האט איר געקויפט די נייע שבת סידי?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

האט איר געקויפט די נייע שבת mp3?

יא ! געצאלט פופציג טאלער
14
7%
ניין
86
44%
גיי אי"ה עס קויפן
12
6%
פלאן עס נישט צו קויפן,איך קאפי קיינמאל נישט קיין סידי באיסור ב"ה
84
43%
 
סך הכול שטימען: 196

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

האט איר געקויפט די נייע שבת סידי?

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:40 am

האט איר געקויפט די נייע שבת סידי?
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:38 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:43 am

פאר די איציטיגע פרייז פלאן איך עס נישט צו קויפן

אמיתי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:57 am

איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט

יואלי קאכט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:59 am

אמיתי האט געשריבן:איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט

סא ווער קויפט יא סידי'ס ?יעדער קאפיט?
קענסט זיין זיכער אז דער עולם דא אויף אייוועלט זענען די לעצטע צו האבן אין באזיץ סידיס באיסור

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:03 am

דער סידי האט שוין געברענגט מער נייע ניקס ווי די 2020 וואלן...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אמיתי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:17 am

יואלי קאכט האט געשריבן:
אמיתי האט געשריבן:איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט

סא ווער קויפט יא סידי'ס ?יעדער קאפיט?
קענסט זיין זיכער אז דער עולם דא אויף אייוועלט זענען די לעצטע צו האבן אין באזיץ סידיס באיסור

די וועג וויאזוי די עולם רייסט דא אראפ קוקט אויס ווי דער עולם איז פשוט ברוגז אז איינער האט ענק צוגעפיקסט אז מען קען נישט קאפיען

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:18 am

אמיתי האט געשריבן:איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט


סתם צי האקען, אין מוציא שם רע זיין אויף פילע יראים ושלמים דא אין אייועלט , אויף דעם האסטו זיך פארשריבען? איז מותר הוצאת שם רע אויף צי פרומוטען די הייליגע שבת'דיק סידי וואס איז געמאכט געווארען לויטער לשם שמים צי ראטטעווען די דור?

איך געדענק נישט קיין איין מאל אין מיין לעבען איך זאל האבען דאנלויד א סידי אהן צי באצאלען, אין ניין כרגע האלט איך נישט ביים צאלען 50 דולער פאר די הייליגע היסטורישע סידי.

אמיתי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:39 am

געטראכט האט געשריבן:
אמיתי האט געשריבן:איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט


סתם צי האקען, אין מוציא שם רע זיין אויף פילע יראים ושלמים דא אין אייועלט , אויף דעם האסטו זיך פארשריבען? איז מותר הוצאת שם רע אויף צי פרומוטען די הייליגע שבת'דיק סידי וואס איז געמאכט געווארען לויטער לשם שמים צי ראטטעווען די דור?

איך געדענק נישט קיין איין מאל אין מיין לעבען איך זאל האבען דאנלויד א סידי אהן צי באצאלען, אין ניין כרגע האלט איך נישט ביים צאלען 50 דולער פאר די הייליגע היסטורישע סידי.

פארדעם האסטו נישט קיין תגובות אראפ צו רייסן שבתדיג איך האב גערעד צו די וואס האלטן דא און איין אראפ רייסן

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 7:08 am

איך ווארט שוין אזוי לאנג די סידי זאל ארויס'קומען.
די פריוויו האט מיך אנגערייצט, אזוי אויך אלע דעטאלן און שמעקן וכו' וכו'. די ערנסטע כוונות און שאיפות פון די ארויסגעבער, די אינטערוויו'ס אויף קולמע מיט נמש'ן וכו' האט מיר אנגעווארעמט...

ביז ווען איך האב געזעהן דעם פרייז!!! אזא קלאפ האב איך שוין לאנג נישט באקומען..........

וואס זאליך טוהן איך פארגין מיך נישט אויסצאלן א פופציגער אויף דעם, צו פילן א טעם אין א שבת קען איך ארבעטן אויף ביליגער, און צו הנאה האבן פון סידי'ס קען איך מיט דעם פרייז קויפן נאנט צו פינעף אנדערע שיינע הערליכע היימישע רייכע סידי'ס.
דערווייל האביך נישט וואס צו טוהן מיט די אלע ארומיגע שטיקלעך און שפילצייגן און זמירות וכו' וכו'. איך דארף א ריינע סידי מיטן ביכל פארשטייט'צעך ותו לא.
איך בין זיך דערווייל מחי' מיט ישראל ורדיגר'ס נייע סידי, יעדע מינוט איז א פארגעניגן און סי'לוינט'צעך יעדע פעני.
איך ווארט מיט שפאנונג צו קויפן דעם לחיים חסידים פון ר' יוסף משה כהנא.

ווען סי' וואלט גערעדט צו מיר די ארומיגע שטיקלעך וואלט'צעך עס אפשר געלוינט, דערווייל ווארט איך זאל עס ווערן ביליגער, דאן לויף איך עס קויפן אפילו אויף א פרייז פון צוויי אהאלב סידי'ס...

איך האב נישט קיין טענות אויף די ארויסגעבער, קען זיין און זיכער אז זיי האבן חשבונות און אזוי האבן זיי געדארפט טוהן. אזוי ווי אסאך האבן שוין דערמאנט.
נאך אזאך וואס איך בין מליץ אויף זיי. זיי זענען געקומען מיטן ציל אנווארמען א איד אויף שבת, האבן זיי געוואלט און געדארפט העכערן דעם פרייז, אז דער וואס קויפט עס זאל עס קויפן מיט א ערנסקייט און נישט ווי א פשוט'ע סידי...

איך האב נאר געשריבן מיינע געפילן...

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:18 am

געטראכט האט געשריבן:
אמיתי האט געשריבן:איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט


סתם צי האקען, אין מוציא שם רע זיין אויף פילע יראים ושלמים דא אין אייועלט , אויף דעם האסטו זיך פארשריבען? איז מותר הוצאת שם רע אויף צי פרומוטען די הייליגע שבת'דיק סידי וואס איז געמאכט געווארען לויטער לשם שמים צי ראטטעווען די דור?

איך געדענק נישט קיין איין מאל אין מיין לעבען איך זאל האבען דאנלויד א סידי אהן צי באצאלען, אין ניין כרגע האלט איך נישט ביים צאלען 50 דולער פאר די הייליגע היסטורישע סידי.


Same here
בה איך גנבע נישט קיין סידיס אפילו איך בין אויף גראפס ווי עס קען ארום פארן גאנצע סידיס רעדי צו דאונלודן טו איך עס נישט בה, און מיט דעם אלעם גלייב איך נאך אלץ נישט אז איך דארף יעצט אויס געבען 50 טאלער ווייל איינער האט אפ געמאכט אז ער איז אויפגעקומען מיט א נייע שבת עקספיריענס,

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:43 am

יואלי קאכט האט געשריבן:
אמיתי האט געשריבן:איך מיין רוב עולם דא קויפט נישט קיין 1 סידי מען דאנלויד עס בחינם (באיסור) און שבתדיג קען מען פשוט נישט לייג צו קויפט איר רוב נייע סידיס און שבת'דיג נישט וועגן די געלט

סא ווער קויפט יא סידי'ס ?יעדער קאפיט?
קענסט זיין זיכער אז דער עולם דא אויף אייוועלט זענען די לעצטע צו האבן אין באזיץ סידיס באיסור


@יואלי קאכט
ישר כח פאר אזא שיינע קאמפלימענט.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:40 am

קענען ביטע די וואס האבן עס יא געקויפט שרייבן וואס זיי זאגן דערויף ? ביזדערווייל שוין נאכן זיין איבער א וואך אין די געשעפטן און סאיז נישדא דא קיינער מיט זאכליכע ריוויוס פון די וואס האבן עס געקויפט, איך רעדט נישט פון וויכי וכדומה וואס האט עס נישט געקויפט און אגב אפילו זיין ריוויו איז זייער שוואך אריינגעקומען

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:09 am

איך שפיר זיך ווי א בהמה אויב א פיפיגער סוחר קען פון מיר ארויס-סאקן א פופציגער.

עס איז אן איסאלט צו מיין אינאעלעגענציע און די געטליכע ״בחירה״ וואס השי״ת האט מיר געשאנקען, צו זאגן ניין, אפילו ווען עמיצער פרובירט גאר שטארק מיר צו באאיינפלוסן די געוואלדיגע נחיצות פון דעם,

ומותר האדם מן הבהמה אין - אפילו דער אינוועסטירער האט אין דעם משקיע געווען א טריליאן דאלאר. זאל ער קומען צו מיר און איך וועל אים געבן א שיינע נדבה - קיין טעם אין שבת קודש פארקויף מיר נישט פאר א פופציגער דורך פלאקאטן אויף די גאסן.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:25 am

לייג צו נאך א אפציע, "איך פלאן עס נישט צו קויפן, איך קאפי קיינמאל נישט קיין סידי באיסור"
אבי לייגן א נאסן לאלעך אויף ציבור דא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:07 am

מיין פראבלעם מיט דעם פראיעקט:

די נעקסטע ״יראת שמים״ אלבום פראיעקט וועט פראקלאמירן אריינצוברענגען יראת שמים פאר א פופציגער.

