ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

פארטיזאנען ליד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

דער דאזיגער ליד\מארש איז געווען גאנץ פאפולער צווישן די פריערדיגע חזנים און זינגער, און עס ווערט געזינגען צווישן אנדערע דורך "משה קאסעוויצקי און "פנחס בורנשטיין".

אינעם אלבום "עם ישראל חי" האט "עקיבא צימערמאן" אריינגעלייגט דעם ליד ווי עס ווערט געזינגען דורך משה קאסעוויצקי לייף,
און ער שרייבט דארט ווי פאלגנד:
6. שיר הפרטיזנים (ביידיש). מילים: הירש גליק, לחן: דימיטרי פאקראס.


זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג
הימלען בלייענע פארשטעלן בלויע טעג
קומען וועט דאך אונזער אויסגעבענקטע שעה
עס וועט א פויק טאן אונזער טראט מיר זענען דא

פון גרינעם פאלמען לאנג ביז לאנד פון ווייסן שניי
מיר זענען דא מיט אונזער פיין מיט אונזער וויי
און ווי געפאלן איז א שפראץ פון אונזער בלוט
שפראצן וועט דארט אונזער גבורה אונזער מוט

ס'וועט די מארגן זון באגילדן אונז דעם היינט
און דער נעכטן ווערט פארשוואונדן מיטן פיינט
נאר אויב פארזוימען וועט די זון און דער ?
ווי א פאראל זאל גיין דאס ליד פון דור צו דור

געשריבן איז דאס ליד מיט בלוט און ניט מיט בליי
ס'איז ניט קיין לידל פון א פויגל אויף דער פריי
דאס האט א פאלק צווישן פיילענדיגע ווענט
דאס ליד געזינגען מיט מאגאנעס אין די הענט
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

מאטעס האט געשריבן:עס איז דא דער "בלבבי משכן אבנה" פון הגר"י הוטנר זצ"ל וואס ער האט געמאכט בשעת ער איז געווען געפאנגען ביי די מחבלים הערבים ימ"ש


דאכט זיך אז נאר די ווערטער פין דעם ניגון קומט פין אים

די קאמפאזער פין דעם ניגון איז ר' שמואל ברזיל

דאס זענען די ווערטער (מיוסד על שירו של בעל ה'חרדים')

בלבבי משכן אבנה להדר כבודו, ובמשכן מזבח אשים לקרני הודו, ולנר תמיד אקח לי את אש העקידה, ולקרבן אקריב לו את נפשי, את נפשי היחידה.
עי.בי.סי.
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי.בי.סי. »

שטרויזאק האט געשריבן:דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק



איך האב נישט געוויסט אז די ניגון האט אזא דערהויבענע מקור,
אלזא און אז מ'רעדט שוין פון דעם ניגון איז כדאי צו וויסן ווי אזוי איז די ארגינעלע נוסח הניגון?
שיק אונז משיח 'אויף משלוח מנות' אדער 'און לייז אונז אויס פון גלות'?
מ'הערט צווישן ציבור ביידע נוסחאות...
די שטענדיגע לעבנסוויכטיגע ווייטעמינען זענען:
ווייטעמין עי. בי. און סי. - א'מונה, ב'טחון און ש'מחה
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לחיים ולברכה האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'


דער ניגון האט פארפאסט א עילוי שבעילוים א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין א פולישע בחור מיטן נאמען 'מתתיהו', ליידער איז ער געבליבען דארט. הגאון הגדול רבי שמואל וואזנער שליט"א רעדט אסאך פון איהם, ואכמ"ל.

דער ניגון האט געהאט א דאפעלטע באדייט, געזעצען זענען א גרופע חסידישע בחורים טיף אין דער וואלד,
א) זיי האבען מורא געהאט אנצו צינדען א פייער אפילו ווייל שטארק יתכן דער נאציס וועלען באמערקן דער רויעך, פארטיזאנען האבען זיך אויך באהאלטן און געארבעט פון דארט.
ב) דער חסידישע פייער האט געפלאקערט בתוך לבבם, אבער ליידער פון אינדרויסען האט מען דאס נישט געקענט ארויס זעהן, ווייל אן פיאות, אן א בארד, אן דער חסידישע מלבושים...

