דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב דיר עס ארויפגעלייגט אויפ'ן אנדערן אשכול. קוק ביי די אקטיווע אשכולות.
די האסט אויך זיינע אנדרע ניגונים ווי למשל אבינו אב הרחמן בר יוחאי?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
סמארט האט געשריבן:נאדיר
~ א ~
אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.
פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
~ ב ~
די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.
פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
~ ג ~
דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.
פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
~ ד ~
דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.
פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.
על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
אליקים געציל האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?
ישלהוסיף האט געשריבן:אליקים געציל האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:איך זיך א א גאנץ באקאנטע אידישע ניגון, וואס האט דער ווערטער:
"פון דעס וועגן ביסטו דאך איד..."
עפעס אזוי, קען מיר איינער ארויס העלפען מיט פארשאפען א קליפ פון דעם ניגון?
תודה למפרע.
וואלסטו געוואלט פרעגן: ביסט דאך א איד, וואס טוט זיך מיט דיין אמונה?
געציל דו ביסט געוואלדיג, יא דאס האב איך טאקע געדארפט, א ברכה אויף דיין קאפ.
איז דא די ווערטער צום ניגון ערגעץ ווי?
מחסידי באבוב - שו"ב בטשעבין
אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר,
ברן יחד, ברן יחד, ברן יחד כוכבי בוקר.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה,
ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר.
נעם דיר נאר גוט אין אכט, אז די נשמה די שיינע פראכט,
זאל נישט קומען צו קיין שאנד, ווייל זי איז א דימאנט א בריליאנט,
דו מוזט דאך וויסן דערפון, אז זי לייכט ווי די זין,
זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין.
יאפין האט געשריבן:בעגין מיינט אנהייב, סטארט.
קאמענטאטאר האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.
איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?
באקומען אין אישי:
שתי ניגונים יש כאן, איינס איז די "אוישוויצער טרערן" וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "מוצאי שבת ביי הבדלה וכו וכו" דאס האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביי סאטמאר רבי'ן, נאר דאס איז ארויסגעקומען ריקארדירט אויף א רעקארד געזינגען דורכ'ן מחבר ר' יקותיאל הערש ע"ה באגלייט מיט מוזיק, דער ניגון רייסט ממש שטיקער אזש ר' יקותיאל הערש האט עס קוים געקענט אראפזינגען זיך שטיקענדיג פון טרערן.
די צווייטע ניגון איז אויך איבער אוישוויץ געבויעט אויף א קשיא מיט א תירוץ אויף די שואה, דאס האט ר' יקותיאל הערש ע"ה געזונגען איינמאל מוצ"ש ביי עפעס א מאורע א דינער אדער עפעס ענליך, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז ער זאל עס מער נישט זינגען וויבאלד מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות.
קברנה סובניון האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די ניגון 'מענטשעלע' פון יונתן שווארץ אויב האט עס איינער ביטע ארויפלייגן
א שיינעם דאנק
דע מה שתשיב האט געשריבן:און דער ניגון פון 'עלה קטן' פון אברהם פריעד - עס דארף זיין א אידישער ווערסיע