אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קוליעקב
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך קוליעקב » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:35 pm

רוב אדמורים זענען בעלי תפלות אין די הייליגע טעג ס'דא צווישען זיי וואס דאווענען שיין אבער רבי'ש נישט אזוי ווייט נוסח התפלה נאר רבישע קרעכצען מיט א חן אפילע הרה"ק הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל איז געווען א שיינע בעל תפלה אבער מער א רבי'שע מין דאווענען מיט גרויסע בכיות און קולות, אבער נישט א בעל תפלה'שין נוסח,
מרן האדמור מבעלזא שליט"א איז א הערליכע בעל תפלה קען זיך ערלויבען צו זאגען נישט דייקא בעלזא נוסח, נאר איבער זאגען א וועלטס שטיקעל...
למשל הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מ'צעהלים זצ"ל, איז געווען ממש א חזן זייענדיג א הערליכע בעל תפלה,
ווייטער דער אמרי חיים זי"ע איז געווען זייער מוזקאליש אבער נוסח האט ער געזאגט סטריקלי וויזניץ, יא אמאל עפעס פון דזיקוב אבער בעיקר וויזניץ, אוי ווען ער קען ווען זאגען א רופשיצע נתנה תוקף ווי שיין וואלט דאס געווען...
ווער עס קען ברענגען זאכען פון חצירות וואס איז שיין געזאגט ווי למשל אין מונקאטש האט שיינע תנועה וואס בעלי תפלות קענען איבערזאגען אדרבה זייט מהנה די ציבור מען זאל צוזאמשטעלן ניסחרות וואס רביים האבען געזאגט און יסודתם מהררי קודש און סאיז אויכעט גיט פאר בעלי תפלה

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:01 pm

דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:01 pm

אגב איז ארויס געקימען א קליפ פון די בעלזא רבי שחרית, דאווענט מוראדיג שיין.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך א צווייטער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:36 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

הערליך הערליך, א פארצייטישע גאליציאנער דאווענען.


להגדיל שמו האט געשריבן:אגב איז ארויס געקימען א קליפ פון די בעלזא רבי שחרית, דאווענט מוראדיג שיין.

אפשר ברענגסט עס.
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:44 pm

א צווייטער האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

הערליך הערליך, א פארצייטישע גאליציאנער דאווענען.


להגדיל שמו האט געשריבן:אגב איז ארויס געקימען א קליפ פון די בעלזא רבי שחרית, דאווענט מוראדיג שיין.

אפשר ברענגסט עס.

איך ווייס נישט וויאזוי אבער איך וועל בעטען איינעם עס צו לייגען.
https://drive.google.com/file/d/1Sfp7lZ ... p=drivesdk
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:54 pm

קוליעקב האט געשריבן:רוב אדמורים זענען בעלי תפלות אין די הייליגע טעג ס'דא צווישען זיי וואס דאווענען שיין אבער רבי'ש נישט אזוי ווייט נוסח התפלה נאר רבישע קרעכצען מיט א חן אפילע הרה"ק הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל איז געווען א שיינע בעל תפלה אבער מער א רבי'שע מין דאווענען מיט גרויסע בכיות און קולות, אבער נישט א בעל תפלה'שין נוסח,
מרן האדמור מבעלזא שליט"א איז א הערליכע בעל תפלה קען זיך ערלויבען צו זאגען נישט דייקא בעלזא נוסח, נאר איבער זאגען א וועלטס שטיקעל...
למשל הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מ'צעהלים זצ"ל, איז געווען ממש א חזן זייענדיג א הערליכע בעל תפלה,
ווייטער דער אמרי חיים זי"ע איז געווען זייער מוזקאליש אבער נוסח האט ער געזאגט סטריקלי וויזניץ, יא אמאל עפעס פון דזיקוב אבער בעיקר וויזניץ, אוי ווען ער קען ווען זאגען א רופשיצע נתנה תוקף ווי שיין וואלט דאס געווען...
ווער עס קען ברענגען זאכען פון חצירות וואס איז שיין געזאגט ווי למשל אין מונקאטש האט שיינע תנועה וואס בעלי תפלות קענען איבערזאגען אדרבה זייט מהנה די ציבור מען זאל צוזאמשטעלן ניסחרות וואס רביים האבען געזאגט און יסודתם מהררי קודש און סאיז אויכעט גיט פאר בעלי תפלה


