מאטי אילאוויטש, בדחן-קאמפאוזער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 3:17 pm

דער בדחן האט געשריבן:נו אפשר לייגט עס איינער אויף דראפבאקס


די נושא פון מאכען וויינען ביי מצווה טאנץ א יתום איז שוין דא דיסקוסט געווארן און די לענג און ברייט אבער איך וויל צולייגען א פוינט וואס איינער האט מיר לעצטענס מעורר געוועהן

זייער אסאך מאל ווען ממאכט א שידוך מיט א יתום אדער יתומה (נישט אלעמאל אבער אסאך מאל איז דא עפעס א קליינער פראבלעם וואס מהאט געמיסט פארקיקען און וועגען דעם מאכט מען די שידוך
ממילא ווען סקומט די מצווה טאנץ און חתן כלה פון היימישער שטיבער זענען נאך פרעמד איינער צום צווייטען און די חתן אדער כלה נעמט זיך וויינען אויפן עבר לאזט דאס נישט איבער קיין גיטע אימפרעשן...

again אויב מוויל דאס מיז מען דאס דעליווערען אבער איך גלייב אז נישט יעדער טראכט אריין אין דעם



האב איך אנגעפרעגט יושע'לע פון דא
זאגט ער מיר אז די חתן אדער כלה יתום/יתומה מיט די משפחה גלייכן זייער די הספיד, מ'האט באהאלטן די געפילן צו די עלטערן, און די גרינגסטע וועג (און ביי אים די איינציגסטע מאל) צו לאזן רינען טרערן איז ביי אזעלעכע גראמען ווי מ'ברענגט אראפ לייוו די טאטע/מאמע.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 4:00 pm

דער בדחן האט געשריבן:זייער אסאך מאל ווען ממאכט א שידוך מיט א יתום אדער יתומה (נישט אלעמאל אבער אסאך מאל איז דא עפעס א קליינער פראבלעם וואס מהאט געמיסט פארקיקען און וועגען דעם מאכט מען די שידוך


על לא דבר, געגעבן א שפרייט אויס א נאסע ליילעך אויף א באדייטענדע טייל פון כלל ישראל, וואס עס פעלט זיי גארנישט אחוץ אז זייערע עלטערן זענען ליידער נעדר געווארן אינגערהייט.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 4:00 pm

דער בדחן האט געשריבן:נו אפשר לייגט עס איינער אויף דראפבאקס


די נושא פון מאכען וויינען ביי מצווה טאנץ א יתום איז שוין דא דיסקוסט געווארן און די לענג און ברייט אבער איך וויל צולייגען א פוינט וואס איינער האט מיר לעצטענס מעורר געוועהן

זייער אסאך מאל ווען ממאכט א שידוך מיט א יתום אדער יתומה (נישט אלעמאל אבער אסאך מאל איז דא עפעס א קליינער פראבלעם וואס מהאט געמיסט פארקיקען און וועגען דעם מאכט מען די שידוך
ממילא ווען סקומט די מצווה טאנץ און חתן כלה פון היימישער שטיבער זענען נאך פרעמד איינער צום צווייטען און די חתן אדער כלה נעמט זיך וויינען אויפן עבר לאזט דאס נישט איבער קיין גיטע אימפרעשן...

again אויב מוויל דאס מיז מען דאס דעליווערען אבער איך גלייב אז נישט יעדער טראכט אריין אין דעם


פיין ארויסגעברענגט

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 6:44 pm

הלשון האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:זייער אסאך מאל ווען ממאכט א שידוך מיט א יתום אדער יתומה (נישט אלעמאל אבער אסאך מאל איז דא עפעס א קליינער פראבלעם וואס מהאט געמיסט פארקיקען און וועגען דעם מאכט מען די שידוך


על לא דבר, געגעבן א שפרייט אויס א נאסע ליילעך אויף א באדייטענדע טייל פון כלל ישראל, וואס עס פעלט זיי גארנישט אחוץ אז זייערע עלטערן זענען ליידער נעדר געווארן אינגערהייט.


אקעי איך גיי מיך פארעכטען נישט אסאך מאל א טייל מאל

און דאס אז א חתן אדער משפחה בעט עס מיז נישט זיין אז זיי טראכטען גוט אריין אין די פוינט וואס איך האב ארויסגעברענגט..

איך זאג נישט אז מזאל נישט רעדען פון די עלטערן נאר איך מיין צוזאגען אז סדארף האבען א גבול און נישט מיט קיין איכה ישבה בדד וכו.

בדרך אגב די וואך שטייט און די ראשונים אז שרה איז געקומען צו יצחקס חתונה אפן פסוק וינחם יצחק אחרי אמו
צוגעלייגטע
דרשות אבן שועיב.pdf
(108.41 KiB) דאונלאודעד 123 מאל
לעצט פאראכטן דורך דער בדחן אום מאנטאג נובעמבער 02, 2015 7:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 6:58 pm

מעבירין את המת מלפני הכלה

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 8:12 pm

די לעלובער מעשה וואס מאטי פארציילט קומט פון אונזער טייערע גראמי

viewtopic.php?t=24720
באגלייבט האט געשריבן:דא האסטו
https://copy.com/DNoaCIoylOXNcoHf

chananya
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 02, 2015 9:11 am

תגובהדורך chananya » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 10:37 pm

דער בדחן האט געשריבן:די לעלובער מעשה וואס מאטי פארציילט קומט פון אונזער טייערע גראמי

viewtopic.php?t=24720
באגלייבט האט געשריבן:דא האסטו
https://copy.com/DNoaCIoylOXNcoHf




there is old clip from pinki where he uses it by lelov rebbi son wedding

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:50 pm

די לעצטע מאל וואס איך בין געווען ביי אזא סארט חתונה איז געווען פאר א יאר בערך ביי א משפחה חתונה ווי איך בין געבליבען ביי מצוה טאנץ איך בין געווען פון די צד החתן די צד הכלה איז געווען אזא סארט מצב איך האלט מיך צוריק פון שרייבן פרטים

סיי ווי זוי איך געדענק נאך ווי יעצט די חתונה איז געווען אין קר"י אין אולם עקשטיין דארט האט געגראמט איינער גאלדבערגער פון די בדחנים דארט פון די זאל

ווען ער האט אויסגערופן די אבי הכלה איז די גאנצע זאל אנשים נשים וטף געווען שטול פון ביידע צדדים ס'איז געווען בכיות ממש אויפ'ן קול יעדער האט מיטגעוויינט (ווען איך קעו ווען ארויסשרייבן פרטים וואלט אפשר מער ניקים פארשטאנען די מצב) ס'איז געווען גאר א עמאנציאלע מצב ס'ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער ווייל ס'איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב אזאנס מיטגעהאלטן

ס'איז גראדע נישט געעון קיין ספעשל ניגונים ווייל דארט איז נישט דא קיין מוזיק האט ער גענוצט פלעינע נגונים אבער די ווערטער און רעיון ווי ער האט דאס ארויסגעברענגט איז געווען מתוק ער האט גראדע אנגעהויבן מיטן חזו נגון וואס דעמאלט האט שוין אנגעהויבן ווערן שטיל אין זאל

עכ"פ האב איך אים דעמאלט געפרעגט טאקע וועגן דעם וואס איז פשט פון מאכן אידן צובראכן ביי א חתונה האט נר מיר געזאגט קודם כל איך האב אים מער מחזק געווען ווי צובראכן טאמער האסטו גוט צוגעהערט נצווייטנס נישט אלעמאל וויינען מיינט אז יענער איז צובאכן ער איז עמאשענאל טענהט ער איך האב שוין געזען צענדליגער מחותנים וויינען ווען מ'רופט זיי אויס טאנצן אפי' די מצב איז אלעס פיין און וואויל ס'איז גארנישט אנדערש ביי א יתום ער דערמאנט זיך פון זיין טאטע אדער מאמע און ער ווערט עמאשנעל מיינט נישט אז ער איז צובראכן און נאכדעם זאגט ער מיר אז ר' ..... די אבי הכלה האט מיך ספעציעיל גערופען און מיר צוגעזאגט מער געלט איך זאל ארויסברענגען די מצב גוט

סוף האט ער מיר צוגערופן און געוויזן די טיפ איך בין געבליבען געפלעפט האב איך מיך דעמאלט געפראווט אז ס'איז אמת די פוינט אז מענטשן ווילן ווערן גערירט און ווילן רעדן פון זייער מצב בשעת זייער שמחה

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:28 pm

באגלייבט האט געשריבן:דא האסטו
https://copy.com/DNoaCIoylOXNcoHf

פארן אריינגיין אינעם דין ודברים צו עס איז יא א גוטע (נארמאלע) זאך צו מספיד זיין עלטערן וואס לעבן שוין נישט ביי א חתונה, און מאכן פון די חתונה א לוי'.
דאס איז אבער זיכער אז דאס וואס מען האט געוואלט דא דעליווערן איז געווארן דעליווערט מייסטערהאפטיג.

בעצם איבער די וויכוח צו עס איז יא אדער נישט גוט, פארשטיי איך אז באמת דארף מען אביסל מרחיב הדיבור זיין איבער די נושא פון יתומים אין שטוב, ואין באן המקום, ווי אויך איז מיין צייט יעצט אביסל גע'ענגט, אבער בקיצור ממש.

זייענדיג אן איידעם און א שטוב ווי מיין שווער איז אוועק פון די וועלט א שיינע פאר יאר נאך מיין חתונה, איבערלאזענדיג עטליכע יתומים ויתומות נאכנישט פארהייראט, איז מיר אויסגעקומען צו קענען מיטהאלטן פון די נאנט די הלוך ילך פון אזעלכע קינדער, אן די אייגענע עכטע הרגשים, (אנדערש ווי מיינע שוואגערס וואס האבן אויך פארלוירן זייער טאטע - אפי' זיי זענען שוין געווען חתונה געהאט), און שפעטער דערפון איז שוין אויך געווארן אז איך האב דאס מיטגעהאלטן ביי נאך משפחות, וואס האבן זיך אדורכגעשמועסט אינאיינעם ווי אזוי צו האנדלן.
נאכאמאל, איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין די גאנצע נושא פון יתומים, אפשר אין אן אנדערע געלעגענהייט, - עס איז דא אסאך צו שרייבן דערוועגן

אצינד צום יעצטיגן שמועס, יעדע משפחה וואס גייט ליידער אדורך אזא מצב ווערט געסטרוקטשערט אויף אן אנדערן וועג, און אזוי אויך יעדע קינד ווערט אנדערש, די געפילן איז ביי יעדעם די זעלבע, עס ווענד זיך נאר וויאזוי עס ווערט אויפגעשפילט אינעם מענטש, געוויסע משפחות וועט זיין זייער שווער צו רעדן אפי' צווישן זיך און כ"ש מיט אנדערע איבערן טאטע, בעת אנדערע וועט מען כסדר הערן דערפון, געוויסע וועלן רעדן כסדר איבערן פארלוסט, בעת אנדערע וועלן רעדן פונעם טאטן מיט א נאטורלעכקייט, אז עס וועט זיך קענען דאכטן פאר איינעם וואס רעדט מיט זיי כאילו דער טאטע לעבט נאך, אפשר אוועקגעפארן ווייט און קומט שפעטער צוריק.
ווען עס קומט בעת א שמחה איז דאס אן עקסטערע קאפיטל, די געפילן שפילן ווידער, און עס וועט זיך אויך אויסשפילן ביי יעדעם אנדערש, געוויסע וועלן כמעט נישט וועלן אז מען זאל דערמאנען אז מען איז א יתום/יתומה בעת אנדערע ווילן אז מען זאל ארויסברענגן די געפילן, און אוודאי זענען דא אזעלכע וואס ווילן שטארק און בעטן אז מען זאל דאס מאכן אויפן העכסטן קלימאקס.
אוודאי די וואס זענען נישט קיין נאנטע חלק פונעם משפחה וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וויאזוי קען אפי' זיין אז מען זאל דאס וועלן.
טאקע זייער אסאך ווילן דאס נישט, און עס פעלט זיי נישט אויס, אבער יא נאכן מיטהאלטן אזויפיל משפחות ווייס איך אז יא עס זענען דא משפחות וואס דארפן דאס האבן.

אפשר און אנדערע געלעגענהייט וועל איך משלים זיין באריכות אביסל מער איבער די גאנצע נושא פון יתומים!
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:33 pm

דער בדחן האט געשריבן:נו אפשר לייגט עס איינער אויף דראפבאקס

ממילא ווען סקומט די מצווה טאנץ און חתן כלה פון היימישער שטיבער זענען נאך פרעמד איינער צום צווייטען און די חתן אדער כלה נעמט זיך וויינען אויפן עבר לאזט דאס נישט איבער קיין גיטע אימפרעשן...

again אויב מוויל דאס מיז מען דאס דעליווערען אבער איך גלייב אז נישט יעדער טראכט אריין אין דעם

איבער די ערשטע חלק פון דיין תגובה וויל איך אפי' נישט ענטפערן ווייל עס איז פשוט שוא ושקר, עס זענען דא הערליכע משפחות וואס זענען ליידער יתומים ויתומות און עס ווערט נישט פארעכענט פאר קיין שום חסרון, אדרבה מענטשן רייסן זיך צו טוען שידוכים מיט זייערע קינדער.

איבער דעם אז עס לאזט נישט איבער קיין גיטע אימפרעשן, לויט ווי איך האב שוין פריער געשריבן אז עס האט צוטוען לויט די סטרוקטשור פון די משפחה, געווענדליך ביי די סארט משפחות וואס ווילן דאס איז עס נאר א טובה אז מען קומט תיכף אריין איבערגענומען מיט הרגשים צו די מצב פונעם שטוב.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 6:42 pm

סהאט גערירט א סטרונע!

איך בין נישט קיין מבין אויף גראמען, אבער צו מיין אומטרענירטע סענס איז עס געווען זייער גוט.
איין זאך וואס מאכט מיר נערוועז, פארוואס דארף ער נאכמאכן פינקי ?
ער האט זייער א באטעמטע שטימע, לאז ארויס פינקי פון בילד.

זיי דיך און נישט פינקי.

ספלעגט אמאל זיין א משוגעת ביי זינגערס אז יעדער האט פרובירט צו זיין מיכאל.... יענץ פנים געהאט
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 11:41 pm

דער בדחן האט געשריבן:די לעלובער מעשה וואס מאטי פארציילט קומט פון אונזער טייערע גראמי

viewtopic.php?t=24720
באגלייבט האט געשריבן:דא האסטו
https://copy.com/DNoaCIoylOXNcoHf


וואס הייסט ס'קומט פון גראמי, פינקי?
ס'קומט פון לעלוב'ער רבי זצ"ל.

שוין געהערט די מעשה נאך אלץ קליין קינד.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

הכנסת ספר תורה

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג יולי 11, 2016 4:23 pm

איינער האט מיר אריין געשיקט אין אישי איך זאל עס פאוסטען, נפתלי משה שפילט , מאטי גראמט און זינגט אינאיינעם מיט שירה, האטס הנאה!!

https://www.dropbox.com/sh/3f401w7filjv ... Y-HOa?dl=0
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יולי 11, 2016 5:10 pm

ווי איז דאס?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » דינסטאג יולי 12, 2016 3:31 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:
אייזקרים האט געשריבן:מאטי איז א שטערן וואס איז אויפגעקומען בעולם הבדחנות וואס האט צורידערט דאס חרדישן אידנטום די עולם איז ממש ארויס פון די גלייזן בשעתו ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריע אנגעהויבן האט זיך עס ווען א נאנטע חבר זיינער האט שטארק געבעטן און געמוטשעט מאטי ער זאל גראמען ביי זיין חתונה מאטי האט דען געגראמט חתן כלה און אראפ געלייגט א מייסער האפטיגען דשאב די עולם ארום איז געשטאנען פארגאפט מיט טרערן און די אויגן מי הוא זה ואיזהו און פון דארטן און ווייטער איז עס געפארען ווי א באן ער האט באקומען טעלעפאן רופן פון איבעראל איהם איינצולאדענען ער זאל אויפטרעטן ביי זייער חתונה און טאקע היינט איז ער די שטערקסטע בדחן וואס עס איז דא אויפן מארקעט צו באקומען


אינעם ערשטען תגובה אין די אשכול איז דא א לינק צו יענע מצוה טאנץ, בנוגע די הנחה אז ער איז די שטערקסטע בדחן קען מען זיך דינגען...


דער לינק וויל זיך נישט עפענען איך מיין אז דער סייט איז שוין לאנג אין מושב זקנים, איינער קען דראפבאקסן? קאפיען?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אוועטאר
בענאנע שאלאכץ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 01, 2017 6:46 pm

תגובהדורך בענאנע שאלאכץ » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 11:03 am

האט איינער עפעס ניי צו הערן פון מאטי?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך מאי 22, 2019 3:41 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ס'דא עפעס א שטיקל פון לעצטע וואך ביי א יתום, און מאטי אליינס שטיקט זיך ביים זינגען,קען עס איינער ברענגען ביטע?

https://www.dropbox.com/s/bui3ewxvya5e1 ... z.mp3?dl=0

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

תגובהדורך יוחנן בוקסבוים » מיטוואך מאי 22, 2019 4:50 am

moishy56 האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:ס'דא עפעס א שטיקל פון לעצטע וואך ביי א יתום, און מאטי אליינס שטיקט זיך ביים זינגען,קען עס איינער ברענגען ביטע?

https://www.dropbox.com/s/bui3ewxvya5e1 ... z.mp3?dl=0

דרייב ביטע

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג מאי 24, 2019 12:40 am

moishy56 האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:ס'דא עפעס א שטיקל פון לעצטע וואך ביי א יתום, און מאטי אליינס שטיקט זיך ביים זינגען,קען עס איינער ברענגען ביטע?

https://www.dropbox.com/s/bui3ewxvya5e1 ... z.mp3?dl=0


משפחת??


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, שנלר און 13 געסט