איך וואלט שטארק געוואלט וויסען ווי מ'קען הערען דעם ניגון.
(דאכצעך עס גייט מיטן טאט פון דער אבינו מלכנו ניגון)
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

ישלהוסיף האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'

דאכצעך עס גייט מיטן טאט פון דער אבינו מלכנו ניגון

אויך היום הרת עולם.
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

ישלהוסיף האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'


דער ניגון האט פארפאסט א עילוי שבעילוים א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין א פולישע בחור מיטן נאמען 'מתתיהו', ליידער איז ער געבליבען דארט. הגאון הגדול רבי שמואל וואזנער שליט"א רעדט אסאך פון איהם, ואכמ"ל.

דער ניגון האט געהאט א דאפעלטע באדייט, געזעצען זענען א גרופע חסידישע בחורים טיף אין דער וואלד,
א) זיי האבען מורא געהאט אנצו צינדען א פייער אפילו ווייל שטארק יתכן דער נאציס וועלען באמערקן דער רויעך, פארטיזאנען האבען זיך אויך באהאלטן און געארבעט פון דארט.
ב) דער חסידישע פייער האט געפלאקערט בתוך לבבם, אבער ליידער פון אינדרויסען האט מען דאס נישט געקענט ארויס זעהן, ווייל אן פיאות, אן א בארד, אן דער חסידישע מלבושים...

איך וואלט שטארק געוואלט וויסען ווי מ'קען הערען דעם ניגון.
(דאכצעך עס גייט מיטן טאט פון דער אבינו מלכנו ניגון)


דא האסטו דעם ניגון
https://copy.com/dE2uNYLgKOPcZhdj
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

סקולענער 'לכה דודי' איז פארפאסט געווארן אין תפיסה, צוליב די ווייניג ערלויבטע צייט צו דאווענען האט מען געמאכט א שנעלן ניגון, ומחמת חביבות איז עס פארבליבן.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

די מעשה מיט'ן סקולענער ' תבא לפניך' דאכט זיך, אז מ'האט אלע רבנים מכבד געווען צו רעדן, נו דארף מען דאך נישט ערקלערן אז אלעס איז אוטאמאטיש (מחמת המציק) געגאנגען בשבחם של..., דער סקולענער רבי ז''ל האט געזאגט אז ער איז נישט קיין רעדנער ענדערש א קאמפאזער, און ער האט א נייעם ניגון לכבוד המאורע (המאורעות)....
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

קהלת האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'


דער ניגון האט פארפאסט א עילוי שבעילוים א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין א פולישע בחור מיטן נאמען 'מתתיהו', ליידער איז ער געבליבען דארט. הגאון הגדול רבי שמואל וואזנער שליט"א רעדט אסאך פון איהם, ואכמ"ל.

דער ניגון האט געהאט א דאפעלטע באדייט, געזעצען זענען א גרופע חסידישע בחורים טיף אין דער וואלד,
א) זיי האבען מורא געהאט אנצו צינדען א פייער אפילו ווייל שטארק יתכן דער נאציס וועלען באמערקן דער רויעך, פארטיזאנען האבען זיך אויך באהאלטן און געארבעט פון דארט.
ב) דער חסידישע פייער האט געפלאקערט בתוך לבבם, אבער ליידער פון אינדרויסען האט מען דאס נישט געקענט ארויס זעהן, ווייל אן פיאות, אן א בארד, אן דער חסידישע מלבושים...

איך וואלט שטארק געוואלט וויסען ווי מ'קען הערען דעם ניגון.
(דאכצעך עס גייט מיטן טאט פון דער אבינו מלכנו ניגון)


דא האסטו דעם ניגון
https://copy.com/dE2uNYLgKOPcZhdj


א גאר גרויסע יישר כח, איר האט מיר זייער שטארק ארויס געהאלפען, איך האב דאס געדארפט זייער וויכטיג, אשרי חלקך.
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

מאטעס האט געשריבן:עס איז דא דער "בלבבי משכן אבנה" פון הגר"י הוטנר זצ"ל וואס ער האט געמאכט בשעת ער איז געווען געפאנגען ביי די מחבלים הערבים ימ"ש


This song was not composed by R' Yitzchok Hutner. He composed the words based on a Piyut from the Baal HaChareideim, but the tune was composed by R' Shmuel Shmelka Brazil Shlita"
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

סאדע_באטל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועגן אני מאמין, איז באקאנט ביי די תלמידי וחסידי ברך משה מ'סאטמאר, אז ער פלעגט אייביג צו זאגן אז אין די שווערסטע זמנים האט ער זיך מחזק געווען מיט די אני מאמין ניגון..


איך האב מיר אייביג געוואונדערט, אויב איז די ניגון קאמפאזירט געווארן אויף די באן קיין אוישוויץ, דורך א פוילישע איד, ווי אזוי איז די ניגון אנגעקומען צום ברך משה זי"ע, אין די שווערע צייטן ?

