דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » זונטאג ינואר 19, 2020 3:48 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:געזען די קליפס און צוגעמאכט אינמיטן. כ'זעה נישט קיין זינגער, נישט קיין כאריזמע. עפעס א הייזעריגער בער ברימט.

להבדיל אלף אלפי הבדלות! געפענט א גמרא אין אנגעהויבן זאג'ן די ווערטער אין צוגעמאכט אינמיטן, כ'זעה נישט קיין קשיא, נישט קיין תירוץ אדער א ראי', עפעס א צומישטע בלאט אנגעפילט מיט ווערטער.
א טיפע בלאט גמרא דארף מען אדורך לערנען אין מען האט הנאה!
אין נאכאמאל להבדיל וכו', א טיפע קאמפעזישען אדער א טיפע זינגער דארף מען אדורך לערנען מען זאל הנאה האבן!
מען קען נישט אוועק מאכ'ן מליונ'ע מענשטען וואס גייען ניסלעך פאר אים, יש דברים בריבו!

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » זונטאג ינואר 19, 2020 4:02 pm

@נאר מיט שמחה, אפרש שיחתי:
לאמיר זיין אביסל אויפען, די מוזיק וועלט איז רוזיג גרויס. אין ווען איך רעדט פון די מוזיק וועלט מיין איך אפילו די גויאשיע מוזיק, נישט בחינם ווערט עס אנגערופן אין די ספרים הקדושים 'חכמת הנגינה', נגינה קען איבער נעמען א מענשט'ס געפילין, עס לייגט אריין אין א טרויער, אין עס לייגט אריין א מענשט אין א שמחה'דיגע מאד.
ביי די גוים להבדיל זענען זייער אסאך ניגונים געבויט אויף אום איידעלע נושאים, אבער מיט די גאנצע חכמת הנגינה אין דעם, אין טאקע וועג'ן דעם איז עס אן איסור גמור צו הערן ואכמ"ל.
איז לאמיר רעד'ן אויף דעם: צו זאג'ן אז די חכמת הנגינה ליגט ביי אינז היימישע אידן? איי יאדענט סעי סא! די גוים האב'ן ריזיגע קאמפעזיטערס אין פארשטייען צו די חכמת הנגינה אסאך טיפער ווי אינזער אלע מלחינים צונעזאם, נאר טאקע וועג'ן זייערע נגונים זענען גאר טיף אין באלערענט, ווען די גייסט עס הער'ן גייסטו ווערן אינגאצען איבערגענומן, אין פינקט דאס איז די איסור. ודוק.
יעצט אין אינזערע היימישע שטיבער ווער'ן געזונגען ניגונים טאקע וואס איז געוואר'ן קאמפעזירט ביי די אלע קאמפערזרס וואס די האסט דערמאנט, אבער זאג'ן די חכמת הנגינה ליגט ביי אינז, קלאר נישט! אביסל יא, אבער רוב נישט.
יעצט כלל ישראל איז איינגעטיילט כהיום אין צוויי: די היימישע (אריינגערעכט אויך די פרימע ליטווישע וכדו'), און מער די ארץ ישראל'דיגע ספרדים (אריינגערעכנט אין דעם, אויף מזרחים, דתיים וכדו'), ביי די היימישע איז טאקע אנגענומען אונזערע קאמפאזערס, אין בי די ספרדים והמסתעף זייערע קאמפאזערס.
ניגונים וואס גייען שטארק ביי די ספרדים גייען אסאך שטערקער, ווי די נגונים וואס גייען שטארק ביי די היימישע (עי' מספר הוויאו"ס באינטערנט. ואי קשיא לך הא אין ההיימעשע עסוקים כל כך בצפיות על האינטרנרט, נכון, אבל אין זה סותר הכלל שאם כל זאת, ויכול להיות שדוקא משום הא, הניגונים של הספרדים הם יותר פאפלורים).
אין דייקא וועג'ן די טיפקייט וואס זיי האב'ן סיי אין די טאן, (אפשר ווייל ביסט נישט צו געוואונט צו דער מהלך הנגינה קוק עס נישט אויס אזוי), אין סיי אין די ווערטער, ווי עס ווערט שוין דערמאנט אויב'ן.

המשך יבוא על נושא זו בעזה"י..

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

תגובהדורך פערפלוואל » זונטאג ינואר 19, 2020 4:18 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:@נאר מיט שמחה, אפרש שיחתי:

ליהוי ידוע: פאר דו הייבסט אן צו רעדן, ישי ריבו איז גאר א פרומער און אמאל איז געווען א מציאות פון טיפע, מוזיקאלשע ניגונים ביי חסידים.
viewtopic.php?f=18&t=41301&start=25#p2082736

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

תגובהדורך פערפלוואל » זונטאג ינואר 19, 2020 4:33 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:געזען די קליפס און צוגעמאכט אינמיטן. כ'זעה נישט קיין זינגער, נישט קיין כאריזמע. עפעס א הייזעריגער בער ברימט.

להבדיל אלף אלפי הבדלות! געפענט א גמרא אין אנגעהויבן זאג'ן די ווערטער אין צוגעמאכט אינמיטן, כ'זעה נישט קיין קשיא, נישט קיין תירוץ אדער א ראי', עפעס א צומישטע בלאט אנגעפילט מיט ווערטער.
א טיפע בלאט גמרא דארף מען אדורך לערנען אין מען האט הנאה!
אין נאכאמאל להבדיל וכו', א טיפע קאמפעזישען אדער א טיפע זינגער דארף מען אדורך לערנען מען זאל הנאה האבן!
מען קען נישט אוועק מאכ'ן מליונ'ע מענשטען וואס גייען ניסלעך פאר אים, יש דברים בריבו!

;l;p-

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 19, 2020 8:04 pm

@פערפאלוול
כהאב הנאה אז די דערמאנסט ״אהרן רזאל״ וועלכע האט אויך א שטארקע ענדעלקייט צו ישי און איז באקאנט מיט זיין ״ויהי שעמדה ״ ניגון
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג ינואר 19, 2020 8:12 pm

וואס איז שלעכט מיט מאטי שטיינמעטץ?

ער זינגט נישט אזוי הארציג ווי ישי?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג ינואר 19, 2020 8:31 pm

מאטי׳ס זינגען איז בכלל נישט ארגינעל
דביה תחדי נפשא

ואיני יודע מה
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm

תגובהדורך ואיני יודע מה » זונטאג ינואר 19, 2020 8:48 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:@פערפאלוול
כהאב הנאה אז די דערמאנסט ״יונתן רזאל״ וועלכע האט אויך א שטארקע ענדעלקייט צו ישי און איז באקאנט מיט זיין ״ויהי שעמדה ״ ניגון

א ברודער פון אהרן.

יודישער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » זונטאג ינואר 19, 2020 9:16 pm

חמרא טבא האט געשריבן:מאטי׳ס זינגען איז בכלל נישט ארגינעל

;l;p-
דאס איז באמת די פראבלעם מיט די אמעריקאנע/חסידישע זינגערס די שטיק איז זיי סאך וויכטיגער ווי די הארץ(לדוגמא בערי הגם ער האט זיך אינגאנצען געטוישט ווי ווען ער איז אריין אין נגינה דאך איז עס געבליבען שטעקען אויף איהם...קיק אויף די אלבום'ס וואס ער געט ארויס...קענסט עס אויך זעהן ביי מאטי אילאוויטש זיין צווייטע אלבום איז נישט דומה צים ערשטע'ן)

אור
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » זונטאג ינואר 19, 2020 10:26 pm

מקץ האט געשריבן:אין הכי נמי, ס'איז מיר א חידוש אז חיים גולד האט נישט אויפגעכאפט. מ'קען ממש משוגע ווערן פאר זיין סטיל.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג ינואר 19, 2020 11:04 pm

חמרא טבא האט געשריבן:מאטי׳ס זינגען איז בכלל נישט ארגינעל

דהיינו, וואס הייסט נישט ארגינעל?

וועלכע חלק פון מאטי שטיינמעטץ׳נס זינגן איז נישט ארגינעל?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג ינואר 19, 2020 11:38 pm

פעיק בלע״ז זיראו התרגשות
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » זונטאג ינואר 19, 2020 11:41 pm

אז מ'רעדט פון יו טוב וויאוס, עס איז דא צעדליגער ווידיואוס פון מאטי שטיימעץ, בערי וועבער, בעני פריעדמאן, שמילי אונגאר און נאך, וואס האבן שווערע מיליאנען וויאוס אויף יו טוב. א ווידיאו קען אויך גיין וויירעל אפילו ס'נישט די שענסטע ניגון אדער זינגער
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » זונטאג ינואר 19, 2020 11:45 pm

חמרא טבא האט געשריבן:פעיק בלע״ז זיראו התרגשות

ה"ה דכתיב על טעם וריח אין להתווכח
וועסט כמעט נישט הערן פון איינעם וואס האלט אז מאטי זינט פאלש און אן התרגשות
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג ינואר 20, 2020 6:17 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:@נאר מיט שמחה, אפרש שיחתי:
לאמיר זיין אביסל אויפען, די מוזיק וועלט איז רוזיג גרויס. אין ווען איך רעדט פון די מוזיק וועלט מיין איך אפילו די גויאשיע מוזיק, נישט בחינם ווערט עס אנגערופן אין די ספרים הקדושים 'חכמת הנגינה', נגינה קען איבער נעמען א מענשט'ס געפילין, עס לייגט אריין אין א טרויער, אין עס לייגט אריין א מענשט אין א שמחה'דיגע מאד.
ביי די גוים להבדיל זענען זייער אסאך ניגונים געבויט אויף אום איידעלע נושאים, אבער מיט די גאנצע חכמת הנגינה אין דעם, אין טאקע וועג'ן דעם איז עס אן איסור גמור צו הערן ואכמ"ל.
איז לאמיר רעד'ן אויף דעם: צו זאג'ן אז די חכמת הנגינה ליגט ביי אינז היימישע אידן? איי יאדענט סעי סא! די גוים האב'ן ריזיגע קאמפעזיטערס אין פארשטייען צו די חכמת הנגינה אסאך טיפער ווי אינזער אלע מלחינים צונעזאם, נאר טאקע וועג'ן זייערע נגונים זענען גאר טיף אין באלערענט, ווען די גייסט עס הער'ן גייסטו ווערן אינגאצען איבערגענומן, אין פינקט דאס איז די איסור. ודוק.
יעצט אין אינזערע היימישע שטיבער ווער'ן געזונגען ניגונים טאקע וואס איז געוואר'ן קאמפעזירט ביי די אלע קאמפערזרס וואס די האסט דערמאנט, אבער זאג'ן די חכמת הנגינה ליגט ביי אינז, קלאר נישט! אביסל יא, אבער רוב נישט.
יעצט כלל ישראל איז איינגעטיילט כהיום אין צוויי: די היימישע (אריינגערעכט אויך די פרימע ליטווישע וכדו'), און מער די ארץ ישראל'דיגע ספרדים (אריינגערעכנט אין דעם, אויף מזרחים, דתיים וכדו'), ביי די היימישע איז טאקע אנגענומען אונזערע קאמפאזערס, אין בי די ספרדים והמסתעף זייערע קאמפאזערס.
ניגונים וואס גייען שטארק ביי די ספרדים גייען אסאך שטערקער, ווי די נגונים וואס גייען שטארק ביי די היימישע (עי' מספר הוויאו"ס באינטערנט. ואי קשיא לך הא אין ההיימעשע עסוקים כל כך בצפיות על האינטרנרט, נכון, אבל אין זה סותר הכלל שאם כל זאת, ויכול להיות שדוקא משום הא, הניגונים של הספרדים הם יותר פאפלורים).
אין דייקא וועג'ן די טיפקייט וואס זיי האב'ן סיי אין די טאן, (אפשר ווייל ביסט נישט צו געוואונט צו דער מהלך הנגינה קוק עס נישט אויס אזוי), אין סיי אין די ווערטער, ווי עס ווערט שוין דערמאנט אויב'ן.

המשך יבוא על נושא זו בעזה"י..

בראש ובראשונה כ'האב נישט געמיינט דעם עולם הנגינה פון די וועלט, כ'אגעמיינט טאקע אונזער ציל אין מוזיק, זיך אנווארעמען די הארץ פארן באשעפער, זיך לערנען עפעס א מוסר השכל, ארויסנעמען פון די תוכן עפעס א חיזוק אדער עפעס א שטיקל מוסר, אמונה ביטחון, וכו' וכו'.
דעס איז פון די אידיש סטייל. און פון די לשה"ק זאל זיין סתם אזוי א דערהויבענע ניגון, אדער א פרייליכע.
טענה'סטו, אז ביי אונז איז אויך דא ניגונים אן קיין הענט און פיס וכו', דעס איז נישט אונזער'ס, סי' מענטשן וואס מאכן זיי נאך, 'זיי' מיין איך די'ע וואס מאכן נאך די גויש'ע וועלט, וואס דעס איז יעדער מודה אז פון דארט שטאמט עס, מוזיקאליש איז עס אפשר, אבער נישט קיין שייכות מיט די הארץ פון נגינה וואס ציהט ארויף, דעס איז נגינה וואס ציהט אראפ אדער קנאקט אין וואנט אריין.
זאגסטו, אז ישי ריבו פון אחינו בני הספרדים איז געוואלדיג, ריכטיג! אבער איך קוק אויף איהם און טאקע דעם רזאל'ן למיניהם וואס זענען באמת תוכנ'דיג און פיין, אבער קומט נישט צו צו אונזערע היימישע גוטע, און ווידער אמאל: די אידישע נגינה איז ביי אונז!
פרעגסטו, פארוואס ביי די ספרדים ווערן די ניגונים מער אויפגעכאפט? דעס ביסטו אינגאנצן אינגאנצן אינגאנצן נישט גערעכט. קיין שום ניגון פון זיי איז נאכנישט געווארן אויפגעכאפט ווי צענדליגע ניגונים פון אונז!! וואס איז יא אויפגעכאפט געווארן, איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער זינגער! דער זינגער ווערט א גאנצע געטשקע מ'קישט איהם די הענט און מ'לעקט איהם די פיס. ווי איך האב שוין אויבן געשריבן אז ביי אונז איז דא משפיעים אדמורי"ם און זינגער'ס, און ביי זיי איז עס איינס!!
איי שרייבסטו, אז אויף יוטיוב וכו' זעהט מען די נפקא מינע'ס, וועל איך דיר זאגן אז די אמת'ע אונזערע היימישע נגינה איז בכלל נישט ארויפגעלייגט אויף די'ע פלעצער, אחוץ פון דעם, ביי אונז וועט מען הערן דעם ניגון, זיך אויסלערנען, און איבערזינגען און איבערזינגען. משא"כ ביי זיי קומט עס מיט א גוטן ווידיאו, אדער סתם א ווידיאו אבער מ'זעהט ווי דער רבי אליינ'ס זינגט עס, אטאמאטיש זעהט מען עס איבער און איבער...
און נאך, מיט אנדערע ווערטער טענה'סטו, אז סי' דא מער אידן ווי גויים, און מער נישט היימישע ווי היימישע...., סי'נישט קיין שום ראי' די "מספר הוויאו"ס באינטערנט"...
נאך שרייסטו, אז סי'וועגן די טיפקייט און ווערטער וכו', סי'נישט דא אין דעם מער טיפקייט ווי אונזערע שיינע ניגונים!, פארקערט, אסאך פון די'ע ניגונים זענען פשוט און גלאטיג, אזוי ווי עפעס א דרשה וואס מ'רעדט, מ'שטעלט'צעך אפ, און מ'רעדט ווייטער, כ'זאג נישט אז זיי האבן נישט ניגונים מיט חידושים, אבער נישט 'דעס איז די זאך וואס ליגט אין דעם".
שטילערהיייט טראכסטו, אז אפשר קען איך זיך נישט אויס..., זאג איך דיר אז איך האב שוין דורך געטוהן א גוטע שטיק צייט די גאנצע נושא, און איך הער כמעט יעדע ניגון פון די'ע געמיינדע, און כ'האב אויך זייער הנאה פון דעם! אבער מיין מיינונג בכלליות איבער היימישע אידישע נגינה האב איך שוין געשריבן און געשריגן!!!
און צום שלוס: ווי האסטו געטראפן אזא ניגון ווי "א מצה אין אויבן אריין"? אזוי אויך אלע הארציגע ניגונים פון פינקי אויף מיכאל'ס סידי'ס?? ווער האט נאך באוויזן א צענטל פון די הארציגקייט, תוכן, חידושים און גראמען, גוטע ווערטער, און יא, אויך טיף מוזיקאליש, אדער ווי די לעכטעלע וואס איז נישט דווקא אזוי מוזיקאליש אבער סי' שנייט די הארץ און קוועטשט אויס די אויג?!
ווער האט נאך באוויזן אזא ניגון ווי "יא! דו קענסט", פון מאטי אילאוויטש, א שטיק חיזוק מיט אזא פשטות וואס באזעצט זיך אין הארץ און קאפ און קריכט נישט ארויס? אז מ'רעדט שוין פון מאטי, ווער ברענגט מיר נך אזא ניגון ווי "דורכגאנג", וואס כ'האב נישט די ווערטער צו באטאנען גענוג די טיפקייט און חידוש פון יעדע איינציג ווארט, כ'זאג דיר צו, אז ווען מאטי איז נישט קיין היימישער וואלט ער געווען אסאך גרעסער. היינט איז ער אויך גרויס, אבער ביי זיך אינדערהיים, ער איז נאכנישט קיין רבי און משפיע...
אזא מרחוק פון משולם גרינבערגער האסטו שוין געהערט פון איינעם דארט?
שוין גענוג געשריבן...כ'דארף מיך אביסל בארוהיגן... האסט מיר שוין געמאכט אינגאנצען הייזעריג...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג ינואר 20, 2020 8:46 am

@נאר מיט שמחה
איך הער וואס די זאגסט און די האסט א שטיקעל פוינט

די אמת איז טאקע אז מוטי אילאוויטש איז טאקע א חידוש אין די חסידישע מארקעט
מצד שני קענסטו נישט פארגלייכן זיים זינגען צו ישי
מוטי זינגט טאקע מלא רגש אבער אינעם חלק פון ארגענעלקייט און זינגען פשוט אן ציפיצען די קול- אין דעם איז ישי פיל שטערקער אין דאס איז וואס די עולם גלייכט

עגעין, ישי האט א פעקעדש וואס האט אים געמאכט פאפולער

פאר די וואס טענן אז מוטי שטיינמעטס איז שטארק אויפן אינטערנעט.... זיין שטערקסטע ניגון האט דאכציך 6 מליון ציפיות און דע לשוב הביתה פון ישי האט איבער 30 מיליאן
סו...
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:30 am

איך בין גאר א קליינער פארשטייער צו נגינה, אין איך האב ישי ריבו נישט געהערט אבער א מיינונג האב איך אויף אלצדינג,

וויפיל חסידים זענען דא אין וויפיל ספרדים?

אין ביי די חסידים וועט יעדער צווייטער נישט הערן דעים אין יענעם ווייל זיין אידישקייט אדער זינגען איז עם נישט געניג ערליך, אדער סתם נישט לפי כבודו צי זינגען זיין נגון, אדרבה ליינטס די ריוויאס דא אויפן וועלט פין סידיס וואס זענען ארויסגעקימען
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:56 am

זיין שטארקייט אין מיינע אויגן איז די פשטות פון די ניגונים, וואס איז זייער לייכט פארן אויער, אין אזוי אויך זיין רואיגע וועג פון זינגען דרייט נישט קיין טענער מיט קיין שטיקעס, פשוט געזינגען נאטירלעך,
אין פארשטייט זיך די תוכן פון די ניגונים זענען מוראדיג שטארק, וואס דאס קען מען נישט נאכמאכן אין אידיש, לדוגמא, נעם דעם ניגון הלב שלי אין טייטש עס אויף אידיש, גייט עס נישט האבן קיין טעם אין קיין ריח ,לשון קודש איז א מורא'דיגע רייכע שפראך, עפעס וואס אידיש פארמאגט נישט.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:43 pm

צום קעפל:
פארוואס דארף אמעריקע א באזונדערע ישי ריבו? ער לאזט נישט בני חוץ לארץ אויסהערן זיינע געזאנגען?
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

תגובהדורך פערפלוואל » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:55 pm

קיטשי האט געשריבן:צום קעפל:
פארוואס דארף אמעריקע א באזונדערע ישי ריבו? ער לאזט נישט בני חוץ לארץ אויסהערן זיינע געזאנגען?

;l;p-
בשעת הדחק קען מען לערנען פשט: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אידיש?
לעצט פאראכטן דורך פערפלוואל אום מאנטאג ינואר 20, 2020 4:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צווייער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:27 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:חיים גולד איז אויך אביסל די סטייל, און ער האט אידישע ניגונים.

מוזיקטראכטער
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 2:41 pm

עס איז נישט דא קיין קלייענטעל פאר ישי ריבו ביי אונז חסידישע

תגובהדורך מוזיקטראכטער » דינסטאג ינואר 21, 2020 9:41 pm

אלע חסידישע זינגערס וואס זענען אויפגעפיקט איז עס א געוויסע סטייל וואס זיי האבן אין גלייכן, אונזער בליק איז פון אינעווייניג, ממילא הערן מיר די חילוק פון אונזערע זינגערס, אבער פאר דרויסענדע זעהט עס אויס אלעס די זעלבע, אזוי ווי פאר אונז די ספאנישע מוזיק, די סיבה איז ווייל עס גייט לויט דעם וואס די עולם זיכט אויב שמואלי אונגאר וועט זיך צושטעלן צום מייק און אנהייבן זינגען טיפע גאספעל בלועס אדער רעפ און פרובירן זייערע געדרייערייען וועט ער קענען גיין זיכן א נייע דזשאב, ממילא צום פוינט כאטש טאקע ישי ריבו איז זייער הארציג און שיין, וועט אבער קלייענטעל (ליין: די קאסטומערס וואס באשטעלען דעם זינגערס) נישט קאנעקטן צו עים.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:17 pm

אין אנדערע נייעס האט ישי געקענסעלט די לעצטע מינוט די היינטיגע קאנצערט צוליב דעם וואס ער פילט נישט גוט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:26 am

פערפלוואל האט געשריבן:
קיטשי האט געשריבן:צום קעפל:
פארוואס דארף אמעריקע א באזונדערע ישי ריבו? ער לאזט נישט בני חוץ לארץ אויסהערן זיינע געזאנגען?

;l;p-
בשעת הדחק קען מען לערנען פשט: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אידיש?

די ריכטיגע קעפל:
פארוואס איז נאכנישט דא אין אמעריקע א חסידיש'ער זינגער וואס זינגט די ספארדישע און תיימענע פיוטים, אויף דעם זעלבן הערליכן וועג וואס זיי זינגען... (ארויפדערייען און אראפדרייען מיט א 'נאז שטימע' וכו' וכו'...)!

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:03 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:קען איינער אראפברענגען די ווערטער פונעם ניגון הלב שלי?

דא האסטו:

הלב שלי נקרע לשניים
מה שלא ראתה שפחה על המים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים פועם
ואין תרופה בעולם

הלב שלי מרים ידיים
כבר מועד לא עומד על הרגליים
שבר כלי שאין בו כבר מה
והשמים הם לי חומה
איך אעבור בתוך הים ביבשה

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

הלב שלי נקרע לשניים
חציו אשם וחציו לשם שמים
כמו סופה מן הים הולם
כמו תופה של מרים
ואין תרופה בעולם ללב

פזמון:
וְרַק אַתָּה יָכוֹל
לַהֲפֹךְ מִסְפְּדִי לְמָחוֹל
לְזַכֵּךְ אֶת הַחֹל
לְרַכֵּךְ בִּי הַכֹּל

וְרַק אַתָּה מֵבִין אֵיךְ לָגֶשֶׁת לַלֵּב שֶׁלִּי
מְשַׁכֵּךְ כָּל כְּאֵב שֶׁבִּי
מְרַפֵּא אֶת הַלֵּב

(דער ווארפט צאם לשונות פון תנ"ך, מורא'דיג)

נ.ב. דער וואס כאפט, ליגט דא א טיפקייט אין די גראמען: סופה תופה מיט תרופה גראמען, הים מרים בעולם שטימט אויך, אזוי אויך לזכך מיט לרכך און נאך אסאך ווערטער ציווישן די שורות (נישט אלעס) וואס גראמט מיט די זעלבע ווארט אויפן ביט פון די נעקסטע שורה....

די טייטש אין ענגליש:

My heart is split in two
What the maidservant did not perceive by the water
Like a storm from the sea, it throbs
Like Miriam's timbrel, it beats
And there is no cure in the world

My heart surrenders
I stumble, can no longer stand on my feet
Just a wreck with no purpose
And the skies are like a wall to me
How shall I pass through the sea on dry ground

And only You can turn my mourning into dancing
To purify the sand
To soften all in me
And only You know how to approach my heart
You lessen any pain within me
You heal my heart

My heart is split in two
Half of it is guilty, and half of it is for the sake of Heaven
Like a storm from the sea, it throbs
Like Miriam's timbrel, it beats
And there is no cure in the world for the heart

And only You can turn my mourning into dancing
To purify the sand
To soften all in me
And only You know how to approach my heart
You lessen any pain within me
You heal my heart

And there is still a foe who bothers the flock
And there is no envoy who would scream for God
Only me before a whole sea and a broken heart

And only You can turn my mourning into dancing
To purify the sand
To soften all in me
And only You know how to approach my heart
You lessen any pain within me
You heal my heart

And only You can turn my mourning into dancing
To purify the sand
To sanctify all in me
And only You know how to approach my heart
You lessen any pain within me
You heal my heart

שמילי אונגאר: https://www.dropbox.com/s/8u2iwe35id11x ... r.mp4?dl=0

ישי ריבו: https://www.dropbox.com/s/zpb22v5fyys8x ... D.mp4?dl=0

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: pianist, וואס עפעס?, שׁעמעדיגער און 33 געסט