דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:14 pm

ישי ריבו איז א אינגער ספרדישער אפשטאמיגער וועלכע וואוינט אין ארץ ישראל

אין די לעצטע פאהר יאר האט ער געבראכן אלע רעקארדס מיטן ווערן די פאפולערסטע זינגער ביים המון עם אין ארץ ישראל

אלול- די סידי פונעם יאר איז באלד ביים ארויסקומען פארקויפט געווארן אין די שווערע טויזענטע אין די ניגונים זענען געזינגען געווארן אין זייער אסאך ספרד׳ישע הייזער איבער יו״ט

די פאפולערע ״נפשי״ איז געווארן די הויפט קומזיץ ניגון וואו נאר די עולם האט עס געהערט

ער איז מקדש שם שמיים יעדער מאל ווען ער זינגט ניגונים מלא בדברי אמונה וביטחון מיט זיינע אייגען געמאכטע פעוטים

אלע מבינים אין מוזיקאלישער קאמפאזירער ברעכען זיך קאפ צו פארשטייי וויאזוי האט ער איבערגענומען די מארקעט אין אזא קורצע צייט. עטליכע פון זיינע ניגונים האבן איבער 30 מיליאן געזען געווארן אויפן אינטערנעט!!
די פידבעק איז געוואלדיג, איז וואס פונקטליך ליגט דא באהאלטען ?!

די סוד:
ישי איז געבענשט געווארן מיט א ווארים הארץ און וואו נאר ער מאכט צו זיינע אויגן אין נעמט זיך זינגען שפירט די עולם אז ער רעדט דא דירעקט פון זיין נשמה, מען זעהט טאקע אז ביי קאנצערטן זינגט די עולם מיט , מיט א מורא׳דיגע ווארימקייט

זיין מהלך:
• ער זינגט נאטראל, נישטא קיין זיך מאכען און נאכמאכן
ער דרייט נישט מיט זיין שטימע
ער איז פשוט דא איבערצוגעבן וואס ליגט אים אויפן הארץ מיט א natural צוגאנג

• ער זינגט אויף א נידריגע שטומע, זעלטן וואס ער ציעט ארויף

• די ווערטער פון זיינע ניגונים רעדט דירעקט צום נשמה און מען פארט באלד אריין אינעם היכל הנגינה

ובכן שטעלט זיך די פראגע, וואו איז די אמעריקאנע אידיש רעדענדע ״ישי ריבו״ ווען וועט איינער פונעם חסידישען עולם דערליווערן אזוינס ?

ווען וועט קומען א זינגער אין זינגען ווערטער צום באשעפער אויף אידיש ?!

די עולם טאנצט יעדער נאכט אויף שימו לב, אבער זייט נישט ברוגז, איך גלייב נישט אז 10 פראצענט אפילו ווייסן די אפטייטש פון די ווערטער ( איך פערזענליך האב אויכעט נישט געוויסט ביז כהאב געזעהן די טייטש אין די זמירות המפורש)

וואס האלט דער עולם?
צוגעלייגטע
ishai.JPG
ishai.JPG (37.95 KiB) געזעהן 2641 מאל
לעצט פאראכטן דורך וואס עפעס? אום דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:25 pm

איך וויל נאר מוסיף זיין אז ער נישט נאר פאפולער אין ארץ ישראל, נאר אויך אידן אין אמעריקע וואס גלייכן נגינה פון הארץ זענען זיינע שטארקע צוהערער.
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול.....

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:31 pm

אז מ'רעדט שוין, שענק אהער אפאר סעמפלס
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:47 pm

יש בו האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, שענק אהער אפאר סעמפלס

https://mostlymusic.com/products/ishay- ... 3014&_ss=r

https://mostlymusic.com/products/motty- ... 3014&_ss=r
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:00 pm

זיין "הלב שלי האט געמאכט די זאך ביי מיר...
שמילי אונגאר ביים זינגען די ניגון...
https://www.dropbox.com/s/8u2iwe35id11x ... r.mp4?dl=0
וירא אלקים כי טוב ויהי ערב ויהי בוקר.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 8:19 pm

פון ישי אליינס וויאזוי ער זינגט האט איינער? יישר כח למפרע

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 8:32 pm

ישי ריבו שר למוישי הולצברג בבר מצווה את הלב שלי
https://jumbomail.me/j/De9kEE13t0yMgYq
https://drive.google.com/file/d/1CwBwoi ... sp=sharing

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 8:39 pm

פ' לך לך האט געשריבן:ישי ריבו שר למוישי הולצברג בבר מצווה את הלב שלי
https://jumbomail.me/j/De9kEE13t0yMgYq
https://drive.google.com/file/d/1CwBwoi ... sp=sharing

יישר כוחכם!!

איך און איך
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 10:41 pm

תגובהדורך איך און איך » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 8:56 pm

פ' לך לך האט געשריבן:ישי ריבו שר למוישי הולצברג בבר מצווה את הלב שלי
https://jumbomail.me/j/De9kEE13t0yMgYq
https://drive.google.com/file/d/1CwBwoi ... sp=sharing

גוגל דרייוו ארבעט נישט

You need permission
אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, דעמאלטס בין איך, איך

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 9:22 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:ער דרייט נישט מיט זיין שטימע

• ער זינגט אויף א נידריגע שטומע, זעלטן וואס ער ציעט ארויף

וואס עפעס? ער דרייט טאקע נישט עפעס עקסטער, אבער מיט זיין ספרד'ישע חן דרייט ער הערליך.

ער זינגט נידריג? נישט וואס איך ווייס. אזויפיל יא, ווען ער זינגט נידריג איז עס אויך שיין.

איך גלייך נאכאלץ ענדערש אוהד מאשקאוויץ.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » פרייטאג ינואר 17, 2020 1:52 am

זאג איך אויס שטילערהייט א סוד, אז פון אונטער די קאליסן רעדט מען שוין פון דעם סטייל נגינה, אבער מ'האט דערווייל מורא אפשר איז ס'צו פרי... די עוילעם וועט נישט זיין אפשר צופרידן פון דעם גאנג, נאך אלעם וועט עס דאך זיין א גוטן צ'יינג'... און ס'קען זיין מענשטן וועלן עס קוקן מיט קרומע אויגן.

קען גאר זיין אז דער פותח האשכול איז גאר פון 'די חברה', און וויל שמעקן דעם עוילעם'ס דעה...

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » פרייטאג ינואר 17, 2020 4:50 am

מיין פרעזענליכע דעה:

כ'פרעג א צווייטע שאלה, פארוואס איז נישטא ביי די ספארדישע\ליטווישע וועלט א מיכאל שניצלער, א פינקי, א מאטי, יונתן שווארץ, יוסף משה כהנא וכו'...?

נישטא דארטן איינער וואס ברענגט א תוכנ'דיגע מעסעדזש, א מעשה פון א צדיק וכו', אלעס איז נאר בקיצור ווערטער ווי מ'זאגט 'פון הארץ'..., אן קיין שום טיפע תוכן, און אפילו דער ישי וואס פארפאסט געוואלדיגע שיינע מוזיקאלישע ניגונים, די תוכן איז נישט צו טיף און אן טיפע חידושים, אלעס באוואוסטע פשוט'ע זאכן וואס יעדער קינד ווייסט דערפון.

ליפא שמעלצער פלעגט יא מאכן אביסל פון די'ע סטייל, א שטייגער ווי א פשוטער איד, די פינטעלע איד וכו', אבער דאך האט עס געהאט מער חידושים און האט געמעגט אריינמישן עפעס א חסידיש ווארט, (איך גיי נישט אריין אין השקפה חלק, כ'רעד פון די מציאות וויאזוי ס'איז).

סכ"ס האלט איך, אז די נגינה וועלט ליגט ביי אונז, ביי די חסידישע עוילעם!

(כא'געשריבן אין קורצן, אפשר וועליך נאך מאריך זיין אביסל).

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:22 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:מיין פרעזענליכע דעה:

סא, די האלטסט אז ווען די עולם שפרינגט ביי שימו לב, איז דא א מנין וואס האט אן אנונג וואס די ווערטער מיינען?!

בקיצור די האסט ליב די חסידישע רייסערס וואס ווערן איבערגענומען ווען זיי זינגען - אליהו הננבביאא זכור לטוב
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3239
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:25 am

האסט נאר וואס ארויסגעברענגט די מוחים פון די נארעס...
זיי ווארטען אויף עפעס פריש מוחה צו זיין...
בוי זיך זעלבסט

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:42 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:מיין פרעזענליכע דעה:

כ'פרעג א צווייטע שאלה, פארוואס איז נישטא ביי די ספארדישע\ליטווישע וועלט א מיכאל שניצלער, א פינקי, א מאטי, יונתן שווארץ, יוסף משה כהנא וכו'...?

נישטא דארטן איינער וואס ברענגט א תוכנ'דיגע מעסעדזש, א מעשה פון א צדיק וכו', אלעס איז נאר בקיצור ווערטער ווי מ'זאגט 'פון הארץ'..., אן קיין שום טיפע תוכן, און אפילו דער ישי וואס פארפאסט געוואלדיגע שיינע מוזיקאלישע ניגונים, די תוכן איז נישט צו טיף און אן טיפע חידושים, אלעס באוואוסטע פשוט'ע זאכן וואס יעדער קינד ווייסט דערפון.

ליפא שמעלצער פלעגט יא מאכן אביסל פון די'ע סטייל, א שטייגער ווי א פשוטער איד, די פינטעלע איד וכו', אבער דאך האט עס געהאט מער חידושים און האט געמעגט אריינמישן עפעס א חסידיש ווארט, (איך גיי נישט אריין אין השקפה חלק, כ'רעד פון די מציאות וויאזוי ס'איז).

סכ"ס האלט איך, אז די נגינה וועלט ליגט ביי אונז, ביי די חסידישע עוילעם!

(כא'געשריבן אין קורצן, אפשר וועליך נאך מאריך זיין אביסל).

גראדע נעמען די ספרדישע אויך ניגונים פון עכט חסידישע קאמפאוזערס. בקיצור די ניגונים זענען אלע פון די זעלבע מקורות...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:47 am

לפנות בוקר האט געשריבן:זיין "הלב שלי האט געמאכט די זאך ביי מיר...
שמילי אונגאר ביים זינגען די ניגון...
https://www.dropbox.com/s/8u2iwe35id11x ... r.mp4?dl=0

די מוזיקאנטן פון ווי זיי באוועגן זיך זענען קענטליך שטארק מרוגש.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:55 am

איך טוה מעך שוין אהן מיין קאמסאר העלמעט, און די בלעכענע הויזן פון פרשת משפטים, פון די קלעפ וואס עך גיי דא כאפן, אבער איך האלט אז בערי וועבער איז אזא סטייל זינגער.

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » פרייטאג ינואר 17, 2020 11:48 am

ביי אינז חסידים קוקט מען קודם אויף די בארד אין פיאות (לבוש), נאכדעים אויף אויפירונג, ערשט צום לעצט וואוזוי מזינגט
אויף ביידע זייטן סיי די וואס ווילן א פרימע סיי די וועלכע ווילן א רייסער

איך באצי מיך נישט צי @היימישער הייקער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:10 pm

נעה ביי אונדז חסידים אז ס'וועט ארויסקימען אזא מין זינגער וועט ער באלט באקימען א צונאמן אז ער איז א "ברעסלרווער" און די זאך איז פארטיג

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:46 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:איך טוה מעך שוין אהן מיין קאמסאר העלמעט, און די בלעכענע הויזן פון פרשת משפטים, פון די קלעפ וואס עך גיי דא כאפן, אבער איך האלט אז בערי וועבער איז אזא סטייל זינגער.

סאיז קלאר אז בערי ענדעלט שטארק מיט די נאטראלקייט וואס ער זינגט און טאקע פארדעם האט ער א ספעציעלע חן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש ינואר 18, 2020 7:09 pm

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מוצ"ש ינואר 18, 2020 10:54 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:מיין פרעזענליכע דעה:

סכ"ס האלט איך, אז די נגינה וועלט ליגט ביי אונז, ביי די חסידישע עוילעם!

גאר א מצוצם'דיגע סטעיטמעט דאס!

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:53 pm

פארוואס איז נישט דא קיין רבו אין אמעריקע? אין אר''י איז אויך נישט דא. סך הכל איז דא איינס און ער איז יעצט אויפגעקומען.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 12:16 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:מיין פרעזענליכע דעה:

כ'פרעג א צווייטע שאלה, פארוואס איז נישטא ביי די ספארדישע\ליטווישע וועלט א מיכאל שניצלער, א פינקי, א מאטי, יונתן שווארץ, יוסף משה כהנא וכו'...?

נישטא דארטן איינער וואס ברענגט א תוכנ'דיגע מעסעדזש, א מעשה פון א צדיק וכו', אלעס איז נאר בקיצור ווערטער ווי מ'זאגט 'פון הארץ'..., אן קיין שום טיפע תוכן, און אפילו דער ישי וואס פארפאסט געוואלדיגע שיינע מוזיקאלישע ניגונים, די תוכן איז נישט צו טיף און אן טיפע חידושים, אלעס באוואוסטע פשוט'ע זאכן וואס יעדער קינד ווייסט דערפון.

ליפא שמעלצער פלעגט יא מאכן אביסל פון די'ע סטייל, א שטייגער ווי א פשוטער איד, די פינטעלע איד וכו', אבער דאך האט עס געהאט מער חידושים און האט געמעגט אריינמישן עפעס א חסידיש ווארט, (איך גיי נישט אריין אין השקפה חלק, כ'רעד פון די מציאות וויאזוי ס'איז).

סכ"ס האלט איך, אז די נגינה וועלט ליגט ביי אונז, ביי די חסידישע עוילעם!

(כא'געשריבן אין קורצן, אפשר וועליך נאך מאריך זיין אביסל).

סא, די האלטסט אז ווען די עולם שפרינגט ביי שימו לב, איז דא א מנין וואס האט אן אנונג וואס די ווערטער מיינען?!

בקיצור די האסט ליב די חסידישע רייסערס וואס ווערן איבערגענומען ווען זיי זינגען - אליהו הננבביאא זכור לטוב

ס'די חסידישע רייסערס וואס זינגען אליהו הנביא???
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » זונטאג ינואר 19, 2020 1:34 am

ישי ריבו... געבראכען אלע רעקארדס... רעדט צו די נשמה...איבערגענומען די מארקעט... אלע מוזיקאלישע מבינים ברעכן זיך קאפ... און אצינד קומט די הויעכפונקט; וואו איז אמעריקע?? ווען וועט שוין אמעריקא האבן א אידיש רעדענדע זינגער אזוי ווי אים???

קודם כל קריך אראפ פונעם לייטער... ווייל איך האב פונקט געהערט ווי איינער זאגט מיר אז מנחם מאשקעוויטש איז די שענסטע זינגער אויף די וועלט, ס'גיסן זיך אים טרערן ווען ער הערט אים זינגען, סוי מיז זיין אז ישי ריבו איז איינס נאך מנחם מאשקאוויטש... אדער? איז דא מענטשן וואס גלייכן ישי ריבו און ס'דא מענטשן וואס גלייכן מנחם מאשקעוויטש.

אקעי, דעיס אז די (מיט נאך אסאך מענטשן) ווערן פארקויפט פאר ישי ריבו איז נארמאל, יעדע גוטע זינגער וועט האבן אסאך פענס, איינער מער איינער ווייניגער, איך גלייך אים גראדע אויך, און איך גלייך די ספרדישע סטייל מוזיק. און נפשי איז ספעציעל א הערליכע ניגון

אבער דעיס אז די קענסט פשוט נישט פארשטיין וואו די אידיש רעדענדע און אמעריקאנע זינגער זענען, און האסט נאך צי דעים געטראפן א ניגון שימי לב וואס דער עולם קען נישט די טייטש (וויפיל ספרדישע ניגונים קענסטו די טייטש? וויפיל פון זייערע ניגונים ווערטער האבן בכלל הענט און פיס) מיט דעים ציסטע שוין איבער דאס שטריקל, אדער פארשטייסטו כלל נישט צו קיין מוזיק.. קענסט זאגן אז די גלייכסט אים מער ווי אלע חסידישע און אמעריקאנע זינגערס, אבער אז ס'איז נישט דא???
איז נאך אזא זינגער וואס אלע גלידער ציגייען זיך ווי מב"ד
אז נעימותדיגע זינגער ווי אברעמל און זיין נעפיו בעני
אזא הארציגע זינגער וואס שנייד ביזן הארץ ווי פינקי, מאטי שטיימעץ, אייזיק האניג
געפילישע זינגער ווי מאטי אילאוויטש, מיכאל, א"מ שווארטץ
אזא געשמאקע קומזיצער ווי דובי מייזעלס
לעבעדיג ווי שמילי אונגאר, שלוימי דאסקאל
און נאך צענדליגע טאלאנטפולע, לעבעדיגע און ווארימע זינגערס

און אלס די ניגונים, רוב ניגונים פון די איינטיגע סידיס זענען געמישט מיט אידיש. אזוי אויך קומען אויך יעדעס יאר ארויס שיינע אידישע אדער געמישט מיט אידיש ניגונים און לשון קודש ניגינום וואס מען זינג ביי אלע קומזיצן ס'איז דא גענוג און נאך חסידישע און אידישע ניגונים וואס קענען זיך נאך פארגלייכן צו נפשי פון ישי ריבו
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה און 17 געסט