עס צו די ליפן)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 11:11 pm

גאנץ אינטרעסאנט צו וויסן. אדרבה, שרייב אראפ וואס נאך דו ווייסט, און לאז דעם עולם הנאה האבן.

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:32 am

מאשקע האט געשריבן:גאנץ אינטרעסאנט צו וויסן. אדרבה, שרייב אראפ וואס נאך דו ווייסט, און לאז דעם עולם הנאה האבן.

ואידך זיל גמור, פאר א סיבה איז עס איז א שווערער לימוד מיט יארן טרענירונג (און אסאאאאך געלט)

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:33 am

האט איינער אפשר פרובירט צו טוען די אויבנדערמאנטע? ווי אזוי איז עס געגאנגען?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:50 am

טינקער; איך האב עס פרובירט, אבער איך בין נישט זיכער אז איך האב עס פונקטליך פארשטאנען.
אי"ה חוה"מ - ווען ס'איז דא אסססאאאאאךךךך צייט - וועט מען עס נאכאמאל פרובירן.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 10:31 am

יאך האב אויך נישט צופיהל צייט צו סטאדיען, אי"ה עוד חזון למועד.
איבער די געלט פאר פיליפאו, זיין שיקסע איז געווען היבש יונגער פון איהם און כ'גלייב אז זי האט שוין א צווייטן. אז דו ווילסט דווקא אפצאהלן קענסט מיר אפשיקן די געלט.... איך האב עס וואו צו נוצן.
אגב, ווען איז געווען זיין פטירה, כ'וויל וויסן ווען מ'גייט פייערען זיין ערשטע יארצייט. כ'שטעל זיך פאר אז אלע תלמידים וועלן זיך צוזאמקומען און זינגן צוזאמען לעילוי ....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:08 pm

ער האט זעהר געגליכן די אידעלעך, ער האט געהאלטן אז ער איז דא נאר א דאנק וואס ער לערנט די אידן נוצן זייער שטימע. כ'מיין אז ער איז געווען זעהר גוט לגבי פרייזן פאר די אידן. מחסידי אומות העולם. ער האט געקענט אסאך יאסעלעך.

עניוועי. טינקער, כ'קען נישט קיין סאך זינגען, אבער די שטימע דארף מען פארט נוצן ווי עס באדארף צו זיין. כ'דאנקן דעם פון אויבן אז ער האט דיר דא אהערגעשיקט. יהא בואך לברכה. און איך וועל זיך נעמען צו די עבודה. אויב וועל איך האבן קוועשאנס וועל איך פרעגן.

ער איז אוועק פון דא בערך צוויי חדשים צוריק. און כ'מיין אז זעהר פלוצים. אסאך אידן האבן פארדינט דערפון...

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:28 pm

Thinker האט געשריבן:די גרינגסטע וועג צו וויסן ווי די שטומע ברויך צו זיין פאר עס גייט ארויס פון מויל, פארמאך דיין מויל.... (ווי אזוי זאגט מען? סייג לחכמה שתיקה) זינג אנע ווערטער א שטייטע ניגון מיט די ליפן פארמאכט, מאך זיכער אז די שטימע קלאפט אן די אינעווייניגסטע זייט פון די נארוואס פארמאכטע מויל, שטעלט דיך פאר אז די שטומע כוואליעס זענען אזוי ווי קינדער וואס שטופען זיך ביי א פארמאכטע טיר גרייט ארויסצוגיין די רגע וואס עס עפנט זיך.

ווי העכער די גייסט ארויף אלץ שווערער וועט דיר זיין צו ווארפן די שטימע צו די ליפן, עס וועט זיך צוריקצוען אינעווייניג צו די האלז זייט, אבער לאז דיך נישט, פראביר מיט אלע וועגן אז עס זאל זיך ווארפן גלייך צו די ווענט פון די ליפן די וועסט פילן אזוי ווי די ליפן ציטערן דריזלען פון אינעווייניג


איך פארשטיי נישט וויאזוי מען מאכט זיכער אז די שטימע קלאפט אן אין די אינעוויניגסטע זייט? כ'מיין וויאזוי ארבעט דאס?
דו דערמאנסט מיך די טעיפ פון די שמש וואס האט געהייסן די חזן זינגען העכער די ארון קודש און אויף מזרח זייט פון די ארון קודש וכו'..

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 12:54 pm

א אידעלע האט געשריבן:דו דערמאנסט מיך די טעיפ פון די שמש וואס האט געהייסן די חזן זינגען העכער די ארון קודש און אויף מזרח זייט פון די ארון קודש וכו'..


אודאי העכער די ארון קודש, ווייל טויגסטו ווי אויסגעקלאפט הושענא....

Thinker
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2007 5:45 pm

תגובהדורך Thinker » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 5:51 pm

א אידעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי מען מאכט זיכער אז די שטימע קלאפט אן אין די אינעוויניגסטע זייט? כ'מיין וויאזוי ארבעט דאס?
דו דערמאנסט מיך די טעיפ פון די שמש וואס האט געהייסן די חזן זינגען העכער די ארון קודש און אויף מזרח זייט פון די ארון קודש וכו'..


עס איז שווער מסביר צו זיין שריפטליך, אין קורצן, נארמאל גייט די קול גלייך, אויב די פארוקסט דיינע ליפן, אדער אויב די הייבסט אויף דיין צונג וועסטו פארדרייען די קול עס זאל נישט גיין גלייך צו די ליפן, שפיל דיך ארום מיט סיי וואס פארא מוסקל אין די מויל וואס קען גורם זיין די קול זאל נישט גיין גלייך ביסט די וועסט כאפן "ווי אזוי עס ארבעט".

די צונג דארף זיין אראפגעלייגט, נאר ווען מען זאגט ד,ל,ת,ט,צ,ז הייבט מען עס אויף פאר א סעקונדע. די צונג קען גיין אהין און צוריק אבער נישט ארויף און א אראפ.

גענוג געבעבלט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט