שבת'דיג פראיעקט - בלויז ריוויוס

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

שבת'דיג פראיעקט - בלויז ריוויוס

תגובהדורך שמערלער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:32 pm

שוין דא א אשכול מיט קרוב צו צוואנציג בלעטער וועגן דעם נייעם פראיעקט 'שבת'דיג' מיט קאמענטארען אין מיינונגען אויפן עצם פראיעקט
איך עפן דעם אשכול בלויז פאר די וואס האבן זיך עס שוין איינגעהאנדעלט זאלן לאזן הערן זייערע מיינונג אין הגהות דערויף.
ביטע נישט פארדרייען מיט אנדערע זאכן ארום דעם ווי למשל די פרייז דערפון וכדומה.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:45 pm

וויכטיג מאכערס ריוויו:

די סידי הייבט זיך אן מיט א קאמפאזישן פון פינקי וועבער, עקשעלי, כאניש די בוק דא, אבער פינקי זינגטעס... די נשמה יתירה ניגון... ווי געזאגט כאבעס נישט געהערט גענוג מאל עס צו דערהערן... אבער אלע ניגונים איינס ביי איינס זענען מינימום גוט, און געוויסע גאר גאר גוט!

די צאמשטעל פון די ניגונים און די גראמען זענען זייער גוט, סיז דא געוויסע ניגונים וואס מאכן ממש שפרינגן, למשל די לעצטע ניגון, מאטי שטיינמעץ זינגט פיין, מונא מאכט ריזיגע מוזיק, די מעשה איז מורא'דיג,( א איד פלעגט ברענגען חלות און אריינלייגן אין ארון הקודש...) די גראמען איז אויך זייער גוט! אין פאקט, ביי געוויסע ליינס האבעך אויפגעשפרינגן...

אברהם מרדכי מלאך זינגט א שבת צופרי'עדיגע קידוש... הערשי גינסבערג מיט זיינע געקינצעלטע מוזיק איז אייזן צוגעפאסט! סיז צוקער זיס... די צווייטע ניגון, אייזיג האניג זינגט זייער ווארעם, ס'לייגט אראפ אז אלעס וואס א מאמע בעט ביי די לעכט איז ערליכע קינדער... די ניגון איז ריזיג געבויט! כאב גראדע טענות אויף די גראמען... אבער סיז גוט געזינגן...

אגב, רוב ניגונים האבן א ווארעמע פיהל, און ס'האט ענליכקייטן צו אלטע אמאליגע ניגונים...

הערשי וויינבערגער זינגט א ניגון "אוי ווי גוט צו זיין א איד"... דא גייט ווערן די אלטע פייט צו יאסי גרין קומט צו זינגן אויף א סידי... הערשי זינגט שרעקליך גוט! ער איז בעה"ב אויפן ניגון! אבער זיין שטומע איז נישט קיין טיפיקל זינגער... איך גלייכעס מורא'דיג, אבער איך פארשטיי אז מענטשן גייען דאס נישט גלייכן... די עצם ניגון, אוי ווי גוט צו זיין א איד, איז איבער א מסירת נפש איד וואס האט נישט געארבייט שבת, אבער זיינע קינדער זענען נישט אויפגעוואקסן ערליך, ווידער דער שכן האט ערליכע קינדער... איינער פלעגט טאקע נישט ארבייטן שבת, אבער גע'קרעכצט ווי שווער סיז צו זיין א איד, און זיינע קינדער זענען נישט געגאנגן אין ערליכע דרכים... אבער דער צווייטער האט געזינגן אוי ווי גוט צו זיין א איד, האבן זיינע קינדער געגליכן אידישקייט און געבליבן ערליך... ווי געשריבן, הערשי איז גוט טרויעריג ווען סיז שווער צו זיין א איד, און לעבעדיג אויפגעלייגט ווען סיז גוט צו זיין א איד... געוואלדיג!

וועלווי פעלדמאן געדענקעך נישט אויף די רגע די מעשה וואס ער זינגט, אבער ער עקט אויך גאנץ פיין, ער האט א זיסע שטומע און זינגט פיין!

ווי געזאגט, אברהם מרדכי מלאך רעדט צווישן איין ניגון אינעם צווייטן... ער דערציילט די מעשה פונים אגרת שבת, און פינקי זינגט א געוואלדיגע לעבעדיגע אבער ווארעמע הארא ניגון!

כעלל נאכאמאל דערמאנען, כאב געהערט די MP3 צוויי מאל, כ'קען נאכניש אלעס שרייבן... סיז נאך דא ר' ירמי' דמן, רובי באנעט און נאך...

אווער אלל ווי געשריבן האבעך אסאך קאמפלימענטס, און ווייניג קריטיק...

די קריטיק, איז ווי געשריבן די צווייטע ניגון גראמען זענען נישט גוט אראפגעזינגן, און די פאקט אז איך קעניש הערן די מוזיק אויף מיין מאשין... דאס איז פאר דערווייל...[
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 8:52 pm

למעשה איז די סידי באמת הערליך !! די צוויי ניגונים האט מיר געכאפט צפת און וויזוי מאטי שטיימעטס לייגט עס אראפ wow און די ווינדערבארער ווערטער פון הערשי און די צווייטע ניגון וואס האט מיר געכאפט איז אוי ווי גיט איז צו זיין א יוד דער הערשי איז א יונגערמאן מלא טאלאנט

Blooming
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:15 pm

* * * * *

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:32 pm

האב איך דעם סידי און ניין איך פלאן נישט צו זיך פארענטפערן דא פאר קיינעם
סא בעט מיר נישט איך זאל דיר שיקן, און פרעג מיר נישט צו איך האב דאס געקויפט אדער געקאפיעט, באקומען אדער געגנבט. די אלע זאכן האט מען שוין אויסגעדראשן, ס׳איז שוין העכסט צייט צו שמועסן אביסל ארום די נגינה פונעם פראיקט אליין.

איז אזוי:
נאכן הערן א 4 5 מאל דעם סידי קען איך זאגן, יא! א טאפ סידי מלא תוכן און אראפ געלייגט פראפעסינאל און אלע אינזיכטן: די מיוזיק, די זינגערס צוגעשטעלט יעדן זיין שטיקל, אזוי אויך די ווערטער וואס מזאגט אינמיטן זינגען וואס אין אנדערע סידיס איז דאס עפעס אריינגעקלעפט ווייל מדארף דאך זיין אפ-טו-דעיט, דא איז עס מורא׳דיג גוט אריינגעלייגט און ס׳גליטש זיך מיטן ניגון צוזאם. יעדע ניגון איז צום זאך, און מקען נישט זאגן אויף קיין איין ניגון אז דאס האט מען אריינגעריקט. די ניגונים זענען זייער גרינג אויפצוכאפן און וועט קענען קענאקטן יעדן וואס הערט זיי, יונג און אלט, מבינים ואינם.

נשמה יתירה
א שיינע ניגון, פינקי לייגט אראפ זייער גוט, רואיג און שטארק!
ברענגט זייער גוט ארויס די נשמה יתירה או קדושתה.
״א געשעניש, וועם איך זעה נישט, איך קען איר נישט דערטאפן. אבער די דערהויבנע נשמהלע איך שפיר״

אנא מלך
די שטיקל ווי אהרל׳ע הייבט אן מיטן נוסח און געבט א פאר אריין אינעם לעבעדיגן ניגון איז א געדאנק, או ווי געשריבן פריער ס׳איז גוט געבלענדעט.
אהר׳לע לייגט אראפ דעם ניגון אזוי ווי נאר ער קען, לעבעדיג חסידיש און פריש.

אין די איטערוויוס טענה׳ן זיי (וועלוול אהר׳לע און זאנוויל) אז ס׳איז נישטא העכט קיין ניגון וואס מ׳קען זינגען ביי א חתונה.
איך מיין אבער אז די ניגון וועט יא זיין א פיינע טאנץ ניגון.
ס׳האט א טאנצעדיגע ביט, און ער קלאפט גוט מיט א טאנץ. אזוי אויך די ווערטער איז לאו דוקא אזוי שבת׳דיג, די תפלה שיפקדוני ברחמים קומט אריין אייביג.

הודו לה׳
וואס מהאט נישט צאמגעהערט אויף דעם הודו...
מיר פערזענליך נישט געכאפט אזוי שטארק די ניגון.
יתכן ווייל מאטי שטיינמעץ כאפט מיר נישט צו שטארק (איך גלייך זייער זיין זינגען אבער אלטס שטערט מיר זיין קרעכץ), אבער די וואס האבן געגאנגען פאר זיין סידי וועלן זיכער זיך צוכאפן צו דעם ניגון.
סאיז הארציג און טיף, ס׳ברענגט ארויס די געפילן צו דאנקען אויף אלע חסדים.
די ניגון איז אבער זייער קורץ אינגאנצן 2 מינוט פון ווען די אניטרא ביז מלאך הייבט אן רעדן פאר די נעקסטע ניגון.

אויב עפעס האט מיר מער געכאפט מלאך׳ס רעדן, ער רעדט שטארק און צום פוינט.

זמירות
א געשמאקע לידל, דערמאנט מיר פון יום טוב ערליך׳ס ניגונים, סיי די טאן און סיי די גראמען.
למעשה די שטיקל ״זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות״, האב איך שוין געהערט די עולם זיך אונטער זינגען פון הערן די פריוויו.

מטבע
אה... וועלוול וועלוול. ער איז פיינע נייעס!
א ניגון אויפן נוסח פון וועלוול פעלדמאן קנאקעדיג און געמישט מיט הומוריסטישע קיוט גראמען.
און ווי וועלוול קען לייגט ער דאס אראפ אז דו קענסט דיר פשוט פארשטעלן ווי אזוי דו זעהסט איהם זינגען און עקטן אויפן סטעידזש.

ווייסע קאפאלאך, מאה שערים, און א אינגל וואס טרייט צו רעדן ווי א ירושלימער איגאלע (מיט נישט קיין סאך הצלחה), וואס קען זיין א בעסער אייטעם פאר אמערקאנער בויעס.

״אוודאי וויל איך ׳ח׳ערן״, ״יצחק האט אוועק געגעבן די שכר פון די ׳מיצווע׳?״,
נאופס.. זאג איהם אז צו רעדן ווי א טשאלמער דארפן מען געבוירן ווערן.

קה אכסוף
די געדאנק צו לייגן אידישע ווערטער און איבערטייטשן קה אכסוף אויפן גראם איז נישט קיין נייעס. סאיז שוין דא א ניגון פון ר׳ חיים יצחק האכהייזער וואס גראמט די ווערטער אויף אידיש.
אבער דא איז א שענער ארבעט, די גראמען פארן מיטן ניגון און מדארף נישט איינשלינגען די שורות ווי ביי האכהייזער׳ס.

הרב ירמיה דמן מיט זיין ווארעמע שטומע פאסט טאקעגוט אריין צו אראפ זינגען דעם גליסטעניש וואס דער מענטש גליסט צום שבת.

אני שבת
א לעבעדיגע ניגון
קומט אריין גוט צווישן די זופ און פלייש, ווען די מויל איז שוין טרינקן פו די וויין אבער ס׳איז נאכנישט ארויף אין מח.
מ׳ענדיגט כל מקדש און מ׳געבט זיך א הייב אויף מיט א טענצל.
פינקי לייגט אראפ דעם ניגון זייער רייך, וואס איך מיין צוזאגן אז כאטש די ניגון איז אינגאנצן נאר פון איין סענטן, און מ׳זינגט איבער נאכאמל און נאכאמל די ווערטער, איז עס אבער פול מיט קנייטשן און זייער מוזאקאליש.
ער זינגט די ווערטער ובין ה׳ ובין בניו א זיבן אכט מאל אבער יעדן מאל מיט א אנדער קנייטש און א דריק אויף א אנדער חלק:
ובין ה׳ ובין בניו, ובין בניו....
ובין ה׳ ובין בניו, ....ובין בניו
ובין ה׳ ובין בניו, ו...בין בניו....
ובין ה׳ ובין בניו, וב...ין בניו

נשמת
אויך א שיינע לידל צו זינגען ביים שבת טיש, אבער מער געמאכט פאר א קווייער וואס זינגט ביי א שבת שמחה, אזוי נאך די פיש שבת צופרי, ווען דער עולם זיצט רואיג נאכן זיך דערכאפן דאס הארץ און אפשטילן די הונגער, אבער נאכנישט אנגעגעסן, קומט גוט אריין אין די בעקראונד א קווייער וואס גארגלט זיך ״אוי טאטע איך זינג פאר דיר נשמת....״

און...
צור משלו
ניין געווען דעסיפוינטעט, איך האב אזויפיל געהערט וועגן דעם צור משלו, אז ווען ס׳איז אנגעקומען דעם ניגון האב איך אלעס אוועק געלייגט און זיך אראפ געזעצט מיט צוגעמאכטע אויגן פראבירנדיג אריינגיין אין א שבת מוד און זיך פארשטעלן ווי איך זיץ פרייטאג צונאכטס מיט אלע קינדערלעך ביים שבת טיש, מ׳נעמט ארויס די זמירות און מגייט זיך צוגיסן ביי צור משלו..
די מיוזוק שפילט און ס׳הייבט אן צוווור מ.... נאופ נישט דאס האב איך ערווארט.
אבער איין מינוט די ניגון גייט און איך זינג דאס מיט, יא איך קען דעם ניגון שבענו והותרנו...., אקעי קען זיין סאיז א גע׳גנבט׳ע שטיקל, אבער ס׳קומט די צווייטע פאל און מיין מויל זינגט נאך אלטס.
איך ווייס נישט פון וואו איך קען דעם ניגון (עפעס דערמאנט מיר עס יונתן שווארטץ, דאכט זיך מיר אז ער האט עפעס גראמען אויף דעם ניגון).

למעשה הגם ס׳נישט געווען עפעס איך ווייס וואס, איז עס א שיינע ווארימע חסידישע ניגון. גייען מיר עס אנהייבן זינגען אויף צור משלו.

איך האב געזינגען דעם ניגון פאר איינעם, און איך פרעג איהם צו ער קען די ניגון, זאגט ער מיר: דו זינגסט דעם בארדיטשובער׳ס ״ווען איך וואלט געהאט כח״
און יא די גאנצע ניגון איז זייער זייער ענדליך צו ווען איך וואלט געהאט כח, ממש ספארט איינס לעבן צוויייטן, אבער איך מיין אז די ניגון אזוי ווי ער איז איז שוין געווען ביי יונתן שווארטץ.

שבת נאכ׳ן דאווענען
דאס איז שוין געווען א סורפרייז!
דאס אז ר׳ אברהם מרדכי קען רעדן דארף איך קיינעם נישט דערציילן, אבער זינגען... ניין, נישט זיין ספעשלטי.
ער אליין אויפן איטערוויו זאגט אז ער איז נישט די גרויסער זינגער.
נאכן הערן ווי ער זינגט ביי זיינע שיעורים, (אסאך מאל געלונגט איהם צו בלייבן גאנצע צוויי מינוט אויפן טאן). דא אבער לייגט ער דאס אראפ איינס און אזעלעכס, ס׳פארט א שורה נאך א שורה, און איך בין זיכער יעדן מאל אז דא קומט דער קראץ, אבער ניין די גאנצע ניגון איז אריבער בשלום, ער זינגט עס זייער גוט!
סא לאמיר מאכן קידוש, על כן ברך... לחיים לחיים!

אוי ווי גוט צו זיין א איד
דאס איז מיין ניגון פון די סידי!
נאכן ענדיגן הערן די סידי, וואק איך ארויס פון אפיס, און איך טרעף מיר זיך אונטערזינגען ״אוי וויי גוט צו זיין א איד, אוי ווי גוט צו זיין א איד!״

הערשי לייגט אראפ דעם ניגון זייער שיין אוןטייטשט די ווערטער מיטן ניגון צוזאם,
שטיל און אונטערנאז: אוי ווי שווער צו זיין א איד.
און לעבעדיג און פריש: אוי ווי גוט צו זיין א איד!

נאר איין נקודה וואס האט מיר אפגעשטעלט ביי דעם ניגון.
ער זינגט די ווערטער פון איינעם פון די פריערדיגע (איך מיין מ׳זאגט דאס פון רבי משה פיינשטיין) אז די אידן וואס האבן אהיים געקומען פרייטאג צונאכטס נאכן ווערן פארשיקט פון די ארבעט, די וואס האבן אהיים געקומען און געקרעכצעט אז זיי זענען געבליבן אן פרנסה, איז נישט געבליבן קיין זכר פון די דורות: ווייל דו האסט געזאגט ״אוי וויש ווער איז צו זיין א איד, דעם שבת קודש אויב מען היט, פאלירן מען טוט״, סא די קינדער ווען זיי זענען אונטערגעוואקסן האבן זיי זיך געמאכט דעם חשבון, מה לי ולצרה הזאת, איך היט נישט קיין שבת און ס׳איז נישט אוי ווי שווער.
די וואס האבן אבער אהיים געקומען מלא שמחה און דערציילט פאר די קינדער וואס א זכי׳ ער האט זיך מוסר נפש זיין פאר שבת, און אויפגעהאנגען אין דיינינגרום די פארשיקונג צעטליך, זייערע דורות זענען געבליבן, זייערע קינדער ווען זיי זענען אויפגעוואקסן האבן זיי נאר געקענט ווארטן ווען וועט מען מיר שוין פארשיקן פון די ארבעט, ווען וועל איך קענען זינגע פאר מיינע קינדער: ״אוי ווי גוט צו זיין א איד!״

האב איך נאר א קליינע הערה, למעשה ווען מ׳הערט א ניגון די ערשטע פאר מאל גייט אריין אין קאפ נאר די פזמון, בפרט פאר די אינגוואר וואס כאפן נישט אזוי שנעל די גראמען.
סא איך גיי אנצינדן די ניגון ביי מיר אינדרהיים, און איך גיי הערן מיין אינגל זינגט זיך אוי ווי גוט צו זיין א איד, אוי ווי שווער צו זיין א איד, אוי ויי גוט...! (ביותר אז הערשי זינגט דאס אליין און נישט א צווייטער זינגער).

איך שרייב נאר להערה בעלמא, איך גלייב זיי האבן דאס גענומען און חשבון, און טאקע די אוי ווי שווער איז מער שטיל, טונקל און אונטערן נאז מיט א בעקראונד פון א פיענא, אבער דער אוי ווי גוט קנאקט א ניגון און איז לעבעדיג און פריש. סא איך גלייב אז למעשה וועט אין קאפ האקן נאר דער אוי ווי גוט.
ביי מיין עקספירענס האב איך געזהען אז ביי מיר אליין איז מיר טאקע אריין מער דער אוי ווי גוט צו זיין א איד.

און קריטיק אויף די ניגון: ניין וואס פעלט אויס קריטיק, נאר אזוי פיל די ש׳מייכעלע האט מיר געמאכט שמייכלען.

די אנדערע ניגונים נאכנישט אויפגעכאפט וועט מען דארפן הערן נאך אפאר מאל.

און פארשטייט זיך מלאך׳ס דרשות.
פון די איטערוויוס האב איך געמיינט אז דא קומט א פאק מיט דרשות, און ווי סאך האבן גע׳טענה׳ט וועט דאס שטערן פארן סידי ווייל פון א דרשה ווערט מען באורד.
למעשה רעדט ער ממש קורץ און זייער צום זאך באגלייט מיט בעקראונד מיוזיק, חוץ די ערשטע מאל וואס ער רעדט איז אביסל לענגער, סא ס׳איז נישט אנדערש ווי אלע ניגונים היינט צו טאגס וואס מ׳ווארפט אריין רענדיגע שטיקלעך. סאיז נישט איין צוויי ווערטער ס׳איז א קליינע ווארט, אבער מ׳זעהט אז זיי האבן שווער געארבעט סזאל זיין א דבר השלם. אזוי אויך האבן זיי אריין געלייגט אלע שטיקלעך סוף פונעם פריערדיגן ניגון, אזוי אויב ווילסטו נישט הערן קענסטו געבן א דריק נעקסט, וואס מ׳וואלט נישט געקענט טוען ווען ס׳איז אנהייב די ניגון. אבער ווי געשריבן ס׳וועט נישט אויספעלן, ס׳איז זייער גוט אריינגעבלענדעט אין די חלק הנגינה.

ער רעדט שטארקע פוינט און זייער קלאר. אביסל קען מען אבער הערן אז ער זאגט פון א צעטיל און נישט אז ס׳רינט מתוך גרונו.

און צום שלוס:
א הערליכע שיינע ארבעט, אבער א שאד, א שאד... אקעי לאמיר נישט פאקריכן, לאמיר בלייבן גוטע ידידים.
גוט שבת גוט שבת
און יישר כח פארן אויסהערן מיין לאנגע דרשה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:53 pm

גראדע מאכט עס דער יונגל אייזן!! איך האב אפילו געטראכט זיי האבן גענימען א טשאלמער יונגל
און איך בין מיט דיר אז דער ניגון אוי ווי גיט איז די ניגון פונעם סידי

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:58 pm

fiena nieas האט געשריבן:גראדע מאכט עס דער יונגל אייזן!! איך האב אפילו געטראכט זיי האבן גענימען א טשאלמער יונגל

זעהט אויס האסט נאכנישט געהערט א ריכטיגער ירושאלאימער אינגאלע רעדן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:47 pm

איינס האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:גראדע מאכט עס דער יונגל אייזן!! איך האב אפילו געטראכט זיי האבן גענימען א טשאלמער יונגל

זעהט אויס האסט נאכנישט געהערט א ריכטיגער ירושאלאימער אינגאלע רעדן

גראדע הער איך אז זיי האבן גענימען א ירושלמי יונגל

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:53 pm

שכח פאר'ן ריוויו איינס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 8:28 am

fiena nieas האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:גראדע מאכט עס דער יונגל אייזן!! איך האב אפילו געטראכט זיי האבן גענימען א טשאלמער יונגל

זעהט אויס האסט נאכנישט געהערט א ריכטיגער ירושאלאימער אינגאלע רעדן

גראדע הער איך אז זיי האבן גענימען א ירושלמי יונגל

אפשר האט דער טשאלמער יונגל פרובירט נאכצומאכן די אמעריקאנער...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 9:36 am

אוראייניקל האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:גראדע מאכט עס דער יונגל אייזן!! איך האב אפילו געטראכט זיי האבן גענימען א טשאלמער יונגל

זעהט אויס האסט נאכנישט געהערט א ריכטיגער ירושאלאימער אינגאלע רעדן

גראדע הער איך אז זיי האבן גענימען א ירושלמי יונגל

אפשר האט דער טשאלמער יונגל פרובירט נאכצומאכן די אמעריקאנער...

אויב איז ער א יורשלמי אינגל, איז עס איינער וואס וואוינט אין גני גאולה, און גייט אין די ארטיגע חיידער.
זיין אמעריקאנער אקצענט איז צו שטארק
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 9:46 am

די אוי ווי גוט צו זיין א איד איז דאך אזוי גוט, האב איך מיר געמאכט קאפיעס פונעם ניגון צו זינגען אינאיינעם מיט די קינערליך פרייטאגס צו נאכטס.
אריינברענגען טאקע באותו זמן ובאותו מקום ביים שבת טיש פאר די ווייב אין קינדער דעם: אוי ווי גוט צו זיין א איד, דעם שבת קודש אויב מען היט, ס׳איז דאך אזוי גוט!

אבער איך זינג פוןנעם צעטיל און איך שטעל מיר פאר ווי איך זיץ ביים שבת טיש און איך זינג מיט מיין אינגעלע: ווייל דו האסט געזאגט: אוי ווי שווער איז צו זייייין א א....
ניין איך קען דאס נישט טוען!
טאקע דאס וואס די ניגון דערציילט אז די וואס זענען אהיים געקומען און געזאגט אווי ווי שווער האבן געטוען די שרעקליכע טעות, זאל איך דאס יעצט גיין איבערטוען, און נאך מיט א ניגון.
בשום איין אופן, איך דארף מיינע קינדער זאלן ווייסן ווי גוט איז צו זיין א איד.

וואס איך האב געטוען למעשה איך האב אויסגעמעקט דעם אווי ווי שווער איז צו זיין א איד און אריינגעלייגט דאס פאלגנדע:
אוי ווי שווער דאס עס איז,
דעם שבת ווער עס היט (נישט שבת קודש, שבת קודש זינג איך נאר מיט דער וואס זאגט אוי ווי גוט).
אוווויב מען היט.
די פרנסה פארלירן מען טוט.

איך זעה אז די ארויסגעבער האבן טאקע גענומען אין באטראכט די נקודה, און ביים ערשטן מאל זינגען דעם שטיקל נאר די קווייער און נישט הערשי.
די צווייטע מאל וואס הערשי צולייגט דאס יא, האבן זיי גראד אריינגעהאקט דעם לעבעדיגן אוי ווי גוט צו זיין א איד.

אונטערשטע שורה זי ניגון איז עפעס מוראדיג שיין, און דאס אז הערשי זיגנט דאס מיט זיין קנייטש האט א מוראדיגע חן.
אפשר די ערשטע צוויי מאל שמייכלט מען נאך ביים ש׳מייכעלע, אבער די דריטע מאל קען איך קוים ווארטן... נו הערשי זאג שוין: מיט א ------- ש---מייכעלע!
מיין קליינער שרייט מיר יעדן מאל: טאטי א ״מייכעלע״ א ״מייכעלע״.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 9:56 am

מײן בעסטע ניגון אױף די פריעקט איז אוי ווי גוט צו זיין א איד, אױך איז אינטערסאנט צי באטאנען אז ר׳ אברהם מרדכי מלאך האט א יארן לאנגע פאלעסי נישט צי קודיש מאכן אין עסען בײ קודשים אין פינקט אזא אײנער זינגט דער ניגון, אױך מײן איך אז דער בונים ובני בנים ניגון פון ר׳ אײזיק האט עפעס א סירטען דיפרעסיע אין זיך

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:55 pm

איינס האט געשריבן:האב איך דעם סידי און ניין איך פלאן נישט צו זיך פארענטפערן דא פאר קיינעם
סא בעט מיר נישט איך זאל דיר שיקן, און פרעג מיר נישט צו איך האב דאס געקויפט אדער געקאפיעט, באקומען אדער געגנבט. די אלע זאכן האט מען שוין אויסגעדראשן, ס׳איז שוין העכסט צייט צו שמועסן אביסל ארום די נגינה פונעם פראיקט אליין.

איז אזוי:
נאכן הערן א 4 5 מאל דעם סידי קען איך זאגן, יא! א טאפ סידי מלא תוכן און אראפ געלייגט פראפעסינאל און אלע אינזיכטן: די מיוזיק, די זינגערס צוגעשטעלט יעדן זיין שטיקל, אזוי אויך די ווערטער וואס מזאגט אינמיטן זינגען וואס אין אנדערע סידיס איז דאס עפעס אריינגעקלעפט ווייל מדארף דאך זיין אפ-טו-דעיט, דא איז עס מורא׳דיג גוט אריינגעלייגט און ס׳גליטש זיך מיטן ניגון צוזאם. יעדע ניגון איז צום זאך, און מקען נישט זאגן אויף קיין איין ניגון אז דאס האט מען אריינגעריקט. די ניגונים זענען זייער גרינג אויפצוכאפן און וועט קענען קענאקטן יעדן וואס הערט זיי, יונג און אלט, מבינים ואינם.

נשמה יתירה
א שיינע ניגון, פינקי לייגט אראפ זייער גוט, רואיג און שטארק!
ברענגט זייער גוט ארויס די נשמה יתירה או קדושתה.
״א געשעניש, וועם איך זעה נישט, איך קען איר נישט דערטאפן. אבער די דערהויבנע נשמהלע איך שפיר״

אנא מלך
די שטיקל ווי אהרל׳ע הייבט אן מיטן נוסח און געבט א פאר אריין אינעם לעבעדיגן ניגון איז א געדאנק, או ווי געשריבן פריער ס׳איז גוט געבלענדעט.
אהר׳לע לייגט אראפ דעם ניגון אזוי ווי נאר ער קען, לעבעדיג חסידיש און פריש.

אין די איטערוויוס טענה׳ן זיי (וועלוול אהר׳לע און זאנוויל) אז ס׳איז נישטא העכט קיין ניגון וואס מ׳קען זינגען ביי א חתונה.
איך מיין אבער אז די ניגון וועט יא זיין א פיינע טאנץ ניגון.
ס׳האט א טאנצעדיגע ביט, און ער קלאפט גוט מיט א טאנץ. אזוי אויך די ווערטער איז לאו דוקא אזוי שבת׳דיג, די תפלה שיפקדוני ברחמים קומט אריין אייביג.

הודו לה׳
וואס מהאט נישט צאמגעהערט אויף דעם הודו...
מיר פערזענליך נישט געכאפט אזוי שטארק די ניגון.
יתכן ווייל מאטי שטיינמעץ כאפט מיר נישט צו שטארק (איך גלייך זייער זיין זינגען אבער אלטס שטערט מיר זיין קרעכץ), אבער די וואס האבן געגאנגען פאר זיין סידי וועלן זיכער זיך צוכאפן צו דעם ניגון.
סאיז הארציג און טיף, ס׳ברענגט ארויס די געפילן צו דאנקען אויף אלע חסדים.
די ניגון איז אבער זייער קורץ אינגאנצן 2 מינוט פון ווען די אניטרא ביז מלאך הייבט אן רעדן פאר די נעקסטע ניגון.

אויב עפעס האט מיר מער געכאפט מלאך׳ס רעדן, ער רעדט שטארק און צום פוינט.

זמירות
א געשמאקע לידל, דערמאנט מיר פון יום טוב ערליך׳ס ניגונים, סיי די טאן און סיי די גראמען.
למעשה די שטיקל ״זמירות זמירות לאמיר זינגען זמירות״, האב איך שוין געהערט די עולם זיך אונטער זינגען פון הערן די פריוויו.

מטבע
אה... וועלוול וועלוול. ער איז פיינע נייעס!
א ניגון אויפן נוסח פון וועלוול פעלדמאן קנאקעדיג און געמישט מיט הומוריסטישע קיוט גראמען.
און ווי וועלוול קען לייגט ער דאס אראפ אז דו קענסט דיר פשוט פארשטעלן ווי אזוי דו זעהסט איהם זינגען און עקטן אויפן סטעידזש.

ווייסע קאפאלאך, מאה שערים, און א אינגל וואס טרייט צו רעדן ווי א ירושלימער איגאלע (מיט נישט קיין סאך הצלחה), וואס קען זיין א בעסער אייטעם פאר אמערקאנער בויעס.

״אוודאי וויל איך ׳ח׳ערן״, ״יצחק האט אוועק געגעבן די שכר פון די ׳מיצווע׳?״,
נאופס.. זאג איהם אז צו רעדן ווי א טשאלמער דארפן מען געבוירן ווערן.

קה אכסוף
די געדאנק צו לייגן אידישע ווערטער און איבערטייטשן קה אכסוף אויפן גראם איז נישט קיין נייעס. סאיז שוין דא א ניגון פון ר׳ חיים יצחק האכהייזער וואס גראמט די ווערטער אויף אידיש.
אבער דא איז א שענער ארבעט, די גראמען פארן מיטן ניגון און מדארף נישט איינשלינגען די שורות ווי ביי האכהייזער׳ס.

הרב ירמיה דמן מיט זיין ווארעמע שטומע פאסט טאקעגוט אריין צו אראפ זינגען דעם גליסטעניש וואס דער מענטש גליסט צום שבת.

אני שבת
א לעבעדיגע ניגון
קומט אריין גוט צווישן די זופ און פלייש, ווען די מויל איז שוין טרינקן פו די וויין אבער ס׳איז נאכנישט ארויף אין מח.
מ׳ענדיגט כל מקדש און מ׳געבט זיך א הייב אויף מיט א טענצל.
פינקי לייגט אראפ דעם ניגון זייער רייך, וואס איך מיין צוזאגן אז כאטש די ניגון איז אינגאנצן נאר פון איין סענטן, און מ׳זינגט איבער נאכאמל און נאכאמל די ווערטער, איז עס אבער פול מיט קנייטשן און זייער מוזאקאליש.
ער זינגט די ווערטער ובין ה׳ ובין בניו א זיבן אכט מאל אבער יעדן מאל מיט א אנדער קנייטש און א דריק אויף א אנדער חלק:
ובין ה׳ ובין בניו, ובין בניו....
ובין ה׳ ובין בניו, ....ובין בניו
ובין ה׳ ובין בניו, ו...בין בניו....
ובין ה׳ ובין בניו, וב...ין בניו

נשמת
אויך א שיינע לידל צו זינגען ביים שבת טיש, אבער מער געמאכט פאר א קווייער וואס זינגט ביי א שבת שמחה, אזוי נאך די פיש שבת צופרי, ווען דער עולם זיצט רואיג נאכן זיך דערכאפן דאס הארץ און אפשטילן די הונגער, אבער נאכנישט אנגעגעסן, קומט גוט אריין אין די בעקראונד א קווייער וואס גארגלט זיך ״אוי טאטע איך זינג פאר דיר נשמת....״

און...
צור משלו
ניין געווען דעסיפוינטעט, איך האב אזויפיל געהערט וועגן דעם צור משלו, אז ווען ס׳איז אנגעקומען דעם ניגון האב איך אלעס אוועק געלייגט און זיך אראפ געזעצט מיט צוגעמאכטע אויגן פראבירנדיג אריינגיין אין א שבת מוד און זיך פארשטעלן ווי איך זיץ פרייטאג צונאכטס מיט אלע קינדערלעך ביים שבת טיש, מ׳נעמט ארויס די זמירות און מגייט זיך צוגיסן ביי צור משלו..
די מיוזוק שפילט און ס׳הייבט אן צוווור מ.... נאופ נישט דאס האב איך ערווארט.
אבער איין מינוט די ניגון גייט און איך זינג דאס מיט, יא איך קען דעם ניגון שבענו והותרנו...., אקעי קען זיין סאיז א גע׳גנבט׳ע שטיקל, אבער ס׳קומט די צווייטע פאל און מיין מויל זינגט נאך אלטס.
איך ווייס נישט פון וואו איך קען דעם ניגון (עפעס דערמאנט מיר עס יונתן שווארטץ, דאכט זיך מיר אז ער האט עפעס גראמען אויף דעם ניגון).

למעשה הגם ס׳נישט געווען עפעס איך ווייס וואס, איז עס א שיינע ווארימע חסידישע ניגון. גייען מיר עס אנהייבן זינגען אויף צור משלו.

איך האב געזינגען דעם ניגון פאר איינעם, און איך פרעג איהם צו ער קען די ניגון, זאגט ער מיר: דו זינגסט דעם בארדיטשובער׳ס ״ווען איך וואלט געהאט כח״
און יא די גאנצע ניגון איז זייער זייער ענדליך צו ווען איך וואלט געהאט כח, ממש ספארט איינס לעבן צוויייטן, אבער איך מיין אז די ניגון אזוי ווי ער איז איז שוין געווען ביי יונתן שווארטץ.

שבת נאכ׳ן דאווענען
דאס איז שוין געווען א סורפרייז!
דאס אז ר׳ אברהם מרדכי קען רעדן דארף איך קיינעם נישט דערציילן, אבער זינגען... ניין, נישט זיין ספעשלטי.
ער אליין אויפן איטערוויו זאגט אז ער איז נישט די גרויסער זינגער.
נאכן הערן ווי ער זינגט ביי זיינע שיעורים, (אסאך מאל געלונגט איהם צו בלייבן גאנצע צוויי מינוט אויפן טאן). דא אבער לייגט ער דאס אראפ איינס און אזעלעכס, ס׳פארט א שורה נאך א שורה, און איך בין זיכער יעדן מאל אז דא קומט דער קראץ, אבער ניין די גאנצע ניגון איז אריבער בשלום, ער זינגט עס זייער גוט!
סא לאמיר מאכן קידוש, על כן ברך... לחיים לחיים!

אוי ווי גוט צו זיין א איד
דאס איז מיין ניגון פון די סידי!
נאכן ענדיגן הערן די סידי, וואק איך ארויס פון אפיס, און איך טרעף מיר זיך אונטערזינגען ״אוי וויי גוט צו זיין א איד, אוי ווי גוט צו זיין א איד!״

הערשי לייגט אראפ דעם ניגון זייער שיין אוןטייטשט די ווערטער מיטן ניגון צוזאם,
שטיל און אונטערנאז: אוי ווי שווער צו זיין א איד.
און לעבעדיג און פריש: אוי ווי גוט צו זיין א איד!

נאר איין נקודה וואס האט מיר אפגעשטעלט ביי דעם ניגון.
ער זינגט די ווערטער פון איינעם פון די פריערדיגע (איך מיין מ׳זאגט דאס פון רבי משה פיינשטיין) אז די אידן וואס האבן אהיים געקומען פרייטאג צונאכטס נאכן ווערן פארשיקט פון די ארבעט, די וואס האבן אהיים געקומען און געקרעכצעט אז זיי זענען געבליבן אן פרנסה, איז נישט געבליבן קיין זכר פון די דורות: ווייל דו האסט געזאגט ״אוי וויש ווער איז צו זיין א איד, דעם שבת קודש אויב מען היט, פאלירן מען טוט״, סא די קינדער ווען זיי זענען אונטערגעוואקסן האבן זיי זיך געמאכט דעם חשבון, מה לי ולצרה הזאת, איך היט נישט קיין שבת און ס׳איז נישט אוי ווי שווער.
די וואס האבן אבער אהיים געקומען מלא שמחה און דערציילט פאר די קינדער וואס א זכי׳ ער האט זיך מוסר נפש זיין פאר שבת, און אויפגעהאנגען אין דיינינגרום די פארשיקונג צעטליך, זייערע דורות זענען געבליבן, זייערע קינדער ווען זיי זענען אויפגעוואקסן האבן זיי נאר געקענט ווארטן ווען וועט מען מיר שוין פארשיקן פון די ארבעט, ווען וועל איך קענען זינגע פאר מיינע קינדער: ״אוי ווי גוט צו זיין א איד!״

האב איך נאר א קליינע הערה, למעשה ווען מ׳הערט א ניגון די ערשטע פאר מאל גייט אריין אין קאפ נאר די פזמון, בפרט פאר די אינגוואר וואס כאפן נישט אזוי שנעל די גראמען.
סא איך גיי אנצינדן די ניגון ביי מיר אינדרהיים, און איך גיי הערן מיין אינגל זינגט זיך אוי ווי גוט צו זיין א איד, אוי ווי שווער צו זיין א איד, אוי ויי גוט...! (ביותר אז הערשי זינגט דאס אליין און נישט א צווייטער זינגער).

איך שרייב נאר להערה בעלמא, איך גלייב זיי האבן דאס גענומען און חשבון, און טאקע די אוי ווי שווער איז מער שטיל, טונקל און אונטערן נאז מיט א בעקראונד פון א פיענא, אבער דער אוי ווי גוט קנאקט א ניגון און איז לעבעדיג און פריש. סא איך גלייב אז למעשה וועט אין קאפ האקן נאר דער אוי ווי גוט.
ביי מיין עקספירענס האב איך געזהען אז ביי מיר אליין איז מיר טאקע אריין מער דער אוי ווי גוט צו זיין א איד.

און קריטיק אויף די ניגון: ניין וואס פעלט אויס קריטיק, נאר אזוי פיל די ש׳מייכעלע האט מיר געמאכט שמייכלען.

די אנדערע ניגונים נאכנישט אויפגעכאפט וועט מען דארפן הערן נאך אפאר מאל.

און פארשטייט זיך מלאך׳ס דרשות.
פון די איטערוויוס האב איך געמיינט אז דא קומט א פאק מיט דרשות, און ווי סאך האבן גע׳טענה׳ט וועט דאס שטערן פארן סידי ווייל פון א דרשה ווערט מען באורד.
למעשה רעדט ער ממש קורץ און זייער צום זאך באגלייט מיט בעקראונד מיוזיק, חוץ די ערשטע מאל וואס ער רעדט איז אביסל לענגער, סא ס׳איז נישט אנדערש ווי אלע ניגונים היינט צו טאגס וואס מ׳ווארפט אריין רענדיגע שטיקלעך. סאיז נישט איין צוויי ווערטער ס׳איז א קליינע ווארט, אבער מ׳זעהט אז זיי האבן שווער געארבעט סזאל זיין א דבר השלם. אזוי אויך האבן זיי אריין געלייגט אלע שטיקלעך סוף פונעם פריערדיגן ניגון, אזוי אויב ווילסטו נישט הערן קענסטו געבן א דריק נעקסט, וואס מ׳וואלט נישט געקענט טוען ווען ס׳איז אנהייב די ניגון. אבער ווי געשריבן ס׳וועט נישט אויספעלן, ס׳איז זייער גוט אריינגעבלענדעט אין די חלק הנגינה.

ער רעדט שטארקע פוינט און זייער קלאר. אביסל קען מען אבער הערן אז ער זאגט פון א צעטיל און נישט אז ס׳רינט מתוך גרונו.

און צום שלוס:
א הערליכע שיינע ארבעט, אבער א שאד, א שאד... אקעי לאמיר נישט פאקריכן, לאמיר בלייבן גוטע ידידים.
גוט שבת גוט שבת
און יישר כח פארן אויסהערן מיין לאנגע דרשה.

טאמער מעג איך זאגן שטיל: א בחינה פון 'הרצחת וגם ירשת', נאך אזויפיל האקן שטיקער 'פארהאנדלט' מען זיך די סידי און מ'דערקוויקט'צעך...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:57 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:טאמער מעג איך זאגן שטיל: א בחינה פון 'הרצחת וגם ירשת', נאך אזויפיל האקן שטיקער 'פארהאנדלט' מען זיך די סידי און מ'דערקוויקט'צעך...

יעצט איז דאך די מאוומענט פון כח היחיד

איך וועל דאסמאל נישט ראגירן ווייל איך נוץ מיין כח היחיד

דרך אגב: סזעהט אויס דו האטס עפעס פערזענליך קעגן מיר, אז דו לויפסט מיר נאך און זיכסט ווי דו קענסט מיר אראפרייסן און קריטיקירן

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג דעצמבער 08, 2019 5:27 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:

אפשר האט ער עס געקויפט?

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט