האט איר געקויפט די נייע שבת סידי?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

האט איר געקויפט די נייע שבת mp3?

יא ! געצאלט פופציג טאלער
14
7%
ניין
86
44%
גיי אי"ה עס קויפן
12
6%
פלאן עס נישט צו קויפן,איך קאפי קיינמאל נישט קיין סידי באיסור ב"ה
84
43%
 
סך הכול שטימען: 196

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:12 am

איינס האט געשריבן:
יודישער האט געשריבן:איז לוו עלי ואני פורע אויך גילטיג דא? :wink:

אזוי טענהט וועלוול אויפן אינטערוויו
ער זאגט דאס גארנישט מיט קיין ווערטל

ער זאגט עס באמת??
דארף מען מוחה זיין אויף די ליצנות אויף דברי חז"ל - נעמען דברי חז"ל אויף ביליגע מארקעטינג איז ריכטיג 2020
און שנית, דער וועלוול האט הוראה? סמיכה? דעת תורה?
כ'פרעג נאר..

2020#

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:14 am

שמחה ונחת האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יודישער האט געשריבן:איז לוו עלי ואני פורע אויך גילטיג דא? :wink:

אזוי טענהט וועלוול אויפן אינטערוויו
ער זאגט דאס גארנישט מיט קיין ווערטל

ער זאגט עס באמת??
דארף מען מוחה זיין אויף די ליצנות אויף דברי חז"ל - נעמען דברי חז"ל אויף ביליגע מארקעטינג איז ריכטיג 2020
און שנית, דער וועלוול האט הוראה? סמיכה? דעת תורה?
כ'פרעג נאר..
2020#

ער זאגס עס ערנסט אבער נישט מאכן קיין מחאות ער זאגט עס מער אויף א אופן ווי: איינער האט מיר געזאגט אז ער האלט אז מקען דזאגן אויף דעם לוו עלי.
ער פסקנט נישט קיין פסק ער זאגט דאס מער צו ווייזן ווי שטארק ער האלט אז די שבת פריאקט איז א דבר רוחני למען השבת

#רואיג רואיג
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:17 am

אקעי... שקויעך פארן בארואיגן.... :wink:

האבעך (ב"ה) פשוט נישט די צייט אויסצוהערן לענגערע שמוסעכצער אויף קולמע..

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:28 am

סתם צו אויסקלארן בין איך נאכאמאל געגאנגען הערן

וועלוול:
איך האב געהערט פון א ערליכן איז אז מקען זאגן אויף דעם פראדוקט לוו עלי ואני פורע, אפשר אויב דו וועסט פרעגן דיין רב וועט ער דיר פסקענען די זעלבע זאך.
שלמה:
ווער ווייסט אפשר ווען איך וועל פרעגן מיין רב וועט ער זאגן איך קע זאס קויפן מיט מעשר געלט.

סאיז נאריש אבער נישטא וואס זיך צו רעגן אויף זיי
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:20 am

איינס האט געשריבן:סתם צו אויסקלארן בין איך נאכאמאל געגאנגען הערן

וועלוול:
איך האב געהערט פון א ערליכן איז אז מקען זאגן אויף דעם פראדוקט לוו עלי ואני פורע, אפשר אויב דו וועסט פרעגן דיין רב וועט ער דיר פסקענען די זעלבע זאך.
שלמה:
ווער ווייסט אפשר ווען איך וועל פרעגן מיין רב וועט ער זאגן איך קע זאס קויפן מיט מעשר געלט.

סאיז נאריש אבער נישטא וואס זיך צו רעגן אויף זיי

נאריש.
און לדעתי (דעת בעה"ב...) איז ראנג צו ניצן חז"ל פאר פראפאגאנדע מארקעטינג. א יעדע זאך ווערט היינט "יודישקייט" קאם אן...

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:30 am

די פרוי איז הערויס צו די נעכטיגע שווארצע סאנדעי שאפפינג, זי רופט עס פרי-חנוכה שאפפינג, זאל זיין עזוי, אז מ'שמועסט שוין, איך האב איר בכלל גאהר אפגערעדט פון גיין שאפפינג אין זוי א שלעכטער וועטער מיט רעגן און האגעל, מיט גליטשען אויף די סיידוואקס, אבער זי האט זיך איינגעהאנדעלט אנ'אייניקעל, פעסי, שוין א גרויס מיידעל, און גלייכט צו העלפען די באבע צו יעדע צייט, זי וועט איר אונטערהאלטען, און איר באזונדערס שטארק אנכאפען, זי פארזיכערט מיך מיט אלעס הייליג אז זי גייט וואקען גאהר פארזיכטיג, און זי גייט זיך נישט חלילה אויסגליטשען, שוין, געב איך אויף, זאל זיין מיט מזל און מיט גליק
רופט זי מיך אפ אין טעלעפאן פון מתנות געשעפט, זי קויפט דאך אלע יאהר פאר די טעכטער און שנירען א מתנה ביפאר די חנוכה, היצטערט איז דא צו באקריגען א גאר שיינע טעיפ וואס הייסט שבת'דיק, נו, שוין געוויס איז עס אויף סעיל, צומאהל גלייכט זי צו איינקויפען זאכען פון די סעילס אפילו אויב מ'דארף דאס נישט, אויבצאוואר, געוויס איז דאס אזא סארט מציאה געפינס, פרעג איך וויפיל דאס קאסט, און פארוואס זי רופט מיך, איר איינפיהר איז נישט מיך צו אנפרעגען ביפאר זי קויפט אירע ביליקע שמאנצעס, עםםם, דאס איז נישט א טעיפ, דאס איז אזא סידי ראם, אזא עם פרי טרי, אזא גאנצע שבת פעקל, נו איך פאנג שוין אן צו ציטערען, נו זאג שוין א פרייס?
זיי זאגען אז יעדער קויפט עס, דאס איז נישט ביליג, אבער ספעשעל פאר א חנוכה מתנה, און פעסי דער אייניקעל מיין באגלייטערין זאגט אז אלע קויפען דאס, דאס איז א מאסט, וועט דאס זיין דאס יאהר די מתנה פאר די קינדער און אייניקלעך. נו, וויפיהל קאסט,? זאג שוין, פופציג טאלער א שטיקעל, וואס? איך האב נישט אזוי גוט געהערט, יא, פופציג טאלער, אבער זיי זאגען אז ס'איז ווערט, נאך מיין פון דעהם!. נו שוין, צאהל, ערגעץ האט זי שוין פארשאפט געלט זאל זי קויפען וואס זי וויל מיט יענץ געלט, אז איך דארף עס נישט בייצאלען, מיט געזונטהייט.
ווען זי קומט אהיים מיט די גרויסע געפעק, קוים זיך אהיים געשלעפט, די אייניקעל שלעפט ארויף די זעק וואס זענען באלד אזוי גרויס ווי איר אינגאנצען, געב איך זי א פרעג, אז דו האסט געהאט געלט מיט דיר, צו וואס האסטו געברויכט מיך אפרופען פרעגען, איך האב זיך זוי דערשראקען, איך האב שוין געמיינט דו גייסט מיר בעטען מיין קרעדיט קארטעל, ענטפערט זי, פארוואס עס בעטען, איך האב מיטגענומען דיין קארטעל שוין ווען איך בין הערויס אינדערפרי............
האף איך כאטשיג אז די קינדער וועלען דאס עפרישיעיטען, נישט א ביליקע געשאנק, זאל עס אויסגיין צו די פאריעריקע שניי,.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

נייע אשכול בלויז פאר ריוויוס

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:43 am

“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:59 am

איינס האט געשריבן:
יודישער האט געשריבן:איז לוו עלי ואני פורע אויך גילטיג דא? :wink:

אזוי טענהט וועלוול אויפן אינטערוויו
ער זאגט דאס גארנישט מיט קיין ווערטל

עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:12 pm

איך האב די שבתדיג פראיעקט נישט געקויפט און נאכנישט געהערט פון קיינעם. אבער איך קלער אז מענטשן מאכן א שטיקל טעות בנוגע די שבתדיג פראיעקט און לייגן יעדע טעיפ אינעם זעלבן שאכטל, אדער פעינטן יעדן בילד מיט'ן זעלבן פעינט בערשטל.

1) עס איז פאראן ניגונים אידישע און להבדיל נישט אידישע, וועלכע לייגן אריין דעם צוהערער אין אזא מצב וואס זאל פירן צו אן אנדערע פלאנעט. ווער עס פארשטייט צו נגינה פארשטייט אז א מודזיצער אזכרה, כאפט אן דעם מענטש און ווארפט אריין אינעם עולם השתוקקות והגעגועים וואס דער וואס פארשטייט נישט דערצו, וועט פרעגן: וואס הערסטו דא?

וואס מאכסט ער זיך דארט משוגע, וואס איז דען דא צו הערן?

לאמיר רעדן קלאר:
99.99 פראעצנט מענטשן וועלן נישט פארשטיין צו דעם קונצליכן ניגון. אקעי. איז עס יעצט אויס. איז עס אן איינרעדעניש, אדער מיינט אז אז דאס איז אזא סארט דעליקאטע געפיל וואס רוב בשר ודגימ'ס פארשטייען נישט. איך פארשטיי עס זייער גוט.

2) פאראן מענטשן וועלכע וועלן צאלן מיליאנען דאלאר פאר עפעס א פעינטינג וואס אנדערע זעען גארנישט דערין. 99.99 פראצענט מענטשן וועלן אנקוקן די ART און ציען מיט די פלייצע. וואָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָס???
פאר דעם אפגעריסענעם פירקל צאלטסטו א ניקל? ביסט ביים זינען?

להבדיל ביי גויאישע ניגונים איז אויך פאראן אזעלכע סארט ניגונים און הימנעס וואס די וועלכע פארשטייען דערצו וועלן צאלן אסאך געלט דערפאר, אבער 99.99 פראצענט וועלן דא הערן א געמיש פו כליזמר, פידלען און אנדערע אינסטרומענטן קוויטשען אין א כאאטישע לאגע.

אקעי. יעצט ביי דעם שבתדיג פראיעקט, ווייס איך באמת נישט צי ס'ווערט 16 דאלאר צי טויזנט דאלאר. צי עס גיט אריין א טעם אין שבת צי א טעם אין טשולענט צי איז עס א דורכברוך אין אידישע נגינה. - פשוט ווייל איך האב עס נישט געהערט - און מעגליך נאכן הערן וועל איך זיין פון די 99.99 פראצענט וועלכע וועלן ציען מיט די פלייצע און א מאך מיט די האנט, כלומר: וואס דרייט ער דא א קאפ.

ס'איז אבער מעגליך אז 1 פראצענט קונים וועלן יא זאגן: העי. דער שבתדיג פראיעקט איז עס מעין עולם הבא. און די וועלכע פארשטייען נישט, זאלן ווייטער הערן שטעקי מיט בעקי.

נאכאמאל איך ווייס נישט צי מ'קען מאכן געלט פון 1 פראצענט ערנסטע מבינים. אבער אויב צילט ער צו די עקספערטן, מיט א ספעציעלן געפיל, האמיר דא אלע נישט וואס אריינצורעדן.

ודי בזה.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:15 pm

זיי זאגן דאך קלאר אז זיי צילן גאנץ כלל ישראל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:02 pm

למעשה פארוואס ווי אויף אזא אידישע וועלטעל ווי דא איז נאכנישט דא קיין ריוויוס ?

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

תגובהדורך בלא בלא בלא » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:18 pm

איינס האט געשריבן:
יודישער האט געשריבן:איז לוו עלי ואני פורע אויך גילטיג דא? :wink:

אזוי טענהט וועלוול אויפן אינטערוויו
ער זאגט דאס גארנישט מיט קיין ווערטל

איינער זאגט אויף די אינטערוויו אז מ'זאל רופן דעם דיין, ווייל ס'קען גאר זיין אז מעשר איז אויך אן אפציע פאר באצאלדונג...

#2020 אראונד_דע_קארנער
לעצט פאראכטן דורך בלא בלא בלא אום מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בלא... בלא... בלא...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:19 pm

שוין געברענגט און מהאט שוין אויסגעשמועסט פארדעם

זיי רעדן נישט מיט א קול ווי זיי פסקענען דא
מער מיט א האלבע ווערטל
viewtopic.php?p=2045191#p2045191
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:22 pm

קיסריה האט געשריבן:איך שפיר זיך ווי א בהמה אויב א פיפיגער סוחר קען פון מיר ארויס-סאקן א פופציגער.

עס איז אן איסאלט צו מיין אינאעלעגענציע און די געטליכע ״בחירה״ וואס השי״ת האט מיר געשאנקען, צו זאגן ניין, אפילו ווען עמיצער פרובירט גאר שטארק מיר צו באאיינפלוסן די געוואלדיגע נחיצות פון דעם,

ומותר האדם מן הבהמה אין - אפילו דער אינוועסטירער האט אין דעם משקיע געווען א טריליאן דאלאר. זאל ער קומען צו מיר און איך וועל אים געבן א שיינע נדבה - קיין טעם אין שבת קודש פארקויף מיר נישט פאר א פופציגער דורך פלאקאטן אויף די גאסן.

יעצט לאמיר זען ווער עס ווערט נישט פארקויפט פאר פלאקאטן, און קויפט עס ווייל ער האט עס ליב און עס ציעט אים.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:24 am

פעיק נוז האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:איך שפיר זיך ווי א בהמה אויב א פיפיגער סוחר קען פון מיר ארויס-סאקן א פופציגער.

עס איז אן איסאלט צו מיין אינאעלעגענציע און די געטליכע ״בחירה״ וואס השי״ת האט מיר געשאנקען, צו זאגן ניין, אפילו ווען עמיצער פרובירט גאר שטארק מיר צו באאיינפלוסן די געוואלדיגע נחיצות פון דעם,

ומותר האדם מן הבהמה אין - אפילו דער אינוועסטירער האט אין דעם משקיע געווען א טריליאן דאלאר. זאל ער קומען צו מיר און איך וועל אים געבן א שיינע נדבה - קיין טעם אין שבת קודש פארקויף מיר נישט פאר א פופציגער דורך פלאקאטן אויף די גאסן.

יעצט לאמיר זען ווער עס ווערט נישט פארקויפט פאר פלאקאטן, און קויפט עס ווייל ער האט עס ליב און עס ציעט אים.

...
לעצט פאראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 4:02 pm

מענטשען קויפן ליין מאטריאל וואס קאסט איבער $300 א יאהר ווי צ.ב. קינדליין, קינדערלעך. מאמענט, א בליק א.ד.ג.
פארוואס זאלן די מענטשען נישט אויסגעבען איינמאל א יאהר א פופציגע
(עס זענען וואס געבן אויס א פופציגע א וואך בלויז פאר ליין מאטריאל)
Detergents: Save $15 when you spend $50
https://amzn.to/2RxWe3c

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 4:16 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:פאר די איציטיגע פרייז פלאן איך עס נישט צו קויפן

גא"ם

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 4:29 pm

הרב_שלום האט געשריבן:מענטשען קויפן ליין מאטריאל וואס קאסט איבער $300 א יאהר ווי צ.ב. קינדליין, קינדערלעך. מאמענט, א בליק א.ד.ג.
פארוואס זאלן די מענטשען נישט אויסגעבען איינמאל א יאהר א פופציגע
(עס זענען וואס געבן אויס א פופציגע א וואך בלויז פאר ליין מאטריאל)

איך האב עס (נאך) נישט געקויפט ווייל ווי כ'וועל עס לייגן וועל איך האבן א העדעיק.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט אין מיין קאר? מיינט עס אז מיין פאון קען איך נישט ניצן געהעריג. מיין קאר האט נישט קיין aux. מיין USB slot איז שוין פארנימען.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט צו מיין CD player אינדערהיים? מיינט עס אז מ'וועט זיין ביזי מיט קאנעקן און דיסקאנעקטן מיין אייפאד מיט שבת'דיג.
בעיסיקלי וועל איך דארפן קויפן ווייערס מיט קאנעקטערס סיי אין מיין קאר און סיי אינדערהיים און ווען מ'פארט ערגעץ האט מען נאך אזאך מיט צו שלעפן (מ'קען עס דאך נישט קאפיען).

די פריוויו האט מיר נישט אזוי שטארק געכאפט אז ס'זאל זיך מיר לוינען די גאנצע זאך.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

Kodak
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

תגובהדורך Kodak » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 5:28 pm

האט שוין עמיצער פון אייך אמאל געספענט 50 60 דאלער פאר א אוטינג? אמאל פאר א לאנטש אדער סאפפער? נישט יעדער טוט עס, אבער פאר די מענטשען וואס ספענדען פאר א זונטאג ארויספארען דשאסט געז און טאולס מער פון פיפציג דאלער, לאנטשעס און אוטינגס, וואס איז א פיפציגער פאר א סידי פעקידש וואס בלייבט?
א בילד נעמט מען מיט Kodak film

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 6:22 pm

nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:מענטשען קויפן ליין מאטריאל וואס קאסט איבער $300 א יאהר ווי צ.ב. קינדליין, קינדערלעך. מאמענט, א בליק א.ד.ג.
פארוואס זאלן די מענטשען נישט אויסגעבען איינמאל א יאהר א פופציגע
(עס זענען וואס געבן אויס א פופציגע א וואך בלויז פאר ליין מאטריאל)

איך האב עס (נאך) נישט געקויפט ווייל ווי כ'וועל עס לייגן וועל איך האבן א העדעיק.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט אין מיין קאר? מיינט עס אז מיין פאון קען איך נישט ניצן געהעריג. מיין קאר האט נישט קיין aux. מיין USB slot איז שוין פארנימען.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט צו מיין CD player אינדערהיים? מיינט עס אז מ'וועט זיין ביזי מיט קאנעקן און דיסקאנעקטן מיין אייפאד מיט שבת'דיג.
בעיסיקלי וועל איך דארפן קויפן ווייערס מיט קאנעקטערס סיי אין מיין קאר און סיי אינדערהיים און ווען מ'פארט ערגעץ האט מען נאך אזאך מיט צו שלעפן (מ'קען עס דאך נישט קאפיען).

די פריוויו האט מיר נישט אזוי שטארק געכאפט אז ס'זאל זיך מיר לוינען די גאנצע זאך.

מיין קאר קעו מען קאנעקטען בלוטוט עקסטער פאר רעדן און מוזיק, טשעק צו דיינס אויך

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 6:48 pm

Kodak האט געשריבן:האט שוין עמיצער פון אייך אמאל געספענט 50 60 דאלער פאר א אוטינג? אמאל פאר א לאנטש אדער סאפפער? נישט יעדער טוט עס, אבער פאר די מענטשען וואס ספענדען פאר א זונטאג ארויספארען דשאסט געז און טאולס מער פון פיפציג דאלער, לאנטשעס און אוטינגס, וואס איז א פיפציגער פאר א סידי פעקידש וואס בלייבט?

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. ראובן איז אים ווערד $100 פאר א אוטינג. טרעפט ער אן שמעון און פרעגט אים אויב ער איז גרייט צו ספענדן א מאה פאר א אוטינג ענטפערט ער ניין. פאנגט אן ראובן צו טענה'ן היתכן פאריגע וואך האסטו געצאלט $2000 רענט, קומט אויס אז דו האסט געספענד 20 מאל מער פון א אוטינג סאו וויזוי קענסטו זאגן אזא גראבע ליגענט אז דו ביסט נישט גרייט צו צאלן $100 פאר א אוטינג???....

והנמשל מובן מאליו. איינעם וואס $50 איז אים ווערד פאר דעם פראיעקט קויפט ער עס. איז וואס איז שייך בכלל אים אויפצו ווייזן אז דעי סי די איז אים יא ווערד $50??? ווען ס'וואלט אים ווערד געווען וואלט ער עס דאך געצאלט והא ראיה אז ער צאלט $200 מער א חודש פאר א בעסערע קאר און דו קוקסט אים אן פאר א משיגענעם צו ספענדן אזוי פול אויף א זאך וואס מ'ניצט נאר צום טרעוולען.....

פארשטאנטא?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:18 pm

די געווענליכע מהלך פון ביזנעס איז, אז מען מאכט טייער די אייטעם אין די אויגן פונעם פאטענשל לוקח, און אזוי זעהט מען ארויס זיין געלט.
בעטלער'ס האבן א אנדערע צוגאנג וויאזוי ארויסצובאקומען געלט פון מענטשן, "קענסט מיר טאקע נישט געבן א 'צוואנציגער'? מאכסט זיך טאקע משוגע איבער דעם פופציגער? געב אהער און פארטיג!". מען מאכט ביליג דעם דאללער, עס איז בכלל נישט אזוי סאך, געב און פארטיג.

נאכן טראמפייטערן א לאנגע צייט ווי טייער די ארטיקל איז, אז עס איז ווערט גאנצע פופציג דאללער, האט מען זיך פלוצלינג גענומען צום צווייטן מהלך, "וואס, די קארגסט א פופציגער? זייט ווען שפילט דאס ביי דיר א ראלע?"

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:41 pm

nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:מענטשען קויפן ליין מאטריאל וואס קאסט איבער $300 א יאהר ווי צ.ב. קינדליין, קינדערלעך. מאמענט, א בליק א.ד.ג.
פארוואס זאלן די מענטשען נישט אויסגעבען איינמאל א יאהר א פופציגע
(עס זענען וואס געבן אויס א פופציגע א וואך בלויז פאר ליין מאטריאל)

איך האב עס (נאך) נישט געקויפט ווייל ווי כ'וועל עס לייגן וועל איך האבן א העדעיק.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט אין מיין קאר? מיינט עס אז מיין פאון קען איך נישט ניצן געהעריג. מיין קאר האט נישט קיין aux. מיין USB slot איז שוין פארנימען.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט צו מיין CD player אינדערהיים? מיינט עס אז מ'וועט זיין ביזי מיט קאנעקן און דיסקאנעקטן מיין אייפאד מיט שבת'דיג.
בעיסיקלי וועל איך דארפן קויפן ווייערס מיט קאנעקטערס סיי אין מיין קאר און סיי אינדערהיים און ווען מ'פארט ערגעץ האט מען נאך אזאך מיט צו שלעפן (מ'קען עס דאך נישט קאפיען).

די פריוויו האט מיר נישט אזוי שטארק געכאפט אז ס'זאל זיך מיר לוינען די גאנצע זאך.

גא''מ, איך נוץ נישט קיין סידיס, ווען איך קויף א סידי ווערט עס גלייך ארויפגעלייגט אויפ'ן קאמפיוטער/גוגל פלעי מוזיק. איך זע נאכנישט ווען און וויזוי איך וועל דאס אויסהערן אפי' טאמער איך וואלט יא דעסיידעד דאס צו קויפן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:13 am

Kodak האט געשריבן:האט שוין עמיצער פון אייך אמאל געספענט 50 60 דאלער פאר א אוטינג? אמאל פאר א לאנטש אדער סאפפער? נישט יעדער טוט עס, אבער פאר די מענטשען וואס ספענדען פאר א זונטאג ארויספארען דשאסט געז און טאולס מער פון פיפציג דאלער, לאנטשעס און אוטינגס, וואס איז א פיפציגער פאר א סידי פעקידש וואס בלייבט?

אזעלכע שטותים גערעדט, ווייל צו צאלן פאר א סידי $50 איז זייער איבערגעטריבן
די פארגלייכסט נישט עפל צו עפל
ס'איז מער צוגעגליכן צו א סענדוויטש וואס נארמאל קאסט צווישן $5-$10 און איינער פארקויפט די יעצט פאר $40 ווייל ס'איז שיין איינגערעפדט, קיינער גייט עס נישט קויפן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:25 am

קאץ און מויז האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן:האט שוין עמיצער פון אייך אמאל געספענט 50 60 דאלער פאר א אוטינג? אמאל פאר א לאנטש אדער סאפפער? נישט יעדער טוט עס, אבער פאר די מענטשען וואס ספענדען פאר א זונטאג ארויספארען דשאסט געז און טאולס מער פון פיפציג דאלער, לאנטשעס און אוטינגס, וואס איז א פיפציגער פאר א סידי פעקידש וואס בלייבט?

אזעלכע שטותים גערעדט, ווייל צו צאלן פאר א סידי $50 איז זייער איבערגעטריבן
די פארגלייכסט נישט עפל צו עפל
ס'איז מער צוגעגליכן צו א סענדוויטש וואס נארמאל קאסט צווישן $5-$10 און איינער פארקויפט די יעצט פאר $40 ווייל ס'איז שיין איינגערעפדט, קיינער גייט עס נישט קויפן

לענ"ד KODEK האט א פוינט, און איינער וואס ספענדט פאר אוטינג און סאפערס עטליכע מאות (דער האט קליינע השגות פון 50 60 דאלער) וועט נישט טראכטן צוויי מאל ביי 50 דאלער פאר א סידי.
דער פראבלעם איז אבער אז דער ספענדער האט ליב באקוועמליכקייט, און די געבסט אים א פראדוקט מיט רעסטריקשאנס וועט ער עס נישט נעמען אפילו פאר 20 דאלער, און דאס האבן די פראדוצירער/אינוועסטער'ס/עסקנים לש"ש פארזען

קוקט וואס ער שרייבט (ביי מיר איז דאס שוין דער או יאמר, די צווייטע תי' נישט צו קויפן)
nmi האט געשריבן:איך האב עס (נאך) נישט געקויפט ווייל ווי כ'וועל עס לייגן וועל איך האבן א העדעיק.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט אין מיין קאר? מיינט עס אז מיין פאון קען איך נישט ניצן געהעריג. מיין קאר האט נישט קיין aux. מיין USB slot איז שוין פארנימען.
זאל איך עס קאנעקטן דורך בלוטוט צו מיין CD player אינדערהיים? מיינט עס אז מ'וועט זיין ביזי מיט קאנעקן און דיסקאנעקטן מיין אייפאד מיט שבת'דיג.
בעיסיקלי וועל איך דארפן קויפן ווייערס מיט קאנעקטערס סיי אין מיין קאר און סיי אינדערהיים און ווען מ'פארט ערגעץ האט מען נאך אזאך מיט צו שלעפן (מ'קען עס דאך נישט קאפיען).

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zookeeper, נו גוט נו שוין און 14 געסט