אייוועלט פרעזענטירט נייע סידי'ס - הערות והגהות!!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט נייע סידי'ס - הערות והגהות!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 3:24 pm

ס'איז מיר שוין לאנג בייגעפאלן אז מ'קען נעמען סינגל'ס און ניגונים וואס קומען ארויס און ווערן פארשפרייט פארשטייט'צעך אומזינסט, און צאמשטעלן דערפון שיינע סידי'ס, וואס מ'וועט קענען הערן אין שטוב/קאר וכדו', און מעגליך שטארק הנאה האבן דערפון.

געווענליך קומט ארויס אויף יעדע יו"ט די'ע מינע סידי'ס, פון מלכות קווייער וכדו'. לאמיר צאמשטעלן סידי'ס פון זינגער'ס/קאמפאזער'ס אד"ג.

אזוי אויך קען מען דא אהערברענגען סידי'ס וואס ווערט פארשפרייט פון צייט צו צייט אומזינסט.

איך מיין, ליבי אומר לי, לעניות דעתי, מ'קען זאגן, כ'טראכט אפשר, לב יודע נפש בהמתו, אז ס'קומט מעגליך פיינע נייעס...!
לעצט פאראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 3:31 pm

איך האלט אינמיטן צאמשטעלן סידי'ס פון:

ניגוני פארפאסט דורך ר' משה גאלדמאן ז"ל, ולהבדל"ח ר' משולם גרינבערגער, ר' פנחס מרדכי וועבער, ר' הערש'ל וויינבערגער/ראטנבערג, און נאך.

אזוי אויך פון זאנוויל וויינבערגער (מ'קען מאכן צענדליגע סידי'ס...), אהרה'לע סאמעט, מאטי ויזל, יואלי קליין (אויך צענדליגע סידי'ס), און אויך נאך..

אבער אזוי ווי היינט נאכט (כ'מיין אזוי) קומט פאר די חתונה פונעם יונגן פרישן מלחין בנצי שטיין, וועל איך ס'ערשטע ארויפלייגן א סידי מיטן נאמען 'שיר ציון', ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך איהם און די לעצטע יאר צוויי.

בנצי האט אויפגעשטראלט נישט מער ווי צוויי יאר צוריק, אפשר נאך ווייניגער, מיטן קרעסטיר'ער ניגון, און זייט דעמאלט'ס שיסט ער ארויס נאך און נאך א היט. זיינע ניגונים זענען לעצטע צוויי יאר געזינגען געווארן זייער אסאך, נישט נאר די היט'ס. אזוי אויך אין די ליסטע פון די גרעסטע פאפולערסטע ניגונים פון יאר האט מען געקענט טרעפן זיינע ניגונים, א שטייגער ווי 'אבא', 'קרעסטיר', און דאכט'צעך נאך. און אויך ביי די נישט היימישע איז געווען זייער שטארק זיינע ניגונים 'אוטוטו' 'אבא איתי' און פארשטייט'צעך 'אבא', און אויך נאך.

אצינד לכבוד'ן חתונה, וועט ער זיין דער ערטשער...
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

נייעס סידי 'שיר ציון', ניגונים פארפאסט דורך ר' בן ציון שטיין!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 3:39 pm

נייע סידי 'שיר ציון' אומזינסט!

דא האט איהר א נייע סידי מיטן נאמען 'שיר ציון', ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך'ן יונגן פרישן מלחין ר' בן ציון שטיין, המכונה 'בנצי' בלשון חיבה.

די ניגונים ווערן געזינגען דורך די גרעסטע שטערנ'ס אין עולם הנגינה:
אברהם פריד, זאנוויל וויינבערגער, בערי וועבער, אהרה'לע סאמעט, חיים ישראל, שלמה כהן, יואלי קליין, מענדי ווייס, ארי היל, מאטי ויזל, עקיבא גראמאן, שוכי גאלדשטיין, שמוליק לונגר, בנצי שטיין.

באגלייט דורך הערליכע רייכע מיוזיק, און די באוואוסטע קווייער'ס 'מלכות' און 'שירה' און נאך. אזוי אויך די קינדער קווייער'ס 'אידיש נחת' און חסידים'לעך', און נאך.

הערט און האט הנאה!!!

בנצי שטיין 'שיר ציון', ג'עמבוי מייל

בנצי שטיין 'שיר ציון', גוגל דרייוו.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 3:40 pm

ייש"כ פאר די איידיע,
ענליך ווערט שוין געטוען דורך די אויסגאבעס אין א"י וועלכע זיי לייגן אריין א צאמשטעל פון למשל 'מלכות כאר' און זייערע גרעסערע אויסגאבעס סוכות/פסח.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:01 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
אבער אזוי ווי היינט נאכט (כ'מיין אזוי) קומט פאר די חתונה פונעם יונגן פרישן מלחין בנצי שטיין, וועל איך ס'ערשטע ארויפלייגן א סידי מיטן נאמען 'שיר ציון', ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך איהם און די לעצטע יאר צוויי.

אצינד לכבוד'ן חתונה, וועט ער זיין דער ערטשער...

יא.. היינט איז זיין חתונה, אין נתניה.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך אור » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:08 pm

moishy56 האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
אבער אזוי ווי היינט נאכט (כ'מיין אזוי) קומט פאר די חתונה פונעם יונגן פרישן מלחין בנצי שטיין, וועל איך ס'ערשטע ארויפלייגן א סידי מיטן נאמען 'שיר ציון', ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך איהם און די לעצטע יאר צוויי.

אצינד לכבוד'ן חתונה, וועט ער זיין דער ערטשער...

יא.. היינט איז זיין חתונה, אין נתניה.

נא עפעס א גוטע ניגון לכבוד די חתונה האט ער כאטש געמאכט?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:24 pm

גוטע נייעס!!! ייש"כ רבי נמ"ש.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך להודיע » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:27 pm

יישר כח. הערליכע זאכן דער בנצי, אויך זיין שטימע איז א געשמאק צו הערן.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: נייעס סידי 'שיר ציון', ניגונים פארפאסט דורך ר' בן ציון שטיין!

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:37 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:נייע סידי 'שיר ציון' אומזינסט!

דא האט איהר א נייע סידי מיטן נאמען 'שיר ציון', ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך'ן יונגן פרישן מלחין ר' בן ציון שטיין, המכונה 'בנצי' בלשון חיבה.

די ניגונים ווערן געזינגען דורך די גרעסטע שטערנ'ס אין עולם הנגינה:
אברהם פריד, זאנוויל וויינבערגער, בערי וועבער, אהרה'לע סאמעט, חיים ישראל, שלמה כהן, יואלי קליין, מענדי ווייס, ארי היל, מאטי ויזל, עקיבא גראמאן, שוכי גאלדשטיין, שמוליק לונגר, בנצי שטיין.

באגלייט דורך הערליכע רייכע מיוזיק, און די באוואוסטע קווייער'ס 'מלכות' און 'שירה' און נאך. אזוי אויך די קינדער קווייער'ס 'אידיש נחת' און חסידים'לעך', און נאך.

הערט און האט הנאה!!!

בנצי שטיין 'שיר ציון', ג'עמבוי מייל

בנצי שטיין 'שיר ציון', גוגל דרייוו.

ייש"כ
דארף מען נאר טרעפן נאך א צדיק דא אויפן וועלטל וואס זאל מאכן א שיינע קאווער און ס'איז דבר השלם

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re:

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:40 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:גוטע נייעס!!! ייש"כ רבי נמ"ש.

נו, ווער איז רבי נמ"ש, די סידי פראדוסער?

אדער נפתלי משה שניצלער.. אדער נאר מיט שמחה..

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 4:42 pm

יא יא, די סידי פראדוסער רבי נאר מיט שמחה.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך ציגאנער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:12 pm

פשי! פיינע איידיע...
שכח פאר דיין ארבעט!!

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:40 pm

נמ"ש אייביג פריש און נגינה, א גרויסען דאנק
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

masmid
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך masmid » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:58 pm

קודם שכוח @נאר מיט שמחה ס'איז א געוואלדיגע איידיע... כ'האב א קליינע הערה דו האסט אריינגעלייגט אין בענצי שטיין'ס אלבום די ניגון ''איך בין דיינס'' וואס בענצי האט ארויסגעגעבן מיט אהרעלע סאמעט. די ניגון האט נישט בענצי פארפאסט ס'איז שוין ארויסגעקומען פארדעם אינמיטן די זומער דורך דובי מייזעלס מיט בעני פרידמאן און דארטן איז געשטאנען אז ס'איז געווארן פארפאסט דורך איינעם פנחס קליין..
איך בין א ''מתמיד'' זייטיגע צייטן פארברענג איך אויף ''אייוועלט''

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך פוילער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:08 pm

אגב אז מרעדט שוין פון בנצי שטיין, איז נישט אבא איתי די זעלבע ניגון ווי מנורה׳לע נאר מיט אנדערע ווערטער?

בנצי מאכט הערליכע ניגונים.

שכח נאר מיט שמחה פאר דיין פראיעקט

תלמוד בבלי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 10:21 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך תלמוד בבלי » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:17 pm

פוילער האט געשריבן:אגב אז מרעדט שוין פון בנצי שטיין, איז נישט אבא איתי די זעלבע ניגון ווי מנורה׳לע נאר מיט אנדערע ווערטער?

בנצי מאכט הערליכע ניגונים.

שכח נאר מיט שמחה פאר דיין פראיעקט


איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב געהערט דעם ניגון אבא און דעם ערשטן פאל האב איך געקענט פון אונטערען פענסטער ווי ארי גליק האט געזינגען עפעס א ניגון ביים מארק , איינער מיט מער אינפארמאציע ביטע??!!

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך פוילער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:20 pm

״אבא איתי״ נישט אבא

ס׳איז א אנדערע ניגון

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך נתן בן ופסי » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:53 am

די שטאטע ניגונים זיינע זענען זייער שיין

אבער די לעבעדיגע זענען עפעס נישט, אלטע סחורה
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 1:33 am

שכויעח פאר אלע ווארעמע באדאנקער'ס, כ"ע בניקו הטוב יבורך, יעדער אויף זיין דאנקבארע שפראך.

(מ'דארף טרעפן איינער זאל עס שיקן צו בנצי, א מתנה פון אייוועלט לכבוד'ן חתונה...)

פרינדזשעס.. האט געשריבן: ענליך ווערט שוין געטוען דורך די אויסגאבעס אין א"י וועלכע זיי לייגן אריין א צאמשטעל פון למשל 'מלכות כאר' און זייערע גרעסערע אויסגאבעס סוכות/פסח.

יא יא, שוין געשריבן אויבן דערוועגן. אבער זיי מאכן נישט פון א געוויסער זינגער אדער קאמפאוזער, ס'אביסל אנדערש. און אין הכי נמי, מ'קען דא אהערברענגען אויך די'ע מין סידי'ס.
קאץ און מויז האט געשריבן: דארף מען נאר טרעפן נאך א צדיק דא אויפן וועלטל וואס זאל מאכן א שיינע קאווער און ס'איז דבר השלם

איך האלט אימיטן באקן עפעס.. איך בין נישט אזוי שטארק אין גרעפיק, אבער עפעס פראביר איך צאמשטעלן...
masmid האט געשריבן:קודם שכוח @נאר מיט שמחה ס'איז א געוואלדיגע איידיע... כ'האב א קליינע הערה דו האסט אריינגעלייגט אין בענצי שטיין'ס אלבום די ניגון ''איך בין דיינס'' וואס בענצי האט ארויסגעגעבן מיט אהרעלע סאמעט. די ניגון האט נישט בענצי פארפאסט ס'איז שוין ארויסגעקומען פארדעם אינמיטן די זומער דורך דובי מייזעלס מיט בעני פרידמאן און דארטן איז געשטאנען אז ס'איז געווארן פארפאסט דורך איינעם פנחס קליין..

