ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

עס איז דא א ביכל וועגען די חבורה עס הייסט 'אלה שלא נכנעו', ס'איז א חוב קדוש צו ליינען, כ'מיין אז דער מתתיהו איז געווען א בעל תשובה אדער איז ער געקומען פון א מאדערנע שטוב און אין גור איז ער געווארען א חסיד בכל איבריו, עס דארף צוזיין א בילד פון איהם צוזאמען מיטן אמרי אמת זי"ע.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כוח שעפטיל, גאר גאר שיין!

כ,אב דיר גלייך געוואלט אריינהאקן אז עלינו לשבח האט יהושע בן נון מתקן געווען, אבער איך זע אז יהיה כן האט שוין מעיר געווען דערויף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

צום זאך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:און דער ניגון יוודע בגויים וואס דער ניגון רעדט פאר זיך אין וואסערע מצב און אינטער וועלכע עינויים קשים דער סקולענער רבי זי"ע האט זיי מחבר געווען.

עפעס האב איך אמאל געהערט בשייכות מיט דעם ניגון, אז דער סקולענער רבי זי"ע האט עס געזינגען ביי א גרויסן צוזאמקום פון גרויסע פערזענליכקייטן אין שפיץ פון די רומענישע רעגירונג ווי אונטער זיי איז ער געפאניגט געווארן און ער האט געבעטן מ'זאל עם לאזן זינגען א ניגון, ס'איז זיי נישט איינגעפאלן אז ער וועט זיי פאררעטן, און היות עס האבן זיך דארט באטייליגט אויך פארשידענע אידישע פערזענליכקייטן פון אנדערע לענדער האט ער גענוצט דעם ניגון אז זיי זאלן פארשטיין ברמיזה אין וואספארא מצב ער געפונט זיך, און דאס האט טאקע געהאלפן זיין הצלה.

איך האב אויך געהערט די זעלבע מעשה.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

זייער אינטערעסאנטע ידיעות, שכוח שעפטיל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

"ועל כולם אלוק סליחות וכו' [באבוב] אויך געזונגען אויף "גוט שבת שרייט אלע וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

צום זאך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:און דער ניגון יוודע בגויים וואס דער ניגון רעדט פאר זיך אין וואסערע מצב און אינטער וועלכע עינויים קשים דער סקולענער רבי זי"ע האט זיי מחבר געווען.

עפעס האב איך אמאל געהערט בשייכות מיט דעם ניגון, אז דער סקולענער רבי זי"ע האט עס געזינגען ביי א גרויסן צוזאמקום פון גרויסע פערזענליכקייטן אין שפיץ פון די רומענישע רעגירונג ווי אונטער זיי איז ער געפאניגט געווארן און ער האט געבעטן מ'זאל עם לאזן זינגען א ניגון, ס'איז זיי נישט איינגעפאלן אז ער וועט זיי פאררעטן, און היות עס האבן זיך דארט באטייליגט אויך פארשידענע אידישע פערזענליכקייטן פון אנדערע לענדער האט ער גענוצט דעם ניגון אז זיי זאלן פארשטיין ברמיזה אין וואספארא מצב ער געפונט זיך, און דאס האט טאקע געהאלפן זיין הצלה.


דוכט זיך עס ווערט געברענגט אין דעם ספר/בוך וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק אונטער עפעס א נאמען ווי פעולת צדיק אדער צדיק מה פעל וכדו' איבער סקולענע רבי.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

farshlufen האט געשריבן:"ועל כולם אלוק סליחות וכו' [באבוב] אויך געזונגען אויף "גוט שבת שרייט אלע וכו'.


דער ועל כולם ניגון איז געמאכט געווארן דורך א באבוב'ע חסיד בעצם יום הקדוש, זייענדיג אונטער די נאנציס ימ"ש האט ער געמוזט גראבן א גרוב, און אזוי גראבנדיג האט ער פארפאסט דעם ניגון, ס'איז מער אזא תנועה פון איין פאל,
עס ווערט געזינגען אסאך מאל ביי די יאקאב מסיבות,
אז איינער קען דאס אהער ברענגען איז גוט, (דאכט זיך ס'איז שוין גערעדט געווארן פון דעם אמאל)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שעפטיל, א ריזיגען יישר כח, האסט עס גאר רייך באשריבן און בכלל האסטו געפענט גאר א גוטער אשכול.

איך האב נישט וואס צוצילייגן, נאר אז איך שעפ ידיעות פון יעדעם דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

שכח הערשל
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

שעפטל האט געשריבען: "
אין באבובער הויף איז אויך דא ניגונים פארפאסט אין די פינסטערע אומשטענדן, דורך הה"ק בעל קדושת ציון, און זיינע חסידים, ווי הרה"ח ר' יחזקאל'ע ראטנבערג הי"ד (פארפאסער פון דעם באקאנטן איזהו מקומן ניגון), ווי דער אידישער באבובער ניגון אב הרחמים, ווער ס'ווייסט מער איז מכובד פארצוזעצן"

רעדענדיג וועגען דעם אידיש'ער אב הרחמים ניגון פון הרה"ח ר' יחזקאל'ע ראטנבערג הי"ד איז כדי צו דערמאנען וועגן דעם ניגון אב הרחמים [הוא ירחם] פון האדמו"ר מהר"ש זצוק"ל :
אין די סוף ל' יאהרן אנהייב זיממער איז געוועהן צוויי באבוב'ער אינגעלייט וואס האבן צוזאמען געפארן אין א קאר און רח"ל האבן געקראכט און ל"ע ביידע אויסגעהויכט זייערע נשמה
ווען די ביטערע בשורה איז אנגעקומען צו האדמו"ר מהר"ש זצ"ל וואס האט דעמאלס געוויילט אינ'ם קאנטרי [דאכט'סיך מיר אין ווייט לעיקן] איז ער געווארן אויס מענטש און ער איז איז אריינגעלאפען אין וואלד, אין דארט אין וואלד האט ער מחבר געוועהן דעם התרגשות'דיגע ניגון
די מעשה גייט ווייטער אז בתוך ימי השבעה איז ביי איינע פון די אינגעלייט געבוירן געווארן א קינד, און ביים ברית האט האדמו"ר מהר"ש זצ"ל געגעבען די זעלבע נאמען ווי די טאטע ע"ה, און בשעת קריאת השם איז דארט געוועהן שרעקליכע בכיות, (דאכט'סיך מיר אז איינע פין די אינגעלייט הייסן "קלאגסברויט" -עפעס אזוי-)
[מפי השמועה - איך נעם נישט אחריות אויף די מעשה]
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שעפטיל,
א הערליכע אריינפיר צו גאר א געשמאקער אשכול, מגלגלין זכות ע"י זכאי.
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

שאץ מאץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:"ועל כולם אלוק סליחות וכו' [באבוב] אויך געזונגען אויף "גוט שבת שרייט אלע וכו'.


דער ועל כולם ניגון איז געמאכט געווארן דורך א באבוב'ע חסיד בעצם יום הקדוש, זייענדיג אונטער די נאנציס ימ"ש האט ער געמוזט גראבן א גרוב, און אזוי גראבנדיג האט ער פארפאסט דעם ניגון, ס'איז מער אזא תנועה פון איין פאל,
עס ווערט געזינגען אסאך מאל ביי די יאקאב מסיבות,
אז איינער קען דאס אהער ברענגען איז גוט, (דאכט זיך ס'איז שוין גערעדט געווארן פון דעם אמאל)
.


טאקע ביי איינע פון די יאקאב מסיבות האב איך געהערט,
אז די ניגון גייט לויטן גראבן מיטן שאוועל,
ווער ס'קען דעם ניגון פארשטייט וואס איך מיין

סלח סלח לנו.......... איז צוויי האקעס מיטן שאוועל
ועל ועל כולם............. צווי האקעס, אין געלייגט די זאמד אין די זייט ביי כולם

איך האף עטץ פארשטייטס וואס איך רעד.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

מ'רעדט דא צווישן די שורות איבער יאקאב מסיבות, קען מיר איינע געבן צו פארשטיין די באדייט דערפון?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער ניגון "מאת ה' היתה זאת", וואס עס ווערט אויך אפט באנוצט אויף צו גראמען דערמיט, איז געמאכט געווארן נאכן פטירה פונעם אהבת-ישראל פון וויזשניץ:

דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן תיכף ביים זמן פון שבת, די חסידים זענען נאך געווען אונטערן רושם פון די טראגעדיע; נאכן דאווענען זענען די קינדער פונעם אהבת-ישראל אריינגעגאנגען צום צימער וואו דער נפטר איז געלעגן און דער דמשק אליעזר האט אנגעהויבן צו זינגען "מאת ה' היתה זאת, הוא נפלאת בענינו", ער האט דעמאלס מחבר געווען נאר די ערשטע האלב פונעם ניגון, וועלכער איז א שטייטע און טרויעדיגע מעדאליע; נאכן קריג, ווען דער אמרי חיים איז שוין געווען אין ארץ-ישראל, האט ער אמאל ביי א חנוכת הבית מחבר געווען דעם צווייטן טייל פונעם ניגון אויף "זה היום עשה ה'", וועלכער זינגט זיך שוין מער פרייליך, און עס צוגעשטעלט צו זיין ברודער'ס ניגון.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

זיס; שקוח פאר די אינטערסאנטע אינפארמאציע. די מיינסט אוודאי די ניגון וואס מען 'זאגט'..
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

אן הערליכער רייכער אשכול, ישר כח ר' שעפטיל.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

שאץ מאץ האט געשריבן:פדה בשלום - סקולעני, איז פארפאסט געווארן ביים באפרייען

פדה בשלום - לובאוויטש, איז די מסורה איז ס'איז פארפאסט געווארן אין תפיסה,

בך בטחו - סאטמאר, איז א אלטע ניגון אויף כה אמר ד' זכרתי לך, און אויפן באן האט מען דאס געזינגען אויף בך בטחו,
.

די מעשה מיט'ן בעל התניא גייט אז בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן די ווערטער פדה בשלום נפשי , איז מען איהם געקומען מעלדן אז ער איז באפרייט , וועגן דעם ניגון ווייס עך נישט
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

דער ניגון האבן די חסידים געמאכט שפעטער
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בנוגע לועל כולם שמעתי מבן המחבר, ר' משה חיים מאנדלבוים ע"ה, שאביו ר' יוסלי ע"ה חיברו קודם המלחמה רק נתפרסם בשעת המלחמה, כאשר עבדו ביום כיפור
בנוגע ניגונים בצל המות, יש ג' ניגונים שחיברם ר' יחזקאלי ראטענבערג ע"ה הי"ד, הכותב בבית הקדושת ציון מבאבוב שנתחברו בגעטא ויש אומרים בבונקער, על פיוטים של שביעי ואחרון של פסח, וחסידי באבוב מנגנים הנגונים בשביעי ואחרון של פסח
אילי הצדק
ארבעה נקראו נחלה
לו חכתה נפשי

יש ניגון שהקדושת ציון מבאבוב חיברו בשבת הראשונה שברח מבאבוב במלחמה"ע הראשון, על לכה דודי, והוא הניגון שמזמרו האדמו"ר מבאבוב שליט"א על ברוך ה' יום יום בחנוכה, וחסידים אמרו שמרגישים הצרות בהניגון

מענין לענין
יש ניגון שניגון ר' אשר זעליג מרגליות ז"ל קודם מצוה טאנץ עקביא בן מהלאל, כמדומה שיש סיפור שחזן אחד חיברו בצל המות

לפלא שלא הזכיר בהקדמה להאשכול התנועה של כל נדרי נתחבר בצל המות

יש נגונים שנתחברו בצל צרות אחרות, כגון עניות, יש בבאבוב ניגון מר' עזריאל מאנדעלבוים ע"ה הי"ד, שזמרו ר' יחזקאל שמש הי"ד על מי בן שיח (אגב חיסר תנועה אחת) שאומרים, שר' עזריאל הי' עני גדול, וכאשר הדליף מטר לתוך הבית עשה הניגון על קצב הטיפות גשמים, ובהתחלת הניגון ניכר מאד.
למה זה תשאל לשמי...
mona lamm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mona lamm »

לעניית דעתי האט געשריבן:די ניגון 'מהר יקדמנו רחמיך' (וואס ס'איז אויפן 'חזק' טעיפ) - איז פארפאסט געווארן ווען ער [ר' משה גאלדמאן] האט געהערט אינדערפרי אז מ'האט געשאסן יחזקאל שמש. ער איז זייער איבער גענומען געווארן דעמאלס. און פארענדיג אויפ'ן היי וועה האט ער דאס געמאכט. עס איז געוועהן א דאנערשטאג. דער ניגון איז מורא'דיג הארציג.
mona lamm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mona lamm »

והוא פלאי האט געשריבן: יש ניגונים שנתחברו בצל צרות אחרות...


לעניית דעתי האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון חזק טעיפ וועל איך פארציילן וועגן דעם ריבונו של עולם ניגון.
ר"מ אין די ערשטע יארן האט געהאט א גרויסע פלאסטיק פאבריק און געמאכט שיין פרנסה.
יארן שפעהטער צוליב געוויסע קאמפאניס אין china איז ער אבער געצווינגן געוועהן דאס צו צומאכן.

דעמאלטס זייענדיג אין א גרויסע קלעם פון דעם מצב האט ער מיט א צובראכן פארווייטאגט הארץ מחבר געוועהן דעם ניגון.

ריבונו ריבונו של עולם, ריבונו של עולם; אוי ריבונו ריבונו של עולם, ריבונו של עולם;
אוי ותמהר, ותחיש, ותחיש לגאלינו.... אוי ס'טייטשט אזוי גוט די ווערטער.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

והוא פלאי האט געשריבן:בנוגע ניגונים בצל המות, יש ג' ניגונים שחיברם ר' יחזקאלי ראטענבערג ע"ה הי"ד, הכותב בבית הקדושת ציון מבאבוב שנתחברו בגעטא ויש אומרים בבונקער, על פיוטים של שביעי ואחרון של פסח, וחסידי באבוב מנגנים הנגונים בשביעי ואחרון של פסח
אילי הצדק
ארבעה נקראו נחלה
לו חכתה נפשי
.

שוב מצאתי פה בהאשכול אודות זיידל ראוונר לינק ושם יש אלו הג' ניגונים
http://homepage.mac.com/ykwadrat/bbc/Old%20Songs.html
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”