'אהבה רבה' ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג יוני 28, 2016 3:44 pm

Mordec האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:פאריאר האט מען זיך געבעטן דערפאר און היי יאר ברענג איך אייך עס במתנה

דא האט איר די ניגון.

https://www.yousendit.com/download/MnFo ... WUozZUE9PQ" onclick="window.open(this.href);return false;

איך וויל בעטן אז איינער פון די מנהלים זאל עס ארויף פאוסטען אין די קרעטשמע למעד יעמד ימים רבים, עטס האטס דאך פראטעקציא און עטס קענטס פאוסטען גרעסערע פיילס (אזוי ווי טריאו האט געטון מיט די אמר רבי עקיבא ניגון), ישר כח למפרע.

קען דאס איינער איבערלייגען

עס איז געווארן ארויפגעלייגט דא, קליק אויפן נאמען עס צו דאונלאודן.

Capture.JPG
Capture.JPG (18.36 KiB) געזעהן 4886 מאל

אוועטאר
מאטל שניידער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 11:21 am

תגובהדורך מאטל שניידער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:23 am

לעווי האט געשריבן:פאריאר האט מען זיך געבעטן דערפאר און היי יאר ברענג איך אייך עס במתנה

דא האט איר די ניגון.

https://www.yousendit.com/download/MnFo ... WUozZUE9PQ" onclick="window.open(this.href);return false;

איך וויל בעטן אז איינער פון די מנהלים זאל עס ארויף פאוסטען אין די קרעטשמע למעד יעמד ימים רבים, עטס האטס דאך פראטעקציא און עטס קענטס פאוסטען גרעסערע פיילס (אזוי ווי טריאו האט געטון מיט די אמר רבי עקיבא ניגון), ישר כח למפרע.

די לינק ארבעט נישט קען איינער ביטע איבערלייגן?
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!


אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 12:11 pm

מאטל שניידער האט געשריבן:די לינק ארבעט נישט קען איינער ביטע איבערלייגן?

קוק צוריק איין תגובה.

קאטשעניו
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 25, 2014 10:55 pm

תגובהדורך קאטשעניו » פרייטאג מאי 05, 2017 3:58 pm

פלוני האט געשריבן:"בני היכלא" פון סאטמאר איז אויך פון רימאנאוו.
זינגען ביי א חופה "אהבה רבה ניגון" האט דאכצעך א שייכות אז אסאך ענינים פון א חופה זענען מעניני מתן תורה.


כ'וואלט זייער געוואלט הערן דעם בני היכלא ניגון ערגעץ. איינער ווייסט וואו כ'קען עס הערן?

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג מאי 07, 2017 2:17 pm

עפן א אשכול פון "ניגוני בני היכלא" אפשר וועט עס איינער ארויפלייגן
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » זונטאג מאי 07, 2017 6:16 pm

פלוני האט געשריבן:"בני היכלא" פון סאטמאר איז אויך פון רימאנאוו.

אולי כוונת מע"כ לניגוו בבואו מאדום. כי ניגון בני היכלא אינו מהר"ר הערש זי"ע

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג מאי 07, 2017 10:40 pm

קאטשעניו האט געשריבן:
פלוני האט געשריבן:"בני היכלא" פון סאטמאר איז אויך פון רימאנאוו.
זינגען ביי א חופה "אהבה רבה ניגון" האט דאכצעך א שייכות אז אסאך ענינים פון א חופה זענען מעניני מתן תורה.


כ'וואלט זייער געוואלט הערן דעם בני היכלא ניגון ערגעץ. איינער ווייסט וואו כ'קען עס הערן?


איר זאגט עפעס ווייל חסידי טאהש זינגען דעם טאהשער אהבה רבה ביי די חופה. דער ניגון איז עפעס אויסטערליש ווארעם און מלא געגועין והתעוררות.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 08, 2017 3:55 pm

אפשר איז דא דער פלאץ מעורר צו זיין, אז אייניגע זינגער'ס האבן פארדרייט דעם סאטמאר'ע אהבה רבה ניגון,
דאס מערסטע האט זיך דאס ארויסגעזעהן ווען יואל קליין פון ארץ ישראל האט אין מירון במעמד אלפי סאטמאר'ע חסידים געזינגען דעם ניגון מיט פינקי וועבער'ס קנייטשן,
דהיינו אז ווען מ'ענדיגט דעם הויכן פאל אנשטאט אראפ צו גיין - געט מען אזא צי ארויף....
ממש ס'גרילצט מיר יעדעס מאל איינער זינגט אזוי דעם דעם ניגון....

אויב איינער כאפט וואס איך מיין?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22882
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 08, 2017 3:57 pm

נע וואדע, כאפט מען.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מאי 08, 2017 3:59 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אפשר איז דא דער פלאץ מעורר צו זיין, אז אייניגע זינגער'ס האבן פארדרייט דעם סאטמאר'ע אהבה רבה ניגון,
דאס מערסטע האט זיך דאס ארויסגעזעהן ווען יואל קליין פון ארץ ישראל האט אין מירון במעמד אלפי סאטמאר'ע חסידים געזינגען דעם ניגון מיט פינקי וועבער'ס קנייטשן,
דהיינו אז ווען מ'ענדיגט דעם הויכן פאל אנשטאט אראפ צו גיין - געט מען אזא צי ארויף....
ממש ס'גרילצט מיר יעדעס מאל איינער זינגט אזוי דעם דעם ניגון....

אויב איינער כאפט וואס איך מיין?

אה יע
דאכציך אז מען האט זיך עמטליך איינגעוואוינט אזוי צו זינגען
זייט דעמאלטס
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 08, 2017 4:00 pm

א ניגון וואס מ'האט געזינגען ביי א צדיק, איז זייער הארב צו פארדרייען.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מאי 08, 2017 4:02 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:א ניגון וואס מ'האט געזינגען ביי א צדיק, איז זייער הארב צו פארדרייען.

די שאלה איז דעמאלטס פארוואס איז קיינער נישט מוחה?
אפשר באדערט עס נישט פאר וועם ס'ברויך
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 08, 2017 4:05 pm

ווי זאל מען מוחה זיין???

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מאי 08, 2017 5:17 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ווי זאל מען מוחה זיין???

צו דעם וואס זינגט עס נאך בפומביא
מיטן מייק שטייצעך
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » זונטאג מאי 21, 2017 3:08 pm

טאקע זייער נערווירנד, עמיצער ברויך דאס מתקן זיין.

--

אגב, שמעתי מאאמו"ר שליט"א אז דער סאטמערער רבי זי"ע האט מקפיד געווען יעדן יום טוב צו זינגן כאטש איין ניגון פון ר"ר הערש.
ראש השנה: ביי איין 'ארשת' שטיקל האט מען געזינגן דעם "בבואו מאדום" ניגון.
יום כיפור: "יעלה".
סוכות: "גשם". אויסערדעם האט מען ביי די דריטע נענועים געזינגען "אהבה רבה".
פסח: "טל".
שבועות: "אהבה רבה".

משכני
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 21, 2017 3:26 pm

תגובהדורך משכני » זונטאג מאי 21, 2017 3:44 pm

די וואס האבן געפיל צו די אלטע ניגונים, שטערט זייער יעדע קליינע טויש.
בפרט טאקע ניגונים פון צדיקים.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מאי 21, 2017 3:55 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:טאקע זייער נערווירנד, עמיצער ברויך דאס מתקן זיין.

--

אגב, שמעתי מאאמו"ר שליט"א אז דער סאטמערער רבי זי"ע האט מקפיד געווען יעדן יום טוב צו זינגן כאטש איין ניגון פון ר"ר הערש.
ראש השנה: ביי איין 'ארשת' שטיקל האט מען געזינגן דעם "בבואו מאדום" ניגון.
יום כיפור: "יעלה".
סוכות: "גשם". אויסערדעם האט מען ביי די דריטע נענועים געזינגען "אהבה רבה".
פסח: "טל".
שבועות: "אהבה רבה".

דעי אלע ניגונים זינגט מען שוין אזוי פון די צייטן פון ייטב לב, וואס ער האט עס געברענגט פון די רבי ר' הערש.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מאי 21, 2017 4:21 pm

דער סיום פונעם ערשטן פאל האט דער עולם שוין לאנג פארדרייט, פילייכט משום עמי הארצות צו מוזיק. אנשטאט צו פארענדיגן דעם פאל מיט אן אויסגעצויגענעם תנועת סיום, געבט מען א דריי צוריק כאילו מען גייט ווייטער זינגען דעם דאזיגן פאל. צומאל וועט זיך טרעפן א מבין וואס וועט איר זינגען אויפן הויכהילכער כדבאי, אבער דער עולם פייפט ווייטער מיט זייער איינגעגעסענע ווערסיע.

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » זונטאג מאי 21, 2017 6:46 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אפשר איז דא דער פלאץ מעורר צו זיין, אז אייניגע זינגער'ס האבן פארדרייט דעם סאטמאר'ע אהבה רבה ניגון,
דאס מערסטע האט זיך דאס ארויסגעזעהן ווען יואל קליין פון ארץ ישראל האט אין מירון במעמד אלפי סאטמאר'ע חסידים געזינגען דעם ניגון מיט פינקי וועבער'ס קנייטשן,
דהיינו אז ווען מ'ענדיגט דעם הויכן פאל אנשטאט אראפ צו גיין - געט מען אזא צי ארויף....
ממש ס'גרילצט מיר יעדעס מאל איינער זינגט אזוי דעם דעם ניגון....

אויב איינער כאפט וואס איך מיין?

ניין, איך כאפ נישט וואס איר מיינט.
וויאזוי קומט דאס ארגינעל, און וויאזוי האבן די דרייער עס פארדרייט?
אולי ברענגט א ריקארדירונג פון ביידע, ירא הקהל וישפוט

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג מאי 21, 2017 6:58 pm

אההה ס'קומט שוין שבועות!!

אוי והאר ענינו בתורותך!! אוי יו אוי יוי
איזי

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מאי 22, 2017 1:06 am

שאץ מאץ האט געשריבן:אפשר איז דא דער פלאץ מעורר צו זיין, אז אייניגע זינגער'ס האבן פארדרייט דעם סאטמאר'ע אהבה רבה ניגון,
דאס מערסטע האט זיך דאס ארויסגעזעהן ווען יואל קליין פון ארץ ישראל האט אין מירון במעמד אלפי סאטמאר'ע חסידים געזינגען דעם ניגון מיט פינקי וועבער'ס קנייטשן,
דהיינו אז ווען מ'ענדיגט דעם הויכן פאל אנשטאט אראפ צו גיין - געט מען אזא צי ארויף....
ממש ס'גרילצט מיר יעדעס מאל איינער זינגט אזוי דעם דעם ניגון....

אויב איינער כאפט וואס איך מיין?

יא, איך כאפ פיין. ווען מען זינגט עס אינאיינעם ברבים שבועות קומט טאקע אראפצוגיין, אבער עס איז טאקע סך שענער ווען מען ציט ארויף ווי יואלי האט געטון, עס איז זייער א שיינער קנייטש, מעגליך אז עס קומט אזוי ארגינעל.
א דוגמא צו דעם איז די בעלזא צמאה לך נפשי, די 'כן בקודש' פאל איז נידריגער פארן הויכן פאל ווי נאכדעם, ווען עס גייט ארויף גאר הויך, אזוי קומט עס ביי רוב ניגונים. איך פארשטיי אז ביי אהבה רבה איז עס שווער צו זינגען אזוי אין בית מדרש שבועות צופרי נאכן אויפזיין א גאנצע נאכט, אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עס איז גאר שענער אזוי.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מאי 22, 2017 1:10 am

שאץ מאץ האט געשריבן:א ניגון וואס מ'האט געזינגען ביי א צדיק, איז זייער הארב צו פארדרייען.

דאס איז נישט קיין טויש און נישט פארדרייט. פונקט ווי מען קען זינגען דעם גאנצן ניגון אויף סיי וועלכן סקעיל, קען מען ארויפרוקן דעם סקעיל ביי וועלכן פאל מען וויל, נישט אזוי? טוישן א טאן הייסט פארדרייט, אבער ארויפגיין א סקעיל איז סך הכל דער זעלבער ניגון נאר העכער.

אגב, עס איז באוואסט דער ניגון פון בעש"ט, אין בעלזא זינגט מען עס אויף אדון עולם יום הקדוש (יונתן שווארץ האט א ניגון דערויף, א מעשה מיט א איד ביים ערפארט וואס האט געזאגט עפעס א קדיש ביום היארצייט). מען זאגט פון צדיקים אז דער ניגון קומט צו לערנען אז עס גייט אלס בלויז ארויף, העכער און העכער. אזוי איז געגאנגען אלע פארצייטישע ניגונים בבית המגיד, חב"ד און אויך אין בעלזא פארצייטנס.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מאי 17, 2018 7:21 pm

עניני דיומא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קרית יואל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
לאקאציע: געפינט זיך ערגעץ אין קרית יואל

תגובהדורך קרית יואל » פרייטאג מאי 18, 2018 12:42 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:וויא ויך אויב איינער קען ביטע ארויף לייגען א קליפ פון די ניגון ביטע.


מאטי שטיינמעץ אהבה רבה
געפונט זיך אין קרית יואל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 22, 2018 5:36 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אפשר איז דא דער פלאץ מעורר צו זיין, אז אייניגע זינגער'ס האבן פארדרייט דעם סאטמאר'ע אהבה רבה ניגון,
דאס מערסטע האט זיך דאס ארויסגעזעהן ווען יואל קליין פון ארץ ישראל האט אין מירון במעמד אלפי סאטמאר'ע חסידים געזינגען דעם ניגון מיט פינקי וועבער'ס קנייטשן,
דהיינו אז ווען מ'ענדיגט דעם הויכן פאל אנשטאט אראפ צו גיין - געט מען אזא צי ארויף....
ממש ס'גרילצט מיר יעדעס מאל איינער זינגט אזוי דעם דעם ניגון....

אויב איינער כאפט וואס איך מיין?

קרענקט מיר אויך געפערליך!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט