נוסח התפילה לימים נוראים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעילא ולעילא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

א נייע דיסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעילא ולעילא »

דוד צוקר - שפורי ימים נוראים
מוסף ראש השנה
https://mostlymusic.com/collections/fea ... im-norayim
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

איך זיך א נוסח אדער בלויז א טייל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ובכן,
די הייליגע טעג רוקן פאראויס טאג נאך טאג,
אויפן פלעיליסט גייען שוין די 'עניניא דיומא' והמסתעף,

די "זכרנו'ס" די "היה עם פפיות'ן", פון יאנקל תלמוד ז"ל וואס רייסן מיט אינערליך קול דממה דקה אזש צום צורודערט ווערן ביז די נקודה...
די מאדזיץ'ער קאמפאזיציעס פון דברי ישראל אמרי שאול און אמרי אש וואס נעמען ארום דאס גאנצן מהות און טראגן ארויף ערגעצוואו...
ועוד מן הצדיקים והחסידים וואס זענען משפיע אויף גייסט און און נעמט אריין מיט התרגשות הלב והתעורורת הנפש טיעף אין די ענינים...

פשיטא אז בין הבאים ראשונה זענען די רעקאדירטע זכרונות פון אונזערע הייליגע רבי'ס וואס מיר זענען אויפגעוואקסן מיט זייער תפילות...

אויך קומען אריין כמה פון די 'ישיבות' נוסחאות אשר יש מהם דברים נפלאים צו 'נאשן', און נישט איינער פון די גרויסע בעלי תפילה ביי די ישיבות האבן בסתר "גע'לקח'נט" פון אונז חסידים און עס פארוואנדלט אין "ישיבה-נוסח", און באמת איז דא ביי זיי העליך און הארצשאקלענדע 'שטיקלעך'

אלעס אלעס לויפט... אלעס אלעס איז מוסיף און משפיע אויף די הכנות צו די גרויסע פארכטיגע טעג און גיבן די השראה אויף די תפילות הן בנוסח דהיינו די הייליגע תנועות 'לויפן' אריין אומבאוואוסטזיניג און זיי דערהייבן דאס זאגן והן להתעורר ולשים לב על הכונה הראויה על ידי וואס מען הערט אזעלכע הימליש און נשמה קלאנגען וואס קומען פון דבקות און תשובה עילאה.

ולפרפרת, א טייל פון די חזנים הגדולים פון די וואס האבן געדאוונט פארן באשעפער, און געזאגט דעם נוסח לאורך ולרוחב, איש איש כפי רעיוניו והגיגי לבו כמתנת אלוקים אשר חנן אותם, וואס די תנועות זייערער געבן צו פיל אידיש-קאליר צו די הפלא'דיג און הארץ-תנועות פון דעם ימים נוראים נוסח.





ובקשה מכם אהוביי רעי וידידיי

עס פעלט מיר - לצורך הענינים - תנועות פון רבי מאניס מאנדעל זצ"ל, כלומר איך ברויך צו הערן זיין דאווענען און זיך באאיינדרוקן סיי פון זיין נוסח און סיי פון זיין עצם דאווענען,
בעסער און לכתחילה א רעקארדינג פון אים גופא, אויב נישט כאטש פון א תלמיד ששמש כל צרכו.

א ריזן דאנק פון פארנאויס!


איין רגע, די פאר שטיקלעך ["ובשופר גדול", "בראש השנה"] וואס איז פארשפרייט פון אים ווייס איך גוט, איך ברויך דעם נוסח און דאווענען בכללות.

דאנקע שעהן נאכאמאהל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

כבוד הרב בעאבאכטער
אפשר זענט איר אונז מהנה מיט עפעס פון אייערע אוצרות?
זוכט איר דוי?
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

דונש האט געשריבן:כבוד הרב בעאבאכטער
אפשר זענט איר אונז מהנה מיט עפעס פון אייערע אוצרות?

רוב פון די 'אוצרות' זענען אפן פאר יעדן, און דא אויפן וועטל איבערהויפט, מען ברויך נאר זיי אויפפיקן.

אויב ברענגט איר וואס איך האב געבעטן וועל אייך געבן, וואס? נו, זאגט וואס איר ווילט תמורתו.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איך האב דאך נעבעך גארנישט, איך קום כעני בפתח אן קיין מעגליכקייט צוריק צו געבן,
זוכט איר דוי?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

בעאבאכטער האט געשריבן:די "היה עם פפיות'ן", פון יאנקל תלמוד ז"ל וואס רייסן מיט אינערליך קול דממה דקה אזש צום צורודערט ווערן ביז די נקודה...


כבוד הרב, איר האט א שיינע ראקארדירונג פון די פיפיות ניגון פון ר' יעקב?

אויב יא ביטע אהערשטעלן

ייש"כ
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

וואס מיינט "שיין"?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

בעאבאכטער האט געשריבן:וואס מיינט "שיין"?


לייג אהער וואס דו האסט.

שיין מיין איך מיט מוזיק.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

מצב כללי האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:וואס מיינט "שיין"?


לייג אהער וואס דו האסט.

שיין מיין איך מיט מוזיק.

פון יעקב תלמוד איז כמעט נישט דא מיט מוזיק, אלטע רעקארדינגס נישט איבערגעארבייט.
די רייכקייט איז דער תוכן, פאר ווער עס גלייכט דאס.

שוין לאנג וואס איך האלט אז עס דארף זיין אן אשכול איבער אים (דאכצעך מיר אז איך האב דאס שוין אפילו געשריבן איינמאל דא)

אפשר אויב אין די טעג וועט זיין אביסעלע צייט וועט מען דאס טוהן בע"ה,

אבער עס ברויך זיין פאראינטערעסירטע, אנדערש איז א שאד די מיה און נשמה.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תפילת מנחה ערב ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

א לייוו רקעארדינג פון תפילת המנחה, ניין, נישט פון מנחה ראש השנה נאר תפילת המנחה פון ערב ראש השנה.

הערט נאר ווי א איד האט געדאווענט די לעצטע מנחה פון ימות החול פון יאהר טרם התקדש יום ההמלכה!

תפילת המנחה ערב ראש השנה - הרה"צ ר' לוי יצחק בענדער זצ"ל

...No words
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

אוחילה לקל אחלה פניו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

געוועהן א איד אין ירושלים, ער האט געהייסן ר' לייב גלויבערמאן ז"ל, גערופן האט מען אים ר' לייבקע. א קארלינער חסיד, א געהויבענער איד ממש מיט השגות, (געהערט נישט לאנג א מעשה נורא פון אים, אין אן אנדער געעגנהייט אי"ה)
אלס איינער פון די אריות שבחבורה אינעם קארלינער חדר קען מען זיך פארשטעלן ווי זיין דאווענען האט אויס געזעהן.

האט איר דא פון אים א שטיקעלע ווי ער גרייט זיך צו תפילת המוספין, צעמדליגער יארן שפעטער האט מען אין א סטאדיא צו געלייגט מאזיקאליש באגלייטונג.

הרה"ח ר' לייבקע גלויבערמאן ז"ל - אוחילה לקל

השתפכות הנפש אזש צוגייט די גלידער.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

א הארציגן ייש"כ רב בעאבאכטער פארן אהערשטלן די סחורה !
זוכט איר דוי?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בעאבאכטער האט געשריבן:א לייוו רקעארדינג פון תפילת המנחה, ניין, נישט פון מנחה ראש השנה נאר תפילת המנחה פון ערב ראש השנה.

הערט נאר ווי א איד האט געדאווענט די לעצטע מנחה פון ימות החול פון יאהר טרם התקדש יום ההמלכה!

תפילת המנחה ערב ראש השנה - הרה"צ ר' לוי יצחק בענדער זצ"ל

...No words

טאקע מורא'דיג!, אשריך שזכיתני!
אה! אט דאס הייסט געדאוונט!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

בעאבאכטער האט געשריבן:פון יעקב תלמוד איז כמעט נישט דא מיט מוזיק, אלטע רעקארדינגס נישט איבערגעארבייט.
די רייכקייט איז דער תוכן, פאר ווער עס גלייכט דאס.

שוין לאנג וואס איך האלט אז עס דארף זיין אן אשכול איבער אים (דאכצעך מיר אז איך האב דאס שוין אפילו געשריבן איינמאל דא)

עס איז דא אן אשכול איבער אים
viewtopic.php?t=29334
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

אוחילה לקל, אחלה פניו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

מחמת הספק צו די ארויסגעבער פארקויפן עס נאך צו נישט, האב איך אפגעשניטן רוב פונעם טרעק און געלאזט דאס אנהייב, "אוחילה".

אוחילה לקל - מוהר"ן מספינקא
נכד בעל אורחות חיים.
רעקארדיט דאס לעצטע יאר פאר זיין הסתלקות, (אוועק כמדומני איין יאהר פאר זיין קלענער ברודער מוהי"מ זצ"ל)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

דוד משה האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:פון יעקב תלמוד איז כמעט נישט דא מיט מוזיק, אלטע רעקארדינגס נישט איבערגעארבייט.
די רייכקייט איז דער תוכן, פאר ווער עס גלייכט דאס.

שוין לאנג וואס איך האלט אז עס דארף זיין אן אשכול איבער אים (דאכצעך מיר אז איך האב דאס שוין אפילו געשריבן איינמאל דא)

עס איז דא אן אשכול איבער אים
viewtopic.php?t=29334

א דאנק, נישט אין אכט גענומען.

דער אשכול איז אבער שוואכע מייסעס,
ר' דוד משה, ווילט איר העלפן אביסל מיטן דאס געהעריג אוועקשטעלן?
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ראספשע האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:א לייוו רקעארדינג פון תפילת המנחה, ניין, נישט פון מנחה ראש השנה נאר תפילת המנחה פון ערב ראש השנה.

הערט נאר ווי א איד האט געדאווענט די לעצטע מנחה פון ימות החול פון יאהר טרם התקדש יום ההמלכה!

תפילת המנחה ערב ראש השנה - הרה"צ ר' לוי יצחק בענדער זצ"ל

...No words

טאקע מורא'דיג!, אשריך שזכיתני!
אה! אט דאס הייסט געדאוונט!

דער וואס שרייעט קדוש און לדוד ה' אורי איז דער צדיק ר' שמעון שפירא שליט"א.

און דייקא מנחה ער"ה ביי זיי איז א הויכע זאך, דאס דאווענען די סאמע חשובי וזקני אנ"ש.
מנחה ר"ה איז שוין א אנדערע בחינה אינגאנצן.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

ונתנה תוקף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אינטערעסאנט, דער [ראפשיצער] נוסח שטאמט פון ראפשיץ, אבער ביי יעדען איז עס עטוואס אנדערש און טראגט אן אנדער כאראקטער.
דזשיקוב, ראזוועדאוו ואחריהם פלאנטש, סטיטשין, ועוד, איז ידוע פאר א גרויס עולם,

אט הערט מעליץ, פון ר' פרץ אנפאנג.
ונתנה תוקף - ר' פרץ אנפאנג ז"ל - מעליץ
גרינע
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

איינער קען אפשר ארויפלייגן ריקאדירינגען פון ר' מאיר ברוך קאהן
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

בעאבאכטער האט געשריבן:אינטערעסאנט, דער [ראפשיצער] נוסח שטאמט פון ראפשיץ, אבער ביי יעדען איז עס עטוואס אנדערש און טראגט אן אנדער כאראקטער.
דזשיקוב, ראזוועדאוו ואחריהם פלאנטש, סטיטשין, ועוד, איז ידוע פאר א גרויס עולם,

אט הערט מעליץ, פון ר' פרץ אנפאנג.
ונתנה תוקף - ר' פרץ אנפאנג ז"ל - מעליץ

האב איך באקומען אן אלערט אינעם פערזענליך קעסטעלע פון א מיטגליד דא אין וועלטל, וזה תוכנו:
יעמאנט, אן אייוועלט מיטגלידער האט געשריבן: איך קען נישט עפענען אצינד MP3 פון drop box בין איך נישט זיכער וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט, אבער איך האב אסאך זאכן פון פרץ און בתוכם ונתנה תוקף, איך קען גוט דער מעליצע נוסח, און יאך זאג דיר דאס האט נישט קיין שייכות מיט מעליץ, ס׳איז זיין טאטע׳ס נוסח,
צו זיין הונדערט פראצענט שיק מיר עס אויף אימעיל וועל איך דיר עס מאשר זיין, אבער כמעט ברור אז דו האסט ארויפגעלייגט פון וואס איך רעדט.
(אויב האסטו וואס איך האב, [בפשטות יא] איז דא דארט אויך אפאר ראדאמסק׳ע ניגונים, און דער עולם מיינט אז ס׳איז פון מיילעך מעליצער,)
יישר כח פאר אלע זאכן וואס דו לייגסט ארויף, מיר האבן באמת הנאה.
הצלחה מרובה.

ולכן איז דאס געלייגט געווארן אויף "האלד" עד אשר יבורר הדבר.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

גרינע האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויפלייגן ריקאדירינגען פון ר' מאיר ברוך קאהן

עס וואלגערט זיך בבתי כנסיות ובבתי מדרשות און ביי די תורה-טעיפס געשעפטן/וועבסיידס.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

בעאבאכטער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:אינטערעסאנט, דער [ראפשיצער] נוסח שטאמט פון ראפשיץ, אבער ביי יעדען איז עס עטוואס אנדערש און טראגט אן אנדער כאראקטער.
דזשיקוב, ראזוועדאוו ואחריהם פלאנטש, סטיטשין, ועוד, איז ידוע פאר א גרויס עולם,

אט הערט מעליץ, פון ר' פרץ אנפאנג.
ונתנה תוקף - ר' פרץ אנפאנג ז"ל - מעליץ

האב איך באקומען אן אלערט אינעם פערזענליך קעסטעלע פון א מיטגליד דא אין וועלטל, וזה תוכנו:
יעמאנט, אן אייוועלט מיטגלידער האט געשריבן: איך קען נישט עפענען אצינד MP3 פון drop box בין איך נישט זיכער וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט, אבער איך האב אסאך זאכן פון פרץ און בתוכם ונתנה תוקף, איך קען גוט דער מעליצע נוסח, און יאך זאג דיר דאס האט נישט קיין שייכות מיט מעליץ, ס׳איז זיין טאטע׳ס נוסח,
צו זיין הונדערט פראצענט שיק מיר עס אויף אימעיל וועל איך דיר עס מאשר זיין, אבער כמעט ברור אז דו האסט ארויפגעלייגט פון וואס איך רעדט.
(אויב האסטו וואס איך האב, [בפשטות יא] איז דא דארט אויך אפאר ראדאמסק׳ע ניגונים, און דער עולם מיינט אז ס׳איז פון מיילעך מעליצער,)
יישר כח פאר אלע זאכן וואס דו לייגסט ארויף, מיר האבן באמת הנאה.
הצלחה מרובה.

ולכן איז דאס געלייגט געווארן אויף "האלד" עד אשר יבורר הדבר.

אין חצר הקודש טשערנאביל אין בני ברק, דאווענט א בעל תפלה קבוע שוין עטליכע צענדליגע יארן.
הלא הוא הרה"ח ר' הערשל גראס שליט"א [ב"ר משה פון גענף]
ער זאגט א נוסח וואס ער האט ער האט אמאל געהערט אסאך יארן צוריק, פון א אלטע איד, חסיד [איך געדענק נישט צו דאס איז געווען דזיקוב אדער מעליץ, עכ"פ] פון איינער פון די ראפשיצע הויפן.
און אנהייב פונעם נוסח איז גאנץ שטארק ענדליך צו דעם.
בעיקר מיט די הויכע תנועה וואס חזר'ט זיך כמ"פ איבער.
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

בעאבאכטער האט געשריבן:א לייוו רקעארדינג פון תפילת המנחה, ניין, נישט פון מנחה ראש השנה נאר תפילת המנחה פון ערב ראש השנה.

הערט נאר ווי א איד האט געדאווענט די לעצטע מנחה פון ימות החול פון יאהר טרם התקדש יום ההמלכה!

תפילת המנחה ערב ראש השנה - הרה"צ ר' לוי יצחק בענדער זצ"ל

...No words

wow Moredig
Is it in Uman?
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

Bookkeeper האט געשריבן:Is it in Uman?

קרוב לוודאי אין ירושלים, נאך נישט געוועהן דאן די מעגלכקייט ווי הייט,
דער "קיבוץ" ווי מען רופט דאס אין ברעסלעוו, איז בימים ההם געוועהן בעיקר אין ירושלים, אויך אין מירון.

הרה"צ ר' לוי יצחק זצ"ל איז געוועהן בעל תפילה (כמדומני די מוספין ועוד), להבחל"ח הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א בעל תוקע, און נאך.


בראסלעווער!
קומט אהער און פארציילט די אלטע זכרונות וואס איר געדענט אדער געהערט פון די טאטעס און זיידעס,
ברענגט פון מטעמים אויב האט איר רעקארדינגס פון די געהויבענע אידן וואס זענען געוועהן בא'חן'ט בטעם העליון.
לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הונגרי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הונגרי »

יש דיסק/הקלטה של נוסח ימים נוראים של מודזיץ?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”