קִינדְיָנִים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

קִינדְיָנִים

תגובהדורך אלופי אדום » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 10:15 pm

זעה איך אדווערטייזט א נייע פראגראם קִינדְיָנִים, לויט ווי איך פארשטיי איז עס א נייע פראיעקט-אויסגאבע פאר די קינדער מיט תוכן'פולע אינטערהאלטונג

מיינעך אז עס דארף ארויסקומען יעדע צוויי וואכן,

אדרבה איינער מיט מער פרטים זאל קלאר אריינקומען

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 10:18 pm

גוט מארגן.JPG
גוט מארגן.JPG (85.11 KiB) געזעהן 1142 מאל
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 10:20 pm

קען זיין א תולדה פון די תרי"ג גרופע, אדער פון קיד..... שא!

ווייסעכיש
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 10:50 pm

וואסי טאקע געשען מיט טאריאג ??
אומגעקומען על קידוש האשים?
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 8:52 am

5B97A857-63B8-4CD7-9547-2FB54A42A10A.jpeg
5B97A857-63B8-4CD7-9547-2FB54A42A10A.jpeg (242.47 KiB) געזעהן 663 מאל
577E2D13-445B-417E-BAAE-8F8C8127CDEA.jpeg
577E2D13-445B-417E-BAAE-8F8C8127CDEA.jpeg (361.63 KiB) געזעהן 663 מאל

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:58 am

אלופי אדום האט געשריבן:קען זיין א תולדה פון די תרי"ג גרופע, אדער פון קיד..... שא!

ווייסעכיש



הער אויס די אינטערוויו אויף די האטליין, ס'האט נישט קיין שום שייכות. איך פארשטיי אז קנין משנה שטייט אונטער דעם. אויב איז עס אזוי, הרב הירש איז זייער א ערנסטע מענטש, און אויך אנדערע נעמען וואס איך קען וואס זענען געווען באשריבן אין די צייטונגען.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 1:11 pm

אלופי אדום האט געשריבן:זעה איך אדווערטייזט א נייע פראגראם קִינדְיָנִים, לויט ווי איך פארשטיי איז עס א נייע פראיעקט-אויסגאבע פאר די קינדער מיט תוכן'פולע אינטערהאלטונג

מיינעך אז עס דארף ארויסקומען יעדע צוויי וואכן,

אדרבה איינער מיט מער פרטים זאל קלאר אריינקומען



ביים זען די ערשטע מאל די עד האב איך געמיינט אז דאס איז א פרישע קאמפעטישן פאר קינדליין, מיט די זעלבע ניגון אז מחנכים געבן עס ארויס. איך האב מיך שוין אויפגערעגט און געמישט ווייטער... ביז איך האב געליינט א ארטיקל פון דעם אין 'דער איד', צו זען אז דאס איז עפעס א יוניק פרישע איידיע, מ'נעמט אינטערטעימענט און מ'פאקט אריין אין דעם תורה, ס'איז זייער א שטארקע זאך, אז די קינדער אינזשויען ממילא זאלן זיי כאטש עפעס קונה זיין אין די זעלבע צייט....

אבער דאך, איך גלייב שווער אז דאס זאל מצליח זיין ארויס צו קומען בקביעות יעדע 2 וואכן, ס'מאכט נישט קיין סענס. לויט ווי זיי לייגן עס ארויס דארף נעמען מער ווי א חודש אנצוגרייטן יעדע אזא סידי.

נאך א שטארקע חידוש איז אז ס'האט ממש נישט קיין באקאנטע נעמען וואס שטייען אונטער דעם פראדזשעקט, האבן זיי עקספיריענס, אדער איז עס סתם אפאר עקסייטעט אינגעלייט וואס ווייסן נישט אין וואס זיי טאנצן אריין... אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן געמאכט א מעסיוו 'פוירסט אימפרעשן' און ס'זעט אויס ווי עפעס וואס גייט זיין קנאקעדיג.

איין זאך איז נישט קלאר, זיי האבן אין ערגעץ נישט ארויסגעלייגט קיין פרייז וויפיל ס'גייט קאסטן. איינער האט א אהנונג?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 2:15 pm

ברעטל האט געשריבן:
אלופי אדום האט געשריבן:זעה איך אדווערטייזט א נייע פראגראם קִינדְיָנִים, לויט ווי איך פארשטיי איז עס א נייע פראיעקט-אויסגאבע פאר די קינדער מיט תוכן'פולע אינטערהאלטונג

מיינעך אז עס דארף ארויסקומען יעדע צוויי וואכן,

אדרבה איינער מיט מער פרטים זאל קלאר אריינקומען



ביים זען די ערשטע מאל די עד האב איך געמיינט אז דאס איז א פרישע קאמפעטישן פאר קינדליין, מיט די זעלבע ניגון אז מחנכים געבן עס ארויס. איך האב מיך שוין אויפגערעגט און געמישט ווייטער... ביז איך האב געליינט א ארטיקל פון דעם אין 'דער איד', צו זען אז דאס איז עפעס א יוניק פרישע איידיע, מ'נעמט אינטערטעימענט און מ'פאקט אריין אין דעם תורה, ס'איז זייער א שטארקע זאך, אז די קינדער אינזשויען ממילא זאלן זיי כאטש עפעס קונה זיין אין די זעלבע צייט....

אבער דאך, איך גלייב שווער אז דאס זאל מצליח זיין ארויס צו קומען בקביעות יעדע 2 וואכן, ס'מאכט נישט קיין סענס. לויט ווי זיי לייגן עס ארויס דארף נעמען מער ווי א חודש אנצוגרייטן יעדע אזא סידי.

נאך א שטארקע חידוש איז אז ס'האט ממש נישט קיין באקאנטע נעמען וואס שטייען אונטער דעם פראדזשעקט, האבן זיי עקספיריענס, אדער איז עס סתם אפאר עקסייטעט אינגעלייט וואס ווייסן נישט אין וואס זיי טאנצן אריין... אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן געמאכט א מעסיוו 'פוירסט אימפרעשן' און ס'זעט אויס ווי עפעס וואס גייט זיין קנאקעדיג.

איין זאך איז נישט קלאר, זיי האבן אין ערגעץ נישט ארויסגעלייגט קיין פרייז וויפיל ס'גייט קאסטן. איינער האט א אהנונג?


איינער פון די נעמען וואס איז געשטאנען אין די צייטונגען ער פירט די 'קנין משנה' מתמידים און יעצט עפענט ער אויך די פראגראם וואס פון די פראגראם קענען אסאך מער קינדער הנאה האבן און אויך די מיידלעך.

עס גייט קאסטן $35 א חודש און עס קומט ארויס יעדע צוויי וואכן, און אויך שטייט אז זיי ארבעטן שוין זייער לאנג דערויף סא אפילו עס נעמט א חודש צו מאכן האלטן זיי שוין מיט 5-6 שטיק פאראויס.
דו האסט א גמ"ח פון שיסן אומזיסטע נעגעטיוויטי? אדער דו טוסט עס גאר פאר פרנסה?

אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » זונטאג פאברואר 16, 2020 12:16 pm

איינער האט עס שוין באקומען? וואס איז עס?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דובי'ס א פען, טשיפקא, פעטער שמואל און 17 געסט