קינדינים

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

שלום עליכם.

מיר לייגן אריין די מאקסימום כוחות אז די הונדערטער קינדער וואס באקומען יעדע 2'טע וואך די טייערע און רייכע קינדינים פעקל וואס באשטייט פון א פראפעשענאל סידי מיט 6 טרעקס און א הערליכע קאלירפולע ביכל, האבן טאקע שטארק הנאה. מען גיבט אויס שווערע געלטער אז עס זאל זיין סיי די העכסטע פראפעסיאנאל רעקארדירט ביי פראפעסיאנאלע סטודיא'ס, און סיי פאר משגיחים, מחנכים און מגיהים, צו איבערגיין די תוכן פון יעדע שורה און יעדע ווארט.

מיר באקומען צוריק געוואלדיגע גריסן פון עלטערן, קינדער, מחנכים און אזוי ווייטער, ווי שטארק מען באקומט א זיסקייט אין א משנה, אין א מצוה פון די תרי"ג מצוות, איינמאל מען הערט לעבעדיג די 'מציאות' און דאס קינד טוט דורך זיין כח הדמיון, קענעקטן דעם אמאל צום ריאליטי, און פארשטיין אלע זאכן וואס זענען אים ביז דאן געווען ווילד פרעמד.

לכבוד די נייע זמן, פראקלאמירן מיר א מעגא סעיל, וואו מען קען באקומען אומזיסט א קינדינים פעקל, זיך צו באקענען מיט די רייכע קינדינים פראגראם, אין ווערד פון 17.99$. מ'קען אויך יעצט סובסקרייבן פאר פיל א ביליגערע פרייז, ביז ראש חודש סיון.

אזוי אויך איז יעצט צייטווייליג אפן די ידיעות התורה ליין אנגעפירט דורכן בארימטן מחנך הרב מתתי' גרין שליט"א פון אנטווערפן, פאר אלע קינדער ביז ראש חודש סיון, וואו מען לייגט ארויף פאר קינדער הערליכע שיעורים, שמועסן, אינטערוויוס, ידיעות און נאך.

די נומער פון קינדינים איז 929.470.5463 און אפסטעיט 845.470.5463 (די לעצטע 4 נומערן איז KIND).
נומער 1 איז ידיעות התורה ליין
נומער 2 איז א קורצע איבערבליק
נומער 3 איז די אפיס - צו ריקוועסטן א אומזיסטע פעקל

מען קען זיך אויך פארבינדן צום אפיס דורך אימעיל, [email protected]
לעצט פארראכטן דורך קִינדְיָנִים אום פרייטאג מאי 08, 2020 11:42 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קִינדְיָנִים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

מענטשן ווילן וויסן וואס איז "קִינדְיָנִים"? מיר וועלן אביסל מסביר זיין פאר דעם עולם וואס דאס איז.

קינדינים איז א פרישער דערהער מלא חידושים און תוכן, אנגעפירט דורך חשוב'ע מלמדים און מחנכים, באגלייט דורך גאר באקאנטע בעלי מספרים און טאלאנטפולע אינגעלייט, וואס וועט בלי שום ספק ביז א קורצע צייט שלאגן טיפע ווארצלען, און ברענגען אז אפילו קינדער וואס זענען נישט אויסגעשטעלט צו זיין 'למדנים' און 'ידענים' אין די היינטיגע סיסטעם, וועלן ארויסקומען טאקע דאס, אנגעפאקט מיט זייטיגע לימודים, ידיעות, קנינים און ענינים, אויף גאר א פראפעסיאנאלע פארנעם!

דער פראיעקט האט אנגעהויבן צו ערשיינען מיט בערך 11 וואכן צוריק ברוב הדרו והדרו, נאך מער פון א יאר שווערע ארבעט און אינוועסטירונגען הינטער-די-קוליסן, וואו א שטאב פון די אויסגערופנסטע מומחים, גרויסע מחנכים און פיל טאלאנט, איז געזעסן און אויסגעארבעט יעדן דעטאל, אז די קינדער זאלן קענען ארויסנעמען די מערסטע דערפון, און וועלן גאר וועלן כסדר לערנען נאך און נאך, אן קיין אויפהער.

פארוואס איז דאס בכלל צושטאנד געקומען?

עס איז היינט א וועלט וואס עס איז דא פיל מיט מתמידים'ס ב"ה, כולם אהובים כולם ברורים, יעדער פון זיי לייגט אריין אומגעהויערע כוחות צו קענען לערנען מיט קינדער אין די פרייע צייטן וואס מער, און ב"ה קינדער שטייגן אויס אלס ערנסטע יודעי ספר, למדנים, קענענדיג משניות און הלכה אויף גאר א הויכע פארנעם און קאליבער.

עס האט זיך אבער געמאכט א פראבלעם מיט די צייט, וואס עלטערן האבן געבעטן פון מחנכים און מלמדים זיך אריינצולייגן דערין, און דאס איז ווען געוויסע קינדער האבן אנגעהויבן ארויסצופאלן פון די מתמידים'ס, טראץ וואס זייערע עלטערן האבן יא געהאט חשק אז זיי זאלן דארט בלייבן, נאכדעם וואס עס זענען פארהאנען קינדער וועלכע שפירן אז זיי לערנען אין חדר א גאנצן טאג, און ביינאכט ווילן זיי זיך אביסל אויסלופטערן...

באזונדער איז אדרעסירט געווארן א אנדערע זאך. ס'איז דא פילע הערליכע שיינע סידי'ס מיט גאר אינטערעסאנטע אינטערהאלטונגס פאר קינדער, אראפגעשפילט דורך היימישע אינגעלייט און עס איז תוכנ'דיג, אבער פארט שפירט דער טאטע אז אמת מ'לערנט זיך גוטע מידות וכדומה, און קינדער דארפן זיך באמת אויסלופטערן, האבן געוויסע עלטערן אפעלירט צו מחנכים אז אפשר זאל זיין א געוויסע אינטערהאלטונג וואס מ'זאל באמת קענען איינקעשן און ארויסנעמען דערפון עפעס א 'מקצוע' און א 'קנין' וואס בלייבט אין די האנט פארן לעבן.

און פון די אנדערע זייט, זענען דא קינדער וואס זיצן און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און ביינאכט גייען זיי צו א מתמידים, אבער זיי לופטערן זיך נישט געהעריג אויס מיט געשמאקע אינטערהאלטונג, א זאך וואס יעדעס קינד דארף האבן צו קענען אנגיין ווייטער מיט א חשק און א ברען...

גאר אסאך שעות האבן מלמדים און מחנכים אוועקגעגעבן צו זען ווי אזוי מען קען שאפן א לעזונג צו דעם אלע זאכן וואס עלטערן האבן געבעטן צו אריינקוקן דערין. מען האט געשפירט אז אויב וועט מען קענען צושטעלן א מתמידים וואס איז סיי גענוג 'ציענד' פאר א קינד וואס האלט אז ער לערנט שוין גענוג, און גענוג א גוטע לימוד פאר א קינד וואס וויל לערנען נאך און נאך, און מ'קען אים נישט איבערצייגן זיך אויסצולופטערן כאטש א שעה א טאג – וואלט דאס געווען א געוואלדיגע זאך.

אסאך הצעות, געדאנקען און פארשלאגן זענען ארויף און אראפ פאר מער פון א האלבע יאר, ביז מען האט צוזאמענגעשטעלט א גאר וואונדערליכע, אינטערעסאנטע, תוכנ'דיגע און דראמאטישע מהלך, וועלכע לעזט אלע פראבלעמען אויף איין מאל, ועל כולם: כאטש וואס עס איז אויף אזא הויכע סטאנדארט ווי קיינמאל פריער, איז עס גאר צוגענגליך פאר עלטערן, וואו 'עטליכע קינדער' אינאיינעם, די גאנצע משפחה אויף איינמאל - וועט קענען געניסן צוזאמען ברודערליך פון דעם הערליכן מתמידים.

און דאס איז די פראדוקט וואס רופט זיך: קִינְדיָנִים.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קִינדְיָנִים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

די געדאנק פון קִינְדיָנִים איז, אז דאס קינד גייט באקומען יעדע צווייטע וואך פרישע 'אינטערהאלטונג', וואס איז אויסגעארבעט געווארן דורך מלמדים, מרביצי תורה, מחנכים, האנט ביי האנט מיט טאלאנטפולע ערליכע היימישע אינגעלייט יראי השם.

אבער עס איז נישט אינטערהאלטונג לשם אינטערהאלטונג, נאר בשעת'ן הנאה האבן וועלן זיי אויטאמאטיש קונה זיין קִנְיָנִים אויף פארשידענע עִנְיָנִים! דערפאר האט עס טאקע באקומען דעם נאמען קִינְדיָנִים, סימבאליזירנדיג וואס די 'ענינים' וואס דאס 'קינד' גייט 'קונה' זיין!

אלע וועלכע סובסקרייבן זיך אויף קִינְדיָנִים, וועלן באקומען יעדע צווייטע וואך א פרישע הערליכע פעקל, וואס וועט אנטהאלטן א פעקל מיט א הערליכע סידי מיט א הערליכע קאלירפולע ביכל.

אויף די סידי גייט מען הערן הערליכע חינוכ'דיגע פארשטעלנוגען, באגלייט מיט א טיפע מוסר השכל אויף גוטע מידות – וואס דאס אגב, איז א באזונדערע באנוס, און די ביכל וועט האבן בילדער, און שאלות אויף וואס מ'גייט קענען געווינען גאר שיינע זאכן פאר ווער עס ענטפערט דאס, אויף די גאר רייכע קִינְדיָנִים האטליין "ידיעות התורה ליין", וואו מען קען הערן אסאך שיינע ידיעות און מעשיות, אין צוגאב צו אלעס וואס מען הערט אויף די ביכל!

די פארשטעלונגען, וועלכע ווערן פראפעסיאנאל רעקארדירט ביי טייערע סטודיא'ס און אראפגעשפילט דורך גאר טאלאנטפולע היימישע שפילער – וועלן זיין איבער פארשידענע תקופות ביי כלל ישראל. יעדע שפיל איז א מעשה פאר זיך, וואו מען הערט עפעס גאר דראמאטיש, ציענד, אינטערעסאנט, און צומאל גאר קאמיש.

אינמיטן די פארשטעלונגען, גייען זיך אפשפילן פארשידענע סיטואציעס, איבער וואס די משנה רעדט. למשל, מען הייבט יעצט אן מסכת ביצה, ווי די משנה רעדט פון א ביצה שנולדה ביו"ט. היינטיגע קינדער דרייען זיך נישט מיט הינער... אבער די פארשטעלונג גייט זיך רעדן פון אידן וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס און באהאלטן זיך אויס אין א שטאל, זיי גייען אויס פון הונגער, און אט זעען זיי ווי א הינדל נעבן זיך האט געלייגט אן איי! אה, מען גייט האבן מיט וואס זיך צו דערכאפן דאס הארץ! אבער, איין מינוט... ס'איז דאך יו"ט היינט, מעג איך עסן אזא סארט איי, וואס איז געלייגט געווארן יום טוב?

אזוי גייט מען 'בשעת'ן שפיל' אראפלייגן לעבעדיג די הלכה ווי עס איז למעשה, און ווען מ'ענדיגט דעם שפיל פון קרוב צו א האלבע שעה, הערט מען א קינד לערנט פאר די משנה מיט די טייטש – און מען פארשטייט יעדעס ווארט מיט די אייגענע חוש הדמיון!

און מיר זענען נאכנישט פארטיג... נאכן לערנען צוויי משניות באגלייט מיט די פארשטעלונגען, קומט א באזונדערע גאר דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונגען, פארציילט דורך א באקאנטער בארימטער בעל מספר, יעדע מעשה וועט דערציילט ווערן דורך א צווייטער באקאנטער מעשה-פארציילער פאר קינדער, מיטן באגלייטונג פון מוזיקאלישע אינסטרומענטן און הערליכע סאונד אפעקטס.

'אין' די מעשה, גייט ווערן פאכמאניש אריינגעפלאכטן ביי יעדע פארזעצונג, דריי פון די תרי"ג מצוות אויפן סדר המצוות. דערנאך וועט מען הערן באזונדער ווי א געלונגענער מלמד לערנט פאר די תרי"ג מצוות, די באדייט פון יעדע מצוה, באגלייט מיט משלים און מעשה'לעך אויף זייער אן אינטערעסאנטער וועג. איינע פון די גרעסטע חידושים ביי די תרי"ג מצוות איז, אז ביי יעדע מצוה גייט קומען א גאר אינטערעסאנטע "סימן" ווי אזוי צו קענען געדענקען און זיך איינ'חזר'ן די מצוות, און די וויפילטע מצווה דאס איז אין די תורה...

דאס איז סיי פארן קינד וואס וויל אינטערהאלטונג, און סיי פאר דאס קינד וועלכער וויל לערנען נאך און נאך און גייט שוין ביי א מתמידים יעדע נאכט, אבער די עלטערן ווילן ער זאל זיך אביסל אויסלופטערן - ממש דאס בעסטע וואס איז דא.

מען האט הנאה, און מען קעשט איין די מערסטע וואס מ'קען פון די שעות געשמאק און איז געפאקט מיט ידיעות, ענינים און קנינים, בפרט אז דאס איז א מתמידים וואס די גאנצע משפחה קען צוזאמען קונה זיין די אלע זאכן, און מען גייט נישט דארפן באצאלן פאר יעדן קינד באזונדער.

די מלמדים, מחנכים און חברי המערכת זענען הרב יצחק אייזיק אלטמאן, הרב משה שמואל דייטש, הרב מתתי' גרין, הרב יואל אביגדור שווארץ, הרב יואל הערש ליכטענשטיין, הרב שמואל יואל מיללער, הרב שמעון יואל קליין, הרב יצחק גליק, און יעדע פרט ווערט איבערגעקוקט און באשטעטיגט בהשגחת הרה"ג רבי חיים מנחם הירש, מייסד ומגי"ש מתמידים "קנין משנה".

א באזונדערע שטאב פון פראפעסיאנאלן זענען געזעסן און אויסגעארבעט אלע דעטאלן, צווישן זיי הרב יואל קליין הי"ו און הרב שלמה זלמן האראוויץ וועלכע האבן זיכער געמאכט אז אלע טעכנישע פרטים און אז די פעקלעך זאלן זיין די סאמע רייכסטע וואס איז נאר פארהאנען.

באזונדער זענען אריינגעלייגט געווארן אומגעהויערע שעות דורך די פראפעסיאנאלע סטודיא מייסטער'ס ר' הערשל מענצער פון "מיוזיקעל קעיוו" וואס האט אריינגעלייגט זיינע אלע טאלאנטן און געוואלדיגע ענערגיע אין די פראיעקט אין די לעצטע האלבע יאר מיט גרויס געטריישאפט, דער בארימטער מוזיקאנט ר' הערשל פאוועל, ר' יוסף פראמאוויטש פון "יפה סטודיא'ס" ר' וואלף שפיצער פון די געלונגענע "די וואקאל סאניק" סטודיא, און נאך.
לעצט פארראכטן דורך קִינדְיָנִים אום פרייטאג מאי 08, 2020 6:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קִינדְיָנִים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

אין קורצן.

מיטן זיין א "קִינְדיָנִים תלמיד" גייט דאס קינד מיטן באשעפער'ס הילף קונה זיין גאר אסאך, און זיין א קִינְד וואס איז קונה קִנְיָנִים אויף פארשידענע עִנְיָנִים!

עִנְיָנִים - די טייערע קִינְדער וועלן קענען אסאך מִקְצוֹעוֹת און פארשידענע עִנְיָנִים אויף גאר א געשמאקע פארנעם, וואס וועט נישט בלויז געבן שעות פון געשמאקע הנאה און אינטערהאלטונג אויף די כשר'סטע וועג וואס איז דא, נאר אויך מאכן דאס קינד פאר איינער וואס קען לערנען משניות, און קען אויף אויסענווייניג אלע תרי"ג מצוות, אין צוגאב וואס מ'איז קונה אין די זעלבע צייט אויך אסאך ידיעות אין אידישע היסטאריע, און פיל מער בסייעתא דשמיא, וואס וועט נאכפאלגן אין די קומענדיגע חדשים!

קִנְיָנִים – די קינדער וואס האלטן מיט דעם מתמידים וועלן אי"ה קונה זיין מיט א פונקטליכע סדר אסאך קנינים איינס נאכן אנדערן. צוערשט איין משנה אויף א מאל, וואס דאס וועט ווערן שפעטער א גאנצע פרק, און דערנאך נאך א פרק, ביז מ'וועט אנקומען צו א גאנצע מסכתא אין משניות!

דאס אלעס לויפט מיט א ציל, צו ענדיגן און דערגרייכן ווי מער, אויסגעשטעלט אין א לוח, וויפיל מ'וועט קונה זיין יעדן טאג פון די וואך אי"ה, און ווען מען וועט אי"ה צוריק בליקן אין די לוח, וועט מען זיך אליינס נישט גלייבן וויפיל קִנְיָנִים מ'האט קונה געווען.

די פראגראם האט זיך אנגעהויבן מיט מִשְׁנִיּוֹת מַסֶּכֶת בֵּיצָה – וואס מען וועט בעז"ה קונה זיין אין די קומענדיגע יאר אי"ה, און אויך די ערשטע מקצוע פון תרי"ג מצוות, וואס דאס וועט זיין די ערשטע 24 מצוות אין די תורה הקדושה, וואס מ'וועט אי"ה קונה זיין אין די קומענדיגע 4 חדשים!

די הערליכע סידי
• די סידי וועט מען אי"ה באקומען אויף פאסט יעדע צווייטע וואך.
• יעדע סידי פארמאגט 2 הערליכע דראמאטישע משניות פארשטעלונגען, וואס זענען גאר אינטערעסאנט, און אינמיטן די מעשה גייט מען באגעגענען אלע הלכות פון די משנה, אויף א געשמאקע, און קלארע פארנעם.
• נאך יעדע פארשטעלונג וועט מען הערן א קינד לערנט פאר די משנה מיט די טייטש, און דאס אי"ה גרונטליך און גוט פארשטיין.
• א באזונדערע טרעק פארמאגט א הערליכע מעשה פון 15 מינוט דורך א וועלט-בארימטער בעל מספר, וואס וועט זאפטיג שילדערן א געשיכטע, אין וואס עס וועט זיין אריינגעלייגט 3 פון די תרי"ג מצוות.
• נאך די הערליכע מעשה, וועט איר הערן א שיינע שיעור פון דעם מגיד שיעור שליט"א איבער די מצוות וואס ווערן אויסגעשמועסט וועלכע פרשה ס'שטייט, צי ס'איז א עשה אדער א לא תעשה, און פיל מער, באגלייט מיט שיינע געדאנקען, און א זעלטן אינטערעסאנטע וועג ווי אזוי צו געדענקען מיט וואונדערבארע סימנים יעדע מצוה אויסענווייניג!

די שיינע ביכל
• די ביכל קומט בייגעלייגט מיט די סידי.
• עס איז קאלירפול און געשמאק צום לייענען, מיט א לייכטע שפראך, הערליכע גראפיק-דעזיין און בילדער.
• אין די ביכל וועט זיין אן אינהאלט, מיט אלע טרעק'ס פון די סידי.
• די ביכל וועט פארמאגן די נאמען פון יעדע משניות פארשטעלונג, און פארשידענע אינטערעסאנטע בילדער איבער די מעשה, וואס ווערט אויסגעשמועסט אין דעם פארשטעלונג.
• יעדע משנה וואס ווערט פארגעלערנט, קומט געדרוקט אין די ביכל מיט די טייטש.
• אזוי אויך די תרי"ג מצוות מיט די סימנים זענען געדרוקט אינעם ביכל.
• באזונדער איז פארהאנען שאלות אין די ביכל, וואס איר וועט קענען אריינשיקן די ענטפערס דורך רופן אויף די קִינְדיָנִים-האטליין. די שאלות וועלן זיין אין הלכה, און באזונדער פאר ידיעות.
• די נומער פון די הערליכע קִינְדיָנִים-האטליין איז: 929-470-5463 און 845-470-5463. די סימן צו געדענקען - די לעצטע פיר נומערן פון די האטליין איז KIND.

מתנות און גורלות
• ביים זיך איינשרייבן אין קִינְדיָנִים באקומט מען דעם "ברוכים הבאים פעקל", וואס פארמאגט אין זיך א קִינְדיָנִים קעסטל אין וואס צו האלטן אלע קִינְדיָנִים פראדוקטן, א קִינְדיָנִים עיר-פאונס צו הערן די סידיס, א שיינע קִינְדיָנִים פאלדער, א הערליכער קִינְדיָנִים שליסל האלטער, און נאך. (די ערשטע 250 האבן אויך געהאט די געלעגנהייט צו באקומען א טייערער סידי פלעיער, אבער ס'האט זיך שוין אויסגענוצט).
• די אלע קינדער וואס שיקן אריין א גוטע ענטפער, וועלן אריינגיין אין א הערליכע גורל, וואו זיי וועלן באקומען א שיינע מתנה, אדער קענען אליין פארלערנען א משנה אויף איינע פון די קומענדיגע קִינְדיָנִים סידיס! ווי מער ענטפערס, אלס מער שאנסן אריינצוגיין אין גורל!
• ביים ענדיגן און קונה זיין א מקצוע, גייט מען באקומען אויף פאסט א הערליכע שיינע כתב תעודה וואס מען וועט קענען אויפהענגען ביי אייך אין שטוב מיט גרויס שטאלץ!
• פון צייט צו צייט וועט אויך זיין צוגעשטעלט ספעציעלע פראיעקטן און שיינע געשאנקען, פאר מער האלט מיט די ווייטערדיגע חדשים מיט קִינְדיָנִים...

מיטן באשעפער'ס הילף וועט די גאנצע משפחה גאר אין נאנטן אויסוואקסן א משפחה וועלכע איז קונה אסאך בשעת'ן צוזאמען פארברענגען און הערן געשמאקע פארשטעלונגען און מעשיות אינאיינעם, אנגעפילט מיט פיל ידיעות, ענינים, קנינים, און גאר שטארק הנאה האבן פון די אינטערעסאנטע און געשמאקע וועג ווי אזוי מיר וועלן דאס אראפלייגן מיט אונזער פראפעסיאנאלע שטאב.

זיך צו סובסקרייבן און זיין א טייל פון די הערליכע "קִינְדיָנִים", רופט אריין אין דעם האטליין אויף 929-470-5463, אין אפסעטעיט: 845-470-5463 - און פארבינדט אייך מיטן אפיס.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

Re: קִינדְיָנִים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איז דאס אויך פאר מיידלעך?
איז דא א פריוויו?
א בילד פון די ביכל?
וועלעכע עידז קינדער?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קִינדְיָנִים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

מיידלעך קענען אויסדרוקליך אויך שטארק הנאה האבן פון די פראגראם וואס פארמאגט אינטערסאנטע און דראמאטישע, הומאריסטישע און געשמאקע פלעיס און פארזעצונג מעשיות, כאטש וואס ס'איז טעכניש געמאכט פאר אינגלעך, ווייל עס איז משניות און תרי"ג מצוות. אבער מיר האבן שוין צוריק געהערט פון א טאטע אז זיינע מיידלעך האבן אנגעהויבן קענען תרי"ג מצוות, אבער זיי געבן זיך נישט אן עצה מיט די לשון הקודש...

מען קען הערן א שטיקל פריוויו אויף די האטליין, 929-470-5463, נומער 2 פון די מעין מעניו. דארט קען מען הערן שטיקלעך פון פארשידענע פארשטעלונגען און מעשיות, און די פארלערנען'ס פון די משניות און תרי"ג מצוות.

איך האף זונטאג צו אהערשטעלן א בילד פון די ביכל.

די עידזש איז פון כתה ג' ביז בר מצוה, מען האט אריינגעלייגט זייער אסאך כוחות באגלייט דורך די מחנכים, אז עס זאל זיין באלאנסירט און שוה לכל נפש, אז יעדעס קינד זאל עס קענען פארשטיין מיט זיין פארשטאנד.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

אויף דערווייל קען מען דא זען א שטיקעלע פריוויא
פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:51 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארהוילן »

פון וואס איך האב געהערט מוז איך זאגען אז ס'איז ממש א חידוש אין די וועלט פון היימישע ''אינטערהאלטונג'' אין "קינדער-סידי'ס"
ווי די קינדער קענען לערנען משניות תרי"ג מצוות אויף א גאר געשמאקע און פרייליכע פארנעם
איך וויל ווינטשן די ארויסגעבער אז זיי זאלן קענען אנהאלטן די שווערע ארבעט אין ווייטער מהנה זיין די צאן קדשים
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

פרטים איבער די סעיל
אטעטשמענטס
1.PNG
1.PNG (178.47 KiB) געזען 3291 מאל
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

וואס איז דאס קינדינים?
אטעטשמענטס
2.PNG
2.PNG (587.93 KiB) געזען 3290 מאל
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

טעגליך, וועכנטליך, חודש'ליך, יערליך!
אטעטשמענטס
3.PNG
3.PNG (86.93 KiB) געזען 3287 מאל
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס דא גייט פאר... קיין עין הרע! אזויפיל קינדער ענטפערן די תשובות, און פרעגן שאלות, מיר האבן שוין געמאכט אפאר גורלות, מען זעט אז די קינדינים קינדער לעבן אריין ב"ה אין די משניות, אין די תרי"ג מצוות, און אין די מוסר השכל'ס פון די פלעיס און פארזעצונגען!

די אלע וואס האבן שוין באקומען די 5'טע קינדינים פעקל, האבן געהאט גאר אן אינטערעסאנטע רייזע.

ר' שמערצל וואס איז געקומען זוכן א חתן האט אונז געמאכט לאכן... אוי איז עס אינטערעסאנט...
און וועמען האט ער אויסגעקליבן פאר זיין איידעם?
ווייסט ער וואס מען מעג שיקן אום יום טוב אלס מתנה און וואס נישט?!

אין שפאניע האבן מיר זיך געווארפן פאר שרעק, דער רשע דער גלח האט זיך פארלייגט אויף די באהאלטענע אידן, וואס פראווען א געהיימע יום טוב אין די "מויער הייל".
אינמיטן וואס לואיס דער אינגל טוט אויסטיילן שטילערהייט די יו"ט פעקלעך פריה פארטאגס, לאקערן נאָך אים צוויי פארדעכטיגע פארשוינען... ווער זענען זיי?
פארוואס גייען זיי אים נאך?! און וועלכע שייכות האט דאס מיט שיקן קליידער און פעקלעך, און מיט פארשידענע סארט שיך?!

פראפעסאר פאול ענדריוס קומט אן אין די קעניגליכע מוזעאום, גאר א חשוב'ע און הויכע פאזיציע, אבער ער איז בכלל נישט צופרידן, וואס שטערט אים?!
און וואס האט דאס מיט די קרבן פסח!?

אט דאס, איז בלויז א קליינע איבערבליק מיט וואס די קינדינים קינדער זענען זיך מחי' מיט דעם פינפטן פעקל!...
חכלילי עינים
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 1:17 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכלילי עינים »

ווער שטייט אונטער די פראיעקט? דאס קוקט אויס צו זיין נייעס..
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

חכלילי עינים האט געשריבן:ווער שטייט אונטער די פראיעקט? דאס קוקט אויס צו זיין נייעס..

קִינדְיָנִים האט געשריבן:די געדאנק פון קִינְדיָנִים איז, אז דאס קינד גייט באקומען יעדע צווייטע וואך פרישע 'אינטערהאלטונג', איז אויסגעארבעט געווארן דורך מלמדים, מרביצי תורה, מחנכים, האנט ביי האנט מיט טאלאנטפולע ערליכע היימישע אינגעלייט יראי השם.

די מלמדים, מחנכים און חברי המערכת זענען הרב יצחק אייזיק אלטמאן, הרב משה שמואל דייטש, הרב מתתי' גרין, הרב יואל אביגדור שווארץ, הרב יואל הערש ליכטענשטיין, הרב שמואל יואל מיללער, הרב שמעון יואל קליין, הרב יצחק גליק, און יעדע פרט ווערט איבערגעקוקט און באשטעטיגט בהשגחת הרה"ג רבי חיים מנחם הירש, מייסד ומגי"ש מתמידים "קנין משנה".

א באזונדערע שטאב פון פראפעסיאנאלן זענען געזעסן און אויסגעארבעט אלע דעטאלן, צווישן זיי הרב יואל קליין הי"ו און הרב שלמה זלמן האראוויץ וועלכע האבן זיכער געמאכט אז אלע טעכנישע פרטים און אז די פעקלעך זאלן זיין די סאמע רייכסטע וואס איז נאר פארהאנען.

באזונדער זענען אריינגעלייגט געווארן אומגעהויערע שעות דורך די פראפעסיאנאלע סטודיא מייסטער'ס ר' הערשל מענצער פון "מיוזיקעל קעיוו" וואס האט אריינגעלייגט זיינע אלע טאלאנטן און געוואלדיגע ענערגיע אין די פראיעקט אין די לעצטע האלבע יאר מיט גרויס געטריישאפט, דער בארימטער מוזיקאנט ר' הערשל פאוועל, ר' יוסף פראמאוויטש פון "יפה סטודיא'ס" ר' וואלף שפיצער פון די געלונגענע "די וואקאל סאניק" סטודיא, און נאך.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

אביסל אינעווייניגסטע אינפארמאציע פאר די עולם דא אויף אידישע וועלט.

איינע פון די שטארקע זאכן וואס עס איז דא אויפן קינדינים פראגראם, איז די הערליכע "ידיעות התורה האטליין" וואס פארמאגט פיל מיט תוכן אין זיך. עס איז נאך אפן פאר די פובליק ביז צו ראש חודש סיון, און פון דאן וועט עס נאר ארבעטן פאר קאלער-איידיס פון מעמבערס.

איינע פון די אפטיילונגען איז די "פרעג און ענטפער פראגראם", וואו קינדער קענען אריינשיקן שאלות איבער סיי וועלכע תורה'דיגע זאך, און מען גיבט די געלעגנהייט צו ענטפערן תירוצים, מען מאכט שיינע גורלות פאר אלע קינדער וואס שיקן אריין. עס איז דא איין וואך צו ענטפערן אויף יעדע שאלה.

עטליכע עלטערן האבן אריינגערופן אין די מערכת זיך באדאנקען, זייער קינד האט זיי געפרעגט די שאלה און זיי האבן געעפנט א קובץ מפרשים, מען האט זיך געהאלטן פארנומען... די קינדינים קידנער האבן אנגערופן זייערע זיידעס פרעגן די שאלה, און עס האט אויפגעלעבט סיי די קינדער און סיי די זיידעס... ס'איז געווען געוואלדיג ב"ה. די גריסן זענען אויסטערליש געוואלדיג.

עטליכע קינדער האבן געזאגט זייערע אייגענע סברות, און אנדערע האבן נאכגעזאגט פון ספרים.

מיר האבן אפגעשריבן די שאלה מיט די ענטפערס וואס איז פארגעזאגט געווארן אויף די האטליין דורך דעם בארימטן מחנך פון אנטווערפן הרב מתתי' גרין שליט"א, כאפט א בליק, עס קען אייך זיין אינטערעסאנט...

וואס זאל איך אייך זאגן, קינדינים קינדער? קיין עין הרע! אין אפאר טעג האבן אזויפיל קינדער געענטפערט שיינע תשובות אויף די שאלה וואס מיר האבן ארויפגעשטעלט, כן ירבו. איז אזוי.

האבן מיר געהאט דא א חשוב'ער קינדינים אינגל פון קרית יואל, ער הייסט יעקב מאיר ניימאן, און ער האט געהאט א מורא'דיגע קשיא. אויב רעדט זיך מסכת ביצה פון אלע הלכות פון יו"ט, דעמאלט פארוואס הייסט עס נישט מסכת "יו"ט" פונקט ווי מסכת "שבת"? עס וואלט געדארפט הייסן מסכת יום טוב, אנשטאט מסכת ביצה...

זייער א שיינע שאלה! הערליך און גוט געפרעגט! און איך וועל מסביר זיין אביסל בעסער די שאלה. די נאמען 'ביצה' איז די ערשטע ווארט פון דעם מסכתא. עס איז אביסל אינטערעסאנט, אבער קיין איין מסכתא הייסט נישט נאך איר ערשטע ווארט, נאר מען רופט עס לויט די תוכן פון די משנה, ברכות, שבת, עירובין, און אזוי ווייטער. נאר ביצה האט די נאמען פון איר ערשטע ווארט. פארוואס?

מיר האבן דא ארויפגעלייגט פאריגע וואך די שאלה אין די שאלות ותשובות קנעפל, און עס זענען געקומען מורא'דיג שיינע תירוצים, וואס האט אונז שטארק איבערראשט! די ערשטע תירוץ האבן מיר באקומען פון אפאר קינדער, שמואל דוד פריינד פון וויליאמסבורג, חיים יוסף קליין פון ברוקלין, און מאטי כ"ץ פון מאנסי. אז עס קען נישט הייסן "יום טוב", וויבאלד עס איז דא א פרק אין די מסכת וואס הייסט "יום טוב", און מען וויל נישט אז עס זאל ווערן א צומישעניש...

אברמי קאהן פון וויליאמסבורג לייגט צו, אז אין ירושלמי רעדט מען אין מסכת ביצה אויך איבער אסאך הלכות פון שבת, און אויך אין די משניות איז דא אסאך הלכות איבער "די חילוק צווישן בית שבת און יו"ט", קומט אויס אז מען רעדט נישט "נאר" פון יו"ט, און וועגן דעם הייסט עס נישט יו"ט.

משה מרדכי אראנשיק פון בארא פארק זאגט נאך א שיינע טעם, ווייל מען רעדט נישט פון "אלע" ימים טובים, נאר פון אביסל, און וועגן דעם וויל מען עס נישט רופן מסכת 'יום טוב'.

שלומי ברוין פון שיכון סקווירא גייט נאך טיפער, ער לאזט זיך אריין אין זיין לענגערע מעסעדזש איבער די סדר וואו מסכת ביצה ליגט אין ש"ס צווישן אלע ימים טובים. ער זאגט אז זיין טאטע האט אים צוגעצייכנט דעם רמב"ם אין די הקדמה פון פירוש המשניות, אז מסכת ביצה איז בעצם הלכות פאר די שלוש רגלים. אבער וויבאלד סוכות און פסח האבן צופיל הלכות פאר זיך, האט מען פאר דעם געמאכט א אייגענע מסכתא. אבער שבועות האט נישט קיין צופיל אייגענע הלכות, און די הלכות פון מסכת ביצה רעדט פון אלע שלוש רגלים, וועגן דעם איז עס א מסכתא פאר זיך. קען זיין אז וועגן דעם הייסט עס טאקע נישט מסכת "יום טוב" וויבאלד עס איז נישט יעדע יו"ט באזונדער, נאר פאר אלע שלוש רגלים.

משה יעקב בערקאוויטש פון וויליאמסבורג זאגט אז וויבאלד די ערשטע פרק רעדט פון "מחלוקת" צווישן בית שמאי און בית הלל, און עס איז נישט שיין צו רופן א מסכתא אלס "מסכתא מחלוקת", דערפאר רופט מען עס ביצה.

חיים יוסף קליין פון ברוקלין ווייסט אויך צו זאגן אז אסאך ראשונים רופן טאקע יא אן די מסכתא אלס "מסכת יום טוב".

קינדער, האט איר סיי וועלכע שאלה? רוף אריין צו די מערכת, לאז איבער דא אויף דעם קנעפל דעם שאלה, און מיר וועלן אי"ה ענטפערן אויף אלע שאלות.

היינט איז ארויף א נייע שאלה אויף די סיסטעם, געפרעגט דורך הילד כמר יושע'לע לאנגזאם פון בארא פארק:

ביי די וועכנטליכע "ידיעות התורה שמועס" פון פרשת אמור איבער 'די מחלוקת צווישן בית שמאי און בית הלל', זאגט מען אז ביי די בוידעם פון חנני' בן חזקי' האט מען גע'פסק'נט די באקאנטע "י"ח דבר", 18 הלכות, אזוי ווי די בית שמאי, ווייל זיי האבן געהאט מער תלמידים דארט און מ'איז געגאנגען נאך רוב. לכאורה, מיין רבי אין חדר האט אמאל געזאגט אז אלס א שכר וואס הלל הזקן איז ארויף אויפן דאך לערנען תורה, פסק'נט מען אייביג אזוי ווי אים, און דא זעען מיר אז מ'האט נישט 'אייביג' גע'פסק'נט ווי אים?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קִינדְיָנִים האט געשריבן:אביסל אינעווייניגסטע אינפארמאציע פאר די עולם דא אויף אידישע וועלט.

נו, לערן מיט איהם די גמרא דערויף, שטייט דאך די תירוץ קלאר...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קִינדְיָנִים האט געשריבן:

נו, לערן מיט איהם די גמרא דערויף, שטייט דאך די תירוץ קלאר...

ווען דיין מלמד פאשט דיר אזוי אפ ווען דו פרעגסט אים א שאלה וואס פאר אים איז עס פשוט וואלסטו זיך געשפירט זייער געטראפן
און וואס מיינסטו טראכט די דיין ווען מען פרעגט אים שאלות וואס שטייט דאך "קלאר" אין א מג"א אדער גאר אין שו"ע

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

הייליג האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קִינדְיָנִים האט געשריבן:

נו, לערן מיט איהם די גמרא דערויף, שטייט דאך די תירוץ קלאר...

ווען דיין מלמד פאשט דיר אזוי אפ ווען דו פרעגסט אים א שאלה וואס פאר אים איז עס פשוט וואלסטו זיך געשפירט זייער געטראפן
און וואס מיינסטו טראכט די דיין ווען מען פרעגט אים שאלות וואס שטייט דאך "קלאר" אין א מג"א אדער גאר אין שו"ע

אדרבא ואדרבא, דאס איז דאך דער ציל דא. מען פרעגט נישט קיין ערוואקסענע נאר פון קינדער. א קינד טראכט א שאלה, ער שיקט עס אריין, ווי גוט וועט ער שפירן ווען ער וועט הערן "דאס איז נישט סתם א קשיא, נאר דאס איז א קשיא וואס איז אזוי גוט, אז די גמרא אליינס פרעגט עס!".

מיר ערווארטן נישט אז די קינדינים קינדער זאלן קענען ש"ס, אבער אז ער וועט פרעגן זיין טאטע אדער זיידע, וועט יענער זיכער וויסן צו זאגן "איך מיין אז די גמרא פרעגט עס", און ער וועט פארלערנען פארן קינד די גמרא, ווייל דאס קינד וויל דאך געווינען די גורל נאכן ענטפערן די שאלה, און ער וויל אז מען זאל זאגן זיין נאמען מיט זיין תירוץ, און אזוי וועט ער אריינכאפן נאך און נאך ידיעות התורה אונטערוועגנס.

דאס איז טאקע איינע פון די פילע צילן אין דעם תוכנ'דיגע קינדינים פראגראם.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

מ׳האב מיר באקומען דעם פעקל. וואס זאל איך אייך זאגן? עס לוינט יעדע פעני!! הערליך, פראפעסיאנאל, געשמאק, זיס, געשפאנט, צום לאכן, און באלערענד. איך האף זייער שטארק אז זיי זאלן טאקע מצליח זיין און אנהאלטן. דארף ווען האבן א ריוויא א לאנגס און א ברייטס. כ׳האב אבער נישט קיין צייט צו דעם. איך זעה אבער ווי די קינדער זיצן צוגעקלעבט און זענען זיך מחי׳.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

ב"ה אז מיר הערן צוריק געוואלדיגע גוטע גריסן. די חברי המערכת האבן אריינגעלייגט "מער פון א יאר" כוחות בעפאר מיר זענען ארויסגעקומען לאור עולם, מיט מחנכים און מיט מבינים, ראשי מדריכים און תלמידי חכמים, און די עטליכע הונדערט משפחות וואס האבן זיך שוין איינגעשריבן דערקוויקן זיך דערמיט!

--

אין א פאזיטיווע אנטוויקלונג האבן מיר אנגעהויבן צו מאכן "האנט דעליווערי" אנשטאט שיקן מיט די פאסט, נאכדעם וואס די 5'טע קינדינים פעקל איז נישט אנגעקומען צו אסאך אדרעסן, און די כאאס וואס הערשט אין פאסט אפיס איז שרעקליך, עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן. עס קאסט אונז אסאך טייערער, אבער די ציל איז אז מען זאל זיין צופרידן, א זאך וואס מיר ארבעטן אויף אלע פראנטן בס"ד, און ב"ה די גוטע גריסן זענען ביז צום הימל.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

ברכת מזלא טבא וגדיא יאה, לידידינו החשוב, מחנך נפלא, איש האשכולות ופה מפיק מרגליות, מרביץ תורה לעדרים, הרב משה שמואל דייטש שליט"א - מלמד תשב"ר ומגי"ש לתרי"ג מצוות בה'קינדינים פראגראם' המפוארה, לרגל הולדת בנו למזל טוב!

כעתירת וברכת, המערכת.
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

אריבער 500 פרישע אפליקאציעס אריינגעקומען אין בארא פארק פארלאפענעם פרייטאג שלח העעל"ט, ווען די "קינדינים טראק" האט ארומגערייזט אין די גאסן און פארטיילט פאר די קינדער א סעמפל פון די שטארק אויפגעכאפטע קינדינים פראגראם!
אטעטשמענטס
photo_2020-06-21_18-29-33.jpg
photo_2020-06-21_18-29-33.jpg (199.61 KiB) געזען 2479 מאל
photo_2020-06-21_18-29-37.jpg
photo_2020-06-21_18-29-37.jpg (262.85 KiB) געזען 2479 מאל
photo_2020-06-21_18-29-29.jpg
photo_2020-06-21_18-29-29.jpg (305.34 KiB) געזען 2479 מאל
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

שיינע דעקונג אין בארא פארק 24
אטעטשמענטס
photo_2020-06-22_15-32-42.jpg
photo_2020-06-22_15-32-42.jpg (137.01 KiB) געזען 2425 מאל
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

אין די קומענדיגע קינדינים פעקל - קינדינים #9 - גייט מען אי"ה ענדיגן די ערשטע מקצוע פון תרי"ג מצוות, די ערשטע 25 מצוות, וואס די הונדערטער קינדינים קינדער האבן זיך אויסגעלערנט פון א דראמאטישע געשיכטע אין פארזעצונגען "ווייס און שווארץ" געשילדערט העכסט דראמאטיש דורכן בארימטן בעל מספר דער באקאנטער מלמד און מחנך הרב מתתי' גרין שליט"א פון אנטווערפן מיט זאפט, הומאר, דראמא, באגלייט מיט פארשידענע קולות וואס נאר ער קען... יעדע קאפיטל אין די פארזעצונג האט אריינגעפלאכטן פאכמאניש אין זיך 3 פון די תרי"ג מצוות על הסדר.

(גראדע איז די מעשה אביסעלע עניני דיומא... פון א ווייסער מענטש וואס איז געווארן שווארץ, די באקאנטע מעשה פון ליכט שטראלן מיט די שטיינער פון חושן און די מהר"ל, וואס מיר זענען אויפגעוואקסן מיט דעם, אבער די היינטיגע קינדער האבן עס נישט געקענט ביז יעצט.)

נאכדעם איז דא א באזונדערע געשמאקע טרעק וואו מ'לערנט פאר די דריי מצוות אויף יעדע סידי, דורך המלמד מומחה והמחנך הרב משה שמואל דייטש שליט"א, מיט ספעציעלע סימנים אויף יעדע מצוה, צו געדענקען וואס די מצוה איז, און די מספר המצוה, באגלייט מיט שיינע מעשה'לעך, משלים און פראפעסיאנאלע סאונד אפעקטס.

לכבוד'ן ענדיגן דעם ערשטן מקצוע, שיקן מיר מיט א זיסע מתנה'לע פאר די טייערע מתמידים די קינדינים קינדער, א זיסע קי-טשעין וואס האט אויף זיך א פייפערל און א פלעשלייט. דאס וועט געבן חשק צו לערנען ווייטער מיט גרויס פלייס און התמדה בעז"ה.

בייגעלייגט א בילד פון די הערליכע קאנווערט אין וואס דאס פעקל קומט איינגעפאקט, יעדע פעקל האט איר אייגענארטיגע זיסע און הערליכע קאנווערט.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (291.34 KiB) געזען 2370 מאל
אוועטאר
קִינדְיָנִים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 9:55 pm

Re: קינדינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִינדְיָנִים »

קינדינים פעקל 10 איז שוין ב"ה אין דרוק!

וויבאלד עס האט גאר שיינע און פראפעסיאנאלע מוזיק, און אויך א שיין פינטש פון הומאריסטישע שטיקער, וועט עס אי"ה פארטיילט ווערן פאר די הונדערטער קינדינים קינדער דורכאויס זונטאג און מאנטאג נאך תשעה באב.

די דראמאטישע פארשטעלונגען "פתחי' דער עקסטערמינעיטאר" און "קערידזשעס אין חדר", מיט די צענטע קאפיטל פון די "ווייס און שווארץ" פארזעצונג, פארפיגן גאר פאכמאניש די משניות פון מס' ביצה פרק ב' משנה ט' און י', און די תרי"ג מצות כח' כט' און ל'.

די קינדער וועלן זיך האלטן געשפאנט מיט די אינטערעסאנטע זיסע מעשה'לעך און הנאה האבן יעדע רגע, זייענדיג קונה פילע הלכות און ידיעות התורה!
אטעטשמענטס
10.jpg
10.jpg (152.75 KiB) געזען 2129 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”