דער מאדזשיצער "אזכרה" ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 9:13 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אין דעם אויבערשטן צופר לינק זינגט מען דעם אזכרה הקטן אויכעט, אנהויב... הטה אזנך ושמע

איך האב דעם ניגון ווי איינער זינגט דאס אויפן פידל באחד מן המסיבות אצל רב"צ שליט"א מתוק מדבש יורדים לחדרי בטן...... ס'ציגייט אין די גלידער...
איך לייג עס דא ארויף
הערטס און האט הנאה



א גרויסן דאנק יהי כהן, אבער איך מיין אז דו מאכסט א שטיקל טעות.
אין דעם צופר לינק זינגט מען נאר די אזכרה הגדול פון 21 מינוט. די קליינע זינגט מען נישט.


אגב, איך מיין אז דער פידל שפילער איז ספיוואק. ער זינגט ממש הימליש. אם אבן הוא נימוח.


איך האב נישט באזוכט דעם צופר לינק, איך האבעס געזעהן לעצטעס יאר אויף קול הלשון, און דאס איז די זעלבע קליפ, זעצעך אויס אז מען האט געשניטן דערפון

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 11:35 pm

מאשקע

כ'האב טאקע נישט ספיציעל ארומגעקוקט צו טרעפן דעם יוד מיט א קוטשמע אויפן אויסגעדארטן שטריימל אין א ראש הקהליש בערדל ארונטער, אבער דו וואלסט זיכער געדארפט זיין געניג אויפמערקזאם נארמאלערהייט אז כ'זאל דיר יא באמערקן, נאכדערצו דער איינציגער מיטן גילדענע בעקיטשע... כ'הייב שוין אן צו טראכטן אז עפעס איז פארגעקומען מיט מיר דארט...

1X1
א פיאנע אין דו הימלען האבעך אויך נישט געזעין דארט. כאטש פידלען מיט מענטשן יא.


אגב
איז טאקע דער טינקעלער מיטן הויכן הוריגן קאפעלוטש אין באבובער אנצוג זיין פערזעינליכער "גבאי"?

ווי אויך איז דער טאלאנטפולער פידלער דארט אויך דער זעלבער ספיוואק ווי אויפן לינק? (איז ער אפשר א קרוב צו יענקל ספיוואק?)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:48 pm

ס'איז נאר דא איין פידל שפילער אין מאדזשיצער שטיבל, און דאס איז ספיוואק. זיין ערשטע נאמען איז - דאכט זיך - שמעון.

און יענער מיט'ן הויכ'ן הוט איז זיין דרייווער, גבאי, שומר, און וואס דו ווילסט נישט. ער געט אכטונג אויף זיין געזונט.
An article a day keeps the babies away

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:47 pm

יא, ער הייסט שמעון ספיוואק.
וואס??????? ער גיבט אכטונג אויף זיין געזונט? פליז, ער מאכט אים קראנק... (עכ"פ מיך זיכער - און דיך אויך...)
איך זאג עשה!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:52 pm

מיר האט אויסגעקוקט דער דונקלהויטיגער מיט דו קליינע אויערן, ווי דער גאנצער אנפירער פון דו מסובה.

ער האט גערופן דעם פידלער, ווען מ'האט אים געוויזן אז ער קען אים שוין רופן.

ער האט געמאכט פלאץ פאר'ן פידלער.

ער איז ארומגעגאנגען נאך געלט (מסתם פאר דו מסובה).

ער האט מכבד געווען דו חשובע חסידים ווי צו זיצן.

אין ער האט ארלעידיגט אז דו קוגלען זאלן אנקומען ווי ס'דארף.

אין נאך אין נאך אין נאך ואין להעריך.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:49 am

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:וואס??????? ער גיבט אכטונג אויף זיין געזונט? פליז, ער מאכט אים קראנק... (עכ"פ מיך זיכער - און דיך אויך...)


אין הכי טאקע, איך האלט אויך אזוי ווי דיר, אבער דער איד וויל עס נישט פארשטיין. מ'האט געקענט זעהן בחוש ווי ר' בנציון האט הנאה אז ער קען ווייטער זינגען.


salads האט געשריבן:מיר האט אויסגעקוקט דער דונקלהויטיגער מיט דו קליינע אויערן, ווי דער גאנצער אנפירער פון דו מסובה.

ער האט גערופן דעם פידלער, ווען מ'האט אים געוויזן אז ער קען אים שוין רופן.

ער האט געמאכט פלאץ פאר'ן פידלער.

ער איז ארומגעגאנגען נאך געלט (מסתם פאר דו מסובה).

ער האט מכבד געווען דו חשובע חסידים ווי צו זיצן.

אין ער האט ארלעידיגט אז דו קוגלען זאלן אנקומען ווי ס'דארף.

אין נאך אין נאך אין נאך ואין להעריך.


יא, ער איז דער דער גאנצער מאכער (נישט וויכי) ביים מסיבה. דאס געלט וואס ער נעמט צוזאם איז טאקע פאר די מסיבה, און האסט געקענט זעהן ווי מאשקע האט אים געגעבן א קוואדער (און נישט געבעטן טשעינדזש). אקעי, יעצט ווייסטו שוין ווער מאשקע איז...
An article a day keeps the babies away

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 8:05 pm

ניין מאשקע ניין

ווען איך זעי וועין אז איינער גיט א קוואדער וואלט איך אויך געגעיבן, ווייל דער איינציגער האב'ך נישט געוואלט זיין.

אגב אפשר האב'ך דיר יא געזעין, אבער נישט ביי דו מסובה, נאר ביי יואלי שווארץ אינטעוויא (העי גילי!)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:46 am

חחחחחח דו לץ...
An article a day keeps the babies away

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 6:56 pm

מאשקע גראדע הראט אים געגעבן נישט איין נאר צוויי דולר (קעש!)
איך זאג עשה!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 12:36 am

קעש פאר קלאנקערס

נו פארוואס דען האט מאשקע געשריבן אלס א סימן ווער ער איז, אז ער האט געגעיבן נאר א קוואדער?

ער האט געוואלט אז כ'זאל מיינען אז דו ביסט מאשקע?
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 3:44 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:מאשקע גראדע הראט אים געגעבן נישט איין נאר צוויי דולר (קעש!)


סאו מוז זיין אז דו ביזט גאר דער גבאי דארט... נייס טו מיעט יו העיר...
An article a day keeps the babies away

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 5:40 pm

אה נאו!!! כ'וועל ענדשער זיין די רב ווי דער גבאי... (אפשר הגראמער איז די גבאי? וד"ל)
איך זאג עשה!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 2:27 pm

פארוואס ווילסטו זיין ענדערש דער רב? דעם גבאי'ן הערט מען כאטש אויס...
An article a day keeps the babies away

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 5:18 pm

כא כא כא!!! זעסט דאך אז אפילו בנציון האט נישט אויסגעהארכט דעם גבאין...
איך זאג עשה!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מאי 07, 2010 2:22 am

salads האט געשריבן:מיר האט אויסגעקוקט דער דונקלהויטיגער מיט דו קליינע אויערן, ווי דער גאנצער אנפירער פון דו מסובה.

ער האט גערופן דעם פידלער, ווען מ'האט אים געוויזן אז ער קען אים שוין רופן.

ער האט געמאכט פלאץ פאר'ן פידלער.

ער איז ארומגעגאנגען נאך געלט (מסתם פאר דו מסובה).

ער האט מכבד געווען דו חשובע חסידים ווי צו זיצן.

אין ער האט ארלעידיגט אז דו קוגלען זאלן אנקומען ווי ס'דארף.

אין נאך אין נאך אין נאך ואין להעריך.

איהר מיינט מן הסתם רמי שי, ער איז פון תימן'ער אף שטאם.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מאי 07, 2010 7:26 am

דער וואס האט חתונה געהאט א2-3 יאר צוריק, יא?
An article a day keeps the babies away

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » פרייטאג מאי 07, 2010 8:18 am

רמי שי (קוקט אויס פון דער תימן אפשטאם) רופט זיך נאר בנציון'ס גבאי, ווי ער גיבט שטארק אכטונג אויף בנציון'ס געזונט, דערנאך איז דא איינער אולי געלבטוך וואס ער טיילט געווענטליך די קוגלען, נעמט צוזאם די געלט א.א.וו. נאר דאס יאר דאכצעמער איז אולי נישט געווען אנוועזענד דערפאר איז רמי געווען דער שטעלפארטרעטער.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » פרייטאג מאי 07, 2010 8:37 am

האט איר באמערקט אז חנוך (אנדי) סטעטמאן איז דארט געווען פון אנפאנג, אבער ווען בנציון האט אים -ווי אלע יארן אין טאג פון אמרי שאול'ס יארצייט- געוואלט מכבד זיין, איז ער נישט געווען צו באקומען, עס האט מיר זייער באנק געטאן :-(

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 6:43 pm

Sorry for writing in English, I didn't installed Yiddish yet.

And also sorry for reporting so late.

Tonight there will be a Mesibeh in Modzitz, and since R' BenTzoin had a heart surgery and is still recovering he will only sing one or two songs.

Ezkuroo will sing R' David Bick, and Yedid Nefesh will sing by a surprise singer, some one who never sang in Modzitz, but he sings VERY similar to BenTzion, and he is very close with him, there is not even one song of Modzitz/Bentzion. A real genius!

I was sworn by him not to publicise that he will sing tonight, that's why I am not writing his nam

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג נובעמבער 23, 2010 11:06 am

אצינדער מעגט איהר שוין אויס זאגן ווער דער זינגער איז געווען ?



בעסער נישט צו שווערן אפילו אויף א דבר אמת.
ועמך כולם צדיקים

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג נובעמבער 23, 2010 12:06 pm

Were you there?

His name is Yidel Feldmen form Skver town.

געלינקטער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:08 am

תגובהדורך געלינקטער » דאנארשטאג ינואר 20, 2011 12:52 am


לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » פרייטאג ינואר 21, 2011 12:34 pm

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג ינואר 21, 2011 12:41 pm

יישר כח. האמיר שוין וואו צו פארברענגען. כ'האב נישט געוואוסט אז די מכון איז נאך אקטיוו.
An article a day keeps the babies away

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 11:55 am

היינט נאכט קומט פאר די יארצייט סעודה לכבוד די הילולא פון דעם בעל דברי ישראל נ"ע, אויך האט ער מחבר געווען דעם ניגון אזכרה. אבער מען וועט נישט זינגען אזכרה היינט נאכט, נאר זונטאג נאכט ביי די סעודת הילולא פון זיין זוהן דער בעל אמרי שאול נ"ע. און דאס איז דערפאר ווייל ביים אמרי שאול'ס הילולא טוען זיך משתתף זיין פיהל א גרעסערע ציבור וויבאלד עס זענען דא אסאך וואס געדענקען אים נאך בחייו.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], זעירא און 23 געסט