אלטע ניגונים? העלפט מיר ארויס.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

אלטע ניגונים? העלפט מיר ארויס.

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:13 pm

איך האב אסאך אלטע ניגונים, וועלכע איך קען נישט דעשיפרירן וועלכער ניגון דאס איז.

דאס איז די ערשטע. וואס האב שוין דורגעזופט אלע יוצרות פון אלע סארט מחזורים און תחינות און איך טרעף נישט די ווערטער.

זאגט מיר ביטע וואס דאס איז (ס'איז נישט צי קלאר)

דאס איז די ניגון. דאולאוד ביטע
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:37 pm

איך האב עס געפונען!

קינות לתשעה באב, פיסקא המתחיל אז במלאת ספק יפה כתרצה.

שחה האשה לנביא ירמיה, סח לאלקיך בעד מכת סוערה עניה, עד יענה א-ל ויאמר דיה, ויצילני מחרב ושביה.
פלל תחינה לפני קונו, מלא רחמים רחם כאב על בנו, צעק מה לאב שהגלה בנו, וגם אוי לבן שעל שלחן אב אינו.
קום לך ירמיה למה תחשה, לך קרא לאבות ואהרן ומשה, רועים יבואו קינה להנשא, כי זאבי ערב טרפו את השה.
שואג היה ירמיהו הנביא, על מכפלה נוהם כלביא, תנו קול בבכי אבות הצבי, תעו בניכם והרי הם בשבי.
ואם כאדם עברו ברית, איה זכות כרותי ברית.
מה אעשה לכם בני, גזירה היא מלפני.
שמם מקדש מבלי באי מועד, על כי ידידים נתנו להמעד, תשיבם כמאז סומך וסועד, תרחם ציון כי בא מועד.
לעצט פאראכטן דורך קרעמער אום מיטוואך מאי 07, 2008 2:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:39 pm

די צוויטע איז אויך עפעס א מאדנער ניגון.
עס האט אזעלכע ווערטער ווי פקודי ה' ישרים, עדות ה' נאמנה און נאך, אבער כ'קען נישט צונויפשטעלן וואו דאס ווערט געברענגט

דאס איז די צווייטע ניגון. דאולאוד ביטע
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:40 pm

א דאנק הרב קרעמער.
איך האט דארט געהערט די ווערטער ווי "גזירה היא מלפני" און סוערה, אבער איך טרעף נישט דעם זאץ
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:44 pm

קוק צוריק, איך האב עורך געווען מיין תגובה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 07, 2008 2:45 pm

קרעמער
דו ביסט געשיקט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:46 pm

די צווייטע איז פון די חרוז וואס שטייט בעפאר נשמת ביי שמחת תורה

דאס זענען באבובער ניגונים

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:49 pm

א גרויסן דאנק אייך.
פארוואס האט עס מיין גוגעל נישט געקענט טרעפן. וואס א שאנדע.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 07, 2008 2:58 pm

ביי קינות איז שוין גוגעל ארויסגעלאפן ווארפן תשעה-באב-באמבעלעך

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 07, 2008 9:42 pm

קרעמער, לאכטי.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מאי 07, 2008 11:02 pm

דאס ערשטע זינגט דער בארימטע באבוב'ער חסיד, ר' שאול הוטערער ע"ה. און דאס צווייטער איז א חלק פונעם הערליכן (טאקע אינטערסאנטן) ניגון, נשמת מלומדי מורשה, פארפאסט דורך הקדושת ציון זצ"ל.
דער נשמת האט אסאך הערליכע שטיקלעך, זיי זינגען דאס אויף איינער פון די שירי ציון טעיפס, דאכט זיך 'בני'.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 11, 2008 11:43 am

ביידע ניגונים זענען נתחבר געווארן דורך די בעל קדושת ציון מבאבוב זצ"ל די ערשטע ניגון ווערט טאקע געזינגען דורך תלמידו הרה"ח ר' שרול הוטערער ע"ה מאנטווערפן.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 12, 2008 10:59 pm

צ"ל ר' שאול הוטערער.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מאי 14, 2008 4:31 pm

איך האב יעצט געטראפען אויף די אינטערנעט אז די ניגון שחה האשה איז נתחבר געווארן דורך די חזן זיידל ראוונער (ר' יעקב שמואל מאראגאווסקי) וועמענס ניגונים מען האט אסאך געזונגען אין די באבובער און וויזניצער הויפן.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מאי 14, 2008 4:36 pm

דא קענט איר זעהן מער איבער דער חזן ע"ה.

http://www.kolbobov.com/about/z_rowner.html
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מאי 14, 2008 5:30 pm

דא האב איך נאך א ניגון וואס קוקט אויס ווי א לאנגער פיוט.
וועלכע פיוט ביטע
וועמענס ניגון (אויך באבוב אפשר)?



א דאנק
וועלכע ניגון איז דאס
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מאי 14, 2008 5:46 pm

דאס איז די פיוט אזי בשלישי פון סוף יוצרות ליום טוב שבועות, קוק אין די מחזור וועסטו עס טרעפען.

מען זונגט עס אין באבוב מיט אפאר קליינע שנויים, עס איז נתחבר געווארן דורך א חזן פון אמאל (קען זיין די זעלבע).
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מאי 14, 2008 5:49 pm

דא האב איך געטראפען אין בח"ח אז ס'איז טאקע פרי עמלו פון די חזן זיידל ראוונער ע"ה

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... m_id=10889
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך מאי 14, 2008 6:04 pm

א גרויסן דאנק אנדי.
כ'האב זיך פארגעשטעלט אז ס'איז א באבוב פון שבועות, כ'האב נישט געקענט געפונען.

אויף קול באבוב דאונלאוד איז עס נישטא.

א-ל אדון 5:11 הרה"ק בעל הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל חסידים ואנשי מעשה
2. אב הרחמים שוכן מרומים 16:14 חזן זיידל ראוונער (ר' יעקב שמואל מאראגאווסקי) ע"ה חזן איטשע שטראם ע"ה אודות המחבר
3. אדיר איום 2:23 הרה"ק בעל הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל חסידים ואנשי מעשה
4. אחכה לו 1:25 הרה"ק בעל הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל ר' שאול הוטערער
5. אילי הצדק 6:34 ר' יחזקאל'י ראטטענבערג ע"ה הי"ד מבאבוב חסידים ואנשי מעשה
6. אין קצבה 4:28 חזן ר' אהרן מיללער ע"ה מצאנז - נ.י. חסידים ואנשי מעשה
7. איש חסיד היה 4:42 הרה"ק בעל הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל חסידים ואנשי מעשה
8. אל תירא 1 5:41 חזן זיידל ראוונער (ר' יעקב שמואל מאראגאווסקי) ע"ה חסידים ואנשי מעשה אודות המחבר
9. אל תירא 2 5:02 חזן זיידל ראוונער (ר' יעקב שמואל מאראגאווסקי) ע"ה חסידי באבוב אודות המחבר
10. אליהו הנביא 0:59 ר' משה גאלדמאן חסידים ואנשי מעשה
11. אמת ואמונה 11:31 חזן זיידל ראוונער (ר' יעקב שמואל מאראגאווסקי) ע"ה חסידי באבוב אודות המחבר
12. ארבעה נקראו נחלה 4:36 ר' יחזקאל'י ראטטענבערג ע"ה הי"ד מבאבוב חסידי באבוב
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מאי 14, 2008 6:09 pm

איך מיין אז עס איז געווען אויף זייער אלטע סייט אבער זיי האבן עס נישט געלייגט אויף די נייע נאך, עס איז נאך דערווייל אנדער קאנסטראקשען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מאי 14, 2008 9:52 pm

אזי בשלישי איז נישט פון זיידעלע ראוונער, ס'איז פון ירוחם הקטן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מאי 14, 2008 9:54 pm

אה, יעצט זעה איך טאקע דארטן אויפ'ן סייט אז ס'איז ירוחם הקטן'ס. כ'בין אויך געוואויר געווארן ווער ער איז געווען. דא האט איר אן העתקה:

החזן ירוחם הקטן בלינדערמאן ע"ה
נולד בשנת תקנ"ח ונפטר בשנת תרמ"ה
את כינויו "הקטן" קיבל עקב היותו קצר קומה

מתולדותיו:
בצעירותו הי' משורר אצל החזן בצלאל אדעסער (שולזינגער) ע"ה, ואח"כ הצטרף החזנים: חזן ניסן בלומענטאהל וחזן זאב שסטפול ע"ה, מאוחר יותר נתקבל לחזן העיר בעיירות: קישינוב, טארנאפאל, ובבאריטשוב. אחד מתלמידו הרי הוא החזן, חזן ניסי בעלזער (ספיוואק) ע"ה, רבו ומורו של החזן זיידל ראוונער ע"ה.
(גם החזן זאנוויל קווארטין הי' משורר אצלו הצעירותו)
עד לפני שעתו, הנוג בבית הכנסיות היתה שהחזן עבר לפני התיבה, והי' לו משורר ו"באס", (וסימנך זב"ח -ז'ינגערל, ב'אס וח'זן) בצעירותו, נתקלקל קולו, לכן הי' הוא שהנהיג מקהלה שלימה, כדי להוריד ממנו, חלק גדול מעבודת השיר.

מחיבוריו, (שעברו מתלמיד לתלמיד), "אזי בשלישי, ועל הנסים.


אה, יעצט זעה איך אז ועל הנסים איז אויך זיינס! געוואלדיג! איינס פון מיינע באליבסטע ניגונים.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך מאי 14, 2008 11:44 pm

אויפען CD שבחין אסדר שטייט אז אזי בשלישי האט ר' בצלאל אדעסער ע"ה מחבר געווען.
the SCY is the limit

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג מאי 15, 2008 1:53 am

יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן,

דער אזי בשלישי איז טאקע א מייסטערהאפטער ניגון. אבער ס'איז אינטערעסאנט אז ס'איז אזוי פארשפרייט געווען נאך אין דער אלטערהיים. מ'האט עס געזינגען פון מאראמאריש ביז קראקע. מיט בלויז קליינע שנויים.

אבער אז ס'האט אזא אלטער מקור, איז אלעס מעגליך.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מאי 15, 2008 10:10 am

דער בצלאל אדעסער איז נאך געווען ביים ישמח משה
the SCY is the limit


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט