דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
סוקסעספולער איד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:23 pm
לאקאציע: געבליבן שטעקן אינעם עלוועטער

תגובהדורך סוקסעספולער איד » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:57 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?


דא האסטו:

הלב שלי נקרע לשניים
מה שלא ראתה שפחה על המים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים פועם
ואין תרופה בעולם

הלב שלי מרים ידיים
כבר מועד לא עומד על הרגליים
שבר כלי שאין בו כבר מה
והשמים הם לי חומה
איך אעבור בתוך הים ביבשה

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

הלב שלי נקרע לשניים
חציו אשם וחציו לשם שמים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים
ואין תרופה בעולם ללב

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

(דער ווארפט צאם לשונות פון תנ"ך, מורא'דיג)

נ.ב. דער וואס כאפט, ליגט דא א טיפקייט אין די גראמען: סופה תופה מיט תרופה גראמען, הים מרים בעולם שטימט אויך, אזוי אויך לזכך מיט לרכך און נאך אסאך ווערטער ציווישן די שורות (נישט אלעס) וואס גראמט מיט די זעלבע ווארט אויפן ביט פון די נעקסטע שורה....


וואס פשט? פון: "לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל" אויסרייניגן די זאמד און אפווייכן פון מיר אלעס?

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג ינואר 27, 2020 1:24 pm

איך וואונדער זיך נישט פארוואס דער "ריבו" פארמאגט אזויפיל חסידים, נישט די טיפקייט פון זיין נגינה (וואס ער פארמאגט נישט בפועל, אפשר בכח) און נישט די געפילן פון די טיפעניש פון די נשמה איז וואס ער ברענגט ארויס. נאר פשוט ווייל זיין געזינגעכץ און זיינע ניגונים (לדוגמא דער הייליגער "הלב שלי"....) ברענגען ארויס א געוויסער געפיל מיט וואס א יעדע נפש הבהמי קען זיך דערמיט אידענטעפיצירן....

און איך קלער נישט אז עס פעלט ממש אויס צו ברענגען קיין אמעריקע א זינגער פון דעם סארט - ווייל אויסער וואס "על הראשונים אנו מצטערים" - קען מען זיך עני טיים אריינזעצן אין עני דאקטאר'ס אפיס און זיך דארט מחי' זיין מיט אמת'ע טיפע נשמה'דיגע נגינה, און מעורר זיין די רגשי נפש הבהמי און זיי ארויסברענגען פון די פארבארגענע טיפענישן ארויף צום אויבערפלאך.....
נישט דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען, נאר די בלינדע אמונה אין דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג ינואר 27, 2020 3:04 pm

כ'מיין אז כ'האב קיינמאל געהערט דעם ישי ריבו... אבער לכאורה פארשטיי איך אז דו זאגסט א גוטע פונקט.
הוי מחשב...

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג ינואר 27, 2020 3:38 pm

די קעפל פונעם אשכול איז קיין קשיא נישט, עס איז פשוט אז יעדע קולטור געבט ארויס אנדערע מוזיק און אנדערע סארט זינגערס. אויך, אויב האלטסטו אז איינער איז אזא גוטע זינגער אז ער איז איינס פון א מיליאן, דארף דאך נישט זיין מער ווי איינער פאר יעדע מיליאן...

אבער אויב וויל מען רעדן וואס עס פעלט פון די היינטיגע אידישע מוזיק, איז עס לדעתי די אבסטראקט. פארוואס דארף אלעס ווערן ארויסגעזאגט ברחל בתך הקטנה? לאז אביסל פאר די מח צו טראכטן, פאר די הארץ צו פילן. א שטארקע משל איז בריוועלע פון מאטי שטיינמענץ, קענסט מיר זאגן פארוואס ער זאגט די נמשל? די משל איז דאך אזוי קלאר.

ווער עס האט נישט פארשטאנען, קען איך נישט מסביר זיין. "איך האב געווארט און געווארט אין ביהמ"ד אין א ווינקעל..."

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג פאברואר 02, 2020 10:54 pm

קען איינער ברענגען די קליפ וואו ליפא זינגט הלב שלי?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 36 געסט