אידישע ניגונים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב דיר עס ארויפגעלייגט אויפ'ן אנדערן אשכול. קוק ביי די אקטיווע אשכולות.

די האסט אויך זיינע אנדרע ניגונים ווי למשל אבינו אב הרחמן בר יוחאי?
חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

דא אויף פעידש 30 איז דא א שיינע אידישע ניגון פון ר' בערל טויבער וואס ער האט מחבר געווען פאר שבת התחזקות פון המספיק
http://www.nyshainc.org/documents/Y119.pdf
אויב איינער האט א ריקארדינג דערפון און קען עס מיר מזכה זיין, אכיר לו טובה
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

סמארט האט געשריבן:נאדיר

~ א ~
אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


~ ב ~
די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ג ~
דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ד ~
דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.



ייש"כ. פונקט די פארגאנגענע שב"ק האט מיין טאכטער'ל מיר געבעטען איך זאל זינגען די ברידערלעך ניגון. ווען איך האב צום ערשט נישט געכאפט וועלכע זי מיינט האט זי צוגעלייגט, "דער מיט דעם שופר," און דאן האב איך שוין געכאפט אז זי מיינט די ניגון.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ערגעץ וואו אין די יודיש קלעסיקס טעיפ'ס
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.

וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אליקים געציל האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.

וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?


געציל דו ביסט געוואלדיג, יא דאס האב איך טאקע געדארפט, א ברכה אויף דיין קאפ.

איז דא די ווערטער צום ניגון ערגעץ ווי?
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

ישלהוסיף האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.

וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?


געציל דו ביסט געוואלדיג, יא דאס האב איך טאקע געדארפט, א ברכה אויף דיין קאפ.

איז דא די ווערטער צום ניגון ערגעץ ווי?

וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין בטחון
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין גאות
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין דביקות

פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד

ווייל מרה שחורה איז קיין סחורה נישט
ווייל מרה שחורה איז קיין סחורה נישט
ווייל וואס מיט שמחה קען מען נישט,
קען מען מיט מרה שחורה אוודאי אוודאי אוודאי אוודאי נישט

פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
פונדעסטענטוועגן ביזטו דאך א איד
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

איך זוך די ווערטער פון דעם ניגון "היימלאזער פאסטוך היימלאזער ארימאן" וואס ווערט געזונגען אויף די תנועה פון דעם קאלובער ניגון "סעיגען לעגען" (אפשר איז דאס גאר די אפטייטש פונעם ניגון, איך בין נישט זיכער).
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אודה לאל
מחברו: הרה"ח ר' אלחנן זאב קלאגסבאלד ז"ל הי"ד
מחסידי באבוב - שו"ב בטשעבין

אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר,
ברן יחד, ברן יחד, ברן יחד כוכבי בוקר.

געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.

שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה,
ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר.

נעם דיר נאר גוט אין אכט, אז די נשמה די שיינע פראכט,
זאל נישט קומען צו קיין שאנד, ווייל זי איז א דימאנט א בריליאנט,
דו מוזט דאך וויסן דערפון, אז זי לייכט ווי די זין,
זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין.


"זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין" - וואס איז דער באדייט פון דער ווארט 'באגין'? וואס דארף דאס ווארט צו מיינען?
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

בעגין מיינט אנהייב, סטארט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

איך זוך דעם ניגון "ברודער ברודער" פון קדושת ציון, איינער קען דאס פילייכט אפלאועדן?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יאפין האט געשריבן:בעגין מיינט אנהייב, סטארט.


אויף ענגליש. יתכן אז ס'איז דא א ענליכע ווארט אין אידיש, אבער נישט דאס מיינט פרי באגין, ווי מען קען זען אסאך מאל פארצייטישע שרייבער נוצן דעם ווארט אנעם ב', ווי: "דער פרי מארגן האט געגינט" וכדו', דער ענגלישער בעגין איז דער ב' דער שורש פונעם ווארט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

באגינען איז דער זון-אויפשיין.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

אריד בשיחי ואהימה וקול נהי ארימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

קאמענטאטאר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?


באקומען אין אישי:

שתי ניגונים יש כאן, איינס איז די "אוישוויצער טרערן" וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "מוצאי שבת ביי הבדלה וכו וכו" דאס האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביי סאטמאר רבי'ן, נאר דאס איז ארויסגעקומען ריקארדירט אויף א רעקארד געזינגען דורכ'ן מחבר ר' יקותיאל הערש ע"ה באגלייט מיט מוזיק, דער ניגון רייסט ממש שטיקער אזש ר' יקותיאל הערש האט עס קוים געקענט אראפזינגען זיך שטיקענדיג פון טרערן.

די צווייטע ניגון איז אויך איבער אוישוויץ געבויעט אויף א קשיא מיט א תירוץ אויף די שואה, דאס האט ר' יקותיאל הערש ע"ה געזונגען איינמאל מוצ"ש ביי עפעס א מאורע א דינער אדער עפעס ענליך, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז ער זאל עס מער נישט זינגען וויבאלד מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות.


איך זוך וןי מיט ליכט דעם ניגון "אוישוויצער טרערן" געבענטשט זאל זיין דער וואס וועט עס ממציא זיין!
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

איך זיך די ווערטער פון די ניגון 'מענטשעלע' פון יונתן שווארץ אויב האט עס איינער ביטע ארויפלייגן
א שיינעם דאנק
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קברנה סובניון האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די ניגון 'מענטשעלע' פון יונתן שווארץ אויב האט עס איינער ביטע ארויפלייגן
א שיינעם דאנק

משם קחנו: viewtopic.php?p=532657#p532657
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

א שיינעם דאנק
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אויף די טעלפאון ליין טל של תחיה און החומה איז דא הערליכע יודישע נגונים ווייסט איינער אפשר ווי מען דאס באקומען אויף א געהעריגע סידי אדער MP3 מען זאל עס קענען געהעריג הערן. אויפ׳ן טעלפאון איז עס פארשטייט זיך נישט קלאר
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

בעל תשובה גראמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

האט איינער די בעל תשובה גראמען?
[מיטן גאנצן הארצן וועל איך אצינדער תשובה טוהן]
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

צוויי ניגונים זוך איך די ווערטער:
'לכבוד שבת' וואס ליפא זינגט, דער טאן פון שלמה קארלבאך אויף 'מזמור, מזמור שיר'
און דער ניגון פון 'עלה קטן' פון אברהם פריעד - עס דארף זיין א אידישער ווערסיע
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דע מה שתשיב האט געשריבן:און דער ניגון פון 'עלה קטן' פון אברהם פריעד - עס דארף זיין א אידישער ווערסיע

איך בין דער בוים שוין זייער אלט בין איך אצינד
געזען גאר פיל שטורעמעס און שטארקע ווינט,
די ביסט א בלעטל קליין, קוים די רירסט דיך
אלעס קוקט אויס שיין, גוט די שפירסט דיך,
נעם מיט דיר צידה לדרך גלייב מיין ווארט
הער דיך צו בלעטל - ווייל איך קום פון דארט,
ס'דא פיל טעג ווען אלעס שיינט און לייכט
אבער פארהאן פיל טעג ווען ס'איז טונקל ווי נאכט.

האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין
נישט אייביג איז ווי אזוי מען וויל ס'זאל זיין
בייזע ווינטן קומען אלס אפיר
געדענק אלעמאל איך בין מיט דיר.
האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין.

נישט אלעמאל גייט עס פונקט ווי געפלאנט
אונז ווייס מיר נישט ווייל גארנישט ליגט אין אונזער האנט,
יעצט איז אלעס גוט אנע זארגען
אבער וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מארגן,
איך געב פאר דיר צידה לדרך נעם מיין ווארט
אין יעדן זמן אפילו ס'איז שוואך, שטארק דיך פארט,
און אויב קוקט אויס אז דער זון פארגייט
געדענק אז מארגן קומט א נייע ליכטיגקייט.

האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין
נישט אייביג איז ווי אזוי מען וויל ס'זאל זיין
בייזע ווינטן קומען אלס אפיר
געדענק אלעמאל איך בין מיט דיר.
האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

גראמען קרעדיט: מאטי אילאוויטש יעדע ווארט איז א וועלט פאר זיך
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

נאך איין שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

איינער האט די ווערטער פון נאך איין שבת פון ליפא לטובה ארגינעל געזינגען ביי מבד
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
שטיפ מיר
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2011 9:03 pm

מעוז ציר אין אידיש לכ' חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיפ מיר »

די ווערטער זענען פארפאסט געווארן דורך מוהר"ר ישראל יוסף וועבער ני"ו מלמד תשב"ר בוויליאמסבורג.

עס גייט אויפ'ן באקאנטן וועלטס ניגון מעוז ציר.

די מעלה פון דעם ניגון איז, אז די ווערטער שטימען גאר גוט מיט'ן ניגון נישט דארפנדיג אריינקוועטשן איבעריגע ווערטער, אזוי אז די קינדערלעך קענען דאס נאכזינגען זייער לייכט. ווי אויך האט ער אריינגעלייגט גאר אסאך כחות נישט צו פארקריכן פון די פירוש המילות.


מָעוֹז צוּר

שְׁטַארְקֶער בַּאשֶׁעפֶער מַיין הֶעלְפֶער בִּיסְטוּ,
דִיר צוּ לוֹיבְּן אִיז הֶערְלִיךְ שֵׁיין.
מַיין דַאוֶוען הוֹיז (בֵּית הַמִקְדָשׁ) גְרֵייט שׁוֹין צוּ,
צוּ בְּרֶענְגֶען קָרְבָּנוֹת פַאר דִיר אַלֵיין.
אִין דֶער צַייט וָואס דוּ וֶועסְט שֶׁחְטְ'ן,
דֶער פַיינְט וָואס בִּילְט (יֵצֶר הָרָע) דֶעם שְׁלֶעכְטְן.
גֶעזַאנְג וֶועל אִיךְ דַאן צוּ דִיר שְׁרַייעֶן,
דֶער הֵיילִיגֶער מִזְבֵּחַ צוּ בַּאנַייעֶן.
אָז אֶגְמֹר בְּשִׁיר מִזְמוֹר חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ.

רָעוֹת (גָלוּת מִצְרַיִם)

אַזוֹיפִיל שְׁלֶעכְטְס מַיין זֶעל אִיז שׁוֹין זַאט,
מִיט טְרוֹיעֶר דִי כֹּחוֹת לָאזְן זִיך אוֹיס.
פוּן בִּיטֶערֶע שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט מְ'לַיידְט,
דִי מִצְרִי'שֶׁע הֶערְשַׁאפְט לָאזְט נִישְׁט אַרוֹיס.
דַיין הַאנְט הָאט גֶעבְּרֶענְגְט דִי גְאוּלָה,
ארוֹיסְגֶעפִירְט דַיין עַם סְגוּלָה.
פַּרְעֹה'ס מִילִיטֶער אַלֶע צוּזַאם,
גֶענִידֶערְט וִוי אַ שְׁטֵיין טִיף אִין יַם.
חֵיל פַּרְעֹה וְכָל זַרְעוֹ יָרְדוּ כָּאֶבֶן בִּמְצוּלָה.

דְּבִיר (גָלוּת בָּבֶל)

דוּ הָאסְט אוּנְז גֶעבְּרֶענְגְט צוּם הֵיילִיג הוֹיז,
אָבֶּער מַיין רוּאִיגְקַייט וֶוערְט צוּשְׁטֶערְט.
נְבוּכַדְנֶצַר טְרַייבְּט אוּנְז אַרוֹיס,
וַוייל צוּ עֲבוֹדָה זָרָה הָאבּ אִיךְ זִיךְ גֶעקֶערְט.
צוּם אָפְּגָאט גֶעגָאסְן וַויין (יַיִן נֶסֶךְ),
גֶעבְּלִיבְּן אִין גָלוּת אַ קוּרְצֶע זְמַן.
דֶּער סוֹף הָאט גֶעבְּרֶענְגְט זְרוּבָּבֶל,
נָאךְ זִיבֶּעצִיג יָאר אוּנְז אוֹיסְגֶעלֵייזְט שְׁנֶעל.
קֵץ בָּבֶל זְרֻבָּבֶל לְקֵץ שִׁבְעִים נוֹשָׁעְתִּי.


כְּרוֹת (גָלוּת מָדַי)

מָרְדְכַי'ס הוֹיְכְקֵייט צוּ פַארְשְׁנַיידְן,
הָאט דֶער רָשָׁע הָמָן גֶעקְלֶערְט.
פוּנֶעם נֶעץ אַלֵיין גֶעטוּן לַיידְן,
זַיין שְׁטָאלְצְקַייט אִינְגַאנְצְן גֶעוָוארְן צוּשְׁטֶערְט.
מָרְדְכַי'ן דֶערְהוֹיבְּן צוּם הֶעכְסְטְן שְׁטַאנְד,
אוּן אוֹיסְגֶעמֶעקְט דֶעם נָאמֶען פוּנֶעם פַיינְט.
זַיין הוֹיז גֶעזוּנְט אוּן אַלֶעס וָואס עֶר הָאט,
אוֹיף אַ בּוֹים גֶעהָאנְגֶען מִיט שְׁפָּאט.
רֹב בָּנָיו וְקִנְיָנָיו עַל הָעֵץ תָּלִיתָ.


יְוָנִים (גָלוּת יָוָן)

דִי יְוָנִים פַארְאֵיינִיגְט קֶעגְן מִיר,
מִיט דִי חַשְׁמוֹנָאִים אַ מִלְחָמָה.
מַיין הֵיילִיגֶע פֶעסְטוּנְג צוּבְּרָאכְן דֶעם טִיר,
אַלֶע אוֹילְן גֶעמַאכְט טָמֵא.
נָאר אֵיין קְרִיגֶעלֶע גֶעזֶען,
דִי אִידְן דִי רוֹיזְן אַ נֶס אִיז גֶעשֶׁען.
דֶערְפַאר בַּאשְׁטִימְט אַז טֶעג אַכְט,
צוּם אוֹיבֶּערְשְׁטֶען זִינְגֶען אוּן לוֹיבְּן מִיט פְּרַאכְט.
בְּנֵי בִינָה יְמֵי שְׁמוֹנָה קָבְעוּ שִׁיר וּרְנָנִים.

חֲשׂוֹף (גָלוּת אֶדוֹם)

בַּאוַוייז דַיין שְׁטַארְקַייט אִיבֶּערָאל,
דִי גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה טוּ אוּנְז שִׁיקְן.
נֶעם שׁוֹין נְקָמָה פַאר דַיין פָאלְק יִשְׂרָאֵל,
פוּן דִי רְשָׁעִים וָואס אוּנְטֶערְדְרִיקְן.
אַזוֹי לַאנְג אוֹיף דֶעם אִיךְ הָאף,
דִי גָלוּת טֶעג מְ'זֶעט נִישְׁט קַיין סוֹף.
פַארְשְׁטוֹיס מִיט שַׁאנְד דִי שְׁלֶעכְטֶע גוֹיִם,
קֶער אוּנְז צוּרִיק דִי שִׁבְעָה רוֹעִים.
דְּחֵה אַדְמוֹן בְּצֵל צַלְמוֹן הָקֵם לָנוּ רוֹעֶה שִׁבְעָה
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”