ריכטיג, איך האב געהאט א ספק אויב עס אריינצולייגן. אבער אזוי ווי ס'גאנץ א פיינעם ניגון האב איך עס אריינגעלייגט. און דער פנחס קליין איז דער 'גאסט קאמפאוזער'... אזוי ווי פינגערפרינט, לב אל הנשמה...
פוילער האט געשריבן:אגב אז מרעדט שוין פון בנצי שטיין, איז נישט אבא איתי די זעלבע ניגון ווי מנורה׳לע נאר מיט אנדערע ווערטער?

יא יא. ממש די זעלבע ניגון. ער האט געוואלט איבערטייטשן דעם ניגון פאר די נישט היימישע וועלט. אזוי אויך זאל מען עס קענען זינגען אגאנץ יאר.
איך וואלט עס אפשר נישט אריינגעלייגט. אבער דאכט'צעך אז ביי די ליטווישע אדער חסידיש/ליטווישע וועלט איז עס זייער שטארק, אסאך מער ווי מנורה'לע, האב איך עס אויך צאמגעשטעלטט (און אפגעריקט איינס פונעם אנדערן. אין אלעס ליגט מחשבה..).



און דא איז די פלאץ צו בעטן פאר נאך אידן ווער ס'קען צאמשטעלן אזא מין סידי, זאל מהנה זיין די ציבור. יעדער וועט הנאה האבן. דאכט'צעך אז דער זינגער/קאמפאוזער וכדו' וועט עס אויך גלייכן.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 1:41 am

יישר כח! געוואלדיגע איידיע

איך זאג נאר אז די זעלבע זאך קען מען טוהן מיט אלע פראפעשענעל קליפס וואס קומט ארויס ווי למשל פון די דרשו סיום'ס, קען מען צוזאם שטעלן אן אפטנארמאלן הערליכען סידי.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 1:47 am

כא כא כא האט געשריבן:יישר כח! געוואלדיגע איידיע

איך זאג נאר אז די זעלבע זאך קען מען טוהן מיט אלע פראפעשענעל קליפס וואס קומט ארויס ווי למשל פון די דרשו סיום'ס, קען מען צוזאם שטעלן אן אפטנארמאלן הערליכען סידי.


100%, ס'קען ארויסגיין פיינע סחורה.
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 9:25 pm

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך נישט קיין רעדנער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 4:02 pm

עס איז ארויסגעקומען פאראיאר צוויי ניגונים (אויף טעלעגראם איז עס ארויף געגאנגען איינס סעפטעמבער 25 און איינס אקטויבער 2) מיט די נאמען "זאג א ניגון" און עס שטייט אויף איינס 16 און אויף איינס 17 אפשר קען איינער אפיר ברענגט די פריערדיגע 15 און אויך מאכן דערפון א סידי
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 4:21 pm

געוואלדיגע איידיע, כ׳האב שוין הנאה דערפון
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 4:23 pm

א קאווער, זאל זיין

Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (665.77 KiB) געזעהן 1725 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
סעלפאן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: נייע סידי'ס 'אומזינסט' (אייוועלט פראיעקט)!!

תגובהדורך סעלפאן » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 4:42 pm

כא כא כא האט געשריבן:יישר כח! געוואלדיגע איידיע

איך זאג נאר אז די זעלבע זאך קען מען טוהן מיט אלע פראפעשענעל קליפס וואס קומט ארויס ווי למשל פון די דרשו סיום'ס, קען מען צוזאם שטעלן אן אפטנארמאלן הערליכען סידי.

דאס האב איך היינט באקומען פון דרשו
https://www.dropbox.com/sh/bdgfm7auunfm ... paign=1401
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, ב שלום, בית המשתה, וימאןX3, חלה לכבוד שבת, כ'לאך, להודיע, לפנות בוקר, שמחה פריילעך און 27 געסט