דשיקוב'ער בר יוחאי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

דשיקוב'ער בר יוחאי

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג מאי 23, 2008 10:17 am

איך האב אמאל געהאט א דשיקוב'ער טעיפ מיט זייער א הערליכן ניגון אויף בר יוחאי, א שטייטער ניגון, נישט קיין שנעלער, אבער עפעס געוואלדיג שיין, מיט א ריכטיגן טעם זקנים אזש איך פלעג זיך באלעקן די פינגער מיט דעם ניגון, אזא פארצייטיש חסידיש זמר'ל וואס צוגייט אין אלע גלידער און לאזט איבער א טעם אויף א לאנגער צייט דערנאך.

אבל דא עקא, אז ס'קאסעטל איזמער נעלם געווארן ווי אין ים אריין, און פאר קיין געלט קען איך עם געפונען.

ע"כ בקשתי שטוחה לפני כל באי בית קרעטשמא הזה. ביטע העלפט ארויס א ברודער אין א שווערע צייט. אויב האט איר דעם טעים אדער סידי ערגעץ, אדער גאר דעם ניגון. דאן טיט דאס פליז ארויפלאדענען אינעם כלי אריין אז מ'זאלעס קאנען אראפלאנדענען און אויסהערן דא יעדער'ער ביי זיך.

מיט גרויס דאנק פון פראנויס.

הק' המבקש בתחנונים,
טהור עיניים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג מאי 23, 2008 10:22 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:די דזיקובער טעיפס זענען נאך אויף די מארקעט, דו קענסט עס באקומען מן הסתם ביי גל פז אדער ביי מאוסטלי מוזיק.

אגב איך ווייס וועלעכע נישון דו רעדסט פון, עס איז א הערליכע שטיקעל, איך האב עס אויך געהערט געזעצט אויף מה ידידות אבער איך געדענק נישט ווי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיגו דאיתקצאי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 22, 2008 5:10 pm
לאקאציע: דער ליכטיגער אמאל

תגובהדורך מיגו דאיתקצאי » פרייטאג מאי 23, 2008 2:18 pm

שלום פאר אייך אלע

דוכט זיך מיר אז אין גאלאנטע יעדן שבת מברכים ווען מ'פירט טיש זינגט מען דעם ניגון אויף מה ידידות
הכל הולך אחר החתום
[גירסא דינקותא]

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 23, 2008 2:26 pm

ניין! דער ניגון וואס מ'זינגט א גאלאנטע איז גאר א אנדערע,
דער דזיקובער בר יוחאי זינגט מען אין פשערווארסק אויף מה ידודות,

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג מאי 23, 2008 2:40 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ניין! דער ניגון וואס מ'זינגט א גאלאנטע איז גאר א אנדערע,
דער דזיקובער בר יוחאי זינגט מען אין פשערווארסק אויף מה ידודות,


טאקע דארט האב איך עס מן הסתם געהערט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג מאי 23, 2008 2:49 pm

טהור ענים:
כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט; דער דזיקוב'ער איז דאך די באקאנטע מה ידידות (נישט נאר אין פשעווארסק, אין אסאך אנדערע הויפן זינגט מען דאס). און דאס איז טאקע אויף איינער פון די דזיקוב'ער טעיפס. כ'דארף צו האבן דעם טעיפ ערגעץ, אז כ'וועל דאס טרעפן וועלעך דאס ארויפלייגן בעז"ה.

דא האסטו די טעיפ אויף מאסטלי מוזיק נקודה קאם.
http://www.mostlymusic.com/nigunei-dzik ... -2337.html
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 23, 2008 3:43 pm

פון וועלכן מה ידידות רעדט מען דא פאר א גוט יאר? עס איז באקאנט?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג מאי 23, 2008 3:54 pm

יעצט זע'ענדיג די תגובות דערמאן איך מיך אז איך האבעס שויןויך געהערטאמאלאף מה ידידות איך געדענק אבער נישט ווי, די פראבלעם איז אבער אז איך האב לעצטענס געהערט מענטשן זינגען דעם ניגון, און מען לאזט אויס א חלק, איך געדענק נישט וויפל, אבער איין פאל זיכער, ממילא בין איך מיר געגאנגען זוכן דעם טעיפ, אבער ווי געזאגט, איך האבעם שוין געוואלט אינטערשמירן מיט גרינס ער זאלזעך מער לאזן אפירזוכן, אבער זעט אויס אז דארט ווי ער איז היצטערט איזעם בעסער ווי ביי מיר. ממילא בעט איך הילף און איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב איינער וועט טאקע ארויפשטעלן דעם זמר.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 23, 2008 5:39 pm

קרעמער, גיי אריין אין לחיים'ס לינק, און הער אויס דעם ניגון בר יוחאי, איך האב דעם ניגון שוין עטליכע מאל געהערט אויף מה ידידות, אבער נאך קיינמאל נישט אויף בר יוחאי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 23, 2008 6:30 pm

יישר כח איך-הער, איך האב נישט געכאפט אז דארט קען מען הערן עפעס, געמיינט האב איך אז מען קען קויפן דעם טעיפ און פארטיג.

