'אהבה רבה' ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 2:27 pm

דער טאהשער אהבה רבה איז ווי איינער האט שוין געזאגט פריער א דינוב'ער ניגון

(טהור עינים האט במחכ"ת געשריבן נישט ריכטיג דעם שייכות פון טאהש קיין דינוב, וועל איך דאס ערקלערן)

טאהש - כאטש די מנהגים און נוסחאות זענען שטארק געבויעט אויף זידיטשוב קאמארנא - האבן די צדיקים פון דישושילתא קדישא לבית טאהש
א דריי פאכיגן שייכות קיין דינוב ווי פאלגענד.

1. דער ערשטער טאהשער רבי הרה"ק השרף רבי משולם פייש זי"ע - דעם טאהשער רבי'נס עלטער זיידע - איז געווען א תלמיד מובהק פון הייליגן רבי דוד'ל דינוב'ער זי"ע, צו וועם ער פלעגט פיל פארן להסתופף, באזונדער איז באקאנט אז ער פלעגט פארן אויף גאנץ סוכות קיין דינוב, און רבי דוד'ל פלעגט ווארטן אויף איהם אינאיינעם צו מסכך זיין די סוכה, אמאל האט ער געשפעטיגט און די חסידים האבן געזאגט פאר רבי דוד'ל אז די צייט ריקט זיך און מען דארף שוין מסכך זיין, האט ער געענטפערט "מיין נוי סוכה איז נאכנישט דא" קען איך נאכנישט גיין מסכך זיין, מיינענדיג זיין תלמיד מובהק דעם טאהשער צדיק.

2. זיין זוהן רבי אלימלך מטאהש זי"ע - דעם טאהשער רבינ'ס זיידע - איז געווען אן איידעם און האט געגעסן קעסט ביים בעל בית יצחק דער סואליעווער רב וואס איז געווען בשעתו ראב"ד אין מונקאטש, בימיו פון בעל שם שלמה פון מונקאטש, און ער איז געווען דאן זייער מקושר צום שם שלמה, פארברענגענדיג טעגליך שעות מיט איהם בתורה וחסידות. (דאס איז געווען נאך איידער ער איז נתקשר געווארן צו רבי אליעזר'ל קאמארנער זי"ע)

3. שפעטער איז רבי אלימלך נתקשר געווארן צו רבי אליעזר'ל קאמארנא וואס איז געווען זיין רבי מובהק, און איהם פלעגט ער רופן סתם "דער רבי זכרונו לברכה", און ער האט זיך געפירט לויט די מנהגים און פסקים פון קאמארנער. - אבער נאך די פטירה פון רבי אליעזר'ל, איז ער געפארן צום בלאזשובער רב, וואס איז געווען א זוהן פון רבי דוד'ל דינוב'ער זיין טאטענ'ס רבי, האט ער ממשיך געווען דאס התקשרות לבית דינוב.

די מנהגים און ניגונים אין טאהש זענען על פי רוב צאמגעשטעלט פון דינוב און קאמארנא, די סדר הקפות למשל איז כולו דינוב, דער אהבה רבה ניגון איז פון דינוב, דער מזמור לדוד ביי שלש סעודות איז אויך פון דינוב, די אנדערע זמירות ביי שלשל סעודת זאגט מען פסוק בפסוק כנוסח זידיטשוב קאמארנא.

און איבער דעם וואס מאשקע האט געשריבן אז מען שח'ט אפ אלע ניגונים אין טאהש :lol: האב איך אמאל וויילענדיג אויף א שבת אין טאהש געהערט פון א דארטיגן חסידיש'ן אינגערמאן, אז דער טאהשער רבי זאל געזונט זיין האט אין דעם א שארפע דרך עבודה.

ווי יענער האט מיר נאכגעזאגט, האט דער טאהשער רבי האט אמאל ערקלערט אז אין יעדע זאך וואס מען האט דערפון א הנאה און א געשמאק קען זיך דער יצר הרע אריינכאפן, און דאס איז שוין נישט בלתי לה' לבדו, אפילו אז מען זינגט זייער שיין ניגונים..... אויב עס קלאפט צו שיין, און מען האט א גשמיות'דיגע הנאה דערפון, איז דאס שוין נישט בלתי לה' לבדו... פארדעם פלעגט ער אליין יאגן ביי די ניגונים מען זאל דאס זינגן שנעל, ס'זאל נישט זיין אזוי שיין... מען זאל זינגן נאר פאר'ן אויבערשטענס וועגן, נישט פאר די אייגענע הנאה.

זעהט אויס אז איבער דעם איז די גאנצע חסידות אין טאהש איז אייביג געוען אזוי צעפארן, ס'האט קיינמאל נישט עכט געקלאפט זאכן הונדערט פראצענט אזוי ווי אין אנדערער רבי'שע הויפן. למשל זיי האבן קיינמאל מצליח געווען צו האלטן ארדענונג און סדר בפרט ביי גרעסערע שמחות און כינוסים, ס'איז אלץ געפארן אויף רעדער, אפשר האט דער רבי דוקא געוואלט ס'זאל אזוי זיין.

והוא רחום יכפר עון, כי אין לי עסק בנסתרות, ואכמ"ל, ודו"ק, וד"ל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 2:36 pm

מענין לענין באותו ענין.. איידי דבניגונים ובטאהש עסקינן, האב איך לעצטענס געהערט אן אינטערעסאנטע זאך.

אין טאהש זינגט מען לעצטענס א ניגון וואס ווערט גערופן "דעם רבי'נס ניגון".

די מעשה פון דעם ניגון איז, ווי מאנכע וועלן מסתמא געדענקן האט זיך ארומגעדרייט א ווידיאו קליפ פאריאהר ווי דער טאהשער רבי האט זיך צעזינגן מיט דביקות ביי א שמחה במעון קדשו, זינגענדיג זייער צעקאכט, געוויסע תנועות, אצינד האבן די בעלי מנגנים לבית טאהש קאמפאזירט א ניגון פון די יעניגע תנועות, וואס איז ארויסגעקומען אלץ גאץ א שיינער חסיד'שער ניגון. מ'האט דאס געזינגן ימים נוראים אלץ א מארש אויף איינס פון די פיוטים, און ביי די הקפות אלץא נייער הקפה ניגון.

אט דעם ניגון רופן די טאהשער חסידים "דעם רבינ'ס ניגון".

אגב, איך האב געהערט דעם ניגון, אבער כ'קען מיר דאס נישט דערמאנען, אויב איינער האט אפשר א אודיאיו אדער ווידיאו קליפ ווי מען זינגט דעם רבינ'ס ניגון וואלט איך הנאה געהאט דאס צו באקומען.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 6:23 pm

יצמחפרקניה:
דער סאטמארער אהבה רבה ניגון, איז פון הרה"ק הר"ר הערש מרימנוב זי"ע וואס איז גוועהן א בעל מנגן נפלא

וואס הייסט ער איז געווען א בעל מנגן נפלא?
איז דא נאך ניגונים פון אים'ען?

זאגסט מיר

תגובהדורך זאגסט מיר » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 4:51 pm

און סאטמער זינגט מען צוויי אהבה רבה ניגונים, די מערסט באקאנטע איז א ניגון פון רימונוב, און די נישט אזוי באקאנט איז א פלאנטשור ניגון,און אז מ' רעדט שוין פון אהבה רבה ניגונים, איז כדי צו וויסן ,לויט וויפהיל איך פארשטיי צו א ניגון , אז די טאהשער אהבה רבה ניגון איז די שענסטע פון אלעמען נישטאמאהל קיין פארגלייך ,עס איז גאר א טיפע ניגון ,נאר וואס דען מ'דארף וויסען וואו אזוי דאס אראפ צוזינגען , נישט סתם אזוי אראפשלינגען דעם הערליכען ניגון ,איך זאג אייך דאס ווייל נישט לאנג צוריק ביו איך געווען ביי א טיש וואו מ'האט געזינגען דעם ניגון און מ'האט דעם ניגון ממש פארשעמט, במילא געב אפ דעם ריכטיגען כבוד פאר סיי וועלכע ניגון , וויל נישט אנקומען צום ענדע פונעם ניגון פאר די ריכטיגע צייט

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 8:03 pm

איך האב געזען אין א מעליצער ספר בשם איינער וואס האט עס געהערט פון סאטמערע רבי זי"ע אז די נענים ניגונם איז מקבל פון רבי ר' הערש זי"ע
איך ווייס נישט וועלכע ער מיינט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג דעצמבער 12, 2008 1:35 am

דער סאטמאר רב האט געזונגען פיר באזונדערע ניגונים ביי די נענועים, דאס ערשטע ביי הודו, איז די באקאנטע נענועים ניגון. ביי די צוויי אנא'ס, איז געווען איינס דאס ליובאביטשע ניגון, וואס אין סאטמאר זינגט מען דאס ביי ממקומך, דאס אנדערע, איז דער אהבה רבא ניגון. ביי הודו האט זיך דער סאטמאר רב אונטערגעזונגען די תנועה פון מלאכים שרפים, וואס איז מיוחס להרה"ק מרוזין. כך מקובלני מבית אבא.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג מאי 26, 2009 12:41 am

פאריאר האט מען זיך געבעטן דערפאר און היי יאר ברענג איך אייך עס במתנה

דא האט איר די ניגון.

https://www.yousendit.com/download/MnFo ... WUozZUE9PQ

איך וויל בעטן אז איינער פון די מנהלים זאל עס ארויף פאוסטען אין די קרעטשמע למעד יעמד ימים רבים, עטס האטס דאך פראטעקציא און עטס קענטס פאוסטען גרעסערע פיילס (אזוי ווי טריאו האט געטון מיט די אמר רבי עקיבא ניגון), ישר כח למפרע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » דינסטאג מאי 26, 2009 1:00 am

דעם עצי חיים נענועים ניגון - ווי קען איך עס הערן איך גלייך עס זייער אבער כקען עס נישט אזוי גיט..

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג מאי 26, 2009 9:08 am

לעווי האט געשריבן:פאריאר האט מען זיך געבעטן דערפאר און היי יאר ברענג איך אייך עס במתנה

דא האט איר די ניגון.

https://www.yousendit.com/download/MnFo ... WUozZUE9PQ

איך וויל בעטן אז איינער פון די מנהלים זאל עס ארויף פאוסטען אין די קרעטשמע למעד יעמד ימים רבים, עטס האטס דאך פראטעקציא און עטס קענטס פאוסטען גרעסערע פיילס (אזוי ווי טריאו האט געטון מיט די אמר רבי עקיבא ניגון), ישר כח למפרע.
צוגעלייגטע

Audio1.wma [ 1.22 MiB | געזעהן 3519 מאל ]


לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג מאי 26, 2009 9:20 am

יישר כח טריאו, אויף דיר קען מען זיך אלעמא פארלאזן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג מאי 26, 2009 9:21 am

אלעמאל נישט, אפשר טאקע אלעמא יא....

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג מאי 26, 2009 9:23 am

3x0 האט געשריבן:אלעמאל נישט, אפשר טאקע אלעמא יא....


NOT COOL!!!! :oops:

אזוי צו טשעפענען???
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
איך_שמעק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 5:27 pm
לאקאציע: אין אמעריקא

תגובהדורך איך_שמעק » דינסטאג מאי 26, 2009 10:39 am

יישר כח טריאו, א מזל די האסט עס ערשט היינט ארויף געלייגט ווייל עס האט זייער שיינע "מוזיק"...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג מאי 26, 2009 1:14 pm

ייש''כ טריאו, עס שפילט שוין נאן סטאפ, און עס הייבט צוביסלעך אן צו רייסן ביי די נשמה....

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מאי 26, 2009 4:38 pm

טריאוי, יש"כ.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 31, 2009 12:04 am

ישר כח טריאו
ווען איך הער דעם ניגון דערמאן איך מיר פון די התעוררות פון די לעצטע 2 טעג, ווי מען מען האט זיך אויסגעבעטן ללמוד וללמד וכו'
ווי אויך על פירות האילן, לבנים מאירים בתורה,

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » זונטאג מאי 31, 2009 9:16 pm

ישר כח דיהיב לן ניגון אהבה רבה ע"י תליתאי טריאו בלע"ז
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דינסטאג יוני 07, 2011 11:12 am

"בני היכלא" פון סאטמאר איז אויך פון רימאנאוו.
זינגען ביי א חופה "אהבה רבה ניגון" האט דאכצעך א שייכות אז אסאך ענינים פון א חופה זענען מעניני מתן תורה.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

פיבער מעסטער
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » דינסטאג יוני 07, 2011 12:30 pm

פויער האט געשריבן:דער בעל מחבר איז הרה"ק רבי ר' הערשל מרימנוב זי"ע
און סאטמאר זינגט מען עס אויף אהבה רבה און עפ"י רוב אויך בייי חופות



שראליק האט געשריבן:
יצמחפרקניה:
דער סאטמארער אהבה רבה ניגון, איז פון הרה"ק הר"ר הערש מרימנוב זי"ע וואס איז גוועהן א בעל מנגן נפלא

וואס הייסט ער איז געווען א בעל מנגן נפלא?
איז דא נאך ניגונים פון אים'ען?


לפי קוצר ידיעתי איז דאס נישט קיין ניגון וואס הרה"ק רבי ר' הערש זי"ע האט "מחבר" געווען, נאר מען האט דאס דארט געזינגען ביי אהבה רבה און דער הייליגער ייטב לב וואס פלעגט פארן קיין רימנוב האט דאס פון דארט גענומען

שוועמל האט געשריבן:אין טאהש זינגט מען דאס וועכנטליך אויף כל מקדש דוכט זיך, זעהר א געפיהלישער ניגון.

א שטיקל גרויסע טעות, די טאהשע כל מקדש ניגון מיט די אהבה רבה ניגון זענען צוויי באזונדערע ניגונים, און ביידע זינגט מען פערצופאל דארט פרייטאג צונאכט'ס מיט גרויס התעוררות

שבועות ביים דאוונען בשעת אהבה רבה זינגט מען דארט נישט גארנישט, עס הייסט דער אהבה רבה ניגון ווייל ביים טיש זינגט מען עס מיט די ווערטער אויף אהבה רבה, און די ניגון שטאמט פון דער הייליגער בני יששכר

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג יוני 07, 2011 12:32 pm

פלוני האט געשריבן:"בני היכלא" פון סאטמאר איז אויך פון רימאנאוו.
זינגען ביי א חופה "אהבה רבה ניגון" האט דאכצעך א שייכות אז אסאך ענינים פון א חופה זענען מעניני מתן תורה.

בני היכלא איז נישט פון ר"ר הערש
דער יעלה-טל-גשם איז פון ר"ר הערש
בבואו מאדום, איז פון ר"ר הערש
דער ראזאדאווער בר יוחאי איז פון ר"ר הערש (כך שמעתי מהרב מסטיטשין זצ"ל)
ויש עוד ועוד
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:38 am

לכ' יו"ט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג יוני 10, 2016 1:59 am

והוא פלאי האט געשריבן:דער ראזאדאווער בר יוחאי איז פון ר"ר הערש (כך שמעתי מהרב מסטיטשין זצ"ל)
ויש עוד ועוד

וועלעכע ניגון איז עס ?

זינג מען עס אין סאטמאר ביי א געלעגנהייט ?

איז עס אפשר די בר יוחאי וואס מען הערט דעם רבי'ן ז''ל זינגען און ארויס העלפן ר' אברהם'לע ווערצבערגער זינגען דעם ניגון ?

קען איינער מזכה זיי דעם עולם מיט דעם ניגון ?

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יוני 10, 2016 2:34 am

וואס מ'זינגט אין סאטמאר שבועות
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » פרייטאג יוני 10, 2016 10:44 am

והוא פלאי האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:"בני היכלא" פון סאטמאר איז אויך פון רימאנאוו.
זינגען ביי א חופה "אהבה רבה ניגון" האט דאכצעך א שייכות אז אסאך ענינים פון א חופה זענען מעניני מתן תורה.

בני היכלא איז נישט פון ר"ר הערש
דער יעלה-טל-גשם איז פון ר"ר הערש
בבואו מאדום, איז פון ר"ר הערש
דער ראזאדאווער בר יוחאי איז פון ר"ר הערש (כך שמעתי מהרב מסטיטשין זצ"ל)
ויש עוד ועוד

אפשר שוין געשריבן אמאל
--
ר' פרץ לעפקאוויטש פלעגט זינגען אויף וכל מאמינים א ניגון פון ר"ר הערש, ס'איז דא אויף זיין טעיפ
אזוי אויך אויף הקל הפותח

Mordec
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 12:00 pm

תגובהדורך Mordec » דינסטאג יוני 28, 2016 10:44 am

לעווי האט געשריבן:פאריאר האט מען זיך געבעטן דערפאר און היי יאר ברענג איך אייך עס במתנה

דא האט איר די ניגון.

https://www.yousendit.com/download/MnFo ... WUozZUE9PQ" onclick="window.open(this.href);return false;

איך וויל בעטן אז איינער פון די מנהלים זאל עס ארויף פאוסטען אין די קרעטשמע למעד יעמד ימים רבים, עטס האטס דאך פראטעקציא און עטס קענטס פאוסטען גרעסערע פיילס (אזוי ווי טריאו האט געטון מיט די אמר רבי עקיבא ניגון), ישר כח למפרע.

קען דאס איינער איבערלייגען


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט