ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

מיר דאכט זיך אז "אילי הצדק" איז נישט באשאפן געווארן ביים קריג נאר פארן קריג. נאר ארבעה נקראו נחלה און לו חכתה נפשי, סרייסט ביים הארץ אלע דריי ניגונים, גלייכצייטיג וויל איך באמערקן אויף הרב "שעפטיל'ס" ערשטע מאמר. דאס וואס ער שרייבט פון ווייטצענער רב מיינט נישט די שנעלע ניגון "אחכה לו אחכה לו" נאר עס מיינט די "אני מאמין" וואס מען זינגט אין באבוב "אוי אחכה לו בעעעעכאל יום שעעעעיבא" די הארציגע ניגון וואס ברענגט ארויס א טרער דאס שטימט מיט אלעם וואס ער שרייבט וועגן די ניגון, משא"כ די שנעלע ניגון איז שוין באשאפן געווארן אין אמעריקא לויט ווי עס זעהט אויס און לויט די תנועות, סאיז נישט אלט מאדיש נאר זייער מאדערן והמבין יבין.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

המצב בפולין של קודם המלחמה, בפרט לאחר השחיטה גזירה והבויקאט, הי' בצל המות, כידוע.
העניית והדחקות והאנטיסעמיטיזם, וגזירת הצבא, והפחד ממחר, הי' נורא ואיום, ומסתמא על הרבה ניגונים שנתחברו באותו תקופה בפולין ניכרים הדברים.
שמעתי מזקן אחד נ"י, מסתמא הגזים, אבל בכל גוזמא יש איזה אמת, ביי אונז אין שטיבל האט קיינער נישט געשמייכלט, והסביר לי כנ"ל.
ושמעתי להבחל"ח מזקן אחר ז"ל, שקודם המלחמה הי' יהודים אומרים, הלואי ברעכט שוין אויס א קריג, ווייל ערגער קען שוין נישט זיין, ויכולים להבין קצת המצב.
וא"כ אף אם בצדק דבריך אודות אילי הצדק, אבל בכל אופן יכולים לחשבו כאן.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מיינע קינדער האבן זיך אמאל פארשטעלן פורים ווי פייער לעשער....
האבן זיי געזינגען רבונו של עולם טאטניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער,
שומר ישראל.....

ווען זיי האבן דאס געזינגען פאר מיין באבע זז"ג, האט זי זיך צווויינט און געזאגט אז דער ניגון האט מען געזינגען דאס ערשטע יאר נאך'ן באפרייען,
ווען יעדער האט געהאט א קרוב וואס איז נעבאך פארברענט געווארן על קידוש ד',
זי האט זיך צוויינט נאכמאל לעש שוין אויס דאס פייער.... (פון אושוויץ ר"ל)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שאץ:
שטרויזאק האט געשריבן:דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ר' מאיר דים ע"ה א שטיקעל מונקאטשער, ער איז געווען דאכט זיך אן אנגעשטעלטע אמאל אין די הנהלה פון מונקאטש (אפשר ספינקא שפעטער???), איז געווען א זון פון ר' הערש מיילך דים הי"ד דער גבאי פון ר' שלום אליעזר'ל, פלעגט פורים זינגען א גראם אויף שושנת יעקב, וואס לויט ווי ער האט פארציילט האט מען געזינגען אין די קריג יארען ביי ר' שלום אליעזר'ל אויפן טיש פורים. עס איז נישט ממש מלחמה'דיג, אבער דער געפיל און נאסטאלגיע וואס ער פלעגט דאס זינגען האט מען געפילט די גאנצע הרגשה פון דאן. כמדומה ער פלעגט זאגן אז מען האט עס געזונגען תש"ד, אולי תש"ג, איך בין אויך נישט זיכער אז מען האט עס דאן מחבר געווען, אפשר איז עס אן אלטע זאך, אבער דער הרגשה האט ער זיכער געגעבען אז עס איז פון דעמאלטס.

שושנת יעקב צהלה ושמחה
פרייליך און ליסטיג איז דער איד א יעדע שעה
טרויערן זאל נאר דער גוי
ווייל דער ישועה איז שוין באלד דוי
בראותם יחד תכלת מרדכי

תשועתם היית לנצח
השי"ת העלפט זיי ווען זיי זענען שוואך
ווארטס נאר אייניגע מינוטען נאר
וועט עטס זעהן דעם עני רוכב על החמור
ותקותם בכל דור ודור

להודיע שכל קויך לא יבושי
דער וואס האפט צו השי"ת דער לייגט נישט צו
אלע רשעים זאלן האבן זייער בראך
טאקע אין דעם פורים נאך
ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך

ארור המן אשר בקש לאבדי
אויך זיין טירחא האט ער באקומען באלד יענעם אידערפרי
א באדעקונג פון תשעה קבין
מען האט לעבען אים נישט געקענט פארבלייבען
געשריגען האט ער ברוך מרדכי היהודי

ארורה זרש אשת מפחידי
אויך פאר די עצה געבערן האט מען באצאלט פאר איר מיה
א תלי' פון פופציג איילען
האט מען געטון פאר איר בנים צוטיילען
השי"ת זאל העלפן מען זאל עס פריידען דערציילן

ברוכה אסתר ברוכה אסתר בעדי
השי"ת זאל אונז טון פאר אונז ווי פאר זי
אלע רשעים זאלן האבן זייער סוף
און אלע אידען הצלחה לרוב
וגם חרבונה זכור לטוב
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

והוא פלאי האט געשריבן:ר' מאיר דים ע"ה א שטיקעל מונקאטשער, ער איז געווען דאכט זיך אן אנגעשטעלטע אמאל אין די הנהלה פון מונקאטש (אפשר ספינקא שפעטער???), איז געווען א זון פון ר' הערש מיילך דים הי"ד דער גבאי פון ר' שלום אליעזר'ל,
אויף החסיד ר' אברהם מאיר דים שרייבט איר,
א שטיקל מונקאטש'ער ? אן אנגעשטעלטער ? ער איז געווען און איז געבליבן מונקאטש,
ער איז נאר שפעטער מפני כמה סיבות אריבער ארבעטען און אן פיהרן מיט די ספינקא ת"ת וישיבה פון ב"פ.

אגב, הגאון הגדול רבי פישל'ע הערשקאוויטש איז בן בתו פון הגבאי ר' צבי אלימלך הכהן דים הי"ד.
ועמך כולם צדיקים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לא רציתי לפגום ולגרוע בחסידתו במונקאטש, רציתי רק לתת סימן עליו, והיות שעברו כבר כמה שנים מאז ששמעתי זאת ממנו, ואף אז הכרתי אותו באופן שאם הייתי מכירו ממרחק ד' אמות, הייתי רשאי לקרוא ק"ש של שחרית ולהניח טו"ת, וממילא אין זה מהנושא של האשכול מדת חסידותו של ר' מאיר במונקאטש, ולא כתבתי רק לסימנא.
ויישר כח הרב ביקסאד, כי עוררת את הזכרון שלי, ונזכרתי דברים יפים ששמעתי ממנו אודות הנהגתו של רבה האחרון של מונקאטש את הישיבה, אבל אין כאן מקומו
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

מיר ווילן זיך מורא'דיג באדאנקען פאר די אלע מגיבים, פאר אלע שקויעך'ס, און שפעציעל פאר אונזער נייעם 'וואונדערבארן' חבר הרב פלאי שיחי' פאר די אלע גאר אינטערסאנטע אינפארמאציע. יאפס, א אידישער ניגון איז עפעס מער ווי א 'ניגון'.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

צים פינטעל האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז "אילי הצדק" איז נישט באשאפן געווארן ביים קריג נאר פארן קריג. נאר ארבעה נקראו נחלה און לו חכתה נפשי, סרייסט ביים הארץ אלע דריי ניגונים, .


כפי ששמעתי פון הרה"ח ר' שאול הוטטערער ע"ה, זענען אלע דריי ניגונים נתחבר געווארן אין שטאט באבוב אין א בונקער וואו ר' יחזקאל'ע הי"ד האט זיך אויסבאהאלטן, רוב שטאט איז שוין געווען אויסגעזידלט, צווישן די וואס זענען געווען מיט איהם אין בונקער זענען געווען צוויי בחורים וועלכע האבן געהאט קרובים אין קראקא געטא, זיי האבן געפלאנט אהנצולויפן, האט ר' יחזקאלע זיי געהייסן אויסלערנן די ניגונים און אויסלערנן פאר וועמען זיי קענען

וכך הוה די בחורים זענען אנגעקומען אין קראקא געטא אין דארטן האבן זיי געפונען א חבורה באבאווער בחורים וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען כסדר (בתוכם הר"ר שאול הנ"ל) און זיי האבן אויסגעלערנט די ניגונים.
פירט אויס ר' שאול: ווען מיר האבן באקומען די ניגונים איז דאס געווען כמים קרים על נפש עיפה, עס איז נישט געווען קיין טריקן אויג בשעת מיר האבן איאיינעם געזינגן די ניגונים:
1) אילי הצדק ידועים...... זרעם בגוים נודעים.... נושעים מבין קצרי יד... וירא ישראל את היד.
2) ארבעה נקראו... זה היום נגילה חרות המצא לסגולה..... טרודים עתה בגולה יוזמנו ליום גאולה...... כאשר שמע לעגלה לאויביו יעשה כלה......
3) לו חכתה נפשי..... יודע בצר נפשי..... ויעלני מטיט רפשי, המוציאי ממסגר לחפשי...... בצר לי קראתיו ולא נטשי....
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אם שמעת מר' שאול בעצמו, אולי תוכל להשיבני מה שמעולם נתפלאתי. ידעתי כי ר' שאול הי' לו בכל ניגון נוסח אחר (או יותר טוב) מכל העולם. וכפי הבנתי הי' ר' שאול היחיד שהביא הניגונים להעולם, שכל השאר נהרגו הי"ד. והי' לי חקירה איך הי' סגנון נגונים אלו בפי העולם, שהלא אנו מכירים רק נוסחתו של ר' שאול.
כ"ז כתבתי לבדיחה בעלמא, כי ר' שאול בנה עולמות שלמים עם הנגונים שלו.
אבל רציתי לידע למען האמת, אם כל מכירי הנגון עברו דרך צינור ר' שאול?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

צום פינטל שרייבט
גלייכצייטיג וויל איך באמערקן אויף הרב "שעפטיל'ס" ערשטע מאמר. דאס וואס ער שרייבט פון ווייטצענער רב מיינט נישט די שנעלע ניגון "אחכה לו אחכה לו" נאר עס מיינט די "אני מאמין" וואס מען זינגט אין באבוב "אוי אחכה לו בעעעעכאל יום שעעעעיבא" די הארציגע ניגון וואס ברענגט ארויס א טרער דאס שטימט מיט אלעם וואס ער שרייבט וועגן די ניגון, משא"כ די שנעלע ניגון איז שוין באשאפן געווארן אין אמעריקא לויט ווי עס זעהט אויס און לויט די תנועות, סאיז נישט אלט מאדיש נאר זייער מאדערן והמבין יבין.

ניין עס איז דוקא יא דער ניגון אבער עס קימט שטייט און אביסל אדערש יאך האב עס געהערט פון א זון פון ווייצנער רב זצ"ל און אויך קענט איר עס הערן דא דער פדערדע ניגון
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אנטשולדיגט, ס'האט מיר נישט געמאכט קיין סענדז אז די ניגון רעדט דער ווייטצענער רב, אבער לויט ווי איך הער עס דארט שטימט שוין יא. אז מען רעד שוין פון דעם, פון ווי קומט די באבוב'ער ניגון אני מאמין בביאת המשיח, סאיז זייער הארציג,
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אפשר קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי עס גייט אדער בעסער ווי מען קען עס הערן
און אויב איר ווייסט אפשר אביסל מער פרטים ווער עס האט עס מחבר געווען און ווען זינגט מען עס און באבוב וכו'
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

צום פינטל
אין באבוב איז נישטא א ניגון אני מאמין
אפשר רעדסטו פון משה גאלדמאן'ס ניגון, וואס קען זיין דו האסט עס געהערט אין א באבובער קעמפ, אבער א באבובער ניגון אני מאמין איז נישטא
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

דער ניגון פורים לנו וואס מ'זינגט אין באבוב (איך מיין אז ס'איז אויך אביסל אויפגעכאפט אין די וועלט) האט ר' יחזקלע ראטטנבערג געמאכט אין קריג אין די באבובער געטא.

יעצט זענען די ווערטער אינמיטן דעם ניגון

ק-ל נאמן אב הרחמן קרב זמן.. קרב קץ...
הק-ל הנפרע לנו מצרינו, כאשר עשית לאבותינו, את צמח דוד וכו'

מער פארשטענדליך, נעמענדיג אין באטראכט די אומשטענדין, וואס יעדע ליאדע מינוט האבן געגענט אנקומען די געסטאפא פון גארליץ און מאכן די אויסזידלען, אזוי ווי ס'איז טאקע געווען ז' אלול תש"ב הי"ד
"
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

והוא פלאי האט געשריבן:אם שמעת מר' שאול בעצמו, אולי תוכל להשיבני מה שמעולם נתפלאתי. ידעתי כי ר' שאול הי' לו בכל ניגון נוסח אחר (או יותר טוב) מכל העולם. וכפי הבנתי הי' ר' שאול היחיד שהביא הניגונים להעולם, שכל השאר נהרגו הי"ד. והי' לי חקירה איך הי' סגנון נגונים אלו בפי העולם, שהלא אנו מכירים רק נוסחתו של ר' שאול.
כ"ז כתבתי לבדיחה בעלמא, כי ר' שאול בנה עולמות שלמים עם הנגונים שלו.
אבל רציתי לידע למען האמת, אם כל מכירי הנגון עברו דרך צינור ר' שאול?


ווי באקאנט ביים קדושת ציון ביים טיש איז דער עולם געשטאנען שטיל ביים טיש, מיט א מורא, קיינער האט נישט געזונגען.
געזונגען האט "נאר" דער קאפעלע, דער קדושת ציון פלעגט מיטצוזינגען, און זייער אפט "באגלייטן" מיט תנועה'ליך. די טיש ניגונים וואס מען זינגט היינט אין באבוב פלעגט דער קדושת ציון זיך אונטער צו ברומען.
עכ"פ, רבי שאול האט שוין פון יונגערהייט געזונגען און דעם קאפעלע, ווי ר' יחזקאלי אדער ר' מענדילי ראטענבערג האט עס אנגעפירט און אויסגעלערנט די ניגונים.
פארשטייט זיך אז פון אלע קריגס געבליבענע פון באבוב, קען זיך קיינער נישט פארמעסטן מיט עם, דער פראבלעם איז געווען, אז רבי שאול איז געקומען גאנץ שפעט קיין באבוב, און ביז דעמלאטס האט מען שוין געזונגען גרייזיג. און רבי שאול האט עס זעהר געבאדערט, יעדער חובב ניגונים וואס פארשטייט צו א ניגון וועט עם גאנץ שנעל פארשטיין.

איך גיי דא אראפ ברענגען א דוגמא ואס איך האב אמאל געהערט, וואס וועט הערליך ארויסברענגען די נושא.

רבי שאול ווען ער פלעגט זינגען דער וועלט באקאנטן באבוב'ער י-ה רבון, פלעגט נישט דאפלען די ווערטער "אנת הוא מלכא מלך מלכיא", איבעראלדאפלט מען עס, אפילו אין באבוב ביים טיש, ווי מען קען עס הערן אויף שבחין אסדר, עס איז אלעמאל געווען א חידוש. אבער המעיין ברמב"ם הלכות קדושת השמות, שרייבט דער רמב"ם אז איבעראל ווי עס שטייט "מלכא" אין דניאל איז עס חול, חוץ פון "אנת מלכא מלך מלכיא" יענס איז קודש. ודי.

רבי שאול האט זיך נישט גערירט פון זיין הייליגן רבי'ן, און אזוי האט ער ארויס געברענגט דער טיפזיניגקיט פונעם קדושת ציון וואס האט אינזינען געהאט א פארווארפענעם רמב"ם בשעת מחבר זייןא ניגון, אז עס זאל זיין 100 % אויסגעהאלטן לויט אלע דעות.

ואידך זיל גמור
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

דער בארימטער היימישער היסטאריקער הרה"ח ר' יונה לאנדא הי"ו, איז לעצטנס ארויס געקומען מיט א הערליכן ווערק, גאר א שיינער ספר מיטן נאמען 'מאקארוב', ווי ער צונעמט די גאנצע גזע, אלע מאקארובע רבי'ס - קינדער און אייניקלעך פונעם הייליגן רבי מאטעלע טשענאבלער זי"ע. דארטן איז פארהאן זייער אינטערסאנטע ידיעות איבער דאס לעבן אין אמעריקע נאך אסאך פאר די בראשית יארן, (ער האט דארט אויך א הערליכע הערכה אויפן חסיד'ישן קאמפאזער רבי יאסעלע טאלנער הי"ד, וועלכער האט מחבר געווען איבער 500 ניגונים) הקיצור, א שמועס פאר זעך.

ער שרייבט אז דער באקאנטער ניגון וועלכער קומט פון מארמאראש,
...גוטע ברודער, טייערע ברודער, ווען וועלן מיר זיך נאכאמאל זעהן... השי"ת וועט געבן געזונט און לעבן וועלן מיר זיך זעהן אין פריידן.. (עס זענען פארהאן קלענערע שינוים אין די נוסחאות, אבער בערך דאס איז דער ניגון) דאס איז געווען א בחינה פון א צוואה פון האדמו"ר רבי שמואל אברהם אבא האגער זי"ע פון הארעדענקא, א זון פונעם אמרי ברוך זי"ע און איידעם פון רבי משה מרדכי פון מאקארוב זי"ע, וואס מען האט אים אויפגענומען אלץ רב אין הארעדענקא אין בלויזן עלטער פון 28 יאר.
איינמאל איז ער געווען אויף א שבת אין בידעוולע - מארמאראש, און ער האט דארט פארפאסט דעם הארציגן תנועה'לע 'טייערע ברודער'.. וכו', און מיט דעם ניגון האט מען אים ארויסבאגלייט פון שטאט.
א גאר-קורצע צייט דערויף איז ער נסתלק געווארן אין יונגן עלטער פון 30 יאר, און מען האט זיך גלייך דערמאנט אין דעם ניגון וואס ער האט נארוואס פארפאסט, מיט די טרויעריגע מעלאדיע "ווען וועלן מיר זיך נאכאמאל זעהן.."
דער צדיק האט ברוח קדשו מרגיש געווען אז ער גייט זיך מער נישט געפונען אויף דעם עולם.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

עס איז דא דער "בלבבי משכן אבנה" פון הגר"י הוטנר זצ"ל וואס ער האט געמאכט בשעת ער איז געווען געפאנגען ביי די מחבלים הערבים ימ"ש
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שטרויזאק האט געשריבן:דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק

דאס איז נאר די פזמון פונעם ניגון, דער ניגון איז א לענגערע ניגון אויפן סדר פון שושנת יעקב. דארט זעהט מען קלאר אז ער רעדט פון די צווייטע וועלט קריג.
דער ניגון איז געדריקט במיליאו אין ספר ימי הפורים פון באר יהודא.
דארט שטייט אז עס איז פארפאסט געווארן אין אדר תש"ד דורך א בחור (כ'מיין אז נישט א גערער נאר א סאטמאר'ער) מיטן נאמען וויינבערגער (א ברודער מיטן דמשק אליעזר-סידור).
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

מאטעס האט געשריבן:עס איז דא דער "בלבבי משכן אבנה" פון הגר"י הוטנר זצ"ל וואס ער האט געמאכט בשעת ער איז געווען געפאנגען ביי די מחבלים הערבים ימ"ש


האט עס איינער בנמצא?

זינגט מען די ניגון אין חיים ברלין אמאל?
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שעפטיל האט געשריבן:הבט משמים
א גאר א הארציגער ניגון, אויף די ווערטער "הבט משמים וראה, קוק אראפ פון הימל און זעה, כי היינו לעג וקלס בגוים, וכו'.. נחשבנו כצאן.. ובכל זאת שמך לא שחכנו.. נא אל תשכחנו..
די פונקטליכע ווערטער פון די ניגון געדענק איך נישט, און קיין דעטאלן פון דעם ניגון ווייס איך נישט אדרבא דער עולם איז מכובד ארויסצוהעלפן.
אזויפיל ווייסעך עז עס קומט פון אוישוויץ.


אויב איר קענט קלאר מאכן פון וואו איר נעמט דאס אז מען האט דאס געמאכט אין אוישוויץ.

אינעם ביכל "דער פלאם פון אמאל - ניגוני ישראל" איז דא צוויי נסחאות.

איינס איז דאס וואס די חזנים זינגען, וואס איך האב אפגעשריבן פאריאר:

טאבאקא האט געשריבן:גאנץ א באוואוסט ליד, געזינגען דורך "דוד רויטמאן"
"הבט משמים"
ווי אויך ווערט דאס געזינגען אויפן סי די "טובים השניים" (נועם הפקות) דורך בן ציון מילער יעקב מוצען, וואס זיי זינגען דארט נאך א שטיקל וואס ער זינגט נישט
הבט משמים וראה כי היינו וכו'

הבט משמים וראה
קוק אראפ פון הימל און זעה
דיינע קינדער קלאגט מען
דיינע קינדער פלאגט מען
מ'מאכט א תל פון זיי

נעם פון זיי ראכע געשווינד
פאר דיין בלוט פון דיין ארימע קינד
טוה אונז איבערצייגן
אז דו וועסט זיי מער נישט שווייגן
הבט משמים וראה


איך האב פריער גערעדט מיט "הוצאת שירי חזנים" וואס זיי האבן אויך נאר אריינגעלייגט א האלבע ניגון אינעם "אמאליגע אידישע לידער", זאגט ער מיר אז ער האט יא געטראפן ווי רויטמאן זינגט דאס צווייטע העלפט וואס "טובים השניים" זינגט.
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

טאבאקא האט פארגעסן אז מיר האבן צוגעצייכנט אינעם אלבום א דאטום ווען דאס ליד איז רעקארדירט געווארן: 'תרפ"ג'. ממילא קומט אטאמאטיש אויס אז שעפטיל'ס הנחה איז אומריכטיג.

מיר האפן בקרוב אפצושרייבן דעם צווייטן העלפט און עס אריינלייגן. אין דערצווישנצייט ווער עס האט געקויפט דעם אלבום און וויל דעם פולן ליד, זאל אונז שיקן א מעלדונג און מיר וועלן עס אים אריבערשיקן.

מיט אנטשולדיגונג.
[email protected]
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פרייליכערהייט האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:פדה בשלום - סקולעני, איז פארפאסט געווארן ביים באפרייען

פדה בשלום - לובאוויטש, איז די מסורה איז ס'איז פארפאסט געווארן אין תפיסה,

דא די מעשה מיט'ן בעל התניא גייט אז בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן די ווערטער פדה בשלום נפשי , איז מען איהם געקומען מעלדן אז ער איז באפרייט , וועגן דעם ניגון ווייס עך נישט


ווארשיינדליך מיינט מען די ניגון "קלי אתה ואודך" וואס דאס האט דער אלטער רבי געזינגען אויפן וועג צום באלעמער, ווי ער האט געזאגט א דרשה נאכן באפרייען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך האב א גאנצע קאסעטע פון "געטא לידער".
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פרייליכערהייט האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:פדה בשלום - סקולעני, איז פארפאסט געווארן ביים באפרייען

פדה בשלום - לובאוויטש, איז די מסורה איז ס'איז פארפאסט געווארן אין תפיסה,

דא די מעשה מיט'ן בעל התניא גייט אז בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן די ווערטער פדה בשלום נפשי , איז מען איהם געקומען מעלדן אז ער איז באפרייט , וועגן דעם ניגון ווייס עך נישט


ווארשיינדליך מיינט מען די ניגון "קלי אתה ואודך" וואס דאס האט דער אלטער רבי געזינגען אויפן וועג צום באלעמער, ווי ער האט געזאגט א דרשה נאכן באפרייען.

דער תניא האט געהאלטן אינמיטן "זאגן" תהילים ביים פסוק פדה בשלום נפשי, ווען מען איז אים געקומען מעלדן אז ער איז באפרייט,
לכבוד דעם האבן ליבאוויטשער חסידים ארויףגעלייגט א ניגון אויף די ווערטער, וואס מען זינגט י"ט כסלו
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”