לעצטנס גערעד מיט איינעם וועגן די ניגון איז אונז שווער געווען די זעלבע קשיא. א זוך אונליין אויפן ניגון האט מיך אהערגעברענגט.

איך וואונדער מיך אויך.
אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפעריש »

איך וואונדער מיך אויך.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פרייליכערהייט האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:פדה בשלום - סקולעני, איז פארפאסט געווארן ביים באפרייען

פדה בשלום - לובאוויטש, איז די מסורה איז ס'איז פארפאסט געווארן אין תפיסה,

דא די מעשה מיט'ן בעל התניא גייט אז בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן די ווערטער פדה בשלום נפשי , איז מען איהם געקומען מעלדן אז ער איז באפרייט , וועגן דעם ניגון ווייס עך נישט


ווארשיינדליך מיינט מען די ניגון "קלי אתה ואודך" וואס דאס האט דער אלטער רבי געזינגען אויפן וועג צום באלעמער, ווי ער האט געזאגט א דרשה נאכן באפרייען.

פון וואו נעמסטו אז די ניגון האט דער בעל התניא געזונגען דאן?

ווי מען האט שוין געשריבן איז פדה בשלום ניגון האט חסידי חב"ד געמאכט אין די צייט פון דער בעל התניאס זון דער מיטעלער רבי אדער אפשר שפעטער.

אבער דער ניגון "י"ב תמוז ניגון האט געמאכט דו"ז הרב החסיד ר' אהרן חאריטונוב ווען דער פריערדיקער רבי איז געווען אין תפיסה
http://www20.chassidus.com/audio/nigun/ ... eginah.mp3
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ידעתי האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועגן אני מאמין, איז באקאנט ביי די תלמידי וחסידי ברך משה מ'סאטמאר, אז ער פלעגט אייביג צו זאגן אז אין די שווערסטע זמנים האט ער זיך מחזק געווען מיט די אני מאמין ניגון..


איך האב מיר אייביג געוואונדערט, אויב איז די ניגון קאמפאזירט געווארן אויף די באן קיין אוישוויץ, דורך א פוילישע איד, ווי אזוי איז די ניגון אנגעקומען צום ברך משה זי"ע, אין די שווערע צייטן ?

לעצטנס גערעד מיט איינעם וועגן די ניגון איז אונז שווער געווען די זעלבע קשיא. א זוך אונליין אויפן ניגון האט מיך אהערגעברענגט.

איך וואונדער מיך אויך.

ווען האט מען די פוילישע אוועק געפירט און ווען האט מען געפירט די פון טראנסילוואניע?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

צו געזונט האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וועגן אני מאמין, איז באקאנט ביי די תלמידי וחסידי ברך משה מ'סאטמאר, אז ער פלעגט אייביג צו זאגן אז אין די שווערסטע זמנים האט ער זיך מחזק געווען מיט די אני מאמין ניגון..


איך האב מיר אייביג געוואונדערט, אויב איז די ניגון קאמפאזירט געווארן אויף די באן קיין אוישוויץ, דורך א פוילישע איד, ווי אזוי איז די ניגון אנגעקומען צום ברך משה זי"ע, אין די שווערע צייטן ?

לעצטנס גערעד מיט איינעם וועגן די ניגון איז אונז שווער געווען די זעלבע קשיא. א זוך אונליין אויפן ניגון האט מיך אהערגעברענגט.

איך וואונדער מיך אויך.

ווען האט מען די פוילישע אוועק געפירט און ווען האט מען געפירט די פון טראנסילוואניע?

אינמיטען די וועלט מלחמה
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די פוילישע האט מען שוין געפירט אין 1942, בשעת די אנדערע האט מען געפירט איין, צוויי, אדער דריי יאהר שפעטער צו די שחיטה.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'איז ערשינען בערך פאר א יאר א אידישער באנד - כ'דענק נישט דעם נאמען - פון אלטע אידישע ניגונים, איינגעטיילט לויט קאטאגאריעס, גלות, גאולה, אמונה, שבת, א.א.וו.

רוב פון די א.ד. ניגונים קען מען דארט געפונען אונטערן נאמען פונעם מחבר.

איין ספעציעלער ניגון:

אין א ליטוויש דערפל ווייט
פון א הייזקע אין דער זייט וכ"ו

א ניגון וואס רייסט שטיקער.

זיך לאנג געוואונדערט ווער ס'איז די מחבר פון דעם ניגון "אין א ליטוויש דערפל".
ס'איז לכאורה די טרויעריגסטע ניגון וואס איך קען (איינס דערנאך איז "די בריוו טרעגער" פון ר' יאנטל ז"ל).
איינער ווייסט?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

עי.בי.סי. האט געשריבן:
שטרויזאק האט געשריבן:דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק



איך האב נישט געוויסט אז די ניגון האט אזא דערהויבענע מקור,
אלזא און אז מ'רעדט שוין פון דעם ניגון איז כדאי צו וויסן ווי אזוי איז די ארגינעלע נוסח הניגון?
שיק אונז משיח 'אויף משלוח מנות' אדער 'און לייז אונז אויס פון גלות'?
מ'הערט צווישן ציבור ביידע נוסחאות...

דער ניגון האט מחבר געווען הבחור החתן הנפלא משה וויינבערגער מפאיע הי"ד, תלמיד הרה"ג מפאיע הי"ד.
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

קהלת האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'


דער ניגון האט פארפאסט א עילוי שבעילוים א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין א פולישע בחור מיטן נאמען 'מתתיהו', ליידער איז ער געבליבען דארט. הגאון הגדול רבי שמואל וואזנער שליט"א רעדט אסאך פון איהם, ואכמ"ל.

דער ניגון האט געהאט א דאפעלטע באדייט, געזעצען זענען א גרופע חסידישע בחורים טיף אין דער וואלד,
א) זיי האבען מורא געהאט אנצו צינדען א פייער אפילו ווייל שטארק יתכן דער נאציס וועלען באמערקן דער רויעך, פארטיזאנען האבען זיך אויך באהאלטן און געארבעט פון דארט.
ב) דער חסידישע פייער האט געפלאקערט בתוך לבבם, אבער ליידער פון אינדרויסען האט מען דאס נישט געקענט ארויס זעהן, ווייל אן פיאות, אן א בארד, אן דער חסידישע מלבושים...

איך וואלט שטארק געוואלט וויסען ווי מ'קען הערען דעם ניגון.
(דאכצעך עס גייט מיטן טאט פון דער אבינו מלכנו ניגון)


דא האסטו דעם ניגון
https://copy.com/dE2uNYLgKOPcZhdj

קען איינער איבערשיקען דער ניגון?
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

גלאזער האט געשריבן:
עי.בי.סי. האט געשריבן:
שטרויזאק האט געשריבן:דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק



איך האב נישט געוויסט אז די ניגון האט אזא דערהויבענע מקור,
אלזא און אז מ'רעדט שוין פון דעם ניגון איז כדאי צו וויסן ווי אזוי איז די ארגינעלע נוסח הניגון?
שיק אונז משיח 'אויף משלוח מנות' אדער 'און לייז אונז אויס פון גלות'?
מ'הערט צווישן ציבור ביידע נוסחאות...

דער ניגון האט מחבר געווען הבחור החתן הנפלא משה וויינבערגער מפאיע הי"ד, תלמיד הרה"ג מפאיע הי"ד.

די ניגון קומט בפשטות צו זינגען אויף משלוח מנות ווייל אזוי גראמט עס מיט רחמנות איך טראכט אז ער האט דאס געמאכט פורים אין לאגער ווען ער האט נישט געקענט ליידער שיקן קיין משלח מנות, האט ער אזוי ארויסגעגעבן זיינע געפילן אז די באשעפער זאל אונז שיקן משיח אויף משלוח מנות, נאר ווען מ'זינגט דאס אינמיטן יאר קומט נישט אריין די ווערטער משלח מנות ממילא האט מען דאס געטוישט צו לייז אונז אויס פון גלות הגם ס'גראמט נישט עכט, כנלענ"ד, און מ'מעג מחולק זיין
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אויב דענק איך גוט איז דער בחור וויינבערגער הי"ד געווען א גרויסער עילו.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גבר ישראל האט געשריבן:
קהלת האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:דו מיינסט אוודאי;

א פייער זאל ברענען, א רויעך זאל נישט גיין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין וכו'


דער ניגון האט פארפאסט א עילוי שבעילוים א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין א פולישע בחור מיטן נאמען 'מתתיהו', ליידער איז ער געבליבען דארט. הגאון הגדול רבי שמואל וואזנער שליט"א רעדט אסאך פון איהם, ואכמ"ל.

דער ניגון האט געהאט א דאפעלטע באדייט, געזעצען זענען א גרופע חסידישע בחורים טיף אין דער וואלד,
א) זיי האבען מורא געהאט אנצו צינדען א פייער אפילו ווייל שטארק יתכן דער נאציס וועלען באמערקן דער רויעך, פארטיזאנען האבען זיך אויך באהאלטן און געארבעט פון דארט.
ב) דער חסידישע פייער האט געפלאקערט בתוך לבבם, אבער ליידער פון אינדרויסען האט מען דאס נישט געקענט ארויס זעהן, ווייל אן פיאות, אן א בארד, אן דער חסידישע מלבושים...

איך וואלט שטארק געוואלט וויסען ווי מ'קען הערען דעם ניגון.
(דאכצעך עס גייט מיטן טאט פון דער אבינו מלכנו ניגון)

דא האסטו דעם ניגון
https://copy.com/dE2uNYLgKOPcZhdj

קען איינער איבערשיקען דער ניגון?

די'ע ניגון ווערט געזינגען אויפן סידי "החתונה הגדולה" פון מונה רוזנבלום, און דאכט זיך אויף "א פרישע טאנץ" פון ווידער האט ער עס אויך געזינגען, אבער פארדרייט דעם ניגון אז ס'הערט זיך ממש ווי "עשה עימנו צדקה וחסד", וואס ארגינעיל קומט עס אנדערש (מיט איין סקעיל העכער).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

שמואל בארג האט געשריבן:אויב דענק איך גוט איז דער בחור וויינבערגער הי"ד געווען א גרויסער עילו.

גאר געלונגען געווען, פאיער רב ז"ל האט געזאגט אז ווען ער לעבט ווען איבער די קריג וואלטן אלע בדחנים זיך געדארפט פארשטעקן.
ער האט פארפאסט נאך ניגונים וואס דער פאיער רב פלעגט זינגען
זיין רבי און קרוב דער אלטער פאיער רב הי"ד האט אים נאך אלס בחור מכבד געווען מיט בדחנות בעת שמחת חתן וכלה, ער האט געגראמט מיט די הענט אויף די אויגן, און אנטרינען ביים ענדע..
בעפאר די קריג איז ער א חתן געווארן, נעבעך אומגעקומען.
געהאט א ברודער דא ר' אליעזר וויינבערגער ז"ל
ס'קען זיין דו רעדסט פון פאיער רב'ס ברודער וואס איז אויך געווען א עילוי.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ניגונים אונטערן שאטן פון טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך געדענק נאכזאגן פון ר' אליעזר וויינבערגער אז ער איז געווען אן עילו.

אז דו רעדסט פון פאיער רב'ס ברודער, אין זיין ספר שרייבט דער פאיער רב אז ווען ער האט זיך געטראפן די ערשטע מאל אין אמעריקא מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע, האט אים דער רבי געפרעגט עפעס אזא לשון "וועלכע זון ביסטו, דער עילו אדער פון די זמנים?..."
דור ודורשיו
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דור ודורשיו »

גלאזער האט געשריבן:
עי.בי.סי. האט געשריבן:
שטרויזאק האט געשריבן:דער ניגון וואס ווערט געזינגען מיט השתפכות הנפש אין דעם הייליגן טאג פורים

רבוש"ע טאטעניו געטרייער,
קוק אראפ פון הימל און לעש שוין אויס דאס פייער.
שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות,
שיק אונז משיח אויף משלוח מנות.

איז אויך פארפאסט געווארן אין געטא פאר פורים (עס דאכט זיך מיר אז דורך א גערער בחור).
אגב, פאר איך האב געוואוסט די מקור פון דעם ניגון, איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ וואס איז דער פייער? וואו ברענט א פייער?
והשתא יובן ודו"ק



איך האב נישט געוויסט אז די ניגון האט אזא דערהויבענע מקור,
אלזא און אז מ'רעדט שוין פון דעם ניגון איז כדאי צו וויסן ווי אזוי איז די ארגינעלע נוסח הניגון?
שיק אונז משיח 'אויף משלוח מנות' אדער 'און לייז אונז אויס פון גלות'?
מ'הערט צווישן ציבור ביידע נוסחאות...

דער ניגון האט מחבר געווען הבחור החתן הנפלא משה וויינבערגער מפאיע הי"ד, תלמיד הרה"ג מפאיע הי"ד.

די ניגון (אן די ווערטער) קוקט אויס צי זיין אן אלטע אונגארישע פאלקס ליד וועלעכע ווערט געזונגען עד היום ביים אלגעמיינעם אונגארישן פאלק. הב׳ משה וויינבערגער הי״ד האט לכאורה נאר ארויפגעלייגט די ווערטער
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”