ניגונים און זינגערס
זונטאג יוני 22, 2008 5:05 pm
סאכדעס,
דער יצחק פוקס איז א סטאר פאר זיך אין אר"י. טייל ווילן אים גאר אננעמען אלס ממלא מקום פון ר' שלמה כאטש זיין סטיל איז אנדערש, זיין געפיל און הארץ דערקענט זיך אין יעדן ניגון זיינע. בכלל פארפאסט ער גאר טיפע תנועות וואס ברענגט ארויס דעם געפיל.
ולגבי דעם ניגון הללוהו, דאס איז יצחק'ס ניגון וואס ליפא זינגט בלויז איבער. דארטן אין אר"י ראקט עס אוועק שוין א לאנגע צייט.
Advertisement
מאנטאג יוני 23, 2008 3:31 pm
מאשקע האט געשריבן:אלץ-ווייסער האט געשריבן:ליפא'ס ניגונים זענען די TOP OF THE LINE
די האטטעסט אויפן מארק.
אבער פינקט ווי מאדערן-ארט. רענדאם געשאסענע נאטען. די ריטעם פליט ארויף און אראפ, שנעל און פאמעליך, הויך און שטיל, מעלאדיש און ריטמיש, און דאס הייסט COOOOOOL.
אבער איך פארשטיי נישט דערצו, און איך שעהם זיך נישט צו זאגן אז עס איז געשפריצטע טענער, פינקט ווי דער ארטיסט שפריצט טינט רענדאם.
אין די קומענדיגע טעג וועל איך אראפברענגען א ליסטע פון יעדן ניגון וואספארא סטייל דאס איז. מעגליך אז פון א טייל דערפון האסטו נאך אין דיין לעבן נישט געהערט, און וועסט ווייטער אויך נישט הערן, און זיכער בין איך איינשטימיג אז אזעלכע סטיילס האבן נישט וואס צו זוכן אויף א חסיד'ישן טעיפ, אבער מוזיקאליש זענען זיי הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
אקעי, דא איז די ליסטע.
כי הם חיינו - disco/hora
שלא עשני גוי - rock
יושבי ארץ ישראל - 3/4 Ballad
יענער - disco
אשר יצר - funk
א פשוט'ער יוד - Bassa Nova
הללו - african beat (כ'ווייס נישט פונקטליך דעם נאמען)
אוחילה לקל - 4/4 Ballad / חזנות
שטיי אויף - funk
תורה שבכתב - rock
אל תתהלל - 6/8 Ballad
אמן - הארא
קערי אן - 4/4 Ballad
הענטעלעך - Techno
מאנטאג יוני 23, 2008 4:48 pm
מאשקע;
'דעבקא' האסטו פארגעסן צו שרייבן.
(הענטעלעך איז לכאורה דעבקא אין מיינע אויגן)
מאנטאג יוני 23, 2008 5:57 pm
היינו הך, נאר דעברע איז לכאורה אידיש (אפשר שטאמט עס פון אראביש) און techno איז ענגליש.
מאנטאג יוני 23, 2008 11:09 pm
אויף אראביש הייסט עס DEBKA אדער DEBCHA. דער סארט סטיל איז שטארק אויפגעכאפט אין אר"י פון זייער אראבישע שכנים און דער 'האטראח' שטאמט פון דארט (בריצת רגליים להטרחע..) .
א קאזאטשקע אדער קאדאטשקע איז נאכגעמאכט די דעבקא טענץ.
דינסטאג יוני 24, 2008 12:00 am
טעקנא ווייס איך איז אזא ווילדער ריטעם, ווי די ברסבל'ער טעיפ
נא נח (שם הקאסעט).
דינסטאג יוני 24, 2008 1:07 am
שוועמל האט געשריבן:סאכדעס,
דער יצחק פוקס איז א סטאר פאר זיך אין אר"י. טייל ווילן אים גאר אננעמען אלס ממלא מקום פון ר' שלמה כאטש זיין סטיל איז אנדערש, זיין געפיל און הארץ דערקענט זיך אין יעדן ניגון זיינע. בכלל פארפאסט ער גאר טיפע תנועות וואס ברענגט ארויס דעם געפיל.
כבר רמזתי ענין זה בסוף תגובה
זושוועמל האט געשריבן:ולגבי דעם ניגון הללוהו, דאס איז יצחק'ס ניגון וואס ליפא זינגט בלויז איבער. דארטן אין אר"י ראקט עס אוועק שוין א לאנגע צייט.
