נייע שבת פראיעקט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:49 am

קישקע זאפט האט געשריבן:יישר כח, כ'הער אז נפתלי משה האט גארנישט מיט דע גאנצע פראזשעקט, מ'האט נאר געניצט זיין נאמען...

ווער האט געהערט אז נפתלי משה האט גארנישט מיט די גאנצע זאך נאר געניצט זיין נאמען זאל אויפהייבן די הענט

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:53 am

יישר, אז דו וועסט נידערן דיין טעמפער עמער קענען שמועסן ווייטער ווי ערוואקסענע מענטשן.
שבוע טוב.

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:55 am

א גוטע וואך אפילו אונז האבן אנדערע מיינונגען זעמער אונז ווייטער גוטע ברידער!

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:57 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:א גוטע וואך אפילו אונז האבן אנדערע מיינונגען זעמער אונז ווייטער גוטע ברידער!

דער אשכול איז נישט אין פארברענגען און איז געאייגנט צו דיסקוסירן נארמאל, נישט סתם צו טראלן.

אגב, ס'איז אויך נוגע צו דיינע קאמענטארן אין אלע נגינה און סידי אשכולות. מיט שעצונג.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אמיתי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:01 am

קישקע זאפט האט געשריבן:יישר כח, כ'הער אז נפתלי משה האט גארנישט מיט דע גאנצע פראזשעקט, מ'האט נאר געניצט זיין נאמען...

ממש א שאד ווען איך ווייס מען זיכט א נאמען געב איך מיין :lol:

אמיתי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:06 am

זאג מיך יישר נאכן עס האלטן און איין אראפ רייסן האסטו שוין איינמאל אויסגעהערט די גאנצע סידי?
אגב איך האב נאר גע'עפענט די ניק זיך צו שלאגן מיט דיך נאכן זעהן די האסט דא א אגענדע איך וויל בלייבן גיט מיט דיך מיט מיין געהריגע ניק

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:08 am

אמיתי האט געשריבן:זאג מיך יישר נאכן עס האלטן און איין אראפ רייסן האסטו שוין איינמאל אויסגעהערט די גאנצע סידי?
אגב איך האב נאר גע'עפענט די ניק זיך צו שלאגן מיט דיך נאכן זעהן די האסט דא א אגענדע איך וויל בלייבן גיט מיט דיך מיט מיין געהריגע ניק

יישר כח באשעפער, ברוכים הבאים פאר דיין נייע ניק.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

דובי'ס א פען
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובהדורך דובי'ס א פען » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:12 am

א גאר ברייטע דעקונג אויפן סידי דורך ר וועלוועל שמעלצער אויף ק"מ, ליל שישי.....

שלומי שטיינמץ, יואלי הורביץ, ירמי דמן ובנו מושי, ועוד ועוד

שמעי ותחי נפשכם !!!

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:18 am

דובי'ס א פען האט געשריבן:א גאר ברייטע דעקונג אויפן סידי דורך ר וועלוועל שמעלצער אויף ק"מ, ליל שישי.....

שלומי שטיינמץ, יואלי הורביץ, ירמי דמן ובנו מושי, ועוד ועוד

שמעי ותחי נפשכם !!!

אנשטאט צאלן אזויפיל געלט פאר אינטערוויוס זאלן זיי פשוט נידערן די פרייז און אויך מאכן א אפשען אז מען קען עס דאונלאודען פאר 20 טאלער, ווי עס זעט יעצט אויס וועט זיי די דעליווערי צוריק אויפצופיקן די סחורה פון די געשעפטן נאך חנוכה קאסטן אסאך געלט
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שושן חוחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 20, 2015 12:51 am

תגובהדורך שושן חוחים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:22 am

איך האב נאך נישט געקויפט דעם ״פראיעקט״ און איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט׳ן פרייז, ווער עס וויל זאל קויפן און ווער עס וויל נישט זאל נישט, אבער דער אנשטעל כאילו די ארויסגעבער׳ס האבן עס געטון לשם מצוה ולמען השבת איז לעכערליך, אויב מיינט מען כבוד השבת ולשם מצוה שפארט מען עס נישט איין אין א קאסטען נאר מען זוכט דאס ווי מער צו פארשפרייטן, אנשטאט שפענדן א האלב מיליאן דאללער צו מער, קען מען ווען שפענדן א דריטל דאס געלט און דאס איבריגע צו פארשפרייטן אז עס זאל דערגרייכן ווי מער אידן

איך זאג נישט אז עס איז א פראבלעם אויב די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט אלץ ביזנעס, נאר נעמט׳ס ארויס ביטע דעם ״לשם שמים״ פונעם געשפרעך

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:25 am

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:
אנכי הקטן האט געשריבן:גייט מען עס קענען קויפן אין ארץ ישראל?
און אויב יא אויף וועלכע פרייז?

איך אויב זיי געשיקט אