אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע ניגון איז געווען די פאפולערסטע אין יאר תש"פ?

די וואלן זענען אפען ביז דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:46 pm

ווען משיח וועט קומען
78
26%
באלד באלד
22
7%
שוכן עד יאבאביי
17
6%
ניגון לעלוב
6
2%
כי טוב השם
43
14%
אלקא דילי (אמ"ש)
3
1%
ברכי נפשי
1
0%
כרובים עליונים
3
1%
כל המלמד את בן חבירו
1
0%
הלב שלי
18
6%
שימי לב
21
7%
שירה בעולם הזה
3
1%
סוכה'לע
18
6%
פאר דיר
14
5%
הדרן עלך יאסי גרין
5
2%
אשריכם - יונגערליך
3
1%
כפא א טענצל - י. ווערדיגע
2
1%
ימינא ושמאלא
2
1%
איי געוואלדיג
3
1%
שירו לשם - לחיים חסידים
6
2%
אבא - א. פריעד
29
10%
 
סך הכול שטימען: 298

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:06 pm

האלצשטיין האט געשריבן:@אסדר, מיר האט שוכן עד נישט געכאפט, איך כאפ נישט די המשך פון די ניגון, אבי געשאסן ווערטער לענ"ד

וואס'א חילוק... יאבאבייבייביי יאבאבייבייביי.... פאפולער איז עס און ס'זינגט זיך געשמאק.

ס'דארף נאך מאכן סענס אויך?...

בילד פון המחבר שליט"א
צוגעלייגטע
שמולחק.jpg
שמולחק.jpg (31.09 KiB) געזעהן 308 מאל
איך זוך א דזשאב

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:08 pm

אוי באשעפער. מה שמו?

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:08 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:געוועלט הלב שלי, אבא, ווען משיח וועט קומען.

די אנקעטע איז וועלכע ניגון ס'איז געווען די שטערקסטע אויפגעכאפט, נישט וועלכע מ'גלייכט דאס מערסטע, איוואר ?

זיכער אזוי. דערפאר האב איך געשריבן אנהייב אשכול אז איך ווייס שוין די געווינער, ווען משיח וועט קומען.

גראדע, איז עס דאכט זיך די ערשטע ניגון וואס איז פארפאסט געווארן פאר א פארטייאישע צוועק, וואס איז געווארן אזוי שטארק פאפולער. (נאכמער פון 'שיטה הק' וואס איז נישט געזינגען געווארן עמטליך איבעראל, אזוי שטארק ווי דאס)

איי, פארוואס האב איך נישט געשטימט דערפאר? ווייל ס'האט שוין ממילא געווינען.

נאך דא 15 טעג צו שטימען

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך א צווייטער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:09 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:גראדע, איז עס דאכט זיך די ערשטע ניגון וואס איז פארפאסט געווארן פאר א פארטייאישע צוועק, וואס איז געווארן אזוי שטארק פאפולער. (נאכמער פון 'שיטה הק' וואס איז נישט געזינגען געווארן עמטליך איבעראל, אזוי שטארק ווי דאס).

גראדע איז עס פארפאסט געווארן פארן מעמד פון 'קרן הצלה' און נישט פאר א פארטייאישע צוועק [אחוץ אויב דו רופסט עס אן פארטייאישע צוועק], אבער למעשה איז דער מעמד נישט פארגעקומען האט עס סאטמאר אפגעקויפקט.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:10 pm

האלצשטיין האט געשריבן:אוי באשעפער. מה שמו?

שמוליק פראנק
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך א צווייטער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:10 pm

מה טיבו?
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:11 pm

א צווייטער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:גראדע, איז עס דאכט זיך די ערשטע ניגון וואס איז פארפאסט געווארן פאר א פארטייאישע צוועק, וואס איז געווארן אזוי שטארק פאפולער. (נאכמער פון 'שיטה הק' וואס איז נישט געזינגען געווארן עמטליך איבעראל, אזוי שטארק ווי דאס).

גראדע איז עס פארפאסט געווארן פארן מעמד פון 'קרן הצלה' און נישט פאר א פארטייאישע צוועק [אחוץ אויב דו רופסט עס אן פארטייאישע צוועק], אבער למעשה איז דער מעמד נישט פארגעקומען האט עס סאטמאר אפגעקויפקט.

פיין, ארויסגעגעבן געווארן, נישט פארפאסט געווארן. גרויסע חילוק?
איך זוך א דזשאב

Kollel
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך Kollel » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:13 pm

פליפ פאון האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:איז נישט אבא שוין געווען פאפולער לעצטע יאר?

אויב געדענק איך ריכטיג איז עס ארויס זוממער תשע"ט

לויט ווי איך געדענק איז שוין אבא געווען לעצטע פון די 10 פאפולערסטע ניגונים דורך קול מבשר
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך א צווייטער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:16 pm

ס'איז לכאורה א חילוק, איך גלייב אז דאס איז געווען א שטארקע שטופ פארן אנדערע סאטמאר עס צו זינגען ווייל למעשה איז געמאכט געווארן פאר קרן הצלה און ס'נישט ממש א 'סאטמארע ניגון',

עניוועי, לעצם הענין ביסטו לכאורה גערעכט.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

Kollel
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך Kollel » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:18 pm

ס'איז געווארן געזינגען בכל תפוצות ישראל, אפילו קרייזן וואס זענען ווייט פון סאטמאר
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:19 pm

א צווייטער האט געשריבן:מה טיבו?

נישט קאנאנונג...

גראדע האב איך עס געהערט פון אים תיכף ביים ארויסקומען, און איך האב עס נישט געגליכן. ער זינגט עס אלס קומזיץ סטייל קלאץ ניגון, פונקט גוט אויף איינצושלעפן די קינדער דערמיט.

שפעטער האט עס א נייע זינגער ארויסגעגעבן אלס סינגל פון א חתונה הארא טאנץ, און ס'האט אנגעהויבן גיין וויירעל אלס א הארא.

מ'קען קיינמאל נישט וויסן... אינטערעסאנט אז רוב הוט ניגונים פון די לעצטע צען יאר זענען געקומען פון פרישע כוכבים, און רוב דורך סינגעלס.

הערשי ראטנבערג - אויפן וועג אהיים.
שמשי ניימאן - נשמה וואו ביסטו.
ואפי' בהסתרה - קליין/גראס.
אבא - בענצי שטיין.
שוכן עד- כנ"ל.
מנחה - מענדל ראטה.
רבון העולמים ידעתי.
והנה ה' ניצב עליו - זוטשקע רבי.
לאמיר מאכן קידוש - א"מ שווארץ.

און נאך אסאך. אלעס קומט פון אומבאקאנטע ערטער, נישט פון יאסי גרין אדער פינקי. מ'קען גארנישט אויסרעכענען פון פריער.
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך זוך א דזשאב

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:21 pm

דורך וועלכע זינגער? שמעי' פישער אפשר?

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך א צווייטער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:21 pm

ווער האט מחבר געווען רבון העולמים ידעתי?

אגב די ניגון פונם יאר, פאר 2 יאר צוריק אויף קולמע איז געווען לכבוד שבת פון פינקי'ן.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:22 pm

האלצשטיין האט געשריבן:דורך וועלכע זינגער? שמעי' פישער אפשר?

כן.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:23 pm

א צווייטער האט געשריבן:ווער האט מחבר געווען רבון העולמים ידעתי?

אגב די ניגון פונם יאר, פאר 2 יאר צוריק אויף קולמע איז געווען לכבוד שבת פון פינקי'ן.

מיין רשימה באשטייט נאר פון שטאטע הארציגע ניגונים, וואס ווערן היינט מער געזינגען ווי הארא ניגונים.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך א צווייטער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:24 pm

און ווער האט מחבר געווען רבון העולמים ידעתי?
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:28 pm

נאכ'ן דורכגיין די ליסטע בעיון רב, קען יעדער מודה זיין בפה מלא. זייט איך געדענק איז נאכנישט געווען אזא שוואכע יאר אין קאפאזיציע ווי תש"פ. מעגליך אז קאראנע איז שולדיג? שווער צו גלייבן...

די נייע פאפולערסטע ניגונים זענען משיח'ס פינגער, פאר דיר, יאבאביי און אבא.

ניגון לעלוב און כי טוב ה' זענען שוין יארן אלט.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:30 pm

א צווייטער האט געשריבן:און ווער האט מחבר געווען רבון העולמים ידעתי?

פנחס ברייער.

אויך פארפאסט השבעתי פון בעלזא.
איך זוך א דזשאב

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:55 pm

פאר דיר האט 3 פעלער, ס'איז זייער שיין

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:17 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן: כי טוב ה' זענען שוין יארן אלט.

מיט די ווערטער?

איך האב דאס נאר געקענט אלץ א ושמחת בחגיך ניגון
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:23 am

יש בו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן: כי טוב ה' זענען שוין יארן אלט.

מיט די ווערטער?

איך האב דאס נאר געקענט אלץ א ושמחת בחגיך ניגון

נישט ממש יארן אלט, נאר צוויי יאר... יואלי קליין האט עס ארויסגעגעבן אלס סינגעל 'מזמור לתודה' אנהייב ווינטער תשע"ט צוזאמען מיט ישעי' גראס. ס'איז געווארן זייער אויפגעכאפט אין ארץ ישראל, אבער נישט אין די וועלט.

דאס יאר פורים/קאראנע צייט איז עס געווארן שטארק פאפולער ווען אהר'לע סאמעט האט עס ארויפגעלייגט אויף זיין 'אוירא דארץ ישראל' קאלעקשען אלבום און ס'איז געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7603
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:26 am

האלצשטיין האט געשריבן:פאר דיר האט 3 פעלער, ס'איז זייער שיין

שיין איז עס יא, אבער קיין שום חידוש. די ווערטער גראמען ניטאמאל, ס'זאגט נישט גארנישט... א שיינע תנועה וואס מ'קען ניטאמאל זינגען אן די ווערטער. טריי עס צו זינגען אויף היום הרת עולם...
איך זוך א דזשאב

פוילער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך פוילער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:34 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:פאר דיר האט 3 פעלער, ס'איז זייער שיין

שיין איז עס יא, אבער קיין שום חידוש. די ווערטער גראמען ניטאמאל, ס'זאגט נישט גארנישט... א שיינע תנועה וואס מ'קען ניטאמאל זינגען אן די ווערטער. טריי עס צו זינגען אויף היום הרת עולם...

אפשר נישט קיין חידוש, אבער ס׳איז היבש א ווארימער און געפילישער ניגון און דער עולם קענעקט זייער דערצו, דער תוכן דערפון איז אויך זייער שטארק, ספאסט אפילו אריין צו זינגען ביים שבת סעודה, לדעתי איז עס א שטארקע היט.

גראדע האב איך נישט געוועלט פארדעם.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:34 am

שוואכע יאר
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אנקעטע: וועלכע איז געווען די פאפולערסטע ניגון אין תש"פ

תגובהדורך א צווייטער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:51 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:און ווער האט מחבר געווען רבון העולמים ידעתי?

פנחס ברייער.

אויך פארפאסט השבעתי פון בעלזא.

וועלכע השבעתי, מה תגידו? גארנישט געוואוסט אז ער מאכט אזעלכע שטארקע זאכן.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sheetrock, חלה לכבוד שבת, משהלע און 28 געסט