ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 4:09 pm

ע"פ בקשת עטליכע ניקים
הודו להשם האט געשריבן:קעפל: זאכן וואס איך וויל וויסן

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:@כאניש מכובד מיט פתיחת האשכול לאז וועבן א ענדלאזע דיסקאסיע איבער חב"ד לידער קוקט מיר אויס ווי ס'איז דא מיט וועם צי גיין צום טיש

נו, געגאנגען!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 25, 2020 4:12 pm

מיין בעסטע חב"ד ליד איז טאקע א ניקולייעבער, דער איינציגסטער באקאנטע ניגון פון ר' משה חריטונוב ע"ה

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:13 pm

לעטס גאו, ווער האט מחבר געווען די ניגון הוא אלוקינו הוא אבינו?
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 4:13 pm

איך וואלט אנגעהויבן מיט דעם גאר שטארק באקאנטן 'נאפאליאנס מארש'!
ווער ס'קען נאר די ניגון ווייסט פון וואס מ'רעדט, א פרייליכע, דיסיפלין'פולע מארש,
אי"ה מארגן ווען ס'ווערט ערלויבט צו הערן מוזיק, עמער אי"ה לייגן א לינק צו דעם ניגון

---------

אפס כ'זעה מ'האט שוין אנגעהויבן מיט הוא אלוקינו, עמער לאזן דעם מארש פאר נאך דעם

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 25, 2020 4:17 pm

הוא אלוקנו איז נישט קיין חב"ד ניגון, דער רבי נ"ע האט עס געהערט אין פראנקרייך

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 4:20 pm

ס'איז גאר א לעבעדיגער ניגון!
אז דו וועסט גיין נאכזוכן אויף דעם גאנג, וועסטו שוין טרעפן אסאך נישט חב"ד ניגונים... אפי' נאפאליאנס מארש איז אויך נישט קיין חב"ד ניגון... סאיז נאפאליאנס ניגון,
נאר, אלע ניגונים וואס חב"ד האט אקצעפטירט, און ארויסגעגעבן אין זייער נח"ח

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:23 pm

דאס איז פראבלעם מיט חב"ד יעדע ניגון וואס איז געבראכט צום רבי'ן איז געווארן א חב"ד ניגון
אפשר בראך איך א ניגון צו מיר און איך געב ארויס א סידי?
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 4:26 pm

כזעה נישט סזאל זיין א פראבלעם,
קענסט אויך ארויסגעבן רעקארדס אויב דו ווילסט...
זיי גיבן ארויס אלע גוטע ניגונים וואס מ'האט ביי זיי געזינגען,
און אויף היכל ניגונה זאגן זיי געווענליך דעם ריכטיגן מקור פון דעם ניגון

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מאי 25, 2020 4:27 pm

ווי קען מען הערן דיזע ניגונים? עפעס דאכצעך איז דא א האטליין, איא?

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 25, 2020 4:28 pm

נאפוליאנס מארש האט דער בעל התניא געהייסן זינגען ראש השנה תק"ע און ס'איז געזינגען געווארן במשך הדורות ביי אלע חב"ד רביס און חסידים
עטוואס אנדערש ווי הוא אלוקנו אדער סטאוו יא פיטא וואס דער לעצטער רבי האט געהערט ערגעצוואו און עס ליב געהאט.
גראדע נישט געמיינט צי אריינגיין אין די שמועס. ער'ט געפרעגט ווער ס'האט געמאכט דעם ניגון האב'ך געענטפערט אז ס'איז געמאכט געווארן אינדרויסן פון ליובאוויטש

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:29 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:ווי קען מען הערן דיזע ניגונים? עפעס דאכצעך איז דא א האטליין, איא?

718-735-7333
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
חאריטונוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 6:06 pm
לאקאציע: ניקאליוב

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך חאריטונוב » מאנטאג מאי 25, 2020 4:29 pm

אה! דא שפירט זיך היימיש
איך וואלט נישט געזאגט איר האט ניט וואס צו טון, און איר זיינט קיין ע"ה ניט,
אז מ'איז עוסק אין גוטע זאכן, האט מען וואס צו טון איז מען ניט לאנגווייליג, און קיין ע"ה אויך ניט


אוועטאר
חאריטונוב
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 6:06 pm
לאקאציע: ניקאליוב

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך חאריטונוב » מאנטאג מאי 25, 2020 4:30 pm

אז איר האט דערמאנט דעם היכל ניגונה, דאס איז אלעס פון דער ספר הניגונים, מיט פריערדיגע מקורות

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 4:32 pm

חאריטונוב האט געשריבן:אה! דא שפירט זיך היימיש
איך וואלט נישט געזאגט איר האט ניט וואס צו טון, און איר זיינט קיין ע"ה ניט,
אז מ'איז עוסק אין גוטע זאכן, האט מען וואס צו טון איז מען ניט לאנגווייליג, און קיין ע"ה אויך ניט

:grin:

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג מאי 25, 2020 4:54 pm

http://audio.chassidus.com/audio/nigun/

אין דעם וועב זייטעל קאן מען מיטהאלטן מיט די חבד ניגונים און פון וואנעט עס שטאמט.

הוא אלוקינו איז פון חזן ר' יחיאל הלפרין וואס איז געווען א חזן אין חצר ליובאוייטש ביים רבי רש"ב און הרבי ריי"צ

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג מאי 25, 2020 4:54 pm

חאריטונוב דו ביסט טאקע א חריטונוב?

אויב אזוי זיינען מיר קרובים.
לעצט פאראכטן דורך zugurnish אום מאנטאג מאי 25, 2020 5:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:56 pm

אקעי, הוא אלוקינו איז געדעקט, יעצט איז כאניש'עס טשענס
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 25, 2020 5:00 pm

zugurnish האט געשריבן:http://audio.chassidus.com/audio/nigun/

אין דעם וועב זייטעל קאן מען מיטהאלטן מיט די חבד ניגונים און פון וואנעט עס שטאמט.

הוא אלוקינו איז פון חזן ר' יחיאל הלפרין וואס איז געווען א חזן אין חצר ליובאוייטש ביים רבי רש"ב און הרבי ריי"צ

איז ניט הוא אלוקנו פון די ניגונים וואס דער רבי נ"ע האט געלערנט די חסידים שמחת תורה גאר שפעט אויף דערנאכט אדער גאר פארטאג?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 5:01 pm

מיר ליגט אויך אזוי אין זכרון

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג מאי 25, 2020 5:02 pm

יא

אבער דער וואס האט געמאכט די ניגון איז החזן ר' יחיאל הלפרין.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 5:03 pm

אויב מ'האט דאס געזינגען אלע יארן אין חב"ד
פארוואס האט אויסגעפעלט דער רבי זאל דאס לערנען?
האט ער נישט דווקא געלערנט נייע ניגונים?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 5:04 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:http://audio.chassidus.com/audio/nigun/

אין דעם וועב זייטעל קאן מען מיטהאלטן מיט די חבד ניגונים און פון וואנעט עס שטאמט.

הוא אלוקינו איז פון חזן ר' יחיאל הלפרין וואס איז געווען א חזן אין חצר ליובאוייטש ביים רבי רש"ב און הרבי ריי"צ

איז ניט הוא אלוקנו פון די ניגונים וואס דער רבי נ"ע האט געלערנט די חסידים שמחת תורה גאר שפעט אויף דערנאכט אדער גאר פארטאג?

לכוראה, צוזאמען מיט שישו ושמחו בשמחת תורה ותנו כבוד לתורה ניגון?
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 25, 2020 5:05 pm

נא! דער ניגון איז נישט פון דער חלק

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ניגוני חב"ד, נח"ח, היכל נגינה

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג מאי 25, 2020 5:05 pm

די אנדעע ניגונים וואס דער רבי האט געלערנט (14 ניגונים) האט ער מסתמה געהערט אין ניקולייב ביי זיין זיידע אין שטוב.

אמאל נאך לערנען א ניגון שמחת תורה איז איינער אריין צום מאמע פון רבי זאגן גוט יום טוב, האט זי געוואלט הערן די נייע ניגון (דאכט זאך איינע פון די כי אנו עמך)
האט זי גלייך געזאגט עס איז איהר טאטעס ניגון (הרב מאיר שלמה ינובסקי רב פון ניקולייב),,

ניקולייב האט געהאט אסאך בעלי מנגנים - די חאריטונוב משפחה (דער טאטע ר' אברהם און די קינדער ר' שלום ר' אהרן און ר' משה.
די אלטהויז משפחה, ר' אשר גראסמאן און דער רבי זיידע


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: Alexa [Bot] און איין גאסט