ניגונים און זינגערס
מאנטאג אוקטובר 06, 2008 11:46 am
איינער פון די פורום מעמבער האב איך געטראפן אינדערפרי היינט און אים געבעטן אז ער זאל מיר עס אפזינגן און ער הייבט אן זינגן דעם באקאנטן וידע כל פעול וואס יעדער קען (מאיר ברוך זינגט עס ראש השנה אויפן נוסח מיינעך), ער זאגט אז ער האט דאס געהערט אויפן פיטסבורגער קאסעטע, איך גלויב אבער אז דער ניגון פון וואס מען רעדט דא איז עפעס אנדערש.
Advertisement
דינסטאג אוקטובר 07, 2008 5:52 pm
ניין, פון דעם רעדט מען טאקע. ס'איז א פיטסבורגער ניגון.
דינסטאג אוקטובר 07, 2008 8:45 pm
און דער ניגון האסטו הערשט געהערט די ערשטע מאל צוויי דריי יאר צוריק?
דינסטאג אוקטובר 07, 2008 8:46 pm
און איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועלכן וידע כל פעול מען רעדט דא. הילף ביטע.
דינסטאג אוקטובר 07, 2008 10:37 pm
קרעמער האט געשריבן:און איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועלכן וידע כל פעול מען רעדט דא. הילף ביטע.
יעדן און יעדער ממש, וועט איינזעהן אין דעם איין איינציגן.
מיטוואך אוקטובר 08, 2008 12:01 am
יאנאש, יא. יעדע זאך האט אן ערשטע מאל.
מיטוואך אוקטובר 08, 2008 8:06 am
כעדער זאגן פארוואס איך פרעג, ווייל אויב רעדן מיר פונעם זעלבן ניגון גלייב איך זייער שווער אז די האסט עס הערשט געהערט צום ערשטן מאל צוויי יאר צוריק זינט דער ניגון איז שוין ברייט באקאנט זעקס זיבן אכט יאר.
אבער עס איז נישט שיין צו רעדן עז לאנג דער עולם ווייסט נישט פון וועלכע ניגון מען רעדט דא, סאו לאמיר עס זוכן ביינעזאם, פאריאר האט איינער ערגעץ געלייגט א קליפ פון ר' מאיר ברוך קאהן'ס ימים נוראים דאווענען און די שטיקל איז געווען אויף וידע כל פעול געגענט, און מיר דוכט זיך אז ער זינגט עס אויף דעם תנועה פון וואס איך רעד, סאו אויב איינער האט נאך דעם פאריעריגער קליפ וואלט גוט געווען עס ארויפצושמירן אהער, איכל געבן א קוק אין מיינע ארכיוון אויב איך פארמאג עס נאך.
מיטוואך אוקטובר 08, 2008 8:24 am
אוקיי איך האב געטראפן יענעם קליפ אבער ער הייבט נאר אן מיט דעם אבער ער פארט אוועק סאו עס איז נישט אינטערסאנט, האב איך געבעטן א יונגל דא זאל מיר אריינזינגן דעם ניגון און נאט אייך דעם קליפ.
מאשקע זאג מיר אויב דו רעדסט טאקע פון דעם ניגון.
- עטעטשמענטס
-
Untitled Narration_0003.wma [ 167.32 KiB | געזעהן געווארן 570 מאל ]
מיטוואך אוקטובר 08, 2008 8:43 am
יאנאש האט געשריבן:האב איך געבעטן א יונגל דא זאל מיר אריינזינגן דעם ניגון און נאט אייך דעם קליפ.
חחח, א אינגעל אדער א מיידל?
יא, דאס איז די ניגון פון די פיטסבורגער רבי.
דאנערשטאג אוקטובר 09, 2008 9:39 pm
יישר כח יאנאש'ל... יעצט כאפ איך פון וועלכן ניגון מען רעדט דא.
פרייטאג אוקטובר 10, 2008 9:54 am
הא הא, איך האב הנאה פון דיר יאנאש,
געטאן צו דער זאך, אריין און ארויף דערמיט.
פרייטאג אוקטובר 10, 2008 10:55 am
די טעמע איז אינגאנצן פארפארן....
עס וואלט געדארפט זיין א באזונדערע קעפל
"דעם פיטסבורגער וידע כל פעול ניגון"
און דארט אפהאנדלען אלע צדדים, נישט דא ביי וואס זינגט מען ר"ה ביים טיש...
פרייטאג אוקטובר 10, 2008 12:24 pm
קען זיין די סיבה איז, אז ר"ה איז שוין ממילא געווען.
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 5:21 pm
טראץ מיין פארנומענע סקעדזשועל וועל איך אין די קומענדיגע טאג צווי דריי וכו' מזכה זיין די רבים מיט אודיאו קליפס פון שיינע ניגונים וואס איך האב אין מיין באזיץ פאר די ימים נוראים.
איך האב געמאכט די נוגנים אויף א שוואכערע רעזולוציע כדי די פייל זאל קענען ארויף גיין אויף די קרעטשמע אבער איך וועל לייגן די בעסערע פייל אויף יו סענד איט.
די ניגונים זענען געזונגן געווארן דורך די וויזניצער קאפעליע מיט אהר'לע סאמעט פון תולדות אברהם יצחק, מוזיק געשפילט דורך מאיר אדלער.
שמעו ותחי נפשכם.
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 5:24 pm
היום הרת עולם פון וויזניץ.
דא האט איר עס שענער און קלארער.
- עטעטשמענטס
-
hayom haras olam.wma [ 239.93 KiB | געזעהן געווארן 495 מאל ]
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 8:36 pm
דא קענט איר הערן חמול על מעשיך, עוד יזכור פון וויזניץ.
דא האט איר אלע דריי אין איין קליפ אסאך קלארער און שענער..
- עטעטשמענטס
-
chamol.wma [ 162.6 KiB | געזעהן געווארן 478 מאל ]
-
od yizkor 1.wma [ 230.1 KiB | געזעהן געווארן 478 מאל ]
-
od yizkor 2.wma [ 237.31 KiB | געזעהן געווארן 478 מאל ]
דינסטאג ספטמבר 08, 2009 11:08 pm
יישר כח לעווי!
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 3:46 pm
איז די עולם דא בכלל אינטרעסירט אין נאך? ווייל עס נעמט מיר צייט דאס צו טון
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 4:00 pm
יאפס לעווי מיר זענען איטערעסירט
יישר כח
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:14 pm
ביקסאד האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:און איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועלכן וידע כל פעול מען רעדט דא. הילף ביטע.
יעדן און יעדער ממש, וועט איינזעהן אין דעם איין איינציגן.
Link to hear
וידע כל פעול - פיטסבורג need to wait a few seconds till it starts
זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:22 pm
ביי מיין יו"ט טיש איז דאס אינגאנצן נישט קיין שאלה, מיר עפענען דעם מחזור און מ'גייט פון איין שטיקל צום צווייטן און מ'זינגט יעדע ניגון וואס מיר ווייסן, ס'איז דא אזויפיל וואס צו זינגען
אבער דאך וועל איך דערמאנען דעם ניגון מלוך על כל העולם פארשטייט זיך פון פיניע חזן
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:38 am
ווי קען מען הערען דעם 'מלוך' פון פיניע חזן?
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:00 am
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:12 pm
קען מען הערן אויף דעם סי די ימים נוראים בחצר באיאן, איך בין נישט זיכער צו ס'איז דא צו באקומען דא אין אמעריקא
איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט ארויף א MP3 פייל. סארי
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 4:30 am
דא האט איהר דעם ניגון 'מלוך' פון רבי פיניע ספקטור - חזן
התודה והברכה פאר פיניע חזן (דע ניק) פאר'ן מיר אריינשיקען דעם ניגון
מלוך