אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג מארטש 22, 2010 6:36 pm

;ארעסטאנט האט געצייגט די ניגון מזמור שיר זינגטס אלע מיט מיר וכו'
די ניגון איז נישט פון די קדושת ציון נאר פון זיין גבאי הרה"ח ר' יחזקא' ראטענבערג הי"ד, באמת איז דאס נישט זיין טעות ווייל טייל טעיפ'ס [דאכסיך מיר לחיים טיש 1] האבן שוין געמאכט דעם טעות, אבער אין די באבוב'ער קונטריסים שטייט אז סאיז פון הנ"ל, וכן האמת
אגב איך געדענק הערן בשם אן אלטער באבוב'ער חסיד אז אין די היים האט מען געזאגט אז ר' יחזקיל'עס אידישע ניגונים זענען באמת פון די קדושת ציון הי"ד נאר משום איזה סיבה האט מען עס געלייגט אויף זיין גבאי'ס נאמען (קאן זיין ווייל מ'האט געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א רבי צי מאכען ניגונים אויף אידיש?)
עני וועי א גרויסן יישר כח שיינע ארבעט ;l;p-
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג מארטש 22, 2010 7:10 pm

פארצייטישע האט געשריבן:איך זיך שוין א לאנגע צייט די ווערטער פון דעם אידישן ניגון צמאה לך נפשי וואס דער זידוטשובער רבי ז"ל ר' בעריש פלעגט זינגען אין באבוב ביים טיש פורים.

אפשר האט עס איינער, אויב מ'וויל קען איך ארלעדיגן א אודיאו פייל ווי מ'וועט אים הערן

אה, אומפארגעסליכע זכרונות


נו, אדרבה לייגט ביטע ארויף די אודיאו פייל

צמאה צמאה צמאה לך נפשי...
עס מעג זיין חושך פינסטער איבעראל
די גאנצע וועלט פיל מיט שנאה
בין איך זיך נישט מייאש קיינמאל קיינמאל
איך פארליר נישט מיין הייליגע אמונה

עס מעג זיין ווי פינסטער
עס מעג זיין ווי ביטער
איך בין זיכער און ישראלק'לס נצחון
דער סוף וועט זיכער זיין א גוטע
ג-טניו איך פארליר נישט מיין בטחון
צמאה צמאה...

עס זענען געווען מלכים ושרים
וואס האבן אונז פאריאגט און פארטריבן
זיי זענען געווארן חורבות און פגרים
און מיר זענען דאך איבערגעבליבן

אפילו מיר לעבן אין חרפה און בושה
דערלעבען מיר טראץ די אלע צרות
מיר וועלן נאך דערלעבן
אז (איראק) די מלכות הרשעה
וועט ווערן א פולע בית הקברות
צמאה צמאה...

איך וויל נישט פארלירן מיין הייליג גלייבן
עס איז נשט דא פון וואס צו זארגן
עס וועט נישט אייביג אזוי בלייבן
עס קומט נאך א ליכטיגטע מארגן

עס קומט א וועלט א רוהיגע א שטילע
א וועלט פון שלום און מנוחה
עס איז נאנט די צייט פון ישראלקעלס גאולה
והיתה לד' המלוכה
צמאה צמאה...

אוישוויץ בירקענוי וועט נישט עקזיסטירן
עסטרייך אונגארין און דייטשלאנד
קיין אוקריינע און קיין טראנס דניעסטער
וועט מען מער נישט פירן
מיט קיין שטערן און מיט קיין געלע באנד

מען וועט ענדע צוזאם נעמען
אלע אידן אויף א מאל
מיט גרויס פאראד מיט גרויס מנוחה
צו פירן מיט וואלקענס קיין ארץ ישרא'
והיתה לד' המלוכה
צמאה צמאה...
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 23, 2010 8:01 am

איינס מיט איינס, כ'האב ניטש גענוג ווערטער זיך צו באדאנקן פאר אלעם, אבער די ניגון בלעטעלע האבעך נעכטן נאכט געהערט מיט מיין ב"ב זז"ג און כ'האב געקלערט צו בעטן איינער זאל עס אויפזעצן אז כ'זאל עס קענען זינגען צו יעדע צייט, טרם יקראו און אונזער ידיד האט אונז צוליב געטאן, ישר כוחך וחילך, איר האט נישט קיין איינונג וואס איר טוט.

תזכו למצות.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » מיטוואך מארטש 24, 2010 12:11 am

חושים בן דן האט געשריבן:קיין ירושלים ווען מקומט און געט א בליק,
מ'זעהט די וואונדער וואס מיט יארן טויזענטער צוריק,
מ'זעהט ירושלים, מיט איר וואונדערליכן חן,
וואס ליגט אויף יעדן זאמדעלע, וואס ליגט אויף יעדן שטיין.
שטיין וועט איר דאן בלייבן, נישט פארשטייענדיג דאס סוד,
די גרויסע וואונדערליכע קראפט וואס האט די שיינע שטאט,
וואס די אלע אידן גליסטן ממש אן א שיעור,
און פון אלע ווינקעלעך מ'לויפט צוריק צו איר.
דערזעהן האבן די אראבער אז די אידן שרייען געוואלד,
מיר בענקען, און מיר ווילן קיין ירושלים באלד,
האבן זיך גענומען שרייען די אראבער הויעך,
ס'איז דאך אזא גוטע זאך, מיר ווילן עס אויך.
און די גאנצע וועלט האט זיך דערוויסט פון אט דעם סוד,
אז אידן און אראבער, קריגען זיך אויף דעם שטאט,
האט פארגליסט פאר יעדן, זיך אריינשטעקן די נאז,
דער גריק דער קאטאליק, און דער כינעזער מיטן רוס.

פזמון:
העלאו, עס רעדט ירושלים,
איר וועט אוועקגיין מיט פארדראס,
איך דארפ קיין בעל הבית קיין נייעם,
איך האב מיין אלטען בעל הבית.
העלאו, עס רעדט ירושלים,
ס'נאריש אלעס וואס איר טראכט,
דעם פרומען אידל דעם געטרייעם,
אים געב איך איבער די מאכט.
העלאו, עס רעדט ירושלים,
די ליבע פרומע איד איז מיין,
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם ,
אייביג וועל איך דיינע זיין.
איך בין דער שטאט פון קעניג דוד,
די שטאט פון אייבירשטן אליין ,
איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד,
איך וועל נישט לאזן אזוי גיין.

מ'קומט היינט קיין ירושלים און מ'געט א בליק,
וואו אנדערש איז זי היינט געווארן ווי יארן צוריק,
אויסגעבויעט מיט שיינע הייזער פון איעדע זייט,
און פון זיי א קול פון תורה הערט זיך זייער ווייט.
הערליכע שיכונים, אזוי הערליך אזוי שיין,
פול מיט עהרליכע משפחות קינדער מלא חן,
מ'דינט דארט דעם באשעפער, און מ'לערנט אן קיין עק,
און פאר קיינעם אין די וועלט זיי האבן נישט קיין שרעק.
אבער, מ'זעהט אויך אידן דארטן פון אן אנדער מין,
יעדער איינער קוקט און פרעגט וואו קומען זיי אהין,
נישט קיין תורה, נישט קיין יראה, זעהט מען אויס אזוי,
שווער זיי צו דערקענען צו א איד אדער א גוי.
מיינען זענען בעלי בתים אויפן קעניגס שטאט,
ווילן איר פארבויען מיט א חרפה און שפאט,
די אידעלעך די עהרליכע מ'קעמפט אויף יעדן ארט,
און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט.

פזמון:
העלאו, עס רעדט ירושלים,
אפשר קען מיר זאגן ווער,
אט דעם בעל הבית דעם נייעם,
ווער האט אים געשיקט אהער.
הא, וואס איז אים שלעכט געוועזן,
אין מאסקעווע אדער אין בערלין,
ס'דא דארט עסן פאר איעדן,
זאל ער זיך גיין צוריק אהין.

ווייל איינוואוינער מיינע, דארפן זיין פיינע,
און שרעקן זיך פון בורא, און אפהיטן זיין תורה,
מיט ציצית און תפילין, און הייליגע געפילן,
און שבת אז מען היט, הערשט דאן איז מען א איד,
א ישיבה א חדר, דארף דאך זיין כסדר,
און אנטוהן מוז איעדער, צניעות'דיגע קליידער,
מיט פריינדשאפט און פרידן, צווישן ברודער אידן,
ווייל דאס איז דער געבאט, פונעם קעניג'ס שטאט,

פזמון:
העלאו, עס רעדט ירושלים,
אידן טייערעזייט גרייט,
אויף א לעבן גאר א נייעם,
פול מיט תורה, פול מיט פרייד.
העלאו, עס רעדט ירושלים,
ווער ס'וויל בלייבן דא ביי מיר,
פארלאז דעם לעבן אט דעם פרייען,
און אפן איז פאר אייך מיין טיר.


ס'קומט פון דא
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג מארטש 25, 2010 10:51 am

יוסלמאן האט געשריבן:איינס מיט איינס, כ'האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקן פאר אלעם, אבער די ניגון בלעטעלע האבעך נעכטן נאכט געהערט מיט מיין ב"ב זז"ג און כ'האב געקלערט צו בעטן איינער זאל עס אויפזעצן אז כ'זאל עס קענען זינגען צו יעדע צייט, טרם יקראו און אונזער ידיד האט אונז צוליב געטאן, ישר כוחך וחילך, איר האט נישט קיין איינונג וואס איר טוט.

תזכו למצות.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.



רב יוסלמאן, ברוך תהי'..

יא , אזויווי דו זאגסט, ס'איז כדאי צו הערן דעם ניגון, די טאן מיט די ווערטער (+ די ילד הפלא דארט) איז עפעס מורא'דיג!
http://www.teoria.com/ Music Theory

בלי נדר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 8:11 pm

תגובהדורך בלי נדר » דאנארשטאג אפריל 01, 2010 3:21 pm

קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה: רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה: שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה: תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

שוין 2000 יאר געווארט, א ביטערן גלות מיט-געמאכט.
ווי לאנג קענען מיר דאס אויסהאלטן, ווילאנג מוז געדוירען די נאכט.
דערנענטער דעם טאג פון משיח'ן, ברענג אים נאנט און גיך און געשווינד.
דאס איז פסח נאכט אונזער תפלה, און דאס בעטען מיר אצינד.

קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה:

די פעלקער זיי זאגן פארפאלן, זיי מאכן אונז צו שאנד און צו שפאט.
פארקויפטע זענט איר חלילה אויף אייביג, אט די נאכט קען נישט ענדיגן אייער גאט.
אוי באשעפער די וועסט זיי דאס באווייזן, אז די הערשט איבער אלעס גרויס און קליין.
די וועסט זיי צייגן בני בכורי ישראל, כי לך היום אף הלילה גם כן.

רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה:

שוין 2 מאל דאס שטעטל געפאלן, שוין 2 מאל א חורבן געזעהן
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים, אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אינדערהיים.
גאטעניו שטעל די שומרים זאלן היטן, בכל רגע ובכל שעה ובכל עת.
און דאס שטעטל קער אונז צוריק אויף אייבייג, דיין בית שלישי בית של אש.

שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה:

מבראשית ברא צום אנפאנג האסטו באשאפן, א ליכט גאר א אויסנאם און פיין.
נישט געוואלט אז די רשעים זאלן עס ניצן, פון ערליכע אידן אויך צוגענומען דאס שיין.
קוק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט, מיט יענעם ליכט דעם אידן דערקוויק.
און פארטרייב אויף אייביג דאס פינסטערניש, באשעפער דאס ליכט קער אונז צוריק.

תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מיטוואך אפריל 07, 2010 2:44 pm

בלי נדר האט געשריבן:קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה: רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה: שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה: תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

שוין 2000 יאר געווארט, א ביטערן גלות מיט-געמאכט.
ווי לאנג קענען מיר דאס אויסהאלטן, ווילאנג מוז געדוירען די נאכט.
דערנענטער דעם טאג פון משיח'ן, ברענג אים נאנט און גיך און געשווינד.
דאס איז פסח נאכט אונזער תפלה, און דאס בעטען מיר אצינד.

קָרֵב יוֹם אֲשֶׁר הוּא לֹא יוֹם וְלֹא לַיְלָה:

די פעלקער זיי זאגן פארפאלן, זיי מאכן אונז צו שאנד און צו שפאט.
פארקויפטע זענט איר חלילה אויף אייביג, אט די נאכט קען נישט ענדיגן אייער גאט.
אוי באשעפער די וועסט זיי דאס באווייזן, אז די הערשט איבער אלעס גרויס און קליין.
די וועסט זיי צייגן בני בכורי ישראל, כי לך היום אף הלילה גם כן.

רָם הוֹדַע כִּי לְךָ הַיּוֹם אַף לְךָ הַלַּיְלָה:

שוין 2 מאל דאס שטעטל געפאלן, שוין 2 מאל א חורבן געזעהן
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים, אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אינדערהיים.
גאטעניו שטעל די שומרים זאלן היטן, בכל רגע ובכל שעה ובכל עת.
און דאס שטעטל קער אונז צוריק אויף אייבייג, דיין בית שלישי בית של אש.

שׁוֹמְרִים הַפְקֵד לְעִירְךָ כָּל הַיוֹם וְכָל הַלַּיְלָה:

מבראשית ברא צום אנפאנג האסטו באשאפן, א ליכט גאר א אויסנאם און פיין.
נישט געוואלט אז די רשעים זאלן עס ניצן, פון ערליכע אידן אויך צוגענומען דאס שיין.
קוק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט, מיט יענעם ליכט דעם אידן דערקוויק.
און פארטרייב אויף אייביג דאס פינסטערניש, באשעפער דאס ליכט קער אונז צוריק.

תָּאִיר כְּאוֹר יוֹם חֶשְׁכַּת לַיְלָה:

דעיס איז א הערליכע ניגון פונעם הורנוסטייפלער-מילוואקי רבין
אט קעמענעס הערן פון ר' יענקל אונגאר ביי יאקאב (סינישט אזוי קלאר)
עכווייסניש וויזוי מלייגטעס דא ארויף דערווייל קעמען נאר אראפלאדענען
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2010 11:37 am

תגובהדורך וויל וויסן » זונטאג אפריל 18, 2010 2:11 pm

אט דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר יקיר ברוין הי"ו צום שבת רעים פרשת תזו"מ תש"ע
(אויפן ניגון "ווי נעמט מען די יונגע יאר" פון ר"מ גאלדמאן)


באשעפער איך אנערקען
אז ביי יעדע ריר
אלע מיינע טריטן ווי איך ווענד
גייסטו אלץ מיט מיט מיר

האסט מיר א נסיון געשיקט
וויל איך אין דעם גלייבן
אז מיין נשמה האסטו באגליקט
כדי מיר צו דערהייבן

"אין מיינע שווערסטע אומשטענדן
וועל איך פון דיר נישט אוועקגיין
איך וועל מיר כסדר ווענדן
נאר צו דיר אליין

"ווייל אן דיר איז גארנישט דא
עס איז סיי ווי נישט בידי
אבער מיט דעם אלעם לא אירא רע
כי אתה עמדי
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג יוני 25, 2010 2:25 pm

איך זיך דעם ניגון וואס ליפא זיכט אויף לעילא ולעילא
פארוואזשע וויינסטו, במקורו, מי הוא מחברו, מה הכוונה וכו', ווייל אזויווי ער זינגט דארט פעלט זאלץ און פעפער
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יוני 25, 2010 2:36 pm

נודע היות מה שאמר בניגון נפלא (או הרב מבארדיטשוב בעצמו, ויש אומרים כי בנו הרה״ק רבי ישראל מפיקוב אמר כן), בסוף זכרונות במוסף דראש השנה, בפסוקי ״ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר הלוך וקראת״ וכו', ובבואו אל פסוק ״ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אותך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם, ונאמר״, אמר בזה הלשון, בניגון יפה הנודע: דער טאטע זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, אמאל איז צו אים געקומען א יודענע מיט א גרויס געוויין, האט ער זי געפרעגט: ״פארוואס וויינסטו״, האט זי אים געענטפערט: ״דער קאפ טוט מיר זייער וויי״. האט ער איר געזאגט: ״אז דו וועסט וויינען, וועט דאך דיר דער קאפ נאך ארגער וויי טוהן". האט זי אים געענטפערט: ״ווי אזוי זאל איך נישט וויינען, עס גיין אזעלכע פארכטיגע טעג, און איך האב איין איינציג קינד, האב איך מורא טאמער וועט ער נישט זוכה בדין זיין״. האט איר דער טאטע זכרונו לברכה געענטפערט: ״א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד, ובפרט אויף אזא טייער קינד, אזוי ווי אין פסוק שטייט: ׳הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים וכו׳ רחם ארחמנו נאום ה׳. עם ניגון ותנועה מיוחדת, מתוקה מדבש, מקובלת אצל החסידים.
עשר אורות

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג יוני 25, 2010 3:08 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:נודע היות מה שאמר בניגון נפלא (או הרב מבארדיטשוב בעצמו, ויש אומרים כי בנו הרה״ק רבי ישראל מפיקוב אמר כן), בסוף זכרונות במוסף דראש השנה, בפסוקי ״ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר הלוך וקראת״ וכו', ובבואו אל פסוק ״ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אותך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם, ונאמר״, אמר בזה הלשון, בניגון יפה הנודע: דער טאטע זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, אמאל איז צו אים געקומען א יודענע מיט א גרויס געוויין, האט ער זי געפרעגט: ״פארוואס וויינסטו״, האט זי אים געענטפערט: ״דער קאפ טוט מיר זייער וויי״. האט ער איר געזאגט: ״אז דו וועסט וויינען, וועט דאך דיר דער קאפ נאך ארגער וויי טוהן". האט זי אים געענטפערט: ״ווי אזוי זאל איך נישט וויינען, עס גיין אזעלכע פארכטיגע טעג, און איך האב איין איינציג קינד, האב איך מורא טאמער וועט ער נישט זוכה בדין זיין״. האט איר דער טאטע זכרונו לברכה געענטפערט: ״א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד, ובפרט אויף אזא טייער קינד, אזוי ווי אין פסוק שטייט: ׳הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים וכו׳ רחם ארחמנו נאום ה׳. עם ניגון ותנועה מיוחדת, מתוקה מדבש, מקובלת אצל החסידים.
עשר אורות

יישר כחכם,
וכפי הנראה אמרו באמצע מוסף, ואם כנים הדברים (כי הוא מהספר הנקרא די פאלשע צען), צ"ע עוד יותר, דרישא לאו סיפא, דהתחילה עם קאפ וויי, וסיימא עם אימת הדין, וכל מה שאינו נוגע לגופו של ענין בודאי הוא הפסק בתפלה,

ומצוה רבה ליישבו
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג נובעמבער 01, 2010 4:57 pm

"א שעפעלע"

א שעפעלע א קליינטשיק, א ביימעלע א שיינטשיק,
געזעהן בליטשקען פון דער ווייט,
אהין געלאפן, עפעלעך געטראפן,
געגעסען און הנאה געהאט,
ווי זי האט זיך דערווייטערט, געווארן פארמאטערט,
געכאפט א דרימל א טיפן שלאף,
זי טוט זיך דערוועקן, זייער דערשרעקן,
זי זעהט נישט קיין פאסטוך זי זעהט נישט קיין שאף,
ווי ווייט פארקראכן, אזוי שטארק צובראכן,
אלע שעפעלעך צוזאם און איך בין אליין,
אין וואלד דעם טיפן, זי טוט שרייען און רופן,
קיינער הערט נישט איר געוויין,
אזוי פארביטערט, פון קעלט דערציטערט,
זי טרעפט נישט די וועג צוריק,
עס גיסט א רעגן, נישטא וועם צו פרעגן,
אויפ'ן שווארצן הימל גיט זי א קוק,
ווען וועט דער פאסטוך אין מיר זיך דערמאנען,
און זעהן מיין צער איז גרויס אהן א שיעור,
עפעס א וועג איז נאך זיכער פארהאנען,
טרעפען די וועג צו קומען צוריק צו מיר,
דער פאסטוך אזוי געטריי, טראכט נאר פון זיי,
לאזט נישט די שעפעלעך אליין,
כסדר ער היילט זיי, יעדע נאכט ער ציילט זיי,
קיין איין שעפעלע זאל נישט פארלוירן גיין,
ווי ער האט דערזעהן, וואס דא איז געשעהן,
אז איין שעפעלע איז נישט דא,
אינדרויסן שוין טונקל, מ'זוכט יעדן ווינקל,
ס'גייט אדורך א שעה נאך א שעה,
ווען וועט די שעפעלע אין מיר זיך דערמאנען,
און זעהן מיין צער איז גרויס אהן א שיעור,
עפעס א וועג איז נאך זיכער פארהאנען,
צו טרעפן די וועג צו קומען צוריק צו מיר,
איך האב מיך געלאזט פארפירן, מיין נשמה פארשמירן,
ווער ווייסט צו ס'איז נאך אפען די טיר,
איך וויין מיט טרערן, וויל זיך צוריק קערן,
צו איז נאך געבליבן ליבשאפט פאר מיר,
מיין הארץ עס רייסט מיך,
איך שריי צום פאסטוך,
קוק און זעהן ווי ס'איז מיר שווער,
אויפ'ן מצב קלאג איך,
פון גרויס צער זאג איך,
אפשר דארף מיד דער פאסטוך נישט מער,
שעפעלע ליבער, איך לאז קיינעם נישט איבער,
יעדע נשמה איז א חלק אלוקי,
ווי ווייט זאלסט נאר פארקריכן,
וועל איך אייביג דיך זוכן,
ווייל עס טוט מיר אזוי וויי,
זאלסט נישט מיינען, אז נאר דו טוסט וויינען,
איך באהאלט זיך און וויין אין מיין שטוב,
פיל מיט געגעועים, צום ילד שעשועים,
ווייל איך האב דיר אזוי ליב,
מיין קינד איך בעט דיך זיי נישט צובראכן,
הייב אן צוביסלעך צו גיין,
טאטע טאטע איך בין אזוי ווייט פארקראכן,
מיך אהיים נעמען מיזטו קומען אליין,
שעפעלע ליבער שובה אלי ואשובה,
טייערע פאסטוך השבינו ה' אליך ונשובה,
ווען וועט די פאסטוך אין מיר זיך דערמאנען,
און זעהן מיין צער איז גרויס אהן א שיעור,
מתי אבוא ואראה, פני אלקים:

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג ינואר 11, 2011 12:24 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:געהערט פון אן איד א זקן, אן אמעריקאנער געבוירענער, איבער אן אלטן ניגון וואס זיין פאטער פלעגט זינגען, און ער רעדט פון דעם מיט גרויס נאסטאלגיע, ער זאגט אז עס איז א ניגון איבער דעם אברבנאל,

אט זענען געציילטע ווערטער פון דעם ניגון וואס דער איד האט געדענקט:

פון שפאניע בין איך געקומען
מיט מיין ..... אליינס
מען לאכט פון מיין גאנג
מיין בארד און פיאות וואס זענען אזוי לאנג

אויב איינער ווייסט עפעס איבער דעם ניגון, וועל איך אים שטארק דאנקבאר זיין

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג ינואר 11, 2011 12:30 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ווען מיר זענען געווען קליינע קינדער איז אמאל געקומען באזוכן ביינונז אין חיידער הרבני הנגיד ר' ניסן לעווי ע"ה. ר' ניסן איז יענע יאר באעהרט געווארן דורך די סאטמארע מוסדות אלץ "אורח הכבוד" ביים דינער השנתי אינעם ארמארי האט מען לכבודו געמאכט א קבלת פנים אין תלמוד תורה, אנשטאט א דרשה פאר די קינדער האט ער געזינגען א אלט לידל "ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעל הבית, נישטרך א מתנת בשר ודם".

ס'איז געווען אזוי גוט, אז ער האט לכבוד די קינדער אריינגעזינגען אין א טעיפ אפאר אלטע ניגונים און מ'האט עס פארטיילט פאר אלע קינדער. דעם טיעפ האבעך נישט, אבער כ'וואלט זייער געוואלט קענען די ווערטער פון די ניגונים.

דער ניגון ביטער ווי א זית דענק איך אביסל בערך.

א תלמוד פרעגט זיין רבי'ן פארוואס די יונה האט זיך אזוי געפריידט מיטן עלי זית בפיה ווען נח האט איר ארויסגעשיקט פון תיבה. און דער רבי ענטפערט אז ס'זאל זיין ביטער ווי א זית אבער אליין א בעל הבית, און דאס האט איר געמאכט בשמחה.
ווען איך בין אין חדר געגאנען,
האב איך דעם רבי'ן שווער פארשטאנען,
דער רבי האט מיר געזאגט נאכאמאל,
?????? אויסגעשטעלט.

ביטער ווי א זית,
נאר אליין א בעל הבית,
נישט דורך א מתנת בשר ודם.

מיר האבן פארמאגט ניסן לעווי'ס טעיפ, און עס דאכט זיך מיר אז ער האט אויך געזינגען דארט "תנחום" וואס יאסעלע און מרדכי הערשמאן.
אבער אצינד קען איך נישט טרעפן.
ווער עס ווייסט וואו מ'קען עס באקומען זאל זיך ביטע אנרופן.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך ינואר 12, 2011 3:46 pm

[size=150]
"איי יודעלע"
[/size]

דרייט זיך א יודעלע אינמיטן וועג,
אינגאנצען פאר'צער'ט, אינגאנצן פארטראכט,
ווי..... זענען מיינע טעג, ווי האב איך זיי פארבראכט,
אוי וויי אוי וויי געוואלד, אוי אוי ווי איך האלט,
רבש"ע הער צו מיין געשריי.
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע,
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.

מה רבו מעשיך ה',
דיינע וואונדער ווער קען פארשטיין,
פיל וועלטן האסטו באשאפן,
דו פירסט, און שפייזט, דאך אלעס אליין,
וואס עס פאסירט אויף הימל און ערד,
ווערט נאר דורך דיר באשערט,
ווער קען דען באשרייבן דיין גרויסן כח,
פון דיין מיליטער וואס דו האסט אין דער הויעך.
טויזענטער מלאכים אן א צאל, וואס זענען אן א מאס גרויס,
שטייען גרייט אויף דיין באפעל, ווי א פייל פליהט פון בויגן ארויס,
זיי לויבן מיט שירה דעם הייליגן בורא,
דערהייבן זיין כבוד מיט ציטער און מורא,
אבער א ברכה פון א איד מיט'ן הארץ צו אים,
דער גרעסטער נחת האט ער פון דעם.
געדענק געדענק דיינע מצוות אזוי שיין, דיין תורה מלא חן,
ער ווארט אויף דיין געבעט, דיין גוטע מחשבה ער זעהט,
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד,
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, ער רופט דיך אן מיין קינד,
יודעלע יודעלע וועק דיך פון שלאף אויף, א קרעכץ גייט ארויף,
ווי טייער איז יעדעס מאל, ווען דו זאגסט שמע ישראל,
יודעלע טוה דאנקען און לויבן, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן, מכל עם ולשון.

איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע,
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.


באלד ווען משיח וועט קומען, מיר ווילן דערלעבן דעם גרויסן טאג,
וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר,
ווי בא'חנ'ט, ווי באליבט, דיין עבודה איז געווען,
וועסטו זעהן דאן אפען און קלאר,
לאמיר זיך פרייען מיטן גרויסן בורא,
לאמיר זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה,
אים דינען יעדע רגע און א יעדע מיניט,
מיר גייען שוין אקעגן משיח בן דוד,
געדענק געדענק דיינע מצוות אזוי שיין, דיין תורה מלא חן,
ער ווארט אויף דיין געבעט, דיין גוטע מחשבה ער זעהט,
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד,
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, ער רופט דיך אן מיין קינד.
יודעלע יודעלע וועק דיך פון שלאף אויף, א קרעכץ גייט ארויף,
ווי טייער איז יעדעס מאל, ווען דו זאגסט שמע ישראל,
יודעלע טוה דאנקען און לויבן, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן, מכל עם ולשון.

איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע,
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.


דרייט זיך א יודעלע אינמיטן וועג, אזוי פרייליך זיין פנים לייכט,
אזוי ווי שיין זענען מיינע טעג, פול מיט מצוות, טאג און נאכט,
אוי וויי אוי וויי געוואלד, משיח קומט דאך באלד,
רבונו של עולם איך וויל בלייבן פאר דיר געטריי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג ינואר 14, 2011 1:44 am

לכבוד שבת שירה לייג איך ארויף דעם ניגון פארפאסט דורך ר' יונתן שווארץ עס איז אויפן ניגון ועתה בנים שירו למלך

"די כח פון א ניגון"

זיצט זיך א אידעלע און ער זינגט זיך א ליד,
צו ווייסט ער וואס עס קען אויף טוען א ניגון פון א איד,
ווען א איד זינגט א ניגון קען עס דערגרייכן זייער הויעך,
א אידישע ניגון האט א געוואלדיגע כח,
א ניגון קען ברענגן שמחה גילה און רינה,
א ניגון קען ברענגן בטחון און אמונה,
א ניגון קען ברענגן דביקת לבורא יתברך שמו,
איז שירו לו זמרו לו,
יעקב אבינו זיצט זיך פאר'צערט אינדערהיים,
ער וויל זיך נישט טרייסטן וימאן להתנחם,
ביז סרח בת אשר האט גענומען איר פידעלע,
פאר יעקב אבינו געזינגען א לידעלע,
עוד יוסף חי טיט זי אינטער ברימען,
זיין רוח הקודש האט ער צוריק באקומען,
און ווייל זי האט געזינגען פאר יעקב אבינו אונזער זיידן,,
זינגט זי ווייטער אויבן אין גן עדן,
אין בקרוב און בית המקדש דארטן ושם נשיר,
מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר,
ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויף אמאל,
אז ישיר משה ובני ישראל,


משה רבינו נעמט אלע אידעלעך צוזאם,
זיי זעהן די ניסים ווען מ'שפאלט פאר זיי דעם ים,
זיי זעהן דעם אייבעשטנס האנט
איז אזוי שטארק אין אזוי גרויס,
זיי זינגען את השירה הזאת,
אין אלע פרויען גייען מיט מרים הנבואה,
זיי זעהן דעם יד חזקה דעם זרוע הנטועה,
זיי זעהן די מצרים זינקען אריין טיף אין תהום,
זיי זינגען שירה על שפת הים,
אין בזמן שבית המקדש היה קיים,
ווען א איד האט געברענגט א קרבן קיין ירושלים,
די לווים האבן זיך מיט זייערע טענער גענומען צו ברימען,
זיי האבען דעם מענטש דאס הארץ צינומען,
ביי די טיר פון עזרה זענען זיי געשטאנען ווי שומרים,
יעדען טאג א ניגון שיר שהלווים אומרים,
ווען משיח וועט קומען וועלן זיי ווייטער זינגען אזוי,
מזמור שיר לעתיד לבא,
אין בקרוב און בית המקדש דארטן ושם נשיר,
מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר,
ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויף אמאל,
אז ישיר משה ובני ישראל,


אין קעניג'ס פאלאץ אינמיטן די נאכט פונקט,
זיצט זיך דער קעניג דוד המלך און ער זינגט,
די געטרייער פאסטוכער זינגט ניגונים פארן בורא'ס כבוד,
למנצח מזמור לדוד,
די זעלבע ניגונים זינגען מיר דור אחר דור,
די קאפיטלעך תהלים באגלייט אינז און גלות המר,
פון דעם הייליגן תהלימ'יל וועלן מיר זיך
קיינמאל נישט שיידן,
סיי און צרות סיי און פריידן,
דער הייליגער חתם סופר פלעגט צו זאגן און זיין לעבן,
העלפט פון זיין תורה וואלט ער אוועקגעגעבן,
ווער ס'וואלט עם געגעבן פון כח הנגינה אפילו א חלק,
גיט ער א העלפט פון זיין תורה וואס איז אזוי הייליג,
פון צדיקים זאגט מען נאך אזוי שיין אין ווינדערליך,
זינגען זמירות איז א סגולה אויף ערליכע קינדערליך,
צו זינגען זמירות פאר דעם מלך חי וקים,
איז א סגולה פאר קינדער יראי שמים,
מיליאנען אידן זענען געפארן אויף די באנען,
זיי ווייסען אז מען פירט זיי נעבעך אין די פלאמען,
דאך האבען זיי געזינגען אלע אידן צוזאמען,
איך גלייב אין בורא אני מאמין,
אז בקרוב און בית המקדש דארטן ושם נשיר,
מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר,
ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויף אמאל,
אז ישיר משה ובני ישראל:

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דאנארשטאג פאברואר 17, 2011 1:13 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איך מיין אז מ'דארף האבן א אזא אשכול (אפשר טאקע דא) ווי מ'וועט ארויף לייגן דעם טעקסט פון אידישע ניגונים, מכל המינים, ווייל פאקטיש זוכן אסאך מענטשן צומאל א אידישע ניגון, למשל אז א טאטע וויל אויס לערנען זיינע קינדער דעם אידישן "אודה לק'ל - געלויבט ביסטו" זאל ער אים דא טרעפן,

והמביא תבוא עליו ברכה

איך זוך די ווערטער פון דעם אידישן "אודה לק'ל - געלויבט ביסטו"
והמביא תבוא עליו ברכה

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג פאברואר 22, 2011 12:13 am

אודה לאל
מחברו: הרה"ח ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד ז"ל הי"ד
מחסידי באבוב - שו"ב בטשעבין

אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר,
ברן יחד, ברן יחד, ברן יחד כוכבי בוקר.


געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.


שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה,
ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר.

נעם דיר נאר גוט אין אכט, אז די נשמה די שיינע פראכט,
זאל נישט קומען צו קיין שאנד, ווייל זי איז א דימאנט א בריליאנט,
דו מוזט דאך וויסן דערפון, אז זי לייכט ווי די זין,
זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.


מכסא כבוד חצבה, לגור בארץ ערבה,
להצילה מלהבה, ולהאירה לפנות בוקר.

איר שטאם איז לויטער און ריין, פון כסא הכבוד אליין,
און מיט איר גרויסע ווערד, פלאטערט זי אויף דער ערד,
דארף מען היטן זי, ווי פון פייער און א ברי,
זי זאל שיינען און לייכטן יעדן מארגן פרי.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.


עורו נא כי בכל לילה, נשמתכם עולה למעלה,
לתת דין וחשבון מפעלה, ליוצר ערב ובוקר.

וואך פון שלאף אויף, און נעם דיר גוט אין באטראכט,
אז די נשמה גייט ארויף, אין הימל יעדע נאכט.
דין וחשבון יעדן טאג, מוז זי געבן איר זאג,
פאר דעם יוצר וואס האט באשאפן נאכט און טאג.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן
.

ימצאה מקושטת, בטלית וטוטפת,
כמו כלה מקושטת, תמיד בבוקר בבוקר.

דער מענטש שפירט דאס גליק, ווען ער טוט דעם באשעפערס ווילן,
קומט די נשמה צוריק, באקרוינט מיט טלית ותפילין,
באצירט און באשיינט איז זי, ווי א כלה כמות שהיא,
שטענדיג אלעמאל אינדערפרי.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.


הנאמן בפקדונו, יחזירנה לו כרצונו,
איש לא גוע בעונו, ויהי ערב ויהי בוקר.

באגלייבט איז דער באשעפער און קראנט, מיטן משכון אין זיין האנט,
זי צוריק שטעלן ריין, ווי דער מענטש וויל אליין,
ער שטייט אויף פריש און געזונט, ער שטארבט נישט פון זיינע זינד,
ווידער א נאכט ווידער א טאג אצינד.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.


והחיו העניה, יחידה תמה ונקיה,
ואשר נפשו חיה, יזכה לאור הבוקר.

טוטס זיך טראכטן און קלערן, ווי אזוי די נשמה צו ערנערן,
אז די נשמה אליין, זאל בלייבן שטענדיג ריין,
ווייל דער וואס געט זיך די מי, ווי אזוי צו שוינען און היטן זי,
וועט ער זוכה זיין צום ליכט פון דערפרי.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.


אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דינסטאג פאברואר 22, 2011 12:46 am

דאנקע שען

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג מאי 15, 2011 2:38 pm

ווער קען מיר אראפ שרייבן די אידישע ניגון פון לכה דודי
א אלט פארצייטיש ניגון
עס גייט עפעס אזוי
לכה לכה דודי
יחד כולם הודו
לקראת כלה
א ישועה פאר אלע
פני שבת נקבלה


נאך א שטיקל וואס איך געדענק

לא תבושי
די עדה הקדושה
וועט זיך מער נישט שעמען
ולא תכלמו
לעלם ולעלמי
ישראל עבד נאמן
[/color]

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » זונטאג מאי 15, 2011 2:53 pm

קען איינער ארויפשטעלן די ווערטער פון דעם ניגון "א פשוטער איד" פון ליפא שמעלצער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג מאי 15, 2011 3:07 pm

צים פינטעל האט געשריבן:ווער קען מיר אראפ שרייבן די אידישע ניגון פון לכה דודי
א אלט פארצייטיש ניגון
עס גייט עפעס אזוי
לכה לכה דודי
יחד כולם הודו
לקראת כלה
א ישועה פאר אלע
פני שבת נקבלה


נאך א שטיקל וואס איך געדענק

לא תבושי
די עדה הקדושה
וועט זיך מער נישט שעמען
ולא תכלמו
לעלם ולעלמי
ישראל עבד נאמן
[/color]

אויב זיכסטו די טעיפ, ס'איז אויף אידיש קלעסיק.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג מאי 15, 2011 5:46 pm

איך זיך איינער זאל עס אראפשרייבן דא

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 17, 2011 11:27 am

עס איז געדרוקט אין דער ספר אנעים זמירות ושירים אארוג
זמירות ע"פ מנהגי באבוב
ארויסגעגעבען דארך ר' זלמן לייב בלוי
דער ניגון מיט די ווערטער זענען געמאכט דארך הרה"ח המפואר ר' יחזקאל ראטענבערג זצ"ל הי"ד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

איטשע
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 17, 2011 11:43 am

א) לא תבושי, די עדה הקדושה,
וועט זיך מער נישט שעמען.
ולא תכלמי, לעלם ולעלמי,
ישראל עבד נאמן.

ב) מה תשתוחחי, ס'וועלן ווערן גלייבע,
אלע איינגעבויגענע אידען.
ומה תהמי,און גרייטס אייך צו,
מיט פרייליבע געמידען.

ג) בך יחסו עניי,
באלד קומט אן די ישועה.
ונבנתה עיר, נאך שענער ווי פריער,
עיר על תלה.

לכה לכה דודי,
יחד כולם הודו .
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.


א) והיו למשיסה, די גאנצע חברותא,
אלע שונאי ישראל.
למשסה שוסיך, אלע גלייך,
וועלן צוריבן ווערן מיט איין מאהל.

ב) ורחקו בל,שוין נאך דעם עול,
עול הגלות ועול השיעבוד.
מבלעיך, וואס זיי בייסן דיך,
וועלן גיין לאיבוד.

ג) ישיש עליך אלקיך,
דער אויבערשטער וועט דיך מאכן רייך.
כמשוש חתן, מסעודת לויתן,
חתן על כלה.

לכה לכה דודי,
יחד כולם הודו .
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה


א) ימין ושמאל, ווי פיין און ווי וואויל,
אז ימין ושמאל תפרוצי.
א שטיקעלע פלאדען, פון א-ל אדון,
אין פאר אונז די בעסטע מוציא.

ב) ואת ד', און אונזער היים,
תעריצי וועלן מיר לויבן.
בחכמה ובתבונה, מיט די גרעסטע בחינה,
וועלן מיר ווערן דערהויבן.

ג) על ידי איש בן פרצי,
שחורה אני די שווארצע.
על יד איש, ווי פיין און ווי פריש,
ונשמחה ונגילה.

לכה לכה דודי,
יחד כולם הודו .
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה

א) בואי בשלום, ם'איז שויז נאר דעם חלום,
בשלום עטרת בעלה.
הייליגע שאף, שטייט'ם אויף פון שלאף,
וברננה נעלה.

ב) גם ברנה, מזיו השכינה,
וועלן מיר נהנה זיין אלע.
עתיד כביכול, לעשות מחול,
בשמחה ובצהלה.

ג) תוך אמוני עם,
וקבצנו יחד צוזאם.
בואי קום, דריי זיך אום,
צו בואי בשלום.

ג) די שכינה וועט זיר צו מערב אוים דרייען,
אוז זי וועט אונזערע הערצער דערפרייען.
ונזכה לגאולה, ליום שכולו,
שבת מלכתא.

לכה לכה דודי,
יחד כולם הודו .
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון און 16 געסט