לא, הוא אכן מהדברי ישראל ונקרא "כבקרת", אבער ס'איז נישט וואס מען זאגן אין מאדזשיץ, וליתר שאת אי"ה אברר עוד הפעם.
ולידיעה בעלמא, שטיקל הזה, מה שהעלת כאן, היה רבי מאניס מאנדעל זצ"ל אומר על ובשופר גדול עד אחרי כבקרת, ער האט געמאכט פון דעם א געוואלדיגס, די תלמידים איז שווער צו מוותר זיין אויף דעם, זיי לעבן דאס נאך ביז היינט מיט, די בכיות דער השתפכות הנפש איז געוועהן מורא'דיג.
והן אמת אז די ערשטע האלב איז ממש מיט שינויים גדולים היבש פארדרייט פון מקור הניגון, אבער ס'איז ווערט צו הערן ווי געוואלדיג ער האט געמאכט דעם "ובשופר גדול", און איז געוארן א "דבר בפני עצמו".
אגב, ער איז געגאנגען נאר ביזן הויכן פאל ולא עד בכלל, ר' בן ציון ז"ל האט מיר שוין אמאהל דאס אויך אנגעמערקט, אבער האמת, איך פארשטיי פארוואס.
ס'איז דא פון כמה וואס האבן דאס אראפגעזאגט, אבער ווייט ווייט פון די נקודה.. קיין דמיון...
אם כתבת על שינויים גדולים בחלק הראשון, בתפילתו של ר' מאניס, מסתמא זה היה נשמע כך: https://jumbomail.me/j/ttDz-yMCQUiBUzi משמיעה של כמה הקלטות הכוללות את ה'הויכען פאל', נראה שמעטים ידעו לבצעו כדבעי. גם בהקלטה שהעליתי לעיל שמים לב ל'דקדוק' שרב"צ דורש מהמנגנים.
נכון, על זה התכוונתי. אגב ער, שלמה שמחה, איז נאך דער בעסטער וואס איז דא פון דעם אין פאבליק, אבער ער 'טייטשט' דאס נישט ווי רבי מאניס'ן, און אויך נישט געזעצט די ווערטער ווי אים, פעלט..
ברם על איצעלע קרימילאווסקי פליאתי, זה שלא ידע שהמקור הוא רבי מאניס, נו קען נאך מיטגיין, פון וואנען זאל ער וויסן? אבל, מדוע להביא ולהשמיע דבר שאינו מדויוק ממש כמעט לא להכיר?
כיפת הירדן האט געשריבן:ייש"כ. להלן הקלטה מסליחות עם הרה"ח ר' בנציון זצ"ל. מתוק מדבש.
https://jumbomail.me/j/M8V_S7vaAkyPlKK כנראה זו הקלטה משלוש שנים, איני יודע אלו. שווה לשמוע את ה'במוצאי מנוחה' ובפרט את ה'פנה נא אל התלאות' ממש כבן המתחטא.
אוי, לשמו ולזכרו תאוות נפש.
זה הקלטה מתחילת שנות הכ' גם מושר כאן חמול תש"ך לא"א.
בעאבאכטער האט געשריבן:נכון, על זה התכוונתי. אגב ער, שלמה שמחה, איז נאך דער בעסטער וואס איז דא פון דעם אין פאבליק, אבער ער 'טייטשט' דאס נישט ווי רבי מאניס'ן, און אויך נישט געזעצט די ווערטער ווי אים, פעלט..
ברם על איצעלע קרימילאווסקי פליאתי, זה שלא ידע שהמקור הוא רבי מאניס, נו קען נאך מיטגיין, פון וואנען זאל ער וויסן? אבל, מדוע להביא ולהשמיע דבר שאינו מדויוק ממש כמעט לא להכיר?
יוסף פריעדמאן האט געשריבן: לא הבנתי פליאתכם, זה הרי ניגון של הדברי ישראל.
מה שהיא מביא (משלמה שמחה) חלקו הראשון אין לו זכר כמעט לניגון, די הויכע פאל איז נישט דא, וכן ההמשך. מה נשאר, מתוך ניגון שלם יש רק הפאל השני, דאס הייסט געברענגט א ניגון פון דברי ישראל? ברענגען איין ריכטיגע פאל, די ערשטע פארדרייט נישט צו דערקענען, און די רעשט כלל נישט? פעלט דען דער ניגון פון וואו צו ברענגען? אפילו דא אויף אייוועלט איז דאס געברענגט געווארן.
אקעי, לאמיר נישט פארגיין פון ימים נוראים נוסח צו מאדזשיץ כי אינו מקומו ואגב גררא נסבא.