וגם על זה כבר דנתי
פה, וייש"כ גדול על יגיעתך.
דינסטאג יוני 24, 2008 1:07 am
מאשקע, א גרויסער יישר כוח פאר די אינפארמאציע.
דינסטאג יוני 24, 2008 4:31 pm
דינסטאג יוני 24, 2008 4:39 pm
יישר כח מר. אידיש (דארט קען מען -אגב- הערן דעם ניגון "אשר יצר").
מיטוואך יוני 25, 2008 8:46 pm
תיקון טעות: דעבקע האט גארנישט מיט טעכנא. דאס זענען צוויי אנדערע סארט סטיילס.
אז כ'וועל האבן צייט, וועל איך ארויפלייגן א טעכנא ניגון און א דעבקע ניגון, וואו מ'קען אליין כאפן דעם חילוק.
דאנערשטאג יוני 26, 2008 2:44 pm
פאר דו אלע וואס ווילן נישט, אדער קענען זיך נישט עפארדען צו קויפן דעם טעיפ, איר קענט עס הערן אויף כל העולם האט ליין.
718-305-5000-1-9
טאקע נישט אזוי קלאר, אבער גענוג צו קענען זאגן א מיינונג, ביי דו קאווע קופקעס.
דאנערשטאג יוני 26, 2008 5:29 pm
היינט אינדערפרי האב איך זוכה געווען צו הערן דעם אינטערוויו ביי נחום סיגעל מיט אונזער פשוט'ע איד'ל ר' ליפא'ניו פון שמעלצער, צווישן אנדערע האט ער גערעדט (מיט זיין פארבעסערטען ענגליש קעגן זיין פריערדיע אינטערוויו) וועגן ארויפשטעלן זיין טאטע אויפן טעיפ.
ער זאגט אז זיין טאטע איז א איד (נישט פשוט'ע) וואס ער האט יארן קובע עתים לתורה געווען ארבייטנדיג איבער'ן טאג אין פאסט אפיס, היינט איז ער עוסק בתורה א גאנצן טאג און ער האט א טעגליכע שיעבוד צו רופן זיין זינדל לייענען קרי"ש בזמנו, ווען ער האט געבעטן רשות אים ארויפצולייגן אויפן טעיפ, איז זיין תירוץ געווען אז אויב וועלן אנדערע אידן נתעורר ווערן אויפצושטיין צו זמן קרי"ש איז ער מסכים, אבער ווען ליפא האט אים פארבעטן צו קומען אינעם סטודיא עס אריינזאגן (הערסט א חוצפה!..) דאס האט ער שוין נישט מסכים געווען, ליפא האט זיך געמוזט באגנוגען מיט זיין וואיס-מעיל...
ע"כ מה ששמעתי, ודברי פי חכם....
מאנטאג יוני 30, 2008 9:33 am
ליפא איז געווען מוצ"ש אויף זאב ברענער שאוי. ער האט קלאר געשטעלט די מעשה מיט'ן ביג עווענט, ווער עס האט אים געהערט האט געהאט א געלעגענהייט צו זעהן וואסערע באנדע מטורפים זענען פארנומען מיט אסר'ן די קאנצערטען. זיי האבען נישט איינגעהאלטען זייערע הבטחות וכדו'. זיי האבען אים צוגעזאגט אריין צו לייגען א ישר כח אין אלע צייטונעגען, למעשה האט ער געמיזט באצאלען די עד'ס, די נוסח וואס זיי האבען געגעבן איז נישט געשטאנען ר' און אויך נישט שיחי' עס איז ממש א שאנדע צו זעהן וואסער לאו-לייפ'ס פירן היינט מערכת בקרב עם ישראל.
זייער אינטערסאנט איז געווען די רופער'ס און זיינע ענטפער'ס.
בקיצור המעשה זאגט ער אזוי, ניגינה איז זיין ביזנעס, ער קעיטערט דעם עולם וואב מען וויל הערען, אז ער וועט זינגען א סקולענער ניגון פון פופציג יאר צוריק וועט מען אים נישט באצאלען קיין געלט. און עס וועט קומען א צייט וואס די רביים וועלען זינגען ביים באטע זיין ניגון פון הייבט אויף דיינע הענטעלעך צום טאטן אין הימל. איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גרויסער חסיד פון זיינע ניגונים, א טאלאנטפולער מענטש איז ער. ער האט מיך קאנווינסט אז ער ארבייט צו מאכען א דאללאר און אויב דאס וויל מען וועט ער זיך צושטעלען צו אלעם.
