ניגון איזהו מקומן אויף אידיש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ניגון איזהו מקומן אויף אידיש

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מארטש 12, 2008 1:01 am

ניגון איזהו מקומן: מר' יחזקאל (חחזקל) ראטנבערג הי"ד כותב של הרה"צ ר' בנציון מבובוב זי"ע


1) דערמאנט אייך נאר יודן דעם ארט,
וואס עס האט זיך געטון דארט,
אין ארץ ישראל אין ירושלים.
1) מ'האט מקריב געווען זבחים,
שלמים עולות ונסכים,
בזמן שבית המקדש היה קים.
1) ס'איז געווען עולה לריח,
אויף דעם הייליגן מזבח,
אלע מיני קרבנות.
1) לכפר עוונות,
הרצון והאונס,
ווי גרויס איז נעביך, היינט דאס רחמנות.
2) בקולות וברקים,
וויינען מיר אויף דעם מקום,
אז דאס ארט איז געווארן אוועק גענועמן.
2) אז מ'טוט זיך דערמאנען,
אז דאס איז מער נישט פערהאנען,
דאס הייליגע מקום איז אוועק געקומען.
3) עס וויינען און עס קלאגן,
עס שרייען און עס זאגן,
אלע טאג די בני מלכים.
3) יעדן טאג אינדעפרי,
פרעגן מיר איזהו,
מקומן של זבחים.

1) באלד אינדערפרי,
נעמט מען זיך די מי,
מ'נעמט זיך דאווענען מיט כוונות.
1) דערמאנען זיך יודן,
אז תפלה איז במקום תמידין,
אז דאס דאווענען, איז אנשטאט קרבנות.
2) דער קהל, מיטן ש"צ,
איז נאר איין ערזאץ, ( )
אנשטאט קרבנות, א הייסע תפלה.
2) אז מ'דערזעהט זיך, ווי מ'האלט,
מאכט מען באלד, א געוואלד,
בנה ביתך, כבתחילה.
3) מיר פרעגן נאר, דאס איינע ווארט,
ווי זעהט מען שוין, צוריק דאס ארט,
מקריב זיין תמידים, ונסכים.
3) אוי ווי לאנג נאך ווי,
וועט מען פרעגן איזהו,
מקומן של זבחים.

1) מיר פרעגן בשפה רפה, ( )
די שאלה מה יפה,
מה יפו פעמיך בנעלים. ( )
1) אוי ווי שיין, אוי ווי גוט,
זענען געווען, די טריט,
ווען יודן זענען געגאנגען, עולי רגלים.
2) צדיקים וחסידים,
ארימעלייט און נגידים,
זענען געגאנגען באהבה ובריעות.
2) באחדות געווען געגרינדן, ( )
בגוף ונשמה צוזמאמען, געבינדן,
א קשר בלב ונפש, מיט גלייכע דעות.
3) שרייט געוואלד קומי רוני בלילות,
אויף דרכי ציון אבילות,
ס'זאלן אויף געהויבן ווערן, ציו'ןס דרכים.
3) אוי באשעפער ענטפער דו,
אויף די שאלה איזהו,
מקומן של זבחים.

1) עס האט אינגאנצן אדארעך גענומען,
דאס שיינקייט פון ירושלים קומען,
ווי שיין זענען געווען די טייערע געזאנגען.
1) געגאנגען מיט ריינע מחשבות,
מיט חדות הלבבות,
ווען יודן זענען קיין ירושלים געגאנגען.
2) ס'איז געווען אזוי טייער,
ס'האט געברענט ווי א פייער,
השראת השכינה האט מען כסדר געזעהן,
2) פון די שכינה האט מען זיך נישט געקענט שיידן.
מ'האט געפילט א מתיקות און א טעם גן עדן,
אוי וואס איז אונז, היינט נעבאך געשעהן,
3) לאמיר וועלטן רייסן,
השי"ת זאל שוין מער נישט כעס'ן,
ער זאל איבער בעטן צו די בני מלכים,
3) איינציגער קוב"ה,
פארענטפער דו דעם איזהו,
מקומן של זבחים.

1) ווען עס קומט חודש ניסן,
ווערט דאס הארץ צוריסן,
מ'דערמאנט זיך פון דער מצוה, פון שה לבית אבות.
1) ווי מ'האט דאס געשאכטן,
די הייליגע אורות האבן געלאכטן,
ס'איז געווען א שמחה, ביי'ם יודע מחשבות.
2) און אז מ'דערמאנט זיך אזוי,
פון די מצוה ועצם לא תשברו בו,
מ'האט נישט צובראכן קיין עצמות,
2) אבער היינט מאגרא רמות, ( )
צוברעכט מען יודישע עצמות,
אוי פארטריבן יודישע נשמות.
3) אוי באשעפער געוואלד,
עס זאל שוין זיין באלד,
שואלין ודורשין בהלכות פסחים.
3) און טאקע באותו היום,
זאל שוין זיין ונאכל שם,
מן הזבחים ומן הפסחים.
3) אוי באשעפער אייל זיך שוין צו,
מ'זאל שוין וויסן איזהו,
מקומן של זבחים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 12, 2008 8:11 am

א ישר-כח הרב הזקן

ס'האט מיר געקאסט א טרער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 12, 2008 9:17 am

כ'האב געמיינט אז דאס איז מרדכי'ס אייגנס, שכוח זיידעניו, עס איז זייער ווארעם-הארציג און לערנענדיג פר' ויקרא מיט'ן פירוש הזקן, איז עס בבחינת דבר בעתו יו-טוב.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 12, 2008 1:57 pm

ישר כח זיידי : איך האב מיך אויסגעלערנט די ניגין און חוה"מ חדר (איך האב אפילו די צעטיל) די ניגין איז אויף די סאטמערע אדיר אוין ונורא (מצשב"ק) עס איז זייער הארציג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:21 pm

זייער א הארציגער ניגון, א גרויסן יישר כח ר' זיידעניא.

טענקס דארפסמאן פארן זאגן אויף וועלעכען ניגון עס צו זינגען, כאזיך געפלאגט צו וויסן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:24 pm

צייטליך, האסט נאך קיינמאל נישט געהער בן דעיוויד דאס זינגען מיט'ן אדיר איום ניגון?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:34 pm

מיללער האט געשריבן:צייטליך, האסט נאך קיינמאל נישט געהער בן דעיוויד דאס זינגען מיט'ן אדיר איום ניגון?


ס'קען זיין אז יא, כ'וועל דיר זאגן וואס די זאך איז. ווען איך האב עס געליינט האט מיר עס אויסגעקוקט ווי א רעלאטיוו (וועא"מ) נייער ניגון, א זאך וואס איך האב נאך קיינמאל נשיט געהערט, איינמאל איך האב געקענט דער ניגון אויף וואס עס ווערט געזינגען און איך האב עס אנגעפאנגען צו זינגען מיט די ווערטער האט מיר עס דערמאנט אז איך האב עס שוין אמאל געהערט, אבער איך ווייס נישט ווי, עפעס ליגט מיר עס אין קאפ, אויב די זאגסט אז ס'איז בן דעוויד, קען זיין, איך קען זיך נישט דערמאנען יעצט, אפשר קענסטו מיר זאגן וועלעכע טעיפ ער זינגט דאס ? אזוי וועל איך מיר קענען גרינגער דערמאנען.

יישר כח למפרע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 12, 2008 2:37 pm

לעצטענס אויך זיין 'אידיש קאלעקשאן' זינגט ער עס אויך, אויסער אויף די אריגינעלע טעיפ כ'געדענק נישט אויף דער מאמענט וועלכע.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך מארטש 12, 2008 5:53 pm

דא קענט איר עס הערן

גענומען פונעם טעיפ: זמירות ישראל באידיש, חלק ב', טרעק 4

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג פאברואר 13, 2012 10:37 am

יגרסהדותא האט געשריבן:דא קענט איר עס הערן

גענומען פונעם טעיפ: זמירות ישראל באידיש, חלק ב', טרעק 4


קען איינע ביטע דאס נאכאמאהל ארויף לייגען, א דאנק.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג פאברואר 13, 2012 4:04 pm

כבוד רבי זיידעניו [דער עפענער פון דעם שנירל] האט פאר-פאסט צו נאטירן צוויי קאפיטלעך פון דעם ליד.
ועמך כולם צדיקים

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:36 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:דא קענט איר עס הערן


קען איינע ביטע דאס נאכאמאהל ארויף לייגען, א דאנק.


https://www.yousendit.com/download/M3Bsd0VOWkJoeWJtcXNUQw

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג פאברואר 14, 2012 12:32 pm

אמאל געהערט קריטיק אויף די מקור פון די ניגון (נישט ווערטער). כ'נעם נישט קיין אחריות
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

גלגל החוזר
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 01, 2011 7:07 am

תגובהדורך גלגל החוזר » דינסטאג פאברואר 14, 2012 6:13 pm

ניק ניק האט געשריבן:אמאל געהערט קריטיק אויף די מקור פון די ניגון (נישט ווערטער). כ'נעם נישט קיין אחריות

איר קענט אייך אפשר מסביר זיין וואס דאס מיינט אז די האסט געהערט קריטיק אויף די ווערטער -אז וואס .....?
און אויף וואס נעמט איר נישט אחריות איר האט דאך גארנישט געזאגט
A man's own good breeding is the best security against other people's ill manners.


A word of encouragement during a failure is worth more than an hour of praise after success

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:17 pm

ניק ניק האט געשריבן:אמאל געהערט קריטיק אויף די מקור פון די ניגון (נישט ווערטער). כ'נעם נישט קיין אחריות


לא ירדתי לסוף דעתו

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:50 pm

די מחבר פון דעם ניגון איז החזן ר' יוס'לי מאנדעלבוים ע"ה, א באבובער חסיד, ער האט נאך דעם ניגון געמאכט פאר די קריג, און דער קדושת ציון האט עס מקבל געווען, עד כדי כך, ער האט עס געזונגען גאנץ ערענסטע זמנים
די קריטיק אויף דעם ניגון איז געווען (אויב עס הייסט קריטיק), אז איין תנועה, איז געקומען פון אן א ניגון פון החזן ר' יוס'לי ראזענבלאט, נישט קיין ניגון וואס איז דא אויף איינע פון זיינע רעקארדס, נאר א ניגון אויף אנא בכח וואס זיינס א פלימעניק האט אויסגעלערנט פאר די באבובער בחורים, און דער קריטיק איז געווען אז עס איז א ג'גנב'טע תנועה,
די ווערטער האט פארפאסט כמדומה לי דער כותב בבית הקדושת ציון, וואס פון אים אליין איז אויך דא געלונגענע ניגונים, ר' יחזקאל'י ראטענבערג הי"ד, ויש בזה סיפור דברים על מה מוסב כל הניגון
למה זה תשאל לשמי...

גלגל החוזר
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 01, 2011 7:07 am

תגובהדורך גלגל החוזר » דינסטאג פאברואר 14, 2012 10:57 pm

והוא פלאי האט געשריבן:, ויש בזה סיפור דברים על מה מוסב כל הניגון


אדרבה א מעשה האט יעדער ליב צו הערן
A man's own good breeding is the best security against other people's ill manners.


A word of encouragement during a failure is worth more than an hour of praise after success

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך פאברואר 15, 2012 12:58 pm

סתם קלאר צומאכן וואס איך האב געשריבן, אז כד הוינא תליה האט מיר איינער געזאגט אז די ניגון האט א נישט גוטע מקור, ועל זה כתבתי אז איך נעם נישט קיין אחריות אויף יענעמ'ס ווערטער ווייל איך האב יענעם נישט געפרעגט קיין שום פרטים, וואס ווען ווי, און היות ס'שוין מקובל בכל תפוצות ישראל צו זינגען דעם ניגון האב איך עס ווייטער געזנגען. (כמו כמה ניגונים של פושעי ישראל שנתקבל בינינו, הכל תלוי במזל)

יישר כח "והוא פלאי" פארן אויסקלארן די אמת'ע מעשה.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך פאברואר 15, 2012 2:29 pm

ס'איז א געוואלדיג הארציגע ניגון וואס צוגייט אין די ביינער!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:39 am

ווינקל האט געשריבן:ס'איז א געוואלדיג הארציגע ניגון וואס צוגייט אין די ביינער!


מעניני דיומא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

גילוי
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2016 10:43 am

תגובהדורך גילוי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:03 am

ביקסאד האט געשריבן:כבוד רבי זיידעניו [דער עפענער פון דעם שנירל] האט פאר-פאסט צו נאטירן צוויי קאפיטלעך פון דעם ליד.

איך ווייס נישט אויב איר האט דאס געמיינט, עס איז דא נאך 2 שטיקלעך וואס א באבוב׳ער חסיד ר׳ שאול הוטערער ע״ה האט צוגעלייגט, כמדומה אז אין באבוב זינגט מען עס מיט די ציגעלייגטע.

שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:47 pm

דא האט איר די ריכטיגע ווערטער....(נישט ווי מרדכי זינגט עס פארדרייט!)


1) דערמאנטס אייך נאר דאס ארט,
וואס עס האט זיך געטוען דארט,
אין ארץ ישראל אין ירושלים,
מ'האט מקריב געווען זבחים,
שלמים עולות ונסכים,
בזמן שבית המקדש הי' קים,

2) ס'איז געווען עולה לריח,
אויף'ן הייליגן מזבח,
אויף דעם ארט אלע מיני קרבנות,
לכפר עונות, הרצון והאונס,
אבער ווי גרויס איז נעבעך די רחמנות,

2) בקולות וברקים,
וויינען מיר אויף דעם מקום,
אז דאס ארט איז געווארען אוועק גענומען,
אז מיר טוען זיך דערמאנען,
אז ס׳איז מער נישט פארהאנען,
דאס הייליגע מקום איז אוועק געקומען,

3) עס וויינען און קלאגן,
עס בעטן עס זאגן,
אלע טאג, די בני מלכים,
יעדן טאג אונדערפרי
פרעגען מיר איזהו,
מקומן של זבחים.



1) מ׳האט אונז אהערגעשטעלט,
דאס הייליגע געצעלט,
וואס האט אונז דעמאלטס געפעהלט,
אנגעהיטען פון עבירות, נישט געוויסט פון קיין גזירות,
אזוי ווי די גמרא פארציילט,

2) מעולם לא לן אדם -בירושלים,
ועבירה בידו איז נישט געוועהן נתקיים,
ווײל אויף יעדען חטא, וואס איז חלילה געשעהן,
האט די קרבן תמיד מכפר געוועהן,

3) אבער היינט ווער קען דערטראגען,
מ׳האט נעבעך א פילע מאגען,
מיט פארשידענע נארישע דרכים,
איבער דעם יעדן אונדערפרי,
פרעגען מיר איזהו,
מקומן של זבחים.



1) באלד אינדערפרי, מ׳קומט און שוהל אריין,
מ'גייט דאווענען מיט כוונות.
דערמאנען זיך די אידען,
תפילות במקום תמידין,
אז דאווענען איז שטאץ קרבנות.

2) דער קהל, מיטן ש"צ,
איז נאר איין ערזאץ,
אנשטאט קרבנות, בלויז א תפילה,
אז מ'זעהט ווי מ'האלט,
מאכט מען שוין א געוואלד,
בנה ביתך, כבתחילה.

3) בעט מען דאס איינע ווארט,
ווי זעט מען שוין צוריק דאס ארט,
מקריב זיין תמידים, ונסכים.
ווי לאנג נאך ווי,
וועט מען פרעגן איזהו,
מקומן של זבחים.


1) דער רבונו דעלמא כולא,
וועט צוהערען אונזער תפילה,
און מיר וועלען שוין געהאלפען ווערען אצינד,
אין מיר האפען אויך,
ס׳זאל נתעורר ווערען די כח,
מקרב זיין די גאולה שלימה אצינד,

2) מ׳וועט זעהן ווי עס שטייט,
פלוצלינג גרייטערהייט,
א בית המקדש א בית והעלייה,
וועט זיין הכל מודה,
יחד כולם הודו,
מקריב זיין א קרבן תודה אויף די ישועה,

3) און באותו היום,
וועט זיין ונאכל שם,
מן הזבחים ומן הפסחים,
מען וועט שוין וויסען ווי,
בניחותא-איזהו,
מקומן של זבחים.


(עד כאן החרוזים של ר׳ יחזקאל׳י הי״ד. מכאן ואילך הוסיף הרה״ח ר׳ שאול הוטטערער ע״ה מאנטווערפען כמה קטעים באיזה הזדמנויות)


1) מיר פרעגן בשפה רפה, די שאלה מה יפה,
מה יפו פעמיך בנעלים,
אוי ווי שיין, און ווי גוט, זענען געווען, די טריט,
ווען יודן זענען געגאנגען, עולי רגלים.

2) צדיקים וחסידים,
ארימעלייט און נגידים,
זענען געגאנגען באהבה ובריעות.
באחדות געווען געגרינדן,
בגוף ונשמה צוזמאמען געבינדן,
א קשר בלב ונפש, מיט גלייכע דעות.

3) שרייט געוואלד קומי רוני בלילות,
אויף דרכי ציון אבילות,
ס'זאלן אויפגעהויבן ווערן, ציו'נס דרכים.
אוי באשעפער ענטפער דו,מאויף די שאלה איזהו,
מקומן של זבחים.


1) עס האט אינגאנצן א דורך גענומען,
די שיינקייט פון ירושלים קומען,
ווי שיין זענען געווען די טייערע געזאנגען.
געגאנגען מיט ריינע מחשבות,
מיט חדות הלבבות,
ווען יודן זענען קיין ירושלים געגאנגען.

2) ס'איז געווען אזוי טייער,
ס'האט געברענט ווי א פייער,
השראת השכינה האט מען כסדר געזען,
פין די די שכינה האט מען זיך נישט געקענט שיידן,
מ'האט געפילט א מתיקות און טעם גן עדן,
אוי וואס איז היינט נעבעך געשען.

3) לאמיר וועלטן רייסן,
השי"ת זאל שוין מער נישט כעס'ן,
ער זאל איבערבעטן צו די בני מלכים.
איינציגער קוב"ה,
פארענטפער דו דעם איזהו,
מקומן של זבחים.

1) ווען עס קומט חודש ניסן,
ווערט דאס הארץ צוריסן,
מ'דערמאנט זיך פון דער מצוה פון שה לבית אבות.
ווי מ'האט דאס געשאכטן,
די הייליגע אורות האבן געלאכטן
, ס'איז געווען א שמחה, ביי'ם יודע מחשבות.

2) און אז מ'דערמאנט זיך אזוי,
פון די מצוה ועצם לא תשברו בו,
מ'האט נישט צובראכן קיין עצמות.
אבער היינט מאגרא רמות,
צוברעכט מען יודישע עצמות,
אוי עס ווערען פארטריבען יודישע נשמות.

3) אוי באשעפער געוואלד,
עס זאל שוין זיין באלד,
שואלין ודורשין בהלכות פסחים.
און טאקע באותו היום,
זאל שוין זיין ונאכל שם,
מן הזבחים ומן הפסחים.

3) אוי באשעפער אייל זיך שוין צו,
מ'זאל שוין וויסן איזהו,
מקומן של זבחים.

1) און זכות פון הייליגען רבי׳ן זאל לעבען,
זאל אונז השי״ת געבען,
מיר זאלען געהאלפען ווערען מיט א ישועה אצינד,
אויף דעם בעטען מיר אויך,
ס׳זאל נתעורר ווערען דעם כח,
מקרב צו זיין די גאולה שלימה אצינד,

2) און פלוצלינג מיט די צייט,
וועט מען זעהן ווי דאס פלאץ שטייט,
דער בית המקדש דער בית והעלייה,
וועט זיין וכולם מודים,
ויחד כולם הודים,
לפי שהשכינה תהא בינינו שרויה,

3) און תיקף באותו היום,
וועט זיין ונאכל שם,
מן הזבחים ומן הפסחים,
מען וועט שוין וויסען ווי,
איזהו,
מקומן של זבחים.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:01 pm

פון וואו נעמט איר אז דאס איז די ריכטיגע ווערטער?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:10 pm

ווייל דאס איז פארשריבען געוועהן און באבוב נאך פון פאר די קריג....

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 7:38 pm

קען אפשר איינער איבערלייגן דע ניגון


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: carmusic, Google [Bot] און 12 געסט