נאכדעם: 9 וואכן פראיעקט.
נאכדעם יום הקדוש פראיעקט.

יעדע אלבום וועט קאסטן א פופציגער, אדער גאר א מאה׳לע.

און ווער פארשטייט דען נישט אז א קליין בינטל יראת שמים מעג קאסטן א הונדערטער?

מיר צאלן דאך אוועק אזויפיל געלט אןיף שטותים, פונקט אויף יראת שמים קארגט מען?

The end of a music CD is now!!!

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:08 pm

די איידיע פון א דאבעל סינגל פאר ביליגער וועט סאך מער ארבעטן ווי א פופציגער פאר א גרויסע זאך

יואלי קאכט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 4:49 pm

עפעס גוטע ריוויוס פון קויפערס ביטע ? א דאנק פון פאראויס

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:12 pm

איין זאך זעה איך זיכער אז דער סידי האט אריינגעברענגט דעם עולם אין א שבת'דיגע אטמאספערע, איינער האט נישט קיין געלט אויף זיך, פאר א צווייטן איז עס סתם אזוי מוקצה א דריטע זאגט ער קאפיעט קיינמאל נישט אפילו עם הארץ אימת שבת עליו...
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:43 pm

מי כעמך האט געשריבן:איין זאך זעה איך זיכער אז דער סידי האט אריינגעברענגט דעם עולם אין א שבת'דיגע אטמאספערע, איינער האט נישט קיין געלט אויף זיך, פאר א צווייטן איז עס סתם אזוי מוקצה א דריטע זאגט ער קאפיעט קיינמאל נישט אפילו עם הארץ אימת שבת עליו...

;l;p-

יודישער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:35 pm

איז לוו עלי ואני פורע אויך גילטיג דא? :wink:

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:06 pm

יודישער האט געשריבן:איז לוו עלי ואני פורע אויך גילטיג דא? :wink:

אזוי טענהט וועלוול אויפן אינטערוויו
ער זאגט דאס גארנישט מיט קיין ווערטל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:30 pm

Sickening

אוועטאר
שווערע שטופער
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

תגובהדורך שווערע שטופער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:20 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:דער סידי האט שוין געברענגט מער נייע ניקס ווי די 2020 וואלן...

און אויכט אשכולות
אז ס'גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:15 pm

כ'האב געהערט אז די סידי גייט זייער גוט, די געשעפטן וואס האבען עס האלטן אין איין ריארדערן, וויבאלד די געשעפטן מאכן זייער ווייניג פראפיט לייגן זיי עס נישט אין אלע געשעפטן, עטליכע געשעפטן האבען פראבירט צו בעטן מער פון $50 מען האט זיי שיינערהייט מודיע געוועהן אז אויב זיי גייען נישט צוריק אראפ נעמט מען עס אוועק פון זייער געשעפט.

די חידוש איז אז עס גייט אסאך אויף אמאל, זייער אסאך מענטשן קויפן עס פאר די מלמדים, אסאך בעלי בתים קויפן עס פאר די ארבעטערס, מען מאכט א שאבאטאן און מען געבט עס פאר אלע באטייליגטע.

דערווייל האב איך עס נאכנישט געקויפט...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:59 am

זינגער האט געשריבן:כ'האב געהערט אז די סידי גייט זייער גוט, די געשעפטן וואס האבען עס האלטן אין איין ריארדערן, וויבאלד די געשעפטן מאכן זייער ווייניג פראפיט לייגן זיי עס נישט אין אלע געשעפטן, עטליכע געשעפטן האבען פראבירט צו בעטן מער פון $50 מען האט זיי שיינערהייט מודיע געוועהן אז אויב זיי גייען נישט צוריק אראפ נעמט מען עס אוועק פון זייער געשעפט.

די חידוש איז אז עס גייט אסאך אויף אמאל, זייער אסאך מענטשן קויפן עס פאר די מלמדים, אסאך בעלי בתים קויפן עס פאר די ארבעטערס, מען מאכט א שאבאטאן און מען געבט עס פאר אלע באטייליגטע.

דערווייל האב איך עס נאכנישט געקויפט...


אשרי המאמין


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנפין נהירין, עירמאנט'ער און 4 געסט