דינסטאג יולי 01, 2008 11:48 pm
די פיקטשור פון די BIG אין די בעק פון די בוכל איז דאך להפליא !!!
ליפא שלאפט איין, און דער יארצייט ליכט ברענט אויס...... עפעס אזא איידיע .....!!!
מיט די קול קורא אין די זייט.............
מיטוואך יולי 02, 2008 3:45 pm
באקומען נעכטן אין טעקסי מעסיטש
Fwd: While driving down the street I heard a car with the music blasting, I thought it's ''A GOY'' but when I turned around I saw it was A PUSHITER YID
מיטוואך יולי 02, 2008 7:14 pm
איינער (כ'מיין אז שוועמל) האט עס דערמאנט ביי אינטערסאנטע טעקס מעסעדשעס.
מיטוואך יולי 02, 2008 7:39 pm
א פונקט פארקערטע גירסא פון וואס איך האב דערמאנט. אט קוואוט איך מיינע רייד:
אגב, שכויח יאנאש פארן כי אם זכרתני לפני פרעה..
I was heading down the 42 south and I heard OOOOOMM...BOOOOOO.MMM RRRROCKKKK.. OOOOOOMMM...I thought its a pushiter yid. But when I turned around I saw its a plainer goy...
דאנערשטאג יולי 03, 2008 3:21 pm
דאנערשטאג יולי 03, 2008 3:37 pm
דאנערשטאג יולי 03, 2008 3:49 pm
יישר כח אידיש, די אינטערוויו (פאר דער וואס ליינט ענגליש) איז זייער אינטרעסאנט, און עס גיבט א פערזענליכע בליק אויף די אינסייד פון די לעבן פון דער פשוט'ע איד וואס ליגט באהאלטען אונטער ליפא שמעלצער.
דאנערשטאג יולי 03, 2008 10:19 pm
זונטאג יולי 06, 2008 12:25 pm
נאטורליך, זיין טענה וועגן סקולענער ניגונים איז בכלל נישט ריכטיג:
עיין ערך, מרדכי בן דוד, אברהם פריד(מאן), שוועקי, שלומי גערטנער,
מי פחות ומי יותר פארקויפן זיי זייערע טעיפס אין די מאסן, העכסט פראפעשענעל זינגערס מיט ארענדזשמענטס, און איז עכ"ז שטארק מצליח, למרות וואס זיי זינגען נישט ווי היפאקראטס!
זיי זענען אויך היינטיג, אבער צו גיין אזוי ווייט!! צו אריינדרינגען אין די אידישע שטיבער די נידריגסטע תנועות, וואס קינד און קייט ווייסן אז דאס באלאנגט נישט אין א אידישע שטוב, דאס איז שוין איבערגעטריבן!!
די חוצפה איז נאך מער אז ער איז מחנך דעם עולם צו מצוות ומעש"ט, אזא מין עירוב טוב ורע, ווי א שווארצע היפאקראט מיט געדרייטע האר זאל טאנצען ביים עק גאס און שרייען די עולם זאל צאלן ערליך טעקס און פארן נאר מיט סיטבעלט, איך מיין דער איז דאך א נארמאלע משוגענער!
די גרעסטע ווייטאג איז אז אז מ'פילט שוין נישט די ווייטאג!
אדרבה מהאט נאך הנאה דערפון, מריפט אונז פרימיטיוו....
_______
ער דארף שרייבן אויפן טעיפ אזוי ווי ס'שטייט אויף די מעדיצינען, "ביטע האלטן ווייט פון אנדער עידש קינדער" זאל דא שטיין "ביטע האלטן ווייט פון נארמאלע און צופרידענע מענטשן!"
דאנערשטאג יולי 10, 2008 7:30 am
דברי חיזוק וואס ליפא באקומט אין טעקסט מעסעזשעס................
- עטעטשמענטס
-

- Lipa_Text_1.jpg (125.84 KiB) געזעהן געווארן 263 מאל
-

- Lipa_Text_2.jpg (128.72 KiB) געזעהן געווארן 250 מאל
דאנערשטאג יולי 10, 2008 8:49 pm
וואו קען מען הערן די אינטערוויא מיט ברעננער?