אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 2:28 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:נודע היות מה שאמר בניגון נפלא (או הרב מבארדיטשוב בעצמו, ויש אומרים כי בנו הרה״ק רבי ישראל מפיקוב אמר כן), בסוף זכרונות במוסף דראש השנה, בפסוקי ״ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר הלוך וקראת״ וכו', ובבואו אל פסוק ״ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אותך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם, ונאמר״, אמר בזה הלשון, בניגון יפה הנודע: דער טאטע זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, אמאל איז צו אים געקומען א יודענע מיט א גרויס געוויין, האט ער זי געפרעגט: ״פארוואס וויינסטו״, האט זי אים געענטפערט: ״דער קאפ טוט מיר זייער וויי״. האט ער איר געזאגט: ״אז דו וועסט וויינען, וועט דאך דיר דער קאפ נאך ארגער וויי טוהן". האט זי אים געענטפערט: ״ווי אזוי זאל איך נישט וויינען, עס גיין אזעלכע פארכטיגע טעג, און איך האב איין איינציג קינד, האב איך מורא טאמער וועט ער נישט זוכה בדין זיין״. האט איר דער טאטע זכרונו לברכה געענטפערט: ״א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד, ובפרט אויף אזא טייער קינד, אזוי ווי אין פסוק שטייט: ׳הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים וכו׳ רחם ארחמנו נאום ה׳. עם ניגון ותנועה מיוחדת, מתוקה מדבש, מקובלת אצל החסידים.
עשר אורות

יישר כחכם,
וכפי הנראה אמרו באמצע מוסף, ואם כנים הדברים (כי הוא מהספר הנקרא די פאלשע צען), צ"ע עוד יותר, דרישא לאו סיפא, דהתחילה עם קאפ וויי, וסיימא עם אימת הדין, וכל מה שאינו נוגע לגופו של ענין בודאי הוא הפסק בתפלה,

ומצוה רבה ליישבו


מיט אלע שטארקע קשיות, קענען מיר ב"ה דעם ניגון, ס'רייסט שטיקער

ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 8:09 pm

תגובהדורך ישמח לב » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 5:45 pm

ג. וואשינגטאן האט געשריבן:איך זע אז די אשכול איז נישא געווען אזוי אקטיוו לאחרונה, מיט דעם אלעם וואס מ'איז געווען גאר שטארק ענטוזיאסטיש אויף די רעיון פון דעם. מיט דעם אלעם וועל איך דאך פראבירן מיין מזל.

איך זיך ארום די ווערטער פון צוויי ניגונים שוין א לענגערע צייט אן קיין שום רעזולטאטן .

1) ס'דא אן אלטער ניגון וועגן א כעלעם'ר אסיפה, "איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה" . כ'מיין אז מ'פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן פורים טיש. כ'האב עס אסאך יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס זיין זיידע פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן טיש, יענער האט אליינס נישט געדענקט אלע שטיקלעך. אבער יעך האב נישט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ עס צו פארשרייבן. הכלל, איינער ווייסט צו וועלכען ניגון איך באציר זיך?

2) די ווערטער פון "איין גערויש ביים מער".......


Whoever wants to have my ultimate and undying gratitude, is more than welcome to help. דאנקע שעהן.



אין קרן שמואל ישעי' איז דא צו געפינען דעם C.D.

געזינגען דארך ר' לייבעלע בערקאוויטש, הערליך שיין...

אין דעם cd, הערט מען אויך די מעשה פון שכם מיט יעקב'ן, און א ניגון וואס גייט לויט אל"ף בי"ת אין לאזט זיך אויס אופ'ן גראם מיט "לשנה הבאה בירושלים".

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 6:48 pm

פון אלף ביז תיו?

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 7:41 pm

פיניע חזן האט געשריבן:א גערויש ביים מעער, -
פזמון

ווי קען מען דעיס הערען?
אורייתא וישראל חד הוא

ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 8:09 pm

תגובהדורך ישמח לב » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 12:49 am

רבי משה האט געשריבן:פון אלף ביז תיו?



יא

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 1:38 am

אורייתא האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן:א גערויש ביים מעער, -
פזמון

ווי קען מען דעיס הערען?

איןן זמירות ישראל באידיש חלק א' פון הרה"ח ר' יצחק אונגר.
איך האב פראבירט צולייגן, אבער ס'איז צו גרויס.

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 6:23 am

ישמח לב האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:פון אלף ביז תיו?



יא


אפשר קענט איר מיך מהנה זיין דערמיט?

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 9:56 am

ביז וועלכע גרויס קען מען ארויף לייגן?

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג יוני 25, 2017 1:52 pm

זייטיגע נאטיץ
סי די - א אידישע טרער. ע"י הרב יסף משה כהנא


ווייט ווייט אין די היץ, הערט זיך א שטום, לויפט דער איל ארום און ארום

מקור מים חיים ער זוכט ער פארשט, צו לעשן און אפצושטעלן זיין דארשט,

זייער ווייט איז דער וועג, עס נעמט שעות און טעג, וואו זעהט מען א צייכן אהין צו דערגרייכן,

דער וועג צו גיין איז שווער, מער און מער, וואסער וואסער אפשר קומסטו אהער,

(פזמון) כאיל תארוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלוקים, צמאה נפשי לאלוקים, צמאה נפשי לקל חי.

אזוי ווי דאס איל וואס בעט און שרייט, נפשי חמדה אליך צו יעדע צייט, באשעפער קום נענטער הער אונזער קול עבדך כמו איל.

מיר זוכן א וועג, מיר זוכן א טיר, דערגרייכען און לויפן, טאטע צו דיר, אב הרחמן אל רצוניך, כמו איל ירוץ עבדיך.

מיר זענען אזוי ווייט און דו אזוי הויעך, דו ביסט דאך א נותן ליעף כח, מצפון ומים ברענג אונז צום שטאם, מנופת צוף וכל טעם.

(2) - (פזמון) כאיל תארוג על אפיקי מים כן נפשי תערוג אליך אלוקים, צמאה נפשי לאלוקים, צמאה נפשי לקל חי.

אזוי ווי דאס איל בעט און שרייט, נפשי חמדה אליך צו יעדע צייט, באשעפער קום נענטער הער אונזער קול עבדך כמו איל.

באשעפער קום נענטער הער אונזער קול, עבדך כמו איל.....

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג יוני 25, 2017 5:54 pm

איך זוך דער ניגון "הערצעלע מיין" - באזירט אויף רצון וכו' - איר ווייסט וואס איך מיין.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג יוני 25, 2017 6:10 pm

אליקים געציל האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.

וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?


קען דאס איינער איבערלייגן אויף דראפבאקס? - יישר כח.

לכאורה האט געשריבן:איך וועל עס פרובירן אפצושרייבן, פון "אין חדר אריין 1":

עס איז אמאל געווען א פאסטוך, האט ער געפאשעט שאף, איז אויף געפאלן א טיפע שלאף
געט ער זיך א כאפ אויף, זעהט ער אז די שעפעלעך זענען נישט דא..
געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו

אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא
זענען, זענען, זענען נישט דא

ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע
דוליי, דוליי, דוליי דו

יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)
אז די שעפעלעך זענען נישט דא

איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט עפעלעך, האט ער געמיינט אז דאס איז פון די שעפעלעך די קעפעלעך...

געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו
אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא
זענען, זענען, זענען נישט דא


ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע
דוליי, דוליי, דוליי דו

יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)
אז די שעפעלעך זענען נישט דא



איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט שטרוי, האט ער געזען אז די שעפעלעך זענען שוין דא

געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו
אז די שעפעלעך זענען שוין דא, אז די שעפעלעך זענען שוין דא
זענען, זענען, זענען שוין דא

ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע
דוליי, דוליי, דוליי דו

(אנדערע מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)

אז די שעפעלעך זענען שוין דא!

כבקרת רועה עדרו, מעביר צאנו תחת שבטו
מעביר, צאנו, תחת שבטו!!


קען מיר איינער שיקן דעם ניגון?

ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 8:09 pm

תגובהדורך ישמח לב » מיטוואך יוני 28, 2017 4:43 am

רבי משה האט געשריבן:
ישמח לב האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:פון אלף ביז תיו?



יא


אפשר קענט איר מיך מהנה זיין דערמיט?


דער ניגון הייבט זיך אן

א-תהלך לפני ה בארצות החיים - לשנה הבא בירושלים
ב- חנתו בעשר בל יעבור בראש מים - לשנה הבא וגו'
ג-וננתו... בל יעבור... מים - לשנה הבא בירושלים
ד-לה דלה לנו מעט מים - לשנה הבא בירושלים

וכן על זה הדרך


אות תי"ו איז א ניגון פאר זיך.

ת-מחה את זכר עמלק מתחת השמים - לשנה הבאה בירושלים


* מן הסתם א 3/4 עולם קען עס שוין

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מיטוואך יוני 28, 2017 9:46 pm

ישמח לב האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:
ישמח לב האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:פון אלף ביז תיו?



יא


אפשר קענט איר מיך מהנה זיין דערמיט?


דער ניגון הייבט זיך אן

א-תהלך לפני ה בארצות החיים - לשנה הבא בירושלים
ב- חנתו בעשר בל יעבור בראש מים - לשנה הבא וגו'
ג-וננתו... בל יעבור... מים - לשנה הבא בירושלים
ד-לה דלה לנו מעט מים - לשנה הבא בירושלים

וכן על זה הדרך


אות תי"ו איז א ניגון פאר זיך.

ת-מחה את זכר עמלק מתחת השמים - לשנה הבאה בירושלים


* מן הסתם א 3/4 עולם קען עס שוין

ביז אות ע' קען איך, ער זינגט עס ביי הרה"ק בעל ברך משה זי"ע (אביסל אנדערשט ווי איר שרייבט עס, כוועל עס אי"ה שפעטער ארויפלייגן) פון פ' ביז ת' קען איך נישט, אפשר קענט איר מהנה זיין דעם עולם דערמיט

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:23 pm

זייטיגע נאטיץ
סי די - א אידישע טרער. - ערשטער ניגון. ע"י הרב יסף משה כהנא


(פזמון:) הייבט זוך, הייבט זוך מער, לאזט א פרייליך טרער, ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט, עס שמייכלט אזוי זיס, עס גייט פון קאפ ביז פוס ... אזוי באטעמט (אזוי באחנ’ט).

דאס הארץ פון שמחה פרייט זיך, פון נחת עס צוגייט זיך, דער בת יחידה חתונה געמאכט (מזל טוב), דאס גאנצע לעבן נאר געשטרעבט, אויף דעם געווארט אויף דעם געלעבט, אנגעקומען איז דער גרויסע נאכט! (אנגעקומען איז דער גרויסע נאכט!).

די טרערן קוים עס שטילט זיך, ווי דערהויבן ער פילט זיך, דעמאלס דארפן געבן א קלער, טראכטן פון די מענטשן וואס וואלטן זיך געווינטשן אויך צו לאזן א פרייליכע טרער, וואו זיי זוכן א שידוך בכל מקום אידך פון צער זייער הארץ עס צוגייט.

בעט פון הארץ א תפילה, לאז א טרער אפילו, זיי זאלן אויך זוכה זיין צו פרייד.

בת ציון ויהודה, דעם באשעפערס בת יחידה, עוד ישמע זינגט מער און מער (מער).

ווען איך טוה די ווערטער הערן, צווישן מיינע פרייליכע טרערן, מישט זיך אריין נאך א טרער.
______

(פזמון:) הייבט זוך, הייבט זוך מער, לאזט א פרייליך טרער, ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט, עס שמייכלט אזוי זיס, עס גייט פון קאפ ביז פוס ... אזוי באטעמט (אזוי באחנ’ט).

דאס הארץ פון שמחה פרייט זיך, פון נחת עס צוגייט זיך, יארן לאנג אויף קינדער זי בעהט.

ווי נאר זי הערט זיין קול בלויז, א אינגעלע אויפן שויס, טרעריליך פון נחת זי זינגט.

ווי גליקלעך איז די מאמע שוין, זי נעמט ארום איר טייער קרוין, דעמאלס דארף מען געבן א קלער, טראכטן פון די מענטשן וואס וואלטן זיך געווינטשן אויך צו לאזן א פרייליכע טרער.
שוין יארן דורכגעלאפן, אויף קינדער זיי נאך האפן, פון זייער הארץ עס צוגייט.

בעט פון הארץ א תפילה, לאז א טרער אפילו, זיי זאלן אויך זוכה זיין צו פרייד.

רחל אונזער מאמעניו מבכה על בניה, ווען קומען זיי צוריק אהער, ווען איך טוה דעם קול ברמה הערן, צווישן מיינע פרייליכע טרערן, מישט זיך אריין נאך א טרער.
______

(פזמון:) הייבט זוך, הייבט זוך מער, לאזט א פרייליך טרער, ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט, עס שמייכלט אזוי זיס, עס גייט פון קאפ ביז פוס ... אזוי באטעמט (אזוי באחנ’ט).

דאס הארץ פון שמחה פרייט זיך, פון נחת עס צוגייט זיך יארן לאנג עבדים היינו, צוויי טויזענט יאר געווען פארשפארט, אויף דעם געבעטן און געווארט, אז ימלא שחוק פינו...

ירושלים’ער געסלעך, אנפילן גאנצע פעסעלעך, פון טרערן נחת און פון פרייד, מיט די אבות צוזאמן רחל אונזער מאמען, מען וועט שוין מער נישט ווערן אפגעשיידט.

דאס הארץ וועט אבער בענקען, די זיסע טעג געדענקען, פון א מצווה וואס אנגעקומען שווער, די געגעים וועלן זיך מערן צווישן מיינע פרייליכע טרערן מישט זיך אריין נאך א טרער.

(פזמון:) הייבט זוך, הייבט זוך מער, לאזט א פרייליך טרער, הייבט זוך, הייבט זוך מער, לאזט א פרייליך טרער, הייבט זוך, הייבט זוך מער, לאזט א פרייליך טרער, ווי גוט איז פון שמחה ווען מען וויינט, עס שמייכלט אזוי זיס, עס גייט פון קאפ ביז פוס ... אזוי באטעמט (אזוי באחנ’ט).

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:57 am

חסדי אבות האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עס איז אמאל געווען א פאסטוך, האט ער געפאשעט שאף, איז אויף געפאלן א טיפע שלאף
געט ער זיך א כאפ אויף, זעהט ער אז די שעפעלעך זענען נישט דא..
געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו

אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא
זענען, זענען, זענען נישט דא

ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע
דוליי, דוליי, דוליי דו

יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)
אז די שעפעלעך זענען נישט דא

איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט עפעלעך, האט ער געמיינט אז דאס איז פון די שעפעלעך די קעפעלעך...

געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו
אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא
זענען, זענען, זענען נישט דא


ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע
דוליי, דוליי, דוליי דו

יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)
אז די שעפעלעך זענען נישט דא



איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט שטרוי, האט ער געזען אז די שעפעלעך זענען שוין דא

געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו
אז די שעפעלעך זענען שוין דא, אז די שעפעלעך זענען שוין דא
זענען, זענען, זענען שוין דא

ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע
דוליי, דוליי, דוליי דו

(אנדערע מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)

אז די שעפעלעך זענען שוין דא!

כבקרת רועה עדרו, מעביר צאנו תחת שבטו
מעביר, צאנו, תחת שבטו!!


קען מיר איינער ארויפלייגן דעם ניגון?

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:51 pm

חסדי אבות האט געשריבן:
קען מיר איינער ארויפלייגן דעם ניגון?

https://jmusic.me/%D7%93%D7%95%D7%93-%D ... der-arein/
די זעקסטע ניגון

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:36 pm

וואו קען מען דאס דאונלאוידן?

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:49 pm

חסדי אבות האט געשריבן:וואו קען מען דאס דאונלאוידן?

https://mostlymusic.com/products/in-che ... 1037305253 $4.99

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 4:09 pm

איך זוך בחינם.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

ר' יו"ט ערליך ז"ל - שלאף מיין קינד

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:54 pm

בס"ד

שלאף מיין קינד מיין נשמה, מאך די אויגן צו, עס האלט דיר רואיג די הענט, א מאמע, היי ליל לאו לאו.

זאלסט נישט שרעקן, זיך נישט זארגן וואס דער זוהן פארגייט, קומען וועט א נייער מארגן, פיל מיט גליק און פרייד.

האסט מיין קינד געהאט א מאמע, האסט איר קוים געקענעט, אין די אוישוועניצינער פלאמען האט מען איר פארברענט.

א בייזער ווינט האט דאן געבלאזן א רעגן נאס און קאלט, ווען זי האט דיר איבערגעלאזן אין א ווינקל באלד.

עס האט פון מיר מיין בלוט גערונען פון דייטשער שאס, ווען איך האב דיך געפונען אין דעם קאלטן גראז.

און איך האב מיר דיר געלאפן זוכן זיך אן ארט, פאטריזאנער אנגעטראפן און געבליבן דארט.

דער באשעפער האט אונז ביידן אפגעהיטן גוט, נישט געלאזט זיך צושיידן אפילו איין מינוט.

און איך וועל דיר נישט פעראטן אפילו איין מינוט, ווייל ביידע האבן מיר איין טאטן און די זעלבע בלוט.

אויך מיר האט מען געטוען צוברעכן, איך האב מער קיינעם נישט, דו פון פולין, איך פון טשעכן איז דער זעלבער איד.

ביידע זענען מיר צוזאמען, צונויף געפארט אצינד, איר מיין גאלד עס פעהלט דיין מאמע, מיר עס פעהלט מיין קינד.

שלאף מיין קינד, כאפ א דרימל האב קיין דאגת נישט, האסט א טאטן דארט אין הימל זעהט ער דיר און היט.

און דו וועסט עלטער ווערן און דערזעהן דעם וועלט, אט דעם טאטן זאלסט הערן טוען וואס אים געפעהלט.

גיין זאלסט דו אין זיינע דרכים, מוטיג ווי א העלד, און אויסוואקסן א תלמיד חכם, רעשן זאל די וועלט.

דערהויבן וועסט דו דיינע נשמה וואס דער באשעפער הוט, און בעטען אים נעמען נקמה פאר דיין מאמעס בלוט.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

מאטי אילאוויטש - הר המוריה

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 1:14 pm

אויבן אויף א בארג, די אמונה איז שטארק, מיט שמחה שטייען דארט ביידע, געבונדען פוס און הענט, גרייט צו ווערן פארברענט, ליגט יצחק אויף די עקידה.

פון דעמאלס אן, טראגט דאס ארט א פאן, פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן, דאס פלאץ וואס ג-ט וועלט אויס, וואו צו בויען זיין הויז, דעם הר המוריה אויסגעקליבן.

כאטש עס איז פארהאן, פיל פלעצער וואס קען זיין, שענערס ווי דער הר המוריה, פיל רייכערע ערד, נו פארוואס פונקט דא ווערט? דאס פלאץ וואס על תילה בנויה.

פזמון: ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט, ווי מ'האט דאס האלז אויסגעשטרעקט, אין פייער פארן בורא צו גיין. חשוב איז ביי אים דאס ארט, און דער באשעפער וויל אז דוקא דארט, זאל דער ביהמ"ק שטיין.

לויטן חשבון פון פריער, אז חשוב איז ביי דיר, די פלאץ ווי מען שטארבט פאר דיינע באפעלן, באשעפער די זעהסט, ווי צו בויען דיין נעסט, האסטו אזויפיל ווי זיך אויסצו-וועהלן.

אויף נאטא דאפעי, פאר הנה אלוקינו זה, חלילה די אמונה נישט טויפן, צו וועסטו בויען דיין אכסניא, דארט אין שפאניע, אויפן זעלבן פלאץ פונעם שייטער הויפן.

אין רוסלאנד אין גריכטן געשחטן אין פארניכטעט, געגאנגען אין פייער פאר דיר, צו וועסטו טאטע קרוין, בויען דיין וואוין, אויף די קאלטע ערד פון דעם פראסטיגן סיביר.

אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלץ, דעם טויט מעסער אויפן האלדז, מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן, אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב וועסטו בויען דיין שטוב, ליטא, גאליציע, פוילן, אדער אין אונגארן.

אין אידיע מאמבעי, פארן זיין א חלק אלוקי, געקוילעט ווערן פון דעם דזשיהאד, דער הויז פון בלוט און טרערן, צו קען עס נאך איין טאג ווערן, א בית המקדש אנשטאט א בית חב"ד.

פזמון: ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט, ווי מ'האט דאס האלז אויסגעשטרעקט, אין פייער פארן בורא צו גיין. חשוב איז ביי אים דאס ארט, און דער באשעפער וויל אז דוקא דארט, זאל דער ביהמ"ק שטיין.

אויב ווילסטו דווקא ארץ ישראל, אויף יעדן בארג און טאל, איז פארצייכענט מיט אידישע עקידת, אוי אויף וועלכע גאס, אויף וועלעכע אויפרייס, ווילסטו בויען דיינע געביידעס.

דארט וואו בחורים פארכאפט מען, ווי מתפללים אנקלאפט מען, אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסערס, אוי טאטע עס איז שוין גענוג, משיח שוין שיק, און לאז נישט די אויסוואהל ווערן גרעסער.

ווי חשוב איז ביי אים דאס ארט, און דער באשעפער וויל אז דוקא דארט, זאל דער ביהמ"ק שטיין.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 9:32 am

סמארט האט געשריבן:נאדיר

~ א ~
אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


~ ב ~
די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ג ~
דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ד ~
דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

קען איינער אנצייגן ביטע אויף וועלכע אלבום די ניגון געפינט זיך?

ישר
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 12:37 pm

שמאטע האט געשריבן:קען איינער אנצייגן ביטע אויף וועלכע אלבום די ניגון געפינט זיך?

ישר


אה רעביש
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 1:41 pm

יאפין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:קען איינער אנצייגן ביטע אויף וועלכע אלבום די ניגון געפינט זיך?

ישר


אה רעביש

וואס?

--
אופס. יעצט זעה איך אז דאס איז גאר א נאמען פון א אלבום...
טענקס. וועל מיר א בליק טון.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 2:30 pm

יאפין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:קען איינער אנצייגן ביטע אויף וועלכע אלבום די ניגון געפינט זיך?

ישר


אה רעביש

געפינט זיך נישט.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט