נייע שבת פראיעקט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:38 am

@ענדע, זייער גוט ארויסגעברענגט וואס עס באדערט מיר... איך צאל די 50 דאלער [איך רעד שטייצעך "אויב"....] און מען דארף האבן אן אוק"ס, טשארדזשן, מיטנעמען איבעראל.... וכו'. ס'זייער נישט באקוועם.
[דאס איז "איינע" פון די סיבות פארוואס איך פלאן עס דערווייל נישט צו קויפן]
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:46 am

ענדע צדיק, פון אלע תגובות דא גלייך איך דיינס די מערסטע...

דעם באדערט לשם שמים, איי סינישטא קיין שום סענעריאו אז דער איד זאל פארדינען עפעס דערפון? אים באדערט ווארעמקייט אין שבת... ווער האט דא געמיינט אז איינער גייט קאמפיעטן מיט קה אכסוף?

דא האט א איד אריינגעלייגט אסאך געלט אויפצוטוהן, אפשר האפט ער צו באקומען כבוד דערפון? הו קעירס? האלסט אז דער עושר וואס טיילט שבת פעקלעך מיינט נישט קיין כבוד?

און די זעלבע איז מיט די תוכן, ער האט צוגעשטעלט טאפ קוואלעטי חסידישע מוזיק! ווארעמע ניגונים מיט הערליכע גראמען, סיז א סאליד זאך! ניין, סיז נישט אזוי ווארעם ווי ר' בעריש ווישעווער'ס שלום עליכם, ווי די וויזניצע מנוחה ושמחה, פיין! קיינער האלט נישט אז יא!

דיין קאנסוירן איז העכסט נארמאל, איך שעיר די קאנסוירן און איך האף אז די חברה האבן א געהעריגע סעלושן דערויף (די עפפ זאל בעסער זיין גוט!) די מוזיק איז הערליך, די זינגען, אלעס איז ריזיג... איך וויל עס הערן נאכאמאל, אבער מיין ווייב וויל עס אינדערהיים און מיין בחור וויל עס מיטנעמען מיט זיך...

אפשר וואלט געווען א פוינט אז מ'זאל קענען קויפן בלויז די פלעיאר, לכה"פ זאל זיין א פעקידזש מיט 2 פלעיארס אדער עפעס גלייכן...

אגב, פאר די וואס ווילן וויסן, די פעקידזש פארקויפט זיך דערווייל זייער שיין, ס'גייט בערך די זעלבע ווי א נארמאלע גוטע סידי וואס קומט ארויס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:23 pm

ענדע האסט מיר דיסעפאויונטעט,
ווען איך זעה ענדע מיט זיין ! אויף א אשכול ווייס איך אז דא קומט א גוטס.

אויב איז עס אין א מיוזיק אשכול ווייס איך אז דא קומט א ריוויו וואס נאר א צדיק קען אראפ שרייבן. וכן הוה איך הייב אן ליינען דיין תגובה און איך פריי מיך אז ענדע האט געספענט א פופציגער לטובת הקהל און ער שרייבט א ריוויו אויפן סידי.

אבער נאך צוויי שורות האב איך געכאפט א פראסק, אוי איז דאס געווען א פראסק, הגם ענדע בחבורת האנטי און וואס האבן א אגענדע אז די שבתדיג פראיעקט זאל זיך נישט פארקויפן.

שוין פיינעלי געוואלט הערן א ריוויו אויף די ניגונים און שוין געמיינט אז ס׳קומט איינס און אזעלכעס אז איך גיי מיר פארשטעקן פאר בושה (איך מיין.. נישט בושה, איך מיין צו זאגן א איבעלעבעניש פון בושה) אויף אלע מיינע נארישע קאמענטס וואס איך האב געהאט אויפן שבתדיג פראיעקט.

אבער איך זעה איין אז אויב האב איך געהאט עפעס אן אפענונוג אז דא אויף אייוועלט וועט נאך 18 בלעטער אויף א סידי זיין עפעס, א משהו, א קליינע טעימה, פון א איבערבליק אויף די שבתדיג סידי.. (בשכמל״ו), שבת פראיעקט, זעה איך אז מיינע האפענונוגען זענען געקומן צו א ענדע! (נדנ).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

נייע אשכול בלויז פאר ריוויוס

תגובהדורך שמערלער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:34 pm

“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:42 pm

ענדע, גענאגלט!

איך וועל צולייגן מיינע צוויי צענט אלטס איינער וואס דרייט זיך כסדר אין געשעפטן
קודם א קאמפלימענט אויף די עצם ניגונים, פון וואס איך בין באמת איבערגענומען! הערליך, רייך, חסידיש, ווארעם,
דער ארויסגעבער האט דא אבער געמאכט א גרויסן טעות, וואס איך פאנג אן מער אין מער צו רילייזן
דאס איז מיט די איבערגעטריבענע מארקעטינג,
מען האט אנגעדרייט דעם עולם אז דא קומט עפעס וואס גייט טוישן דעם שבת, ס'איז עפעס גייסטיש-איבערלעבעניש...

נאכן איבערהערן דעם אלבום עטליכע מאל זע איך נישט מיט וואס איך בין מער גייסטיש ווי בעפאר... איך שפיר נישט אז איך גיי אריבער אן איבערלעבניש צו וואס...

דער אלבום ווען ער בעט דערפאר 16-17 טאללער ווי אן אנדערע אלבום, וואלט ער דערפון פארקויפט אבאוו עוורידזש! (לכאורה קאמפערעבל צו אינגערליך)
אבער פאר סאם ריזאן האט ער דיסייעט אז דא ברויך קומען אן איבערלעבעניש אין א באקס וכו' וכו'
אין דעם באקס איז באמת נישטא עפעס ווייס איך וואס אחוץ פון די אלבום! די זמירות ברויך קיינער, די ביכל קוקט אויס ווי ס'גייטצעך צורייסן אייער נעכטן...

דאס מערסטע וואס מיר באדערט איז די פרייז!
נישט די פיפציגער וואס ער בעט פונעם קאסטעמער, נאר דאס אז די געשעפטן קענען נישטאמאל פארדינען עפעס דערויף!
ער האט געברענגט אין אלע סטארס אן איבערלעבעניש פון א סטענד דערפאר, ס'נעמט אויף שרעקליך אסאך פלאץ (איי נעם עס אוועק, נע, אן דעם איז עס קיין איבערלעבעניש...)

אין וואס מאכט מען דערויף? זילטש גארנישט נאך אפשר וועלן דאס מענטשן קויפן פאר חנוכה מתנות אנשטאט עפעס אויף וואס מען מאכט יא געלט...

נאך פאר איך ענדיג, די אינטערוויו'ס אויף קולמא האט עס נאר מער גע'הרג'ט, וואס פראבירסטו צו מסביר זיין די סיבה פון די פרייז?
שפירסט זיך שלעכט פאר בעטן אזא פרייז? טו עס נישט! קיינער האט דיר נישט געבעטן צו מאכן איבערלעבענישן, מאך א שיינע חסידישע שבת אלבום אנא באקסעס זמירות סטענדס
אין בעט נארמאלע פרייזן, אין לאז פארדינען נארמאל

גם אתה יכול
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:56 pm

ווען מ'באטראכט די גאנצע מארקעטינג די לעצטע פאר יאר, זעהט מען אז ס'איז איין שטיק בלאאאאף מרישא ועד גמירא.
פאר 40 יאר צוריק ווען א סטאר האט געוואלט ארויסלייגן א נייע אייטעם האבן זיי געלייגט צעטלעך "דא קען מען קויפן די נייע סארט עירקאנדישען" "דא וועט מען פארקויפן שיינע אתרוגים"
והאידישע ליכט ועונג שבת יוכיח, עס איז זיס צו זעהן די אמאליגע מארקעטניג וואס איז באשטאנען בלויז פון מודיע זיין מענטשן איבער א לאקציע און פשוטע פאקטן ארום און ארום.
היינט לעבט מען אין א וועלט וואס די גאנצע מארקעטינג אינדארסטרי איז פארוואנדעלט געווארן אין א ברעין וואש היפעטייזיע אינדארסטרי, ווען עס קומט ארויס א נייע פראדוקט זעץ מען זיך אראפ מיט גרויסע קאפ צו אויסהאמערן א מהלך ווי אזוי מ'קען אנרעדן מענטשן עס צו קויפן טראץ דעם וואס זיי דארפן עס נישט
נעם אזא כאפצעם קאמפיין ס'ארבעט אפשר זייער פיין אבער סאיז בלאבלא מנעמט די מענטש און מען לייגט אים אריין אין עפעס א דילאזשין און אזוי עפענט ער אויף די טאשן
די מארקעטינג פון די נייע שבת פארברענג קוקט אויס ווי עס גייט אין די ריכטונג, גייסטליכע אבערלעביטשע דערהויבעטשע נשמעדיגיגדעג טשאבעת
איך ווייס אז די סארט מארקעטונג ארבעט זייער פיין והא ראיה...אגם דא אויף איי וועלט איז נאך דא אביסל נארמאלקייט, די וועלט איז פארט אביסל גרעסער פון אונזער וועלטל

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:01 pm

די מארקעטינג אונטער דעם איז סיק!! און בלאף נוסח תשפ שלמה שטיינמעטץ הערסט אויס דעם אינטערוויו מיט הרב וועלוול שמעלצער א חלום א פראיעקט אן עקספיריענס ממש ממש ממש ממש בלא בלא בלא טוה מיר א טובה

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:03 am

סשניייט און נישט אבנדיג יעצט פונקטליך וואס צו טוען בלעטער איך אריבער דעם אשכול און איך טרעף דעם תגובה:

אמיתי האט געשריבן:אגב איך האב נאר גע'עפענט די ניק זיך צו שלאגן מיט דיך נאכן זעהן די האסט דא א אגענדע איך וויל בלייבן גיט מיט דיך מיט מיין געהריגע ניק


אין אידיש זאגט מען אויף דעם ״מקומם״, אין לשון קודש הייסט עס ״ברענגסט מיר ארויף די בלוט אין קאפ״

איז אזוי אויב איז דאס נישט אמת (ווי סזעהט אויס מיטן ערשטן בליק, ווייל אלע דיינע תגובות זענען אין אשכולות איבערן שבת פראיקעט, און לאו דוקא באצירט אויף יישר׳ס ווערטער) נאר דו ביסט פשוט דא צו מארקעטן די פראדעקט, קומט דיר פעטש פארן ארפרייסן א צווייטן ניק.

(איך זעה א נ.ב. אין דיין תגובה וואס ליינט זיך אזוי: איך ווייס אז מענטשן גייען טראכטן אז איך בין א אינסיידער, סא לאמיר מקדים זיין רפואה למכה און געבן אומדירעקט (אגב) א רוק אריין א סיבה פארוואס מיין ניק האט נאר 7 תגובות , אזוי אז ווען איינער וועט פרעגן איבער דעם, וועט ער קענען זאגן, קוק צוריק אפאר בלעטער וועסטו זעהן אז איך האב א אנדער סיבה, און די כלל איז אז אויב האב איך געענטפערט אויף א שאלה נאך פאר דו האסט געפרעגט מוז זיין אז סאיז אמץ, און דו קענסט נישט זאגן סאיז אבי א תירוץ, ווייל איך האב דאך געזגאט דעם הסבר פאר מ׳האט מיר געפרעגט די שאלה)

און ניין איך האב נישט א פראבלעם אויב דו ביסט איינער וואס האט אויפגעמאכט א ניק נאר צו מארקעטן דעם פראדעקט, דו מעגסט טוען וואס דו ווילסט, אבער נישט קיין שום רעכט צו זיך נעמען צו איינעם׳ס ביינער אויף א פערזענליכע אופן בלויז ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר, און נאך אזוי גראב ארויס געשריבן.

אויב ביסטו דא נאר פארן שבת פראיעקט מיינט עס אז דו גייסט דא אראפרייסן איינעם אין נאך א חודש צוויי נעלם ווערן איבערלאזנדיג איינעם בלוטן, און ניין דו האסט נישט קיין שום רעכט צו טוען אזא זאך (און גייט מיר ווייניג אן אויב יישר האט עס גענומען צום הארץ צו נישט)

אויב איז אמת דיינע ווערטער אז דו ביסט דא מיט א צווייטע ניק און אויפגעמאכט דעם ניק נאר איהם צו אראפרייסן קומט דיר שוין צוויי מאל פעטש פאר אזא זאך.

[כאטש סזעהט נישט אויס אזוי פון די פאקטן:

דיין ניק איז נתקבל געווארן נאוועמבער 25

Screen Shot 2019-12-02 at 9.53.18 AM.png
Screen Shot 2019-12-02 at 9.53.18 AM.png (4.9 KiB) געזעהן 800 מאל


בליקנדיג אויף יישר׳ס תגובות אינעם שבת פריאיעקט זעה איך אז זיין ערשטע תגובה איז געווען נאוועמבער 18

Screen Shot 2019-12-02 at 9.55.11 AM.png
Screen Shot 2019-12-02 at 9.55.11 AM.png (84.22 KiB) געזעהן 800 מאל


און נאכדעם נאכאיינס אין זעלבן טאג

Screen Shot 2019-12-02 at 9.58.46 AM.png
Screen Shot 2019-12-02 at 9.58.46 AM.png (75.71 KiB) געזעהן 800 מאל


איך זעה נישט וואו מיט צוויי תגובות זעהסטו און האסט שוין אפגעמאכט אז ער האט א אגענדע (אויסער דעם וואס די צוויי זענען זייער רואיגע נארמאל תגובות, מיט א דעה פון א מענטש)

זיין נעקסטע תגובה איבערן שבת פראיעקט איז נאוועמבער 25 און דערנאך אריינגעקומען שארף אין נאוועמבער 26

סא ווען פונקטליך האסטו אנגעיאגט צו אויפמאכן די ניק נאוועמבער 25, און וויאזוי האסטו געוואוסט אז מארגן גייט יישר אריינקומען קעגן דעם סידי.]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

קול מבשר - אינטערוויס

תגובהדורך א גולם » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:46 am

פה מפיק מרגליות הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א

איבער די אייגענטארטיגקייט פון די נייע אלבום "שבת'דיג" וואס ר' אברהם מרדכי האט געהאט א חלק אין אהערשטעלן די אלבום

______________________________________________

בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער

איבער זיין ניגון אינעם "שבת'דיג" אלבום

__________________________________________

בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט


איבער זיין ניגון אינעם "שבת'דיג" אלבום

_______________________________________

בעל מנגן ר' ירמי' דמן ובנו ר' משה דמן


איבער זייער חלק אין די "שבת'דיג" אלבום

___________________________________

מוזיקאנט ר' הערשי גינזבורג

איבער דאס אראנזשירן צוויי ניגונים ביי די שבת'דיג אלבום

___________________________________

קווייער פירער ר' יואל הוירוויץ פון שירה

איבער אהערשטעלן די הערליכע קווייער ביי די שבת'דיג אלבום

___________________________________________

הרב וועלוול שמעלצער און הרב שלמה שטיינמעץ

איבער אלעס ארום דאס אהערשטעלן די שבת'דיג אלבום

אמיתי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:18 am

איינס האט געשריבן:
דיין ניק איז נתקבל געווארן נאוועמבער 25


אקעי איך צו צוריק מער שרייב איך נישט, איך האב געפענט די ניק נאוועמבער 25 זיי האבן מיך אפראווד א פאר שעה שפעטער איך האב עס געפענט צו שרייבן די תגובה אז יישר האט זיך סותר געווען מיט זיינע תגובות [איך האב שפעטער געמעקט די תגובה ווייל איך האב מחליט געווען לאמיר זיך נישט שלאגן, אבער די תגובה קענסטו נאך זעהן ווייל יישר האט עס מעתיק געווען] למעשה נאכן זעהן ער האלט אין איין שרייבן נאך אין נאך סתירות די עיקר אראפצורייסן שבתדיג האך איך מוצאי געשריבן א תגובה אין שוין געשריבן נאך תגובות, אבער דאס איז עס מער גיי איך בלי"נ נישט ניצן די ניק

יישר קענסט מיט דיין אלע ניקס ווייטער אראפרייסן

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:21 am

אמיתי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
דיין ניק איז נתקבל געווארן נאוועמבער 25


אקעי איך צו צוריק מער שרייב איך נישט, איך האב געפענט די ניק נאוועמבער 25 זיי האבן מיך אפראווד א פאר שעה שפעטער איך האב עס געפענט צו שרייבן די תגובה אז יישר האט זיך סותר געווען מיט זיינע תגובות [איך האב שפעטער געמעקט די תגובה ווייל איך האב מחליט געווען לאמיר זיך נישט שלאגן, אבער די תגובה קענסטו נאך זעהן ווייל יישר האט עס מעתיק געווען] למעשה נאכן זעהן ער האלט אין איין שרייבן נאך אין נאך סתירות די עיקר אראפצורייסן שבתדיג האך איך מוצאי געשריבן א תגובה אין שוין געשריבן נאך תגובות, אבער דאס איז עס מער גיי איך בלי"נ נישט ניצן די ניק

יישר קענסט מיט דיין אלע ניקס ווייטער אראפרייסן

ווי אזוי דו ווילסט

(סתם פאר אינטערסנטקייט, סקען זיין נוצבאר פאר אסאך אידן דא. ווי אזוי האסטו מצליח געווען מזאל דיר אננעמען נאך אפאר שעה)

און נאך א שאלה וואו זעהסטו א סתירה אין זיין תגובה פון נאוועמבער 25
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אמיתי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:28 am

/
לעצט פאראכטן דורך אמיתי אום מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:29 am

יהיה אשר יהיה

איך מיין זאלסט מער נישט אויפמאכן קיין ניקס מיט א בלויזע מטרה צו אראפרייסן א צווייטן ניק, (עטליס שרייב עס נישט אזוי גראב און פאשמיר דיך אזוי אפן)ֿ

און לאז גריסן יונה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:30 am

איך האב עס נישט געהערט און איך פלאן עס נישט צו הערן ( איך ארבעט פאר מיין געלט און איך האב בעסערס וואס צו טוהן מיט פופציג דאלאר )

קען איינער וואס האט יא געהערט מסביר זיין פארוואס דעיס איז ווערט מער וואו די לחיים שבת טיש

דיסקלעימער:
איך וויל נישט הערן די ווארט מוזיקאלישע בלא בלא בלא, און די איבריגע מארקעטינג פוינטס וואס די ארויסגעבער פיטערן די עולם
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:31 am

סאיז שוין דא א אשכול פאר ריוויוס, זעה דא, דערווייל שלאפט עס
(אויסער איין ריוויו וואס איך האב זיך מרחם געווען און אריינגעפירט דארט)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:43 am

א גולם האט געשריבן:פה מפיק מרגליות הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א

איבער די אייגענטארטיגקייט פון די נייע אלבום "שבת'דיג" וואס ר' אברהם מרדכי האט געהאט א חלק אין אהערשטעלן די אלבום

______________________________________________

בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער

איבער זיין ניגון אינעם "שבת'דיג" אלבום

__________________________________________

בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט


איבער זיין ניגון אינעם "שבת'דיג" אלבום

_______________________________________

בעל מנגן ר' ירמי' דמן ובנו ר' משה דמן


איבער זייער חלק אין די "שבת'דיג" אלבום

___________________________________

מוזיקאנט ר' הערשי גינזבורג

איבער דאס אראנזשירן צוויי ניגונים ביי די שבת'דיג אלבום

___________________________________

קווייער פירער ר' יואל הוירוויץ פון שירה

איבער אהערשטעלן די הערליכע קווייער ביי די שבת'דיג אלבום

___________________________________________

הרב וועלוול שמעלצער און הרב שלמה שטיינמעץ

איבער אלעס ארום דאס אהערשטעלן די שבת'דיג אלבום



געטראפן נאך איינס

בארימטע גראפיקער ר' אלימלך גראס

איבער די הערליכע ביכל וואס קומט מיט די שבת'דיג פראיעקט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:47 am

אהרלע רעדט איבער זאנווילס ניגון און זאנוויל רעדט איבער אהרלע

אבער א טעימה פון דעם שבת פראיקעט נישט באקומען

וואס זאל מען טאן זיי אלע טענהען אז דאס איז עפעס גאר א אויסדערוועלט עקספיריענס וואס מקען נישט האבן נאר אויב מקויפט דאס
פארשטיי איך אבער נישט פארוואס זיי האבן מורא אז מגייט קאפיען, איינמאל מקויפט דאס נישט קען מען דאך עניוועי נישט אריבערגיין דעם איבעלעיבעניש, יעדער וועט דאך עניוועי מוזן קויפן צום סוף?
נשגב מבינתי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

תגובהדורך בלא בלא בלא » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:40 pm

fiena nieas האט געשריבן:די מארקעטינג אונטער דעם איז סיק!! און בלאף נוסח תשפ שלמה שטיינמעטץ הערסט אויס דעם אינטערוויו מיט הרב וועלוול שמעלצער א חלום א פראיעקט אן עקספיריענס ממש ממש ממש ממש בלא בלא בלא טוה מיר א טובה

וואס דארפסטו אבער מיר אראפרייסן?...
בלא... בלא... בלא...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:55 pm

Screenshot_20191201-150520.png
Screenshot_20191201-150520.png (91.32 KiB) געזעהן 432 מאל
Screenshot_20191201-150511.png
Screenshot_20191201-150511.png (105.95 KiB) געזעהן 432 מאל
Screenshot_20191201-150525.png
Screenshot_20191201-150525.png (96.4 KiB) געזעהן 432 מאל
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:56 pm

Screenshot_20191201-150500.png
Screenshot_20191201-150500.png (89.4 KiB) געזעהן 429 מאל
Screenshot_20191201-150436.png
Screenshot_20191201-150436.png (90.68 KiB) געזעהן 429 מאל
Screenshot_20191201-150450.png
Screenshot_20191201-150450.png (83.41 KiB) געזעהן 429 מאל
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:58 pm

Screenshot_20191201-150506.png
Screenshot_20191201-150506.png (90.03 KiB) געזעהן 422 מאל
Screenshot_20191201-150455.png
Screenshot_20191201-150455.png (102.38 KiB) געזעהן 422 מאל
Screenshot_20191201-150515.png
Screenshot_20191201-150515.png (80.45 KiB) געזעהן 422 מאל
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:59 pm

Screenshot_20191201-150445.png
Screenshot_20191201-150445.png (79.52 KiB) געזעהן 413 מאל
Screenshot_20191201-150440.png
Screenshot_20191201-150440.png (79.51 KiB) געזעהן 413 מאל
Screenshot_20191201-150425.png
Screenshot_20191201-150425.png (81.54 KiB) געזעהן 413 מאל
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:00 pm

Screenshot_20191201-150415.png
Screenshot_20191201-150415.png (75.02 KiB) געזעהן 407 מאל
Screenshot_20191201-150411.png
Screenshot_20191201-150411.png (95.19 KiB) געזעהן 407 מאל
Screenshot_20191201-150420.png
Screenshot_20191201-150420.png (80.2 KiB) געזעהן 407 מאל
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

אפשר דארף מען פארשטיין דערצו?

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:38 pm

איך האב די שבתדיג פראיעקט נישט געקויפט און נאכנישט געהערט פון קיינעם. אבער איך קלער אז מענטשן מאכן א שטיקל טעות בנוגע די שבתדיג פראיעקט און לייגן יעדע טעיפ אינעם זעלבן שאכטל, אדער פעינטן יעדן בילד מיט'ן זעלבן פעינט בערשטל.

1) עס איז פאראן ניגונים אידישע און להבדיל נישט אידישע, וועלכע לייגן אריין דעם צוהערער אין אזא מצב וואס זאל פירן צו אן אנדערע פלאנעט. ווער עס פארשטייט צו נגינה פארשטייט אז א מודזיצער אזכרה, כאפט אן דעם מענטש און ווארפט אריין אינעם עולם השתוקקות והגעגועים וואס דער וואס פארשטייט נישט דערצו, וועט פרעגן: וואס הערסטו דא?

וואס מאכסט ער זיך דארט משוגע, וואס איז דען דא צו הערן?

לאמיר רעדן קלאר:
99.99 פראעצנט מענטשן וועלן נישט פארשטיין צו דעם קונצליכן ניגון. אקעי. איז עס יעצט אויס. איז עס אן איינרעדעניש, אדער מיינט אז אז דאס איז אזא סארט דעליקאטע געפיל וואס רוב בשר ודגימ'ס פארשטייען נישט. איך פארשטיי עס זייער גוט.

2) פאראן מענטשן וועלכע וועלן צאלן מיליאנען דאלאר פאר עפעס א פעינטינג וואס אנדערע זעען גארנישט דערין. 99.99 פראצענט מענטשן וועלן אנקוקן די ART און ציען מיט די פלייצע. וואָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָס???
פאר דעם אפגעריסענעם פירקל צאלטסטו א ניקל? ביסט ביים זינען?

להבדיל ביי גויאישע ניגונים איז אויך פאראן אזעלכע סארט ניגונים און הימנעס וואס די וועלכע פארשטייען דערצו וועלן צאלן אסאך געלט דערפאר, אבער 99.99 פראצענט וועלן דא הערן א געמיש פו כליזמר, פידלען און אנדערע אינסטרומענטן קוויטשען אין א כאאטישע לאגע.

אקעי. יעצט ביי דעם שבתדיג פראיעקט, ווייס איך באמת נישט צי ס'ווערט 16 דאלאר צי טויזנט דאלאר. צי עס גיט אריין א טעם אין שבת צי א טעם אין טשולענט צי איז עס א דורכברוך אין אידישע נגינה. - פשוט ווייל איך האב עס נישט געהערט - און מעגליך נאכן הערן וועל איך זיין פון די 99.99 פראצענט וועלכע וועלן ציען מיט די פלייצע און א מאך מיט די האנט, כלומר: וואס דרייט ער דא א קאפ.

ס'איז אבער מעגליך אז 1 פראצענט קונים וועלן יא זאגן: העי. דער שבתדיג פראיעקט איז עס מעין עולם הבא. און די וועלכע פארשטייען נישט, זאלן ווייטער הערן שטעקי מיט בעקי.

נאכאמאל איך ווייס נישט צי מ'קען מאכן געלט פון 1 פראצענט ערנסטע מבינים. אבער אויב צילט ער צו די עקספערטן, מיט א ספעציעלן געפיל, האמיר דא אלע נישט וואס אריינצורעדן.

ודי בזה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:18 pm

איך לייען דא אלע קריטיק קעגן דעם "שבת'דיג פראיעקט", און איך וויל אויך אריינווארפן מיינע צוויי צענט (אויסער די פופציגער וואס כ'האב שוין געצאלט...).

ערשטנס, ווער ס'מיינט אז ס'האנדלט זיך פון אן "אלבום", אדער אפילו אן "אלבום מיט א זמירות מיט קארטלעך מיט קעיבלס מיט אן מפ3 פלעיער", האט א שטיקל טעות. עס האנדלט זיך פון אן "איבערלעבעניש אין באקס". כ'וואלט דאס באצייכנט ווי א "שבת פארשטעלונג" וואס יעדער קען מיטהאלטן ביי זיך אין דיינינג רום און מ'דארף נישט פארן קיין NJPAC און באהאלטן די מזונות אין די בעק הויזן טאש... יא, ס'איז א "פלעי" איבער דעם באגריף פון שבת, וואס נאכ'ן הערן 2-3 מאל הייבט מען ערשט אן צו כאפן וואס "שבת קודש" באדייט פאר א איד. וויאזוי זאגט ער דארט אויפ'ן אלבום: פיש אויף שבת האב איך שוין, לעכט אויף שבת האב איך שוין, חלה האב איך שוין, אבער ווי נעמט מען אביסל שבת קודש פאר'ן שבת?

סורפרייז פאר דער וואס זאגט אז ס'גייט בלייבן אויפ'ן שעלף: ס'איז היינט א וועלט וואס מענטשן לעכצן פאר עפעס העכערס און בעסערס ווי די "דשאנק פוד" אלבומס וואס קומען ארויס כסדר. ס'איז געווארן א וועלט פון "טעינק יו האשעם", "לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט", "קוק אריין אין מיין הארץ", "נאר פאר דיר", וכו', א וועלט וואס מענטשן פרובירן אנצוהאלטן אדער בויען פון פריש א שטיקל קאנעקשאן צו די אלטע וועלט, מענטשן זוכן אביסל ווארימקייט, אביסל מים קרים על נפש עיפה, אביסל מער תוכן, מ'זוכט אן "אור", ממילא האלט איך אז די פראדוצירער זענען אריינגעקומען אין פונקט א גוטע צייט און ס'וועלן זיין נאך אסאך מענטשן אויסער מיר וואס וועלן קויפן דעם באקסל.

קאפיען? קען זיין אז ס'וועט געלונגען פאר איינעם צו קאפיען אויף אן אומקלארע וועג, אבער וואס גייט ער האבן דערפון? בלויז א קליינע חלק פונעם גאנצן עקספיריענס. ער וועט האבן אפאר אומקלארע קראצעדיגע טרעקס צו הערן, און דעטס איט.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט