ניגוני בית וויזניץ

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » דינסטאג יולי 14, 2020 7:06 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:דאכט זיך מיר מהאט לעצטנס גרעדט פון דעם אויפן וועלטל.
איין זאך ווייס איך צו צולייגן אז מזינגט עס אפט ביי סעודת ראש חודש אויף די ווערטער חדש עלינו.

ווי? איך האב עס נישט געזען אויף דעם אשכול

בית המשתה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תוכן השיחה #12

תגובהדורך בית המשתה » מיטוואך יולי 15, 2020 7:30 pm

סידרת שבחו אהובים ורוממו לקל #12
ע"י הרה"ח ר' יחזקאל יוסף גייגער הי"ו
(עם כמה הוספות)

תוכן פון די היינטיגע שמועס איז אויף ניגונים לבית באבוב וואס זענען אנגעקומען אין וויזניץ, לרגל די יארצייטן פון די רבי'ס לבית באבוב ה"ה מרן ר' בן ציון הלברשטאם בעל קדושת ציון זי"ע הי"ד - ד' אב, ובנו מרן ר' שלמה זי"ע - ר"ח אב וואס פאלט אויס אין די קומעדיגע טעג.

ניגוני הקדושת ציון:

והוא שעמדה - די רבי האמרי חיים האט געזאגט אז פארוואס זאל מען איבערזינגען אפאר מאל 'שלא אחד בלבד וכו' האט ער דאס געביטן אז מ'זאל ענדערש איבערזינגען 'והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם'.

נאך א ניגון אויף דעם פון החזן ר' ליפא לויאש ז"ל האט אריינגעברענגט ר' בנימין הרטמן, די ישועות משה האט דאס זייער ליב געהאט

בבקעך ים סוף - וואס דער קדו"צ האט מחבר געווען שנת תרפ"ג

ניגוני ר' שלמה:

השב שכינתך - א חלק פון זיינס א יצירה אויף ותערב וואס ער האט מחבר געווען אין קראונהייטס תשי"ד - דאס האט אויך ר' בנימין הרטמן אריינגעברענגט און דער אמרי חיים האט דאס זייער מחבב געווען

יהללו את שם השם

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו - מחבר געווען האט ער עס תשי"ז און מפורסם געווארן ביי זיין נסיעה קיין אר"י תשי"ט

א אלטע וויזניצער ניגון אויף ברוך הוא אלקינו וואס מ'זינגט חג השבועות (אויפן דיסק נעימות המלוכה שטייט אז מ'האט עס נאך געזינגען בימי האמרי ברוך זי"ע)

א מודזיצער ניגון ברוך הוא אלקינו (פון האדמו"ר בעל האמרי אש זצ"ל שחיבר בשנת תשכ"ד לכבוד הבר מצוה של נכדו האדמו"ר ממודז'יץ שליט"א)

צום סוף א וואלץ וואס מ'האט גערופן חזקל'ס מארש - מיינעדיג הרה"ח ר' יחזקאל קלאגסבאלד ז"ל וואס האט ארייגעברענגט דער ניגון פון זיין פעטער הרה"ח ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד ע"ה הי"ד שו"ב טשעבין מחשובי חסידי באבוב, די ניגון איז אויף ניגוני בית ויזניץ - על זאת שבחו אהובים טרעק 9
לעצט פאראכטן דורך בית המשתה אום דינסטאג יולי 21, 2020 1:17 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יולי 15, 2020 9:27 pm

ווי קען מען הערן (אדער קען איינער ביטע אהערשטעלן) די וויזניצ'ער "קה רבון עלם"

נ.ב. אן מוזיק פארשטייצעך

א דאנק!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

בית המשתה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך בית המשתה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:44 am

הלשון האט געשריבן:ווי קען מען הערן (אדער קען איינער ביטע אהערשטעלן) די וויזניצ'ער "קה רבון עלם"

נ.ב. אן מוזיק פארשטייצעך

א דאנק!

קה רבון וויזניץ - ר' יצחק אונגאר הי"ו
https://www.dropbox.com/s/fw3kj0x7pf1jh ... 8.mp3?dl=0

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: תוכן השיחה #12

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג יולי 16, 2020 9:27 am

בית המשתה האט געשריבן:סידרת שבחו אהובים ורוממו לקל #12
ע"י הרה"ח ר' יחזקאל יוסף גייגער הי"ו
(עם כמה הוספות)

תוכן פון די היינטיגע שמועס איז אויף ניגונים לבית באבוב וואס זענען אנגעקומען אין וויזניץ, לרגל די יארצייטן פון די רבי'ס לבית באבוב ה"ה מרן ר' בן ציון הלברשטאם בעל קדושת ציון זי"ע הי"ד - ד' אב, ובנו מרן ר' שלמה זי"ע - ר"ח אב וואס פאלט אויס אין די קומעדיגע טעג.

ניגוני הקדושת ציון:

והוא שעמדה - די רבי האמרי חיים האט געזאגט אז פארוואס זאל מען איבערזינגען אפאר מאל 'שלא אחד בלבד וכו' האט ער דאס געביטן אז מ'זאל ענדערש איבערזינגען 'והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם'.

נאך א ניגון אויף דעם פון החזן ר' ליפא לויאש ז"ל האט אריינגעברענגט ר' בנימין הרטמן, די ישועות משה האט דאס זייער ליב געהאט

בבקעך ים סוף - וואס דער קדו"צ האט מחבר געווען שנת תרפ"ג

ניגוני ר' שלמה:

השב שכינתך - א חלק פון זיינס א יצירה אויף ותערב וואס ער האט מחבר געווען אין קראונהייטס תשי"ד

יהללו את שם השם

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו - מחבר געווען האט ער עס תשי"ז און מפורסם געווארן ביי זיין נסיעה קיין אר"י תשי"ט

א אלטע וויזניצער ניגון אויף ברוך הוא אלקינו וואס מ'זינגט חג השבועות (אויפן דיסק נעימות המלוכה שטייט אז מ'האט עס נאך געזינגען בימי האמרי ברוך זי"ע)

א מודזיצער ניגון ברוך הוא אלקינו (פון האדמו"ר בעל האמרי אש זצ"ל שחיבר בשנת תשכ"ד לכבוד הבר מצוה של נכדו האדמו"ר ממודז'יץ שליט"א)

צום סוף א וואלץ וואס מ'האט גערופן חזקל'ס מארש - מיינעדיג הרה"ח ר' יחזקאל קלאגסבאלד ז"ל וואס האט ארייגעברענגט דער ניגון פון זיין פעטער הרה"ח ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד ע"ה הי"ד שו"ב טשעבין מחשובי חסידי באבוב, די ניגון איז אויף ניגוני בית ויזניץ - על זאת שבחו אהובים טרעק 9

ווען איך בין געווען אין ויז'ניץ האב איך געהערט מער באבוע ניגונים.
למשל תורה ה' תמימה, האב איך גהערט דארט מזינגט איבער מער פון צעהן מאל ביי א מעמד.

בית המשתה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך בית המשתה » מאנטאג יולי 20, 2020 4:44 am

האט איינער די ניגון הללו את ד' כל גוים?

מנדי מנדי
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 7:39 am

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך מנדי מנדי » דאנארשטאג יולי 23, 2020 12:22 pm

בית המשתה האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ווי קען מען הערן (אדער קען איינער ביטע אהערשטעלן) די וויזניצ'ער "קה רבון עלם"

נ.ב. אן מוזיק פארשטייצעך

א דאנק!

קה רבון וויזניץ - ר' יצחק אונגאר הי"ו
https://www.dropbox.com/s/fw3kj0x7pf1jh ... 8.mp3?dl=0


די צוויטע טייל פון דעם ניגון - איז ניגון פ"ד פון ליובאוויטש

אזוי גאר!
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג יולי 23, 2020 1:48 pm

איינער ווייסט ווי מ'קען הערן די לכה דודי פון ר' קלמן שטעקל?
איך נישט

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:51 am

ווער האט קאמפאזירט דעם הערליכן וויזניצן אין קצבה און עוד יזכור לנו אהבת איתן

אוועטאר
רעים
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך רעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 2:17 am

גאלדגרוב האט געשריבן:ווער האט קאמפאזירט דעם הערליכן וויזניצן אין קצבה און עוד יזכור לנו אהבת איתן

איך מיין אז הרה''ק די בעל צמח צדיק... איך בין נישט זיכער..
אז די ווילסט איינער זאל ענפערען ווען די פרעגט'ס - ענפער ווען א אנדערע פרעגט
סארי פאר מיין ספעלינג מיסטעגס

אלטער בריליאנט
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2019 3:54 am

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך אלטער בריליאנט » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 3:41 am

מנדי מנדי האט געשריבן:
בית המשתה האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ווי קען מען הערן (אדער קען איינער ביטע אהערשטעלן) די וויזניצ'ער "קה רבון עלם"

נ.ב. אן מוזיק פארשטייצעך

א דאנק!

קה רבון וויזניץ - ר' יצחק אונגאר הי"ו
https://www.dropbox.com/s/fw3kj0x7pf1jh ... 8.mp3?dl=0


די צוויטע טייל פון דעם ניגון - איז ניגון פ"ד פון ליובאוויטש


דאכצעך האסט א שטיקל טעות.

די ארגיניעלע וויזשניצער ״קה רבון״ האט גארנישט מיט חב״ד. סאיז א אלטע וויזשניצער ניגון.
נאר וואס דען? די אמרי חיים האט צוגעלייגט א נייע נוסח אויף ׳רברבין עובדיך׳ וואס מ׳האט נישט געזינגען פארדעם אין וויזשניץ. און יענע שטיקל שטאמט פון חב״ד.

ביי ר׳ מאטעלע זצ״ל האט מען נישט געזינגען די נייע רברבין נאר מ׳האט עס געזינגען אזויווי די אהבת ישראל האט עס געזינגען.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:04 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:ווער האט קאמפאזירט דעם הערליכן וויזניצן אין קצבה און עוד יזכור לנו אהבת איתן

אין קצבה איז פון בעל אמרי שאול ממודז'יץ.
עוד יזכר איז מיוחס צום צמח זי"ע אדער צום אהבת שלום זי"ע.

בית המשתה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך בית המשתה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 7:16 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:ווער האט קאמפאזירט דעם הערליכן וויזניצן אין קצבה און עוד יזכור לנו אהבת איתן

אין קצבה איז פון בעל אמרי שאול ממודז'יץ.
עוד יזכר איז מיוחס צום צמח זי"ע אדער צום אהבת שלום זי"ע.

אין קצבה האט גארנישט מיט מודזיץ, ס'איז א אלטע מארש לכאורה נאך פון די צייטן פון צמח צדיק זי"ע.

עוד יזכור (די צווייטע) האט די אמרי חיים זי"ע געזאגט אז ס'איז מיוחס צו הרה"ק ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע (לויט א אנדערע גירסא האט ער מייחס געווען צום אהבת שלום זי"ע).

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:03 am

בית המשתה האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:ווער האט קאמפאזירט דעם הערליכן וויזניצן אין קצבה און עוד יזכור לנו אהבת איתן

אין קצבה איז פון בעל אמרי שאול ממודז'יץ.
עוד יזכר איז מיוחס צום צמח זי"ע אדער צום אהבת שלום זי"ע.

אין קצבה האט גארנישט מיט מודזיץ, ס'איז א אלטע מארש לכאורה נאך פון די צייטן פון צמח צדיק זי"ע.

עוד יזכור (די צווייטע) האט די אמרי חיים זי"ע געזאגט אז ס'איז מיוחס צו הרה"ק ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע (לויט א אנדערע גירסא האט ער מייחס געווען צום אהבת שלום זי"ע).

ס'איז דא צוויי אין קיצבה, דו רעדסט אויף די ניגון ווואס ווערט שטייט ביי די ווערטער עשה למען שמך.
די מאדז'יצע איז די ניגון וואס איז א מארש.

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ניגוני בית וויזניץ

תגובהדורך אידישע מוח » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:11 am

קען איינער ביטע ברענגען עפעס פון די נוסח התפלה לימי הנוראים ?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשעה טובה, וימאןX3, כא כא כא, צדק תרדוף און 8 געסט