דאכט זיך מיר אז איך האב שוין געהערט דעם טעיפ אלס קינד. דזשיקוב מיט הערליך גייען סינאנים, ווי געווענליך.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 25, 2008 1:22 am

עס גייט נישט ביי מיר, למה?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מאי 25, 2008 1:52 am

איך האב אויך נישט געכאפט אז מ'קען דארט הערן, אבער יעצט נאכ'ן ליינען די תגובות דא האב איך געטרייט און דאס איז דאס טאקע, אבער מ'הערט נאר גאר א קליינער חלק פונעם ניגון, איז בעט איך ווייטער בתחנונים, ווער ס'האט דעם ניגון זאל רחמנות האבן און עס רויף שטעלן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מאי 25, 2008 1:10 pm

ווען מ'קען ווען שפילן אויפ'ן קאמפיוטער וואלטעך דאס געטוהן. ווען מ'קען ווען זינגען און טוישן די קול אויפ'ן קאמפיוטער וואלטעך דאס אויך אפשר געטוהן.

אבער אויפ'ן טעיפ עסטו מוזן ווארטן ביז א צווייטער קומט אדער ביז איך וועל דאס טרעפן אין מיינע קעלערן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג מאי 25, 2008 3:55 pm

איך ווייס נישט צו איך מעג אדער נישט. אבער "כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק"... און איך לייג עס דיר ארויף.

דער ניגון איז אויף MP4. (די מעק ווערסיע פון MP3. ס'הייסט אז סאיז קלארער און בעסער פון MP3. (מ'קען עס הערן דורך WINAMP.


דזיקוב בר יוחאי
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג מאי 25, 2008 3:56 pm

אויב ס'קומט ארויף אן עד. ביטע קוועש אויף SKIP AD
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג מאי 25, 2008 3:58 pm

איך פארמאג 3 דזיקוב'ער אלבומס, איינס שענער פון צווייטן. ממש א ברכה צו מאכן דערויף בשם ומלכות.
איך ווייס נישט אויב זיי האבן נאך, אויב יא ביטע לאזן וויסן.

די וואס איך האב:
1) שירו לה'
2) קבל רינת עמך
3) והראינו בבנינו
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מאי 25, 2008 5:22 pm

די דריי האבעך אויך, כ'מיין אז זיי האבן נישט נאך. די מיטעלסטע איז דאס שענסטע, לדעתי. דער דריטער זינגט איינער אויף יעדן ניגון עקסטער וואס קריכט אביסל אויפ'ן נערווען.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מאי 25, 2008 5:24 pm

אכטונג, ס'האט מוזיק...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 25, 2008 5:34 pm

די טעיפס זענען ארויס געגעבן געווארן דורך די וויזניץ בני ברק קאפעלע פאר א גוטע 15 - 20 יאר צוריק, אויב נישט מער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 26, 2008 12:59 am

אלץ ווייסער,

איך האב נישט קיין ווערטער אין מויל (און אויך נישט אין די פינגער) דיר צו באדאנקען, טויזנט קושן שיק איך פאר דיין שטערן און טויזנט און איין שכוחות פאר דיין גוט הארץ, האסט מיך ממש מחי' געווען דערמיט (כאטש כ'אבעס נאכניש געהעריג אויסגעהערט צוליב ספירה מיט די מוזיק, אבער א קליין שטיקל האבעךמעך נישט געקענט איינהאלטן).

שעות האב איך געזוכט דעם טעיפ מיינעם און נישט געקענט געפונען, און דא האסטו מירעס אזוי שיין ארויפגעשטעלט און כ'אבעס גראד אראפגעלאדנטן אין ס'כלי אריין.

נאכאמאל שכוח ענד עגען.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 26, 2008 1:01 am

אנדי,

ר' חיים מאיר'ל זצ"ל פון וויזניץ האט זייער ליב געהאט די דשיקוב'ער ניגונים און ס'האט עם זייער וויי געטאן אז ס'יז נעבעך גארנישט געבליבן פון דשיקוב, און דאס איז געלעגן אין די ביינער פאר די וויזניץ'ער חסידים און פארדעם טאקע האבן זיי ארויסגעגעבן די דריי רעקארדס פון דשיקוב'ער ניגונים.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 26, 2008 10:16 am

איך וואלט זייער אפרישיעיטעד אויב איינער קען עס איבערלייגען אויף א MP3 פארמאט אדער WMA אדער AVI.

שכח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג מאי 27, 2008 1:04 am

אנדי
טוה צו דער זאך
נעם די פייל, און קאנווערט עס.

אה, ווילסט דאך אויך וויסן וויאזוי? (בחנם?).

גייט צו
WWW.MEDIA-CONVERT.COM
און דארט לייג אריין די פייל, און הייס אים קאנווערטן צו א MP3, און ער וועט אודאי פאלגן צום ערשטן מאל

עס ארבעט זייער גרינג, און מ'קען דארט קאנווערטן כמעט אלע פיילס בחנם.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג מאי 27, 2008 1:09 am

הרב קאץ נישטא פארוואס.

דאס איז די פייל קאנווערטעד, מ'קען דעם לינק נוצן בלויז 24 שעה.
http://media-convert.com/convert/?xid=7-cqjivsgs
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג מאי 27, 2008 9:54 am

יישר כח הרב אלץ,
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט