אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:43 pm

שאץ מאץ האט געשריבן: א ביאור אויף דעם ניגון זיכט א אשכול קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג,
ווער עס איז וויליג זאל אים אהער ברענגען, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט דאס,
יש"כ


http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:48 pm

שאץ
ידידך מ.ד. הייסט איז ר' מרדכי דוד

(WOW איך קען שוין אויך מאכן ר"ת באלד וועל איך קאנקורירן מיט אים)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 12:41 pm

מענינא דיומא (גענומען פון לחיים טיש חנוכה):

אוי חנוכה, אוי חנוכה, א יו"ט א שיינער,
א לוסטיגער א פרייליכער נישטא נאך א זיינער,
אלע נעכט אין דריידעלעך שפילן מיר,
און הייסע זיסע לאטקעס עסן מיר אן א שיעור.

דעריבער, צינדט קינדער, די חנוכה-ליכטעלעך אן,
זאגט על הניסים, און דאנקען פאר די ניסים, און לאמיר אלע טאנצען אין ראד.
[זאגט על הניסים, און דאנקען פאר די ניסים, און לאמיר אלע טאנצען אין ראד.]
~~~~
יהודה האט פארטריבן דעם רשע דעם רוצח, און האט אין בית המקדש געזינגען למנצח,
די שטאט ירושלים האט ווידער אויפגעלעבט, און צו א נייע לעבן, האט יעדער איד געשטרעבט.

[דעריבער, צינדט קינדער, די חנוכה-ליכטעלעך אן,
זאגט על הניסים, און דאנקען פאר די ניסים, און לאמיר אלע טאנצען אין ראד.
{זאגט על הניסים, און דאנקען פאר די ניסים, און לאמיר אלע טאנצען אין ראד.}]
------
(שיר ילדים ידוע לחנוכה)

ניגון עליז בשפת האידיש, שעל פי מה שמסרו זקני הדור הקודם גם הוא היה מושר באירופה טרם השואה.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 6:50 am

לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ,
פאלט אריין אין מיין טאפ.
יא? זוי גייט עס? ווי גייט ווייטער?

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג ינואר 15, 2010 10:53 am

~~אלקא דמאיר ~~~~ (ניגון והמילים: ר' משה גאלדמאן)

א. לאמיר אייך דא ערקלערן,
ווי אזוי קען דאס זיין?
ווען עס פליסן טייכן טרערן,
פון צרות און פון פיין,
קענט איר באלד געהאלפן ווערן,
עס איז דאך אן עצה פארהאן,
אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן,
און געהאלפן זענט איר שוין דאן.

ב. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן,
איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון,
די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו ביסט חלילה אין א צרה,
א מטבע אין די האנט נעם,
און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא,
ארויס נעמען וועט דיך פון דיין קלעם.

פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.
(2X)


ג. ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד,
די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק,
אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט,
דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג.
אין די געהויבענע מינוטן,
דעם באשעפער קיינמאל פארגעס.
געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן,
אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

ד. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן,
איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון,
די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו דאווענסט, און בעטסט פאר הצלחה,
פאר דיר, דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט,
אפילו ביי א שמחה אין די משפחה,
האב גרייט א מטבע אין דיין האנט.

פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.
(2X)
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג ינואר 15, 2010 10:59 am

זיסע זכרונות האסטו מיר ערוועקט, דאס איז א חידוש פון משה גאלדמאן די גאנצע תנועה, ווען מ'וואלט נישט געוואוסט אז ער האט עס געמאכט וואלט איך מיך געשוואוירן אז ס'איז פון פינקי.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מוצ"ש ינואר 16, 2010 5:39 pm

בס"ד

ניגון אנא השם
לחן: שלמה קארלבאך
גראמען: יונתן שווארץ


אין א ווינטער-טאג גאנץ קאלט, א פאסטוכער גאר אלט,
גייט ארויס אינדרויסן צו פאשען זיינע שאף,
די ווינט בלאזט גאנץ שטארק, גייט ער אונטער א בארג,
ביי א בוימעלע כאפט ער שלאף.
ווען ער געט זיך א דערוועק, כאפט איהם אן א שרעק,
איין שעפעלע האט איינער צוגענומען, ער שרייט אזוי פאר'צער'ט, ער האפט און ער ווארט, אפשר וועט די שעפעלע צוריק-קומען.

וואכן פארלאפן, נאך אלץ נישט געטראפן,
ער האלט אין איין ווארטן, ער האלט אין איין האפן,
ביים שכן אין שטאל געט ער א קוק,
זיין שעפעלע איז פארבינדן מיט שטריק.
ער לויפט און ער שרייט צו זיין שכן,
ווי טוט מען אזאנס היתכן,
אבער דער שכן ער האלט זיך ביי זיינס,
ער טענה'ט די שעפעלע איז מיינס.

פזמון:
דער פאסטוכער מיט אן עצה קומט ארויף,
כאפ אן דעם שטריק און בינד עס אויף,
לאמיר דעמאלס זעהן צו וועמען ער וועט קומען,
און דאס וועט זיין פאר דיר דער בעסטער סימן.

דוד המלך, מלך ישראל
פלעגט צו בעטן א תפילה אלעמאל,
די אידן און די גויים, ביידע מיט איין טענה,
ביידע טענה'ן - באשעפער מיר זענען דיינע.
אנא ה', אנא ה',
טאמער ווילסטו זעהן ווער ס'איז גערעכט,
נעם אראפ דעם שטריק פון דעם גלות קלעם,
וועסטו זעהן ווער ס'איז דיין קנעכט.

ירוץ עבדך כמו איל,
נאר דיין פאלק ישראל וועט לויפן צו דיר - בורא כל,
הייליגער באשעפער, באווייז דיינע חסדים,
וועסטו זעהן מיר זענען דיינע אמת'ע עבדים.
נעם אראפ דעם שטריק פון צאן מרעיתך,
וועסטו זעהן דעם חילוק פון דעם איד און דעם גוי,
אני עבדיך בן אמתך,
פתחת למוסרי.

פזמון: דער פאסטוכער וכו'

איז אנה ה', אנא ה',
כי אני עבדיך.......
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג ינואר 18, 2010 1:16 am

ניגון כ"ק הקדושת ציון מבאבוב הי"ד.

מזמור שיר,
זינגט אלע מיט מיר,
מיר זענען דא זוי ווי אין דערהיים,
אלע צוזאמען בחבורה,
לאמיר זינגען שירה,
טוב להודות לה'.

'להגיד' צו פארציילן,
אויף אלע וועלט-טיילן,
ווי גרויס עס זענען כביכול'ס חסדים,
שבת איז א סימן,
אז מ'האט אונז ארויסגענומען,
ממצרים, מבית עבדים.

פזמון:
זכר ליציאת מצרים, איז שבת, שבת!
לאמיר זינגען שיר ליום השבת,
שבת איז דאך הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
מזמור שיר ליום השבת.

מזמור שיר ליום השבת, שבת!
לאמיר זינגען שיר ליום השבת, שבת!
שבת איז דאך הויעך,
מ'דארף צו האלטן מח,
יום שבתון אין לשכוח.

כי הנה אויביך יאבדו,
וועט זיין א גרויסע פריידע,
כמה שנאמר: באבוד רשעים רינה,
ויתפרדו כל פועלי,
ואנחנו עלה נעלה,
נהנה זיין מזיו השכינה.

ותבט עיני בשורי,
מ'האט אונז אנגעזאגט א בשורה,
עוד ישמע בערי יהודה,
ובחוצות ירושלים,
וועלן מיר טרינקען לחיים,
און לעבעדיג מאכן א רקידה.

פזמון:
ווייל דעמאלס וועט דאך זיין א יום שכולו שבת, שבת!
מזמור שיר ליום השבת,
שבת איז איז דאך הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
מזמור שיר ליום השבת.

מזמור שיר ליום השבת, שבת!
לאמיר זינגען שיר ליום השבת, שבת!
שבת איז דאך הויעך,
מ'דארף צו האלטן מח,
יום שבתון אין לשכוח.

עוד ינובון בשיבה דשנים,
אלע אידן אינאיינעם,
דשנים ורעננים יהיו,
לקדושה ולמנוחה,
וחסידיך יברכוכה,
וועט דאך זיין א גרויסע זכיה.

להגיד כי ישר,
דאס איז קראנט און כשר,
אז אלעס וועט מקוים ווערן אזוי,
וה' השוכן בציון,
וועט אונז נישט קיין עוולה טוהן,
ווייל צורי ולא עולתה בו.

פזמון:
ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין ליום שכולו שבת, שבת!
לאמיר זינגען שיר ליום השבת, שבת!
שבת איז איז דאך הייליג,
ווי וואויל איז אונזער חלק,
מזמור שיר ליום השבת.

מזמור שיר ליום השבת, שבת!
לאמיר זינגען שיר ליום השבת, שבת!
שבת איז דאך הויעך,
מ'דארף צו האלטן מח,
יום שבתון אין לשכוח.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג ינואר 18, 2010 1:26 am

א טאטע בוסטו ~ אברהם פריעד

א טאטע בוסטו גאר א געטרייער,
דיין ליבשאפט צו אונז, איז דאך אין לשער,
און נאכמער פון דעם, זאגט דער בעל שם,
אז יעדער איד איז ביי דיר א בן יחיד.

געזעצן זענען מיר אינאיינעם ביי דיין טיש,
פארשיקט זענען מיר אין גלות, און א וויסטעניש,
קומען מיר, דיינע קינדערלעך, בעטן ביי דיר.

אבינו אב הרחמן, רחם עלינו,
דיין בן יחיד בענקט נאך דיר, געוואלד טאטעניו!

אוי ווי ליכטיג, אוי ווי הייליג, עס איז דאן געווען,
ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיר זעהן.
ותחזנה עינינו בשובך לציון,
ווען וועט שוין אונזער גואל אנטוהן זיין קרוין,
בכל יום אחכה לא, מיר ווערן גארנישט מיד,
ברענג אונז משיח בן דוד.

און טאקע באלד וועלן אידן קומען אין בית מקדשך,
יעדן שבת און ראש חודש להשתחוות לפניך,
ס'וועט זיין ונגלה כבוד ה', אלע וועלן דינען איהם.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג ינואר 19, 2010 8:12 am

לחן: שלמה קארלבאך
גראמען: יונתן שווארץ


א אינגערמאן צום דאקטער קומט אריין, דאקטער ס'איז שוין א לענגערע זמן.
וואכן לאנג וואס איך פיל נישט גוט, שוואכקייט און ווייטאגן מאך איך מיט.

דער דאקטער איז בודק זיין מח און הארץ, ער זאגט אים דיין מצב איז פינסטער און שווארץ.
ס'איז ליידער ליידער נישטא וואס צו טוהן, אויף דיין מחלה איז ליידער נישטא קיין שום מעדעצין.

דער אינגערמאן גייט פון דאקטער ארויס, פון צער און טרויער גייט ער ממש אויס.
ער שטייט און טראכט מיט גרויס וואונדער, וויאזוי פארצייל איך מיין ווייב און קינדער.

ער שטייט אינדרויסן פון דאקטער'ס אפיס, ער פילט אט אט זיין סוף איז.
אקעגן דעם אפיס זעט ער א שול, אפשר קען איך אריינגיין אין איר, ער בעט רשות פונעם שומר ביים טיר.

ער זוכט א תהילים אזוי פאר'צער'ט, די שאפעס זענען אלע פארשפארט.
דער בימה, דער עמוד גיבט ער א עפן, נישט מעגליך קיין סידור קיין תהילים צו טרעפן.
די שטענדערס אלע אינגאנצן ליידיג, ער דרייט זיך אין בית מדרש אזוי ווייעדיג.
פליצלונג אויפן טיש זעט ער א צעטל, ער לויפט גלייך מו יענעם ארט, ער קוקט אריין וואס שטייט דארט.

טייערע טייערע אידן, מענטשן זוכן עצות פארשידן.
מען טוט אלע מיני סגולות, מען טוט פארשידענע פעולות.

מען קויפט זיך פארשידענע מטבעות, גראזן און כל מיני קמעות.
ס'איז חשוב פארן קודשא בריך הוא, אבער צו איין זאך קומט עס נישט צו.

פזמון:
אמן יהא שמיה רבא, מברך לעלם ולעלמי עלמיא.
חלילה נישט רעדן ביי קדיש, וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש.


ער ליינט ווייטער אין צעטל אזוי, מענטשן פארן צו ר' שמעון בר יוחאי.
מען פארגעסט וואס עס שטייט אין זיין זוהר, דער וואס רעדט ביי קדיש פארשפארט מען אים דעם טויער.

ס'העלפט אים נישט קיין שום סגולות, עס וועט נישט נתקבל זיין די תפילות.
ס'איז מבטל אלע גוטע השפעות, ס'ברענגט אויף די וועלט גזירות רעות.

וועגן דעם בין איך דא אהערגעקומען, דער צעטל איז פאר מיר א סימן.
ווייל דורך דעם וועט קומען מיין ישועה, 'יהא שמיה רבא' וועט ברענגן מיין רפואה.

פזמון:
אמן יהא שמיה רבא, מברך לעלם ולעלמי עלמיא.
חלילה נישט רעדן ביי קדיש, וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש.


דער אינגערמאן איז עס מפרסם איבעראל, בתי מדרשים בכל תפוצות ישראל.
שווערע געלטער משקיע דערין, אפשר וועט דאס זיין מיין מעדעצין.

די זעלבע צייט צו די דאקטוירים לויפט ארום, די בעסטע דאקטוירין אומעטום.
יעדער זאגט ס'איז נישט דא וואס צו טוהן. א שאד צו לויפן אהער און אהין.

אבער חז"ל זענען מסביר בהבנה, דער וואס זאגט 'יהא שמיה רבא' מיט כוונה.
'קוראים לו גזר של שבעים שנה', ער באקומט צוריק זיין לעבן א מתנה.

עס גייט אריבער חדשים שפעטער, דעם גרויסן דאקטער נאכאמאל זעט ער.
ער פארשטייט נישט וואס דא איז געשען, קיין שום מחלה קען ער דא נישט זען.

דער דאקטער זאגט איך מוז מודה זיין דערצו, אז 'אצבע אלקים היא'.
אן אפענע נס זע איך דא היינט, ס'מוז דא זיין א געטליכער האנט.

פזמון:
אמן יהא שמיה רבא, מברך לעלם ולעלמי עלמיא.
חלילה נישט רעדן ביי קדיש, וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש.




יונתן שווארץ האט דאס געשריבן, און ער זינגט דאס אויף זיין טעיפ 'חזק לימי הספירה'.

אויפן קאווער שרייבט יונתן אזוי:
אומגעפער א יאר צוריק האט מיר אנגעקלינגען א אינגערמאן און פארציילט די מעשה, און מיר געבעטן איך זאל דערפון מאכן א ניגון. איך האב אים כסדר אפגעשטופט ביז איין טאג איז ער אריינגעקומען צוזאמען מיט זיין משפחה צו מיר אין ביזנעס און מיטגעברענגט דאקומענטן פון דאקטוירים, און זיך געבעטן איך זאל מאכן א ניגון איבער דעם נושא.

כאטש איך האב נישט ליב צו זיין א מוסר-זאגער, אבער נאך וואס איך האב זיך אריינגעטאן אין דעם, און געפארשט דעם ענין און אנערקענט דעם געוואלדיגן תועלת וזיכוי הרבים וואס קען דערפון ארויסקומען, האב איך באשלאסן צו שרייבן דעם ניגון לזכות הרבים.
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג ינואר 24, 2010 1:12 pm

ר' משה גאלדמאן (על מחנה שלוה #18 - להודיע)

לוח ביסט מיר ליב,
איך האלט דיר אין מיין שטוב,
דו דערמאנסט מיך קלאר,
וועלכער חודש וועלכע יאר,
לוח פון פאפיר,
וויבאלד איך עפן דיר,
דערמאנסטו מיר מיין פלאן,
און איך טוה עס דאן.

ווען איך קוק צוריק,
אויפ'ן קעסטל נאר א בליק,
קען איך תיכף זען,
יענער טאג וואס איז געשען,
עס צייגט זיך דערויף,
צי איך האב ערפילט מיין חוב,
צו דו מיין לוח ביסט
פאר מיר א גוטער זכות.

א חודש און א וואך,
דאס לעבן גייט אדורך,
יארן לויפן שנעלער ווי מ'כאפט אליין,
א בלאט און נאך א בלאט,
דו לוח ווערסט נישט זאט,
הלואי זאלסטו מיר נעמען אין דיין געיעג אריין.

און כאטש איך וועל נישט שרייבן,
וועט אין דיר פארבלייבן,
איינגעקריצט אויף לאנג,
יעדער טאט און אויך געדאנק,
אוי, זאל מיר נאר נישט קלעמען,
ווען מ'וועט דיר נעמען,
זען ווי איך האב פארבראכט,
פון באגינען ביז ביינאכט.

פזמון:
מיינע גוטע פריינט,
ברענגט אייך נישט צו שאנד,
ווי אזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט,
פרעגט אייך נאכאנאנד,
וואס ליגט ביי מיר אין האנט,
דער בעסטער מוסר ספר איז דער לוח אויף דער וואנט.


לוח ביסט געשעצט,
דו ווייזט מיר וואס איז יעצט,
אויסגערעכנט דער זמן
די שקיעה ווען וועט זיין,
ווען דער שבת פייפט,
בלייב איך נישט פארגאפט,
איך ווייס שוין פון פאראויס
די זון ווען קומט ארויס.

דער מולד שוין באשטימט,
ראש חודש ווען עס קומט,
פלג המנחה אויך געוויס
ווען א חתונה א ברית,
דער לוח פאר דעם איד,
ווי א שומר וואס ער היט,
צו טוהן נאר וואס מ'מעג,
אלע נעכט און טעג.

ווען איך בארעכן זיך און קלער,
פאלט קיין זמן פאר מיר שווער,
ווייל דאן בין איך באגארטעלט מיט הכנות
- ווי עס פאסט,
אויב באראט איך זיך פון פריער,
לוח'ל מיט דיר,
איז א יעדער זמן ווי אן אנגעלייגטער גאסט.

ווי נעם איך נאר די זכיה
מיט די ריכטיגע יגיעה,
אנגענומען פול מיט חן
זאלן אלע זמנים זיין,
מיט דעם אינערליכן פייער
האלטן זאל איך טייער
יעדער מנהג יעדער דין
מיט יעדע איינצלהייט דערפון.

פזמון:
מיינע גוטע פריינט,
ברענגט אייך נישט צו שאנד,
ווי אזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט,
פרעגט אייך נאכאנאנד,
וואס ליגט ביי מיר אין האנט,
דער בעסטער מוסר ספר איז דער לוח אויף דער וואנט.


לוח האסט א סוד
באהאלטן אין פארראט
אין דיין הארץ פארשפארט
ווי עס גלוסט און עס גארט
ווען ווערט שוין אנטפלעקט
דיינע בלעטער אויפגעדעקט
שטיל אין אויער זאג מיר
דעם אויסגעבענקטער טאג.

דו ווייסט ביסט מיר געשעצט,
דערצייל'זשע מיר דעם קץ,
טאג נאך טאג פארביי
דער גלות טוט נאך וויי,
דו ווייסט דו ביסט מיר ליב,
איך זיץ דא מיד און טריב,
איך ווייס נישט טייערער לוח
ווען עס קומט משיח.

דאס ווארטן איז נישט גרינג,
דאך דארף איך נישט קיין ווינק,
איך ווייס און איך גלייב אז קומען וועט עס וואר,
פלוצלינג אומגערישט,
כאטש ווען ווייס איך נישט,
אני מאמין איבערצייגט אודאי נאך דאס יאר.

און דאן וועל איך אויסמעקן,
ערגעץ וואו פארשטעקן,
אלע שווערע טעג
פון פיין און פון געיעג,
און דיינע קעסטלעך אריינגעבן
נייע לידער א נייער לעבן,
וועסטו לוח מיין
מיט מיר אין טענצל גיין.

פזמון:
מיינע גוטע פריינט,
ברענגט אייך נישט צו שאנד,
ווי אזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט,
פרעגט אייך נאכאנאנד,
וואס ליגט ביי מיר אין האנט,
דער בעסטער מוסר ספר איז דער לוח אויף דער וואנט.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 24, 2010 1:17 pm

פשיהא, קיינמאל נישט געהערט פון דעם "לוח" ניגון. עס רייסט שטיקער.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג ינואר 25, 2010 8:10 am

די ניגון זעלבסט איז אויך נישט אוועק צו מאכן

אוועטאר
סתם א לץ
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:44 am

תגובהדורך סתם א לץ » מאנטאג ינואר 25, 2010 10:12 am

ניגון רצה
גראמען: אני הקטן
1
רבותי איך וויל דא פארליינען א בריוו,
וואס ליגט באשריבן ביי איינעם און הארצען טיף.
וועט איר אוודאי פרעגן - פארוואס קען מען עס נישט קוקן,
ווייל ליידער קען ער זיך נישט אויס דרוקן.

1
פון דעם טאג וואס איך בין געקומען אויף דער וועלט,
האט זיך מיר א שווערע פראגע געשטעלט,
בין איך דען אנדערש פון יעדען איינעם - א אינטערעסאנטע זאך ביי מיר איך שפיר,
ס'קוקט עפעס אויס ווי יעדער קוקט אויף מיר.

2
איך דריי מיך ארום מ'מאכט פון מיר חוזק - איך פארשטיי בכלל נישט פשט דערפון,
האב איך דען אמאל איינעם וויי געטוען.

2
ס'קען נישט זיין ווייל פונקט פארקערט - איך גיי ארים מיט א שמייכעל א זיסען,
מיט אזא העפליכקייט אלע מענטשן באגריסן.

3
טיפער ביי מיר איך טראכט,
איך האב פון קיינעם נישט חוזק געמאכט,
וואס וויל מען פון מיר פארוואס שטייט יעדער ארום און מ'לאכט.
איך פארשטיי אויך נישט פשט,
פארוואס רעד יעדער צי מיר אזוי שטייט,
קיינער רעספעקט נישט וואס איך זאג כמעט.

3
איך האלט עס נישט אויס איך שפיר,
וויפיל איז דען די שיעור,
איז נאך דא און וועלט איינער וואס איז נייגעריג און מיר,
כ'האב אזויפיל ליבשאפט,
ווען איינער וואלט עס ווען געדארפט,
דעס וואלט דאך מיר אזויפיל פארגעניגן געשאפט.

1
איך בין - דאך אויך דעם אייבירשטענס א קינד,
כ'האב אויך נישט ליב קיין רעגן כ'האב אויך נישט ליב קיין ווינט.
כ'האב אויך ליב צו דאווענען כ'האב אויך ליב צו זינגען,
כ'האב אויך ליב צו פראווענען כ'האב אויך ליב צו שפרינגען,
איך האב אויך ליב א לעבן א גרינגען.

1
איך ציטער אויך ווען ס'דינערט און ס'בליצט,
איך שוויץ אויכעט ווען יעדער איינער שוויצט.
איך קען אויכעט וויינען איך האב אויך ליב צו לאכן,
קיינער זאל נישט מיינען איך פארשטיי נישט צו די זאכען,
אפילו איך קען נישט מיין מויל אויף מאכן

2
און נישט נאר איך לייד פון דעם,
איך האב אויך חברים מיט דעם זעלבן פראבלעם,
מ'פילט אזוי פארלוירען צו וועם ווענד מען זיך צו וועם.

2
איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט,
אבער מיין טאטע דער גרויסער ג-ט,
א מלאך מושיע מיר געשיקט ער האט.

3
א משפחה געקומען,
און אריין גענומען,
א שמחת החיים האב איך יענעם טאג באקומען.
ארויס געקראכן פון גרוב,
אריין און א ווארעמע שטוב,
א משפחה געטריי וואס האט מיך אזוי ליב.

3
וואס קען איך זאגן פאר זיי,
זיי זענען אזוי געטריי,
ווען איך רעד א ווארט - פארשטייט מען נישט סיי ווי סיי.
אבער טיף און הארץ איך שפיר,
הכרת הטוב אן א שיעור,
ענקער גליק האט עטץ געגעבן פאר מיר.

1
ממש ווי אן אייגן קינד איך שפיר,
ביי זיי אינדערהיים לאכט קיינער נישט פון מיר.
מיינע געפילן זיי שעצן - ס'טוט זיי וויי ווען צובראכן איך דריי מיך,
זיי פרייען זיך מיט ווען איך פריי מיך.

1
זיי פארשטייען מיין תמימות מיין כישרונות,
זיי זעהן נישט און מיר קיין שום חסרונות.
זיי פארשטייען וואס איך וויל אויפן ווינק,
זיי זאגען ארויס וואס ליגט מיר אויפן צינג,
איך ווייס אז ס'קומט נישט אן גרינג.

2
אויף טייכן טרערן איך טו מיך דערשטיקן,
ווען מיין דאנק איך וויל אויס דריקן,
אבער איך קען נישט וויל מיין שפראך איז טרוקען.

2
אפילו איך קען עס נישט זאגן נישט שרייבן,
ביי מיר און הארץ וועט עס אייביג בלייבן,
ווייל הכרת הטוב קען מען נישט פארטרייבען.

3
א משפחה געקומען,
און אריין גענומען,
א שמחת החיים האב איך יענעם טאג באקומען.
ארויס געקראכן פון גרוב,
אריין און א ווארעמע שטוב,
א משפחה געטריי וואס האט מיך אזוי ליב.

3
וואס קען איך זאגן פאר זיי,
זיי זענען אזוי געטריי,
ווען איך רעד א ווארט - פארשטייט מען נישט סיי ווי סיי.
אבער טיף און הארץ איך שפיר,
הכרת הטוב אן א שיעור.
ענקער גליק האט עט'ס געגעבן פאר מיר!!!
לעצט פאראכטן דורך סתם א לץ אום מאנטאג ינואר 25, 2010 11:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אגודל אויף ארויף

mosh
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 3:06 pm

תגובהדורך mosh » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:03 am

ווער קען ארויפלייגען א לינק צי הערען די ניגונים

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:40 am

סתם א לץ;
גאדזשעס! הארציג! עמאשענעל! און וואס נישט!!!
ארויסגעברענגט אין הערליכע גראמען די "ספעציעלע קינדער" וואס זיי מאכן נעבעך מיט.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג ינואר 25, 2010 2:07 pm

סתם א לץ, מעכטיג שיין! איך כאפ אבער נישט וועלעכע ניגון איז דאס רצה?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 25, 2010 2:10 pm

דאס איז גארנישט סתם
וואס איר גראמט צוזאם
יעדעס ווארט מלא חן וטעם
אלעס פאסט אזוי שיין און ראם.

יישר כחכם הרב סתם א איד
דאס איז באמת א הארציגער ליד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג ינואר 25, 2010 2:43 pm

קרעמער האט געשריבן:פשיהא, קיינמאל נישט געהערט פון דעם "לוח" ניגון. עס רייסט שטיקער.

צום פינטעל האט געשריבן:די ניגון זעלבסט איז אויך נישט אוועק צו מאכן.

כ'האב שוין געהערט דעם ניגון (טאן) אויף נאך א אלבום נאכזינגען. אויף א קינדער טעיפ - כ'מיין אויף 'די ציצית האט געראטעוועט'. (ווער האט געמאכט די מוזיק דערויף, MK? קען מען אים פרעגן.)
----
סתם א איד, זייער שיין!
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
סתם א לץ
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:44 am

תגובהדורך סתם א לץ » מאנטאג ינואר 25, 2010 5:13 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:סתם א לץ, מעכטיג שיין! איך כאפ אבער נישט וועלעכע ניגון איז דאס רצה?

פון אברהם פריעד
די זיבעטע נוגין פון ברכה והצלחהwww.mostlymusic.com/brochavhatzlocha-p-633.html
אגודל אויף ארויף

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג ינואר 25, 2010 6:27 pm

יעצט כאפ איך דעם ניגון, שכוח!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג ינואר 26, 2010 7:40 am

פארפאסט: הרב צבי אביגדור פעקעטע שליט"א (מאנסי)

כה אמר ד' זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולתיך

אט אזוי האט די אויבערשטער געזאגט
קוקט'ס וואס פאר א פאלק איך האב פון אייביג אן פארמאגט

נאך יענע צייט וועל איך בענקן
און איך וועל דיר דאס אייביג געדענקן
דאס וועט מיר בלייבן אין זכרון
דיין חסד פון דיינע יונגע יארן

דיין אהבה נאך פון אנפאנג אן
דיין חסד וואס דו האסט מיט מיר געטאהן
מיט דעם וואס דו ביסט דעמאלטס נאך מיר נאכגעגאנגען
פון זיך אליין אן קיין צוואנגען

און אין א לאנד וואס עס איז נאך גארנישט אנגעבויעט
אריין אין מדבר האסטו דיך געטרויעט
און מיט גרויס אהבה מיט ליעבשאפט אן א שיעור
ביסטו דעמאלטס נאכגעקומען נאך מיר
און אין מדבר דארטן ביסטו אפגעזעצן
איך וועל דיר דאס קיינמאל נישט פארגעסן

לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג ינואר 26, 2010 7:44 am

הערשי קניהויז האט געשריבן:
ניגון: כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה

א מלך האט געהאט, אן אלטע אלטע קנעכט,
און ער האט דעם מלך'ס כבוד פארשוועכט.
ער האט נישט אויסגעפירט, דער מלך'ס רצון.
און פאלאץ האט דאס אלעמען פארדראסן.

זענען די גרויסע שרים, געקומען צום מלך אליין,
אדונינו המלך עס קען אזוי נישט גיין.
דיין קנעכט דעם אלטן, טארסטו מער נישט האלטן.
פארשיק אים און שטעל אויף זיין פלאץ א צווייטען.

רבותי איר זענט נישט גערעכט, וואס איר רעדט אוף מיין קנעכט.
טאקע ער פאלגט נישט אלעס וואס איך טוה אים הייסען,
אבער איר דארפט פארשטיין קלאר, ער איז א אלטע פרשה גאר.
עס איז דא אסאך וואס איר טוט גארנישט ווייסען.

פאר איך בין געוועזן באקאנט, פארדעם וואס איך בין געקומען און דעם לאנד.
פאדעם וואס איך האב געהאט מיין פאלאץ דעם שיינעם,
בין איך אליין געגאנגען, א שווערע וועג א לאנגען.
און מיט מיר מיטגעקומען איז נאר איינער.

איז רעדס נישט קיין שלעכטס, אויף מיין אלטע קנעכט.
עטס זענטס הערשט אנגעקומען היינט,
אבער ער איז מיר געווען דערביי, ווען קיינער האט נישט געהאלטן דערביי.
דעמאלטס איז ער מיר געשטאנען ביי די האנט.

צרות גאר אסאך, האט ער מיטגעמאכט,
מהאט אים אזויפיל געשלאגן און ארום געווראפט.
אבער היינט איז ער טאקע אלט, און פון צרות געווארן קאלט.
אבער איך געדענק אים נאך ווען ער איז געוועזן אינג און שיין.

כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה

(געהערט פון ר' אפרים וואקסמאן, און איך האב דאס אפגעטייפט פאר איינעם, האב איך געקלערט אז איך שטעל עס דא אריין)
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך ינואר 27, 2010 1:24 pm

ר' משה גאלדמאן (על מחנה שלוה #18 - להודיע)
המשל והנמשל מהגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל

"בלעטעלע ניגון"

פזמון:
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.


קום מיין קינד איך וועל דיר צייגן,
א בלעטל'ס געשיכטע קום זען,
צו א בוים מיט פעסטע צווייגן,
איז ער באהאפטן געווען.

די זון האט געגלעט מיט אירע שטראלן,
די צווייג האט באשיצט און ערנערט,
כאטש אנדערע בלעטלעך פאלן,
האט אים קיין ווינט נישט געשטערט.

די בלעטלע קוקט זיך ארום,
און זעט זיינע פריינד אומעטום,
זיי זענען פון בוים שוין באפרייט,
דערגרייכן מיט ווינטן אזוי ווייט.

זיי פליען אהין און אהער,
א רייזע וואס האט נישט קיין שטער,
פון פרייהייט זיי שפירן דעם טעם,
און נאר ער באהאפטן צום שטאם.

קוקטס נאר ווי ביטער איז מיר,
איך קען זיך נישט געבן קיין ריר,
איך בין צוגעבונדען מ'האלט מיר צוריק,
איך גלוסט צו א לעבן פון גליק.

צו טאנצן מיט זיי אלע גלייך,
פארזוכן די לופט פון די הייעך,
צו זען איבעראל און צו שפירן זיך פריי,
רייס מיר אראפ הלואי.

פזמון:
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.


פלוצלינג א ווינט אזוי מעכטיג,
בלאזט אים פון צווייגן אוועק,
די בלעטעלע, ס'ווערט פאר אים לעכטיג,
עס קומט צו זיין ווייטאג אן עק,

ענדליך באפרייט פון די קייטן,
מ'האט זיין בקשה געהערט,
עס פאנגען זיך אן גוטע צייטן,
האט ער מיט שמחה געקלערט.

ס'איז דורך אביסעלע צייט,
קיין שפייז פון דעם בוים נישט געהאט,
טריקן און מאגער ער ווערט,
און פאלט אראפ מאכטלאז אויף דער ערד.

ער טרעפט דארטן אלע די פריינט,
וואס ליגן צוטרויטן מיט שאנד,
אוי וויי א טייערען פרייז,
באצאלט פאר דעם ביטערן גרייז.

ביימעלע שרייט ער מיט פיין,
פארוואס האסטו מיר געלאזט גיין,
דו ביסט דאך מיין חיות מיין לעבן געווען,
ווי האב איך דאס נישט געזען.

דו האסט מיר פון אלעם באשיצט,
געהאלטן אין קעלט און אין היץ,
אוי ווי איך בענק מיר צוריק צו די צייט,
פארוואס האב איך זיך אפגעשיידט.

פזמון:
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.


א אידעלע קען אמאל טראכטן,
די תורה זי האלט אים צוריק,
ער קוקט ארום עס טוט אים דאכטן,
אינדרויסן געפינט זיך דאס גליק.

עס זעט אויס א פרייליכע לעבן,
צו קענען טוען אלץ וואס מ'וויל,
א יעדער באגער זיך נאכגעבן,
ער פילט זיך געבונדען צו פיל.

עס וואלט אים פיל גרינגער געווען,
צו מעגן אלץ הערן און זען,
קיין איסור קיין גרעניץ קיין שטער,
אן ערליכע לעבן איז אים שווער.

אוי אידעלע זעהסטו נישט איין,
די תורה איז לעבן אליין,
זי פירט דיר און ווייזט דיר דעם וועג,
צו גליקליכע יארן און טעג.

אלץ וואס דו פילסט איז דיר שווער,
שפייזט דיין נשמה וואס מער,
גיין אין אירע וועגן און האלט זיך געטריי,
וועסטו באמת זיין פריי.

פריי פון די רוישיגע וועלט,
היט זי דיר אין איר געצעלט,
פריי פון די ווינטן וואס ווארפן אראפ,
אלע וואס רייסן זיך אפ.

פזמון:
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.

דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור,
עץ חיים הוא למחזיקים בה,
ותומכיה מאושר.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מארטש 22, 2010 2:47 pm

ניגון לכבוד פסח

נעשה ע"י ר' מרדכי דוד עסטרייכער ני"ו
(ניגון יודע בגיום)
--ס'איז אמאל געוועהן א מלך אין א ווייטן לאנד,
פלעגט מאכן יעדעס יאר א סעודה פאר זיינע פריינד,
ס'פלעגן קומען געסט פון איבעראל,
מיט צו האלט די סעודה אין קעניגליכע זאל,
-איינמאל ווען דער קעניג איז שוין אין זאל געזעסן,
מ'האט געווארט מ'זאל אריין ברענגען דאס עסן,
די באדינערס האבן געדארפט ברענגען קעניגליכע מאכלים לרוב,
זיי האבן געדארפט אדורך גיין דעם קעניגליכע הויף,
"אינדרויסן אין הויף זענען געוועהן אפאר הונגעריגע הונט,
זיי האבן דערשמעקט דאס עסן זענען זיי צוגעלאפן געשווינד,
אויף די באדינערס זענען זיי ארויף געקראכן, אוי אוי אוי
אויף געגעסן דאס פלייש און די טעלערס צובראכן,
"צום זאל איז נאר אנגעקומען די ברויט אין די טרינקען,
אלע משרתים זענען אין טרויער געוועהן פארזינקען,
און געוויינט אדוני המלך מיר האבן געוואלט מאכן א סעודה א גרויסן,
אבער דער עיקר עסן האבן געגעסן די הונט אינרויסן,
*אבער אדוני המלך אונז האמיר נאר איין טענה,
אזוי ווי די חיות זענען דאך דיינע,
זיי האבן דאך דיין נחת געטין צושטערן,
ממילא דארפן זיי באשטראפט ווערן,

(זינגען לעצטע פאל)

--געהאט האמיר א ביהמ"ק וואס האט געשיינט און געלאכטן,
און קרבנות האט מען דארטן געשאכטן,
עולה רגל געוועהן לירושלים עירך,
שלש פעמים בשנה יראה כל זכירך,
"און ווען ס'פלעגט קומען פסח ביינאכט,
יעדער יוד האט קרבן פסח מיט א חגיגה געמאכט,
מ'האט געזאגט הלל אין גאנץ ירושלים,
געלויבט דעם באשעפער אויף די ניסים פון מצרים,
"אבער בעוה"ר נאכן חורבן,
מ'קען שוין נישט מקריב זיין קיין שום קרבן,
זייט מיר זענען פון דארטן געווארן פארטריבן, אוי אוי אוי
נאר מצה מיט וויין איז פונעם סדר געבליבן,
*פארדעם נאכן סדר מ'איז צובראכן ווען מ'קיקט זיך אזוי-אום,
שרייט מען שפוך חמתך אל הגוים,
רבש"ע באשטראף די גוים וואס האבן אונז פארטריבן אין דעי זהמה,
כי אכל את יעקב ואת נוהו השמו,


דעם ברייטן ביאור אויף דעם ניגון
איז דא


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, פעטער יעקל און 21 געסט