תגובהדורך ווילי זיידע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:30 am
די פרוי איז הערויס צו די נעכטיגע שווארצע סאנדעי שאפפינג, זי רופט עס פרי-חנוכה שאפפינג, זאל זיין עזוי, אז מ'שמועסט שוין, איך האב איר בכלל גאהר אפגערעדט פון גיין שאפפינג אין זוי א שלעכטער וועטער מיט רעגן און האגעל, מיט גליטשען אויף די סיידוואקס, אבער זי האט זיך איינגעהאנדעלט אנ'אייניקעל, פעסי, שוין א גרויס מיידעל, און גלייכט צו העלפען די באבע צו יעדע צייט, זי וועט איר אונטערהאלטען, און איר באזונדערס שטארק אנכאפען, זי פארזיכערט מיך מיט אלעס הייליג אז זי גייט וואקען גאהר פארזיכטיג, און זי גייט זיך נישט חלילה אויסגליטשען, שוין, געב איך אויף, זאל זיין מיט מזל און מיט גליק
רופט זי מיך אפ אין טעלעפאן פון מתנות געשעפט, זי קויפט דאך אלע יאהר פאר די טעכטער און שנירען א מתנה ביפאר די חנוכה, היצטערט איז דא צו באקריגען א גאר שיינע טעיפ וואס הייסט שבת'דיק, נו, שוין געוויס איז עס אויף סעיל, צומאהל גלייכט זי צו איינקויפען זאכען פון די סעילס אפילו אויב מ'דארף דאס נישט, אויבצאוואר, געוויס איז דאס אזא סארט מציאה געפינס, פרעג איך וויפיל דאס קאסט, און פארוואס זי רופט מיך, איר איינפיהר איז נישט מיך צו אנפרעגען ביפאר זי קויפט אירע ביליקע שמאנצעס, עםםם, דאס איז נישט א טעיפ, דאס איז אזא סידי ראם, אזא עם פרי טרי, אזא גאנצע שבת פעקל, נו איך פאנג שוין אן צו ציטערען, נו זאג שוין א פרייס?
זיי זאגען אז יעדער קויפט עס, דאס איז נישט ביליג, אבער ספעשעל פאר א חנוכה מתנה, און פעסי דער אייניקעל מיין באגלייטערין זאגט אז אלע קויפען דאס, דאס איז א מאסט, וועט דאס זיין דאס יאהר די מתנה פאר די קינדער און אייניקלעך. נו, וויפיהל קאסט,? זאג שוין, פופציג טאלער א שטיקעל, וואס? איך האב נישט אזוי גוט געהערט, יא, פופציג טאלער, אבער זיי זאגען אז ס'איז ווערט, נאך מיין פון דעהם!. נו שוין, צאהל, ערגעץ האט זי שוין פארשאפט געלט זאל זי קויפען וואס זי וויל מיט יענץ געלט, אז איך דארף עס נישט בייצאלען, מיט געזונטהייט.
ווען זי קומט אהיים מיט די גרויסע געפעק, קוים זיך אהיים געשלעפט, די אייניקעל שלעפט ארויף די זעק וואס זענען באלד אזוי גרויס ווי איר אינגאנצען, געב איך זי א פרעג, אז דו האסט געהאט געלט מיט דיר, צו וואס האסטו געברויכט מיך אפרופען פרעגען, איך האב זיך זוי דערשראקען, איך האב שוין געמיינט דו גייסט מיר בעטען מיין קרעדיט קארטעל, ענטפערט זי, פארוואס עס בעטען, איך האב מיטגענומען דיין קארטעל שוין ווען איך בין הערויס אינדערפרי............
האף איך כאטשיג אז די קינדער וועלען דאס עפרישיעיטען, נישט א ביליקע געשאנק, זאל עס אויסגיין צו די פאריעריקע שניי,.