"דא וואוינט א יוד" ר' ישראל ווערדיגער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:27 pm

Available Now

ישראל ורדיגר - דא וואוינט א איד
https://www.nigunmusic.com/du-voint-a-yid.html

PDF
https://drive.google.com/file/d/1qf2Q1K ... sp=sharing

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 6:33 pm

Single
"כאפ א טענצל''

ר' ישראל ווערדיגער

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

https://drive.google.com/file/d/1NVvp7G ... WUr5w/edit

.
chap a tentzel.JPG
chap a tentzel.JPG (64.84 KiB) געזעהן 1896 מאל

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:31 pm

נישט געקענט מאכן ביי טשענס ויהי בחצי הלילה דעם צוועלעפטן ניגון?

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:40 pm

moishy56 האט געשריבן:Single
"כאפ א טענצל''

ר' ישראל ווערדיגער

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

https://drive.google.com/file/d/1NVvp7G ... WUr5w/edit

.
chap a tentzel.JPG

נע, געקענט זיין סאך בעסער!

אביסל מער איידיעס אריינלייגן, נישט אגאנצן צייט זאל איבערגיין די זעלבע מאנקי'ס!
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 8:47 am

גאר א פיינעם סידי! הערליך, און א געשמאק צו הערן.

העמער שפעטער שרייבן א געהעריגע געװױנט נאכן הערן עטליכע מאל.

איך האלט נעמט ביי דורות, א פיינעם ניגון פאר א חתונה!! די ערשטע פאל רחמנא הב להון קלינגט מיר עפעס באקאנט (אפשר ליפא?)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:53 am

מיין ריוויאו,

קוקנדיג מיט א תש״פ סעט אוו ברילן איז עס א היימישע סידי, הערליך און געשמאק, שיינע מוזיק, רואיג געזינגען. ווער עס גלייכט ר׳ ישראל׳ס סידיס וועט עס לכאורה אויך גלייכן. די ארענדזשער איז א מעלה און א חסרוף, די מעלה איז אז עס פאאארט קיינער האקט נישט אפ אינמיטן אלעס האט בערך די זעלבע פיהל, ממש די זעלבע מיקס, פון די אנדערע זייט איז עס א טראפ באארינג. נאך איין זאך ואס באדערט מיר איז אז די סידי האט אסאך ׳באבי׳שע׳ חלקים.

זאג נישט אז ס׳פאסט נישט: אייזערנע ניגון אצוהייבן הארא, נישט עקסטער ווילד (רעלאטיוו), זייער אפליפטינג, און כוועל זיך פרייען צו שפירן אז די דריי פוילע פעטערס וואס ווערן נישט דיזי פון זיך ארומדרייען ביים דרויסנדיגן רינג און ווערן ניטאמאל דיזי פילן זיך אביסל אנקאמפטערבל. כ׳קען שוין אימעדשענען די יונגע קלאוני שוואגער וואס לויפט ארום טייטלען אויף יעדער וואס טאנצט נישט ׳זאג נישט אז ס׳פאסט נישט׳...

מחיצה: מאטי האט מיר דיסעפוינטעד, די ניגון האט מיר בכלל נישט געכאפט, נישט די ווערטער, אפגערעדט די טאן... קען זיין ס׳האט נישט די גוטע זינגער.

השלך: גוטע ניגון, פיינע הארא, טיפיקעל יצי וואלדנער, שיינע ווערטער אלעס פיט אין פלאץ, איך העיט לעקטעריק מיוזיק מיט די מאדנע אפעקטס אבער מען פרעגט מיר נישט.

משכינו: איי איי משכינו... די ווערטער וועט מען זיך צוגעוואוינען, אבער די ניגון, יואוי איז דאס הערליך! ר׳ פנחס קומט אריין אין דעם סידי עקסטער שטארק. סטייטשט אזוי שיין די ווערטער, הערליכע ווארעמע תנועות, פעלט אפשר א שטיקל פאנטש, אביסל צי נידריג די הויעכע פאל, אבער עס רעדט צו מיין הארץ!

אמרו ישראל: אההה א שיינע ניגון, ס׳גלעט דאס פנים, מאכט רואיג אויפן הארצן. כהאב ליב דיין דאווענען, כווארט דערויף בכליון עינים.

ניין, כ׳מיש נישט ווייטער, לאמיר קודם איבערהערן נאכאמאל ׳אמרו׳.

עד הנה עד הנה: די הענט ווערט מיר העכער און העכער... כווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען זינגט איבער דעם ניגון, ס׳פארט סקעילס סיקס פאר א דאלער... אבער עס זיצט אזוי שיין אין פלאץ! טייטש אפ די ווערטער מיט טראפן! (עפעס א טראפ באדערט מיר אין די ניגון כ׳ווייס אליין נישט וואס.)

דורות: די ערשטע פאל איז פלעין באארינג, באבישע ווערטער און תנועות, ס׳קלאפט עפעס נישט. די צווייטע פאל איז א פשוטע הארא ניגון די בחורים זאלן האקן מיט די פיס נאטינג ספעשל.

רק טוב: מאטי האט מיר א טראפ צוריק געכאפט נאך די ערשטע ניגון זיינע, סאיז שיין, נישט עפעס ספעציעל, אבער סאיז א שיינע ניגון. שיינע מעסעדזש, הערליכע הויעכע פאל דערמאנט מיר אביסל פון משה גאלדמאן, דער ׳ווייל איין רע׳ קלאפט עפעס נישט צו הונדערט און איין פראצענט.

מן המיצר: איי איי איי צוגיסט זיך אין אלע גלידער... מה מה מה... נאר וואס? גאאארנישט קענען זיי טוהן... לא אירא! נאופ! די ווערטער מיט די ניגון זענען געגאסן ווי מעטאל. אזא אפליפטינג און רואיגע דאנקעדיגע געפיל. ווידער ר׳ פנחס, יישר כח!

קל נא: זייער שיין, דיפרענט פעטה. מער מיוזיקעל ווי הארציג.

דא וואוינט א יוד: די ניגון האט אפהארגעט די געדאנק... סוואלט ווען געקענט זיין אזוי שיין. די דא וואוינט א יוד תנועה איז זייער שיין! קעטשי! אבער אדערווייז איז עס עפעס א געמיש פון אנטווערפענע פארשלאפנקייט און ווערטער... כווייס נישט, סוואלט ווען געקענט זיין א מעסטער פיעס! עפעס א גאנצע ניגון פון הקדמות... אבער די תנועה גייט פארן ביי קומזיצן, ווי אלע תנועה׳לעך פון ראטנבערג גייט עס עפעס אריין אין קאפ און סבלייבט סטאק!

אין לנו: פרייליכע ניגון, מען וועט עס זינגען פאר אביסל און שוין. נאטינג מאר.

עקידה: ס׳איז אין די רעינדזש פון חזנות, ס׳האט פשוט זינגער, ישראליס קול און רעינדזש איז בכל לנישט געמאכט פאר דעם. די מוזיק קומט אסאך מער דראמאטיש און דארק. ס׳וואלט געקענט זיין זייער א שיינע שטיקל פאר א צווייטן.

שוין געענדיגט? אה 13 ניגונים דורכגעפארן אזוי... עניוועי, יישר כח ישראלי פארן אריינלייגן עפפארט מיר צו ברענגען הנאה, כהאב געקויפט און באצאלט פארן סידי, געהערט און הנאה געהאט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:23 am

יישר כח ענדע פאר אזא קלארע רעוויו, בלי כחל וסרק.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:40 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:משכינו: איי איי משכינו... די ווערטער וועט מען זיך צוגעוואוינען, אבער די ניגון, יואוי איז דאס הערליך! ר׳ פנחס קומט אריין אין דעם סידי עקסטער שטארק. סטייטשט אזוי שיין די ווערטער, הערליכע ווארעמע תנועות, פעלט אפשר א שטיקל פאנטש, אביסל צי נידריג די הויעכע פאל, אבער עס רעדט צו מיין הארץ!

מיר אויך געכאפט דעם ניגון

(איך האב נאכנישט דורך געהאקט די סידי אדורך און א דורך אבער מיט די ערשטע פאר מאל נעם איך דאס אלטס נאמבער אייינס)

און יישר פארן שיינעם ריוויו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 12:58 pm

הרב ענדע, זייער א שיינע ריוויו, אבער איך האלט אז נעקסטע מאל פארן קוקן אויפן בוק ווער עס האט געמאכט דעם ניגון, הער קודם אויס אלע ניגונים, באשלוס דיין אפניען, און דעמאלס קוק ווער איז דער קאמפאויזער, און דיין לייג צו דיינע קאמענטס אויף איהם, לטב ולמוטב
איך בוי זייער שטארק אויף אייוועלט'ס מיינונג פאר איך קויף א סידי, אבער דא האב איך געפילט א ביסל אז דו האסט נגיעות אויף זינגערס,
האעווער דאנקע שעין פאר דיין ארבעט איטס וויל אפרישיעט
טענקס
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 1:15 pm

גראדע געקוקט נאכן הערן, טאקע פארדעם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 1:33 pm

זיינו אלטע CD פאר בלויז א דאללער
https://amzn.to/2XUtiU9
Over 2334 items: Save $10 when you spend $30
https://amzn.to/33Y3AzD

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 1:59 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:מיין ריוויאו,


אמרו ישראל: אההה א שיינע ניגון, ס׳גלעט דאס פנים, מאכט רואיג אויפן הארצן. כהאב ליב דיין דאווענען, כווארט דערויף בכליון עינים.

ניין, כ׳מיש נישט ווייטער, לאמיר קודם איבערהערן נאכאמאל ׳אמרו׳.


עגרי הונדערט פראצענט, כ׳קען נישט מישן ווייטער, אמרו נאכאמאל און נאכאמאל, זייער ווארימע תנועות,
די וועג וויאזוי די ניגון ווערט שנעלער און שנעלער צום סוף, דערמאנט מיר פון זיין פעטער מרדכי.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:10 am

דעיס געטראפען הענגן אויף מיין טיר היינט ציפרי

Yisrol werdigeer.png
Yisrol werdigeer.png (463.2 KiB) געזעהן 851 מאל

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:21 am

:lol:
צוגעלייגטע
ווייל איך בין א דרשו איד.png
ווייל איך בין א דרשו איד.png (516.51 KiB) געזעהן 779 מאל
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:46 am

הרב_שלום האט געשריבן:זיינו אלטע CD פאר בלויז א דאללער

א טרעק

צווייער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:55 pm

קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:02 pm

גראמאטישע שאלה, וואלט עס נישט געדארפט הייסן דא וואינט אן איד?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:06 pm

ניין. זינט דער א' ווערט ארויסגעזאגט ווי א י'.

שוין געווען ערגעץ א שמועס דערוועגן.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 5:32 pm

צווייער האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?

קען איינער ארויף לייגן?

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 6:04 pm

moishy56 האט געשריבן:
צווייער האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?

קען איינער ארויף לייגן?

גניבה!
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 6:16 pm

מי כעמך האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
צווייער האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?

קען איינער ארויף לייגן?

גניבה!


קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?
---

ישראל ווערדיגער האט געמאכט א גוט שפיצל אויף די אלע מענטשן וואס קאפיען די סידי.

ער האט גענומען אלע ניגונים און ער האט געלייגט נאך א האלבע מינוט שפילן די ניגון, א מעסידז אז מען זאל קויפן די סידי, ווען די סידי איז ארויס האט ער ארום געשיקט דעיע פייל פון די סידי, און אפאר מענטשן האבען עס טאקע געדאונלאוד... פשי א גוטס!!

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 6:46 pm

moishy56 האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
צווייער האט געשריבן:קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?

קען איינער ארויף לייגן?

גניבה!


קען איינער ארויף לייגן די פאלשע סידי?
---

ישראל ווערדיגער האט געמאכט א גוט שפיצל אויף די אלע מענטשן וואס קאפיען די סידי.

ער האט גענומען אלע ניגונים און ער האט געלייגט נאך א האלבע מינוט שפילן די ניגון, א מעסידז אז מען זאל קויפן די סידי, ווען די סידי איז ארויס האט ער ארום געשיקט דעיע פייל פון די סידי, און אפאר מענטשן האבען עס טאקע געדאונלאוד... פשי א גוטס!!

איך מיין טאקע די פאלשע סידי ס'פונקט אזוי גניבה ער האטעך שווער געארבעט אויף דעם ניין?

דזאסט דזשאקינג

בד''וו איז עס נישט גניבת דעת די פאלשע סידי?
ס'איז א גונב מן הגנב...
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אברהם אלבוים
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:45 am

תגובהדורך אברהם אלבוים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:07 am


געבורטסטאג
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

תגובהדורך געבורטסטאג » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:01 pm

פיינע הערליכע געשמאקע סידי וכו' וגו'.
איין הערה איבער די עפעקטס , ביי השלך האב איך עטליכע מאל געווען זיכער אז א פאליציאנט פליעט מיר נאך , מיט די אלע סיירינס דארטן.

ביי משכנו פון די צווייטע פאל איז דא עפעס א פייף וואס סאונט אביסל ווי א קעסיא זייגער יעדע צוויי סקונדעס. קען זיין אז נאר איך הער עס (לארעל-יעני?) אבער צען מינוט האב איך ארומגעזוכט וואס פייפט אין מיין קאר.... #איבערלעבעניש
דו ביזט טאקע עלטער ווי מיר, אבער איך בין פארדעם געבוירן....

אור
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:15 pm

געהערט השלך ביי א חתונה מיט בערקוי
די עולם איז געווען אין די לופטן


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט