מחנה שלוה 20! איר זענט דער פראדוסער!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מוצ"ש נובעמבער 07, 2009 9:17 pm

די ניגון איז דער פעיווערט דיינע אדער די מוזיק? (אדער ביידע?)
איך זאג עשה!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג נובעמבער 08, 2009 12:43 am

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון די מבינים דא וואס בענקען זיך אזוי שטארק צוריק צו פישל בייגל, צו די בענקעניש איז אויך אזוי ווי מיינס.
ד.ה. אז חוץ פון דעם וואס ער זינגט זייער שיין און הארציג, איז אבער זיין הארמאני עפעס איבער אלעם, משה פלעגט זייער אסאך מאל האבן אויף זיינע אלטע טעיפס הערליכע שטיקלעך ווי פישל פלעגט הארמאנייזן הויך צו נידריג, אדער גאר ביידע.אויף זיך אליין אדער אויף א יונגעל. עס צוגיסט זיך א מתיקות אין אלע ביינער ווען מען הערט עס. ווי למשל:
"אחכה לו" אינעם אני מאמין ניגן "טובי אוהלך יעקב" אינעם אמר ד' ליעקב ניגן, אפילו אינעם "ודבריו" טעיפ ביי די איין ניגן וואס ער זינגט "אהבה רבה" הארמאנייזט ער זייער שיין אויפן יונגעל ביי "אבינו מלכינו" וכו' וכו' איך ווינדער מיך נאר ווי אזוי קען זיין אז קיינער האט עס נאך נישט דערמאנט דא?
דרך אגב, אויפן סי די "שבחין אסדר" וואס חיים יצחק האט ארויס געגעבן איז דא א ניגן אזי בשלישי ווי ממש אינמיטן די ניגן אויפן שטיקל "צדק ומשפט בתוך נתיבתי" לייגט ער אראפ עפעס אזאנס און אזעלעכס, איך האב עס איבער און איבער געהערט צענדליגע מאל,
מביני הקרעטשמע לאטס ענק הערן איבער דעם פרט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 12:57 am

איצל, גיב א קוק אין די אשכול פון יענעם אלבוים, דארט רעדט מען פון ר' פישל, ווי אויך אין די אנדערע שלוה סידי אשכול, דארט רעדט מען אויך אין גרויסן דערפון.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג נובעמבער 08, 2009 6:39 pm

ר' איצל, דעם שבחין אסדר סידי גייט נישט ארויס פון מיין קאר שוין אפאר יאר! נאכ'ן באורד ווערן פון א נייע סידי גיי איך צוריק צום שבחין אסדר, און טאקע אויך וועגן ר' פישל'ען. און ווי וויכי, מ'האט שוין גערעדט איבער אים אין שכינות'דיגע אשכולות.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

בלינצע
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 5:28 pm

וואס איז געבליבן?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:46 pm

בלינצע האט געשריבן:וואס איז געבליבן?

גאנצע 10 יאר איז דאס שוין געליגן אינטן און קעלער
ווייס איך נישט וויפיל פון די אלטע אידן זענען שוין אינעם ברוך דיין אמת אשכל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווערע שטופער און 25 געסט