רביה"ק מסאטמער זי"ע איז געווען א הערליכע בעל תפילה, יעדעס ווארט אפגעטייטש מיט א תנועה מיט מתיקות
איינער וואס פארשטייט נאר אביסעלע צו נוסח וועט אגריען, סאיז א שווערע קונץ צו דאווענען ווארעם, קרעכציג און פארט זיך האלטן אויף די רעלסן. נישט פארוואסערט אדער אראפגעשלינגן קיין איינציג ווארט, אזש מהאט געקענט פארשטיין די פירוש מילות בלויז פון הערן די נוסח
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:56 pm

וויפיל סליגט מיר אין זכרון:
הגה"צ בערל כ"ץ ז"ל איז געווען א הערליכע בעל תפילה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:58 pm

אב״ד דישינסקיא זצ״ל איז געווען א אויסטערליש שיינע בעל תפילה, געדאווענט זייער ווארעם און לעבעדיג, מיט הערליכע תנועות פון אלטע חזנים.
..
אופס, א קרייסלער האט אריינגעבאמפט..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

לעב ריליסטיש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך לעב ריליסטיש » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:06 pm

האדמור מסקולען מאנסי איז א שילוב פון הארטציג קרעכטצן נוסח מיט א שטארקע אין שיינע קול

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:09 pm

קרייסלער האט געשריבן:
קוליעקב האט געשריבן:רוב אדמורים זענען בעלי תפלות אין די הייליגע טעג ס'דא צווישען זיי וואס דאווענען שיין אבער רבי'ש נישט אזוי ווייט נוסח התפלה נאר רבישע קרעכצען מיט א חן אפילע הרה"ק הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל איז געווען א שיינע בעל תפלה אבער מער א רבי'שע מין דאווענען מיט גרויסע בכיות און קולות, אבער נישט א בעל תפלה'שין נוסח,
מרן האדמור מבעלזא שליט"א איז א הערליכע בעל תפלה קען זיך ערלויבען צו זאגען נישט דייקא בעלזא נוסח, נאר איבער זאגען א וועלטס שטיקעל...
למשל הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מ'צעהלים זצ"ל, איז געווען ממש א חזן זייענדיג א הערליכע בעל תפלה,
ווייטער דער אמרי חיים זי"ע איז געווען זייער מוזקאליש אבער נוסח האט ער געזאגט סטריקלי וויזניץ, יא אמאל עפעס פון דזיקוב אבער בעיקר וויזניץ, אוי ווען ער קען ווען זאגען א רופשיצע נתנה תוקף ווי שיין וואלט דאס געווען...
ווער עס קען ברענגען זאכען פון חצירות וואס איז שיין געזאגט ווי למשל אין מונקאטש האט שיינע תנועה וואס בעלי תפלות קענען איבערזאגען אדרבה זייט מהנה די ציבור מען זאל צוזאמשטעלן ניסחרות וואס רביים האבען געזאגט און יסודתם מהררי קודש און סאיז אויכעט גיט פאר בעלי תפלה


רביה"ק מסאטמער זי"ע איז געווען א הערליכע בעל תפילה, יעדעס ווארט אפגעטייטש מיט א תנועה מיט מתיקות
איינער וואס פארשטייט נאר אביסעלע צו נוסח וועט אגריען, סאיז א שווערע קונץ צו דאווענען ווארעם, קרעכציג און פארט זיך האלטן אויף די רעלסן. נישט פארוואסערט אדער אראפגעשלינגן קיין איינציג ווארט, אזש מהאט געקענט פארשטיין די פירוש מילות בלויז פון הערן די נוסח

די פראבלעים איז די נוסח. די סאטמארע נוסח איז מסתמה די שוואכסטע נוסח.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:13 pm

היות דער פותח האשכול האט אויך געשריבן ראש ישיבות מיין איך אז הרה"ג רבי ברוך בער אונגארישער שליט"א מעג אפשר אויך דא דערמאנט ווערן
ער איז א זוהן פונעם גרויסן גאון רבי דן אונגארישער זצ"ל ראש ישיבת בית מדרש עליון, ער וואוינט נישט אין מאנסי אבער ימים נוראים דאווענט ער פארן עמוד אין בית מדרש עליון אין מאנסי און א ריזן ציבור קומט איהם הערן זיין דאווענען איז עפעס מורא'דיג שיין
זה הקטן גדול יהי'

קוליעקב
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך קוליעקב » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:26 am

צווישען די ליטווישע איז אויעכט געווען גיטע בעלי תפלה ובתוכם די ראש ישיבה דברוקלין הג"ר מאניס מאנדעל זצ"ל ולהבחל"ח זיין זון הג"ר שלמה מאנדעל שליט"א איז א שיינע בעל תפילה,

קוליעקב
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך קוליעקב » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:37 am

און ווילאמסבורג, איז הגריח"ם פרידמאן שליט"א ראבד סאטאמר באוויסט אלץ הארציגע בעל תפלה, אדמור מקאליב שליט"א לרפו"ש איז געווען א הפלא'דיגער בעל תפילה מיט די זידשטויבע נוסח,
אין בארא פארק, איז האדמור מראחמיסטריווא שליט"א דאווענט די רויסישע נוסח מיט א זעלטענע שיינקייט האבענדיג א קול אדיר ולב נשבר, האדמו"ר מבאבוב שליט"א זייער א שיינע בעל תפלה, הגר"י רוטה מקאלסבורג, א הערליכע שיינע בעל תפלה, וחתנו הג"ר משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר איז פון די שיינע סאטמארע בעלי תפלה, הרב שלמה ווייס די בעל תפלה אין 15 סאטמאר, סאטמארע נוסח מיט א שטארקע שיין קול,
האדמור מסטיטשין איז יחיד מיט זיין זיסע הערליכע שטימע מיט בכיות נוראות אם אבן נימוח,
פארשטייט זיך הרק אייזיק האניג, מיט הרב מאיר ברוך מיט פיל נאך וואס זענען ברייט באוויסט

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:40 am

ווער קען ברענגען טעיפס פון כ״ק בעל מגדלות מרקחים און ארויפלייגן דא. פליז, סוואלט געווען א גרויסער תועלת.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:54 am

להגדיל שמו האט געשריבן:די פראבלעים איז די נוסח. די סאטמארע נוסח איז מסתמה די שוואכסטע נוסח.

נישט ריכטיג. אלס נוסח אויס איז עס גאר א שיינע נוסח און מער דומה צו די וועלט'ס נוסח. איך האב שוין געהערט אסאך נוסחאות, סאטמאר איז פון די בעסערע קעגן רוב חצרות הקודש, ווי סקווירא, בעלזא, מונקאנטש, גור וכדו'.

וויזניץ איז גאר גאר א ווארימע נוסח, איך וואלט עס אפי' ענדערש געקליבן ווי די וועלט'ס נוסח אדער סאטמאר, עס איז אבער נישט אזוי לייכט פאר א פרעמדן צו הערן. איינער וואס איז נישט געוואוינט דערצו וועט נעמען צייט צו כאפן די שיינקייט.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:56 am

קוליעקב האט געשריבן:האדמור מסטיטשין איז יחיד מיט זיין זיסע הערליכע שטימע מיט בכיות נוראות אם אבן נימוח,
פארשטייט זיך הרק אייזיק האניג, מיט הרב מאיר ברוך מיט פיל נאך וואס זענען ברייט באוויסט

האדמו"ר מסטיטשין איז א בעל תפילה חד בדרא, מסתמא די שענסטע צווישן די רבנים ואדמורי"ם, די פראבלעם איז אז ער וויינט צופיל. אין די יארן וואס די בכיות זענען ווייניגער, איז די דאווענען עפעס שלא מעלמא הדין.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:12 pm

די אבינו מלכינו'ס פון הגה"צ ריח"מ פר"מ שליט"א איז עפעס אומבאשרייבליך!
דאס גאנצע דאווענען א שטיק הארץ.

האט א שיינע תנועה ביי ישתבח "ומעולם ועד עולם" - ווער עס ווייסט פון וואנעט עס שטאמט?

---
אינטערעסאנט אין סאטמאר זאגט מען קדושה אויפן זעלבן נוסח ווי דאס דאווענען.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

שטאפיק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך שטאפיק » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:21 pm

קוליעקב האט געשריבן:צווישען די ליטווישע איז אויעכט געווען גיטע בעלי תפלה ובתוכם די ראש ישיבה דברוקלין הג"ר מאניס מאנדעל זצ"ל ולהבחל"ח זיין זון הג"ר שלמה מאנדעל שליט"א איז א שיינע בעל תפילה,


ר' מאניס זצ"ל איז די שענסטע וואס איך האב געהערט אין מיין לעבען. זיין זון קען איך נישט ליידען.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:21 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:די אבינו מלכינו'ס פון הגה"צ ריח"מ פר"מ שליט"א איז עפעס אומבאשרייבליך!
דאס גאנצע דאווענען א שטיק הארץ.


יא יא, ליידער שוין נישט זוכה געווען פאראיאר צו הערן, לאמיר האפן אז דאס יאר יא, קל נא רפא נא.

למשמע אוזן דאבה נפשנו!

זאג א גוטס האט געשריבן: האט א שיינע תנועה ביי ישתבח "ומעולם ועד עולם" - ווער עס ווייסט פון וואנעט עס שטאמט?

---
אינטערעסאנט אין סאטמאר זאגט מען קדושה אויפן זעלבן נוסח ווי דאס דאווענען.


ביי נקדישך טאקע (אוי תתגדל ותתקדש בתוך ירושלים עירך, זיך שטיקנדיג עטליכע מאל פון טרערן...), אבער ביי כתר יוכ"פ ביי שחרית זאגט מען יא די שבת'דיגע נוסח.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:48 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:אגב איז ארויס געקימען א קליפ פון די בעלזא רבי שחרית, דאווענט מוראדיג שיין.

אפשר ברענגסט עס.

איך ווייס נישט וויאזוי אבער איך וועל בעטען איינעם עס צו לייגען.
https://drive.google.com/file/d/1Sfp7lZ ... p=drivesdk


הערליך!
דאס איז אלט אלט זיס צו זעהן..
נאך אין אלטן ביהמ"ד.
ר' אהרן מרדכי א בחור נעבן טאטן.

זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך זעמל מעל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:49 pm

איינער מיט רעקארדינגס אפשר?

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:16 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:אגב איז ארויס געקימען א קליפ פון די בעלזא רבי שחרית, דאווענט מוראדיג שיין.

אפשר ברענגסט עס.

איך ווייס נישט וויאזוי אבער איך וועל בעטען איינעם עס צו לייגען.
https://drive.google.com/file/d/1Sfp7lZ ... p=drivesdk


הערליך!
דאס איז אלט אלט זיס צו זעהן..
נאך אין אלטן ביהמ"ד.
ר' אהרן מרדכי א בחור נעבן טאטן.

נאכן הערן דעם נוסח, נישט שלעכט, אבער איך פארשטיי נישט וואס איינער שרייבט אויבן אז סאטמאר איז די שוואכסטע נוסח, אין סאטמאר איז עס כולו יו"ט'דיג מיט אריינזינגען, דער נוסח בפרט סוף ישתבח קוקט אויס אזוי געמישט מיטן שבת'דיגן נוסח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:17 pm

אדמו"ר משאץ וויליאמסבורג שליט"א איז א בעל תפילה איינס אין די וועלט. האט הערליכע תנועות און הערליכע נוסח. געדענק איך נאך אז ווען מאיר ברוך קאהן פלעגט דאווענען שחרית אין דושינסקיא וומ"ס פלעגט ער אסאך מאל קומען אויף מוסף הערן דעם שאצער רבין.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:20 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:אגב איז ארויס געקימען א קליפ פון די בעלזא רבי שחרית, דאווענט מוראדיג שיין.

אפשר ברענגסט עס.[/quote]
איך ווייס נישט וויאזוי אבער איך וועל בעטען איינעם עס צו לייגען.
https://drive.google.com/file/d/1Sfp7lZ ... p=drivesdk[/quote]
געמישט שבת מיט ימים נוראים נוסח, לכאורה הושענא רבא
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך מחובר לקרקע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:20 pm

א גוטן האט געשריבן:אדמו"ר משאץ וויליאמסבורג שליט"א איז א בעל תפילה איינס אין די וועלט. האט הערליכע תנועות און הערליכע נוסח. געדענק איך נאך אז ווען מאיר ברוך קאהן פלעגט דאווענען שחרית אין דושינסקיא וומ"ס פלעגט ער אסאך מאל קומען אויף מוסף הערן דעם שאצער רבין.

ר מאיר ברוך קאהן א יחיד בדורו


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט