מגילת אסתר מיט געזאנג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

manhattan

מגילת אסתר מיט געזאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך manhattan »

איך בין ניי דא, אבער כאב געקלערט אנצוהייבען א טעמא איבער די -לויט מיין מיינונג- בעסטע טעיפ אויפן מארק, נעמליך "מגילת אסתר מיט געזאנג" ווואס סיי קינדער אין סיי ערוואקסענע קענען איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל.
איך בין נישט אויסען עס צו אדווערטייזען, איך וואלט סתם געוואלט דוסקיסירען, איך האב עס אליין נישט ארויס, וואס איז אייער מיינונג? ווי ליגט די הצלחה דערפון? פארוואס איז עס די איינציגסטע טעיפ וואס איך ווער נישט נערוועז דערפון ווען מיינע קינדער צינדען עס אן נאכאמאל און נאכאמאל?
אגב בין איך לעצטענס דערגאנגען א סוד, אז די תוכן און די גראמען איז מעשי ידיו פון החכם וסופר ר' יצחק אייזיק קעפעטש נ"י.
די שטימע איז פון הרב .... אייזנבערג ע"ה וואס איז אוועק פאר א יאר אינגערהייט רח"ל.

אזוי ווי עס גראגערט מיר אין קאפ שוין די לעצטע פאר טאג (אדר) האב איך מיר דערמאנט דערפון, איך קען טאקע נישט שיין שרייבען, אבער איך וואלט געוואלט פשוט פארציען א שמועס.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

האט עס גארנישט מיט די ווערצבערגערס?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'האט יא מיט די ווערצבערגערס, זיי געבן דאס ארויס, און רוב קינדער אויפן טעיפ זענען ווערצבערגערס, און יא, ס'איז א מייסטער ווערק, אז דו רעדסט פון ר' אייזיק קעפעטש, ער האט א זעלטענעם פעדער, און די שטימע פון ר'... אייזענבערג איז אויך א שטארקע פעקטער פארוואס די טעיפ איז אזוי גוט...

ביי דע וועי, כ'האב געזעהן אז זיי האבן דאס ארויסגעגעבן ס'ערשטע מאל היי יאר אויף סידי..

און פאר איך שלח, מאנהעטן, שלום עליכם ענד וועלקאם, מאכט אייך היימיש... פאר נעקסטיים, ס'איז דא א היכל הנגינה פאר אזאלעכע טעיפ שמיעסן...

דזשאסט פאר די רעקארד, די אשכול איז געווען אין היימישע קרעטשמע און איז אריבערגעפיהרט געווארן צום היכל הנגינה דורך די מנהלים...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פאר די רעקארד-פלעיער: דורך מיר

און ר' ... איז הרב ברוך אייזנבערג ז"ל (איבער אים איז שוין דא א שמועס - דאכט זיך אין די "ברוך דיין האמת" אשכול ביי די אידישע און וועלטליכע נייעס).
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ס'איז דא א אשכול איבער הרב אייזענבערג אין על הצדיקים

אייגענטליך איז עס שוין א היפש אלטע טעיפ (דאכט זיך אז איך האב עס שוין געהערט נאך פאר 15 יאר צוריק) איז פארוואס אדווערטייזן זיי עס יעדעס מאל נאכאמאל און נאכאמאל כאילו עס איז א נייע טעיפ? (אויף קול מבשר הערט מען עס ביי די נייע טעיפס, שוין די דריטע יאר אין א צי)
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אפשר ווייל קול מבשר איז ניי?.. אפשר?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יגר, חחח

מאיר, אויב ס'איז אזא גוט גייענדיגע אייטעם, פארוואס זאל נישט פאר יעדע יונגערמאן וואס זיין עלסטע קינד איז דריי/פיר יאר, ווען ער וויל קויפן א טעיפ פאר זיינע קליינע, ליגן אין קאפ דעם טעיפ?...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

הונדערט פראצענט. די מגילת אסתר מיט געזאנג איז א "קלאסישע ווערק" און דערפאר וועפט עס נישט אויס.

אויסער דעם איז עס זייער "מעטשור" (וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש?), און איז צוגענגליך פאר יונג און אלט צוגלייך.

אין מיין קינדער (אייפאד) קאלעקציע האב איך די פאלגענדע טעיפס פאר פורים ספעציעל פאר קינדער.
1) רעבע רובין
2) רעבע ווייס (פון אים פאדערט זיך א גאנצער אשכול...)
3) פורים אין שושן
4) מגילת אסתר מיט געזאנג.

איבריג צו זאגן אד די לעצטע איז די איינציגסטע וואס איך פארנעם. די אנדערע קענען מאכן נערוועז און קענען סאונדן ווי "נאיז", אבער קיין ברירה האב איך סייווי נישט.
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

ט"ו בשבט ביים קייען די באקסער האב איך באויפטראגט ס'ווייב צו איינהאנדלן די צווילינג אלבוים פאר מיין בכור וואס פארשטייט שוין.

חוץ פונדעם וואס די תוכן איז באלערענד און אויסגעהאלטן לויט די מדרשים (כעגרי מיט אלס ווייסער: מעטשור), די נגינים זענען געקליבן מיט טעם, די גראמען זענען נישט אבי געקלעבט - איז מיין מוח אויך פיל מיט נאסטאלאגיע פון די קינדער'ישע ימי הפורים, און די זכרונות זענען איינגעזאפט אין, און ווערן פריש אויסגעקוועטשט פון, די קאסעטעס.

היינט מיינט מען אז כדי ס'זאל הייסן א פורים טעיפ מיז עס זיין פאני. און וואס ס'איז פאני היינט איז קארני מארגן. פארדעם וועפן אנדערע.

איך שפעקעליר צי ווען די ווערצבערגערס וואלטן נישט געווען אונגארישע, פילייכט וואלט המן נישט געהאט קיין גאליציאנע אקצענט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין מיין גאנצע פורים עפאכע אנגעהויבן פון ר'"ח אדר גראגערט מיר דער טעיפ אין קאפ פון פאר איבער 15 יאר צוריק, אז מ'רעדט פון פארשטעלן קלינגט מיר די 'איך ווייס נישט אויב ס'וועט זיין מיין סייז' אז מדערמאנט די מגילה זינגט מיר דער 'להיות כל איש' ביי נאכטמאל די פיקעל קעטשאפ מאסטערד חריין, ביינאכט די טשאדעלע באדעלע, די שיינע קמיצה ניגון איך מיין וואס נישט, עס איז א מעסטער-פיעס.

און ווי מאנטי, איך וויל מיינע קינדער זאלן אויפוואקסן דערמיט עס גיט באמת א 'מעטשור' בליק אויף פורים (ווייסער, 'ערוואקסן' שטייט גוט פאר 'מעטשור' ניין?)

ווייסער,
ווען די עפנטסט אן אשכול אבער רעבע ווייס (רד"ח) האב מיך אינזין, כ'האב צו רעדן דערוועגן.
bilke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bilke »

כאב געהערט אז אלע קולות (מענערישע) אויפען טעיפ האט הרב אייזענבערג געזאגט.
ווצבש"פ "ערשטענס כאב נישט מיינע גלעזער..."
אויב איז עס אמת האט ער חוץ זיין מעכטיגע בטעמטע שטימע געהאט א טאלאנט פון מאכען פארשידענע קולות.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ר' בילקע, איך דערמאן מיך נישט אויף די מינוט, וואו אויפן טעיפ זאגט ער "ערשטענס איך האב נישט מיין גלעזער"?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אנפאנג פון די צווייטע זייט. דארט וואו איינער ליינט די צייטונג און פארציילט די מעשה פון בגתן ותרש
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איך שעהם זיך אז איך האב פשוט פארגעסן דעם אומפארגעסליכן קלאסישן דערציילער, ר' לייבל (לעיבל) וויינשטאק.
איך האב אים ארויפגעשטעלט אויף מיין אייפאד סיסטעם, נישט ווייל מיינע קינדער הערן אים. ניין דערווייל. אבער איך האף אז זיי וועלן יא איינזען דאס געשמאק פון א לייבל וויינשטאק טעיפ.

איך האב פון אים די דערציילונגען פון חנוכה, יונה במעי הדגה, און מגילת אסתר.

דער רעבע ווייס בה' הידועה, מיט זיין גאנצע ארגינאלקייט, קען רואיג נעמען א קורס ביי ר' לעיבל וויינשטאק זצ"ל. מלפניו לא היה כמוהו, ואחריו לא יהי' כן.
אבער מיינע קינדער זענען קלוגער פון מיר (!)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איי איי זכרונות פון ר' לעיבל, מיר האבן פיל געהערט זיינע קאסעטעס אלץ אינגע קינדער.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

ס'איז אין קץ צו דעם געשמאק און לעבעדיגע שילדערונג ר' לעיבל וויינשטאק

ער ליגט אראפ ווי מ'וויינט, ווי די פערד לויפן, אויפן אלטמאדישן שטייגער, אן קיין ספעשל עפעקטס, און ס'האט דעם ריכטיגן טעם, וואס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע קען נישט באווייזן.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

כ'מיין אז וועגן ר' לייבל און רעבע ווייס זאל מען עפענען א עקסטערן אשכול (אויב ס'איז נאכניש דא).

ס'איז נישט אינטערעסאנט ווען א נושא ווערט פארפארן.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איינער האט די קאווער?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אינדערהיים, די קינדער האבען עס ב"ה ארויס גענימען און איך קען עס שוין ישר והפך (נאך פון אלס יונגעל)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ליינער האט געשריבן:איינער האט די קאווער?

דאס מיינסטו?
אטעטשמענטס
Negunei-Wertzberger-Megilas.jpg
Negunei-Wertzberger-Megilas.jpg (80.08 KiB) געזען 7647 מאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

יישר כח
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ממש ווי געוואונשען
אטעטשמענטס
Poster5.jpg
אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחר בן »

סע'נאך דא צובאקומען אין די געשעפטען? אויב נישט קען עס איינער ארויפשטעלן?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בן אחר בן האט געשריבן:סע'נאך דא צובאקומען אין די געשעפטען? אויב נישט קען עס איינער ארויפשטעלן?

יא, עס איז דא צובאקומען אין 2 סידיס
אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחר בן »

יוראפ האט געשריבן:
בן אחר בן האט געשריבן:סע'נאך דא צובאקומען אין די געשעפטען? אויב נישט קען עס איינער ארויפשטעלן?

יא, עס איז דא צובאקומען אין 2 סידיס


גיימיר עס היינט קויפן אי"ה , עס ברענכט ארויף א ים מיט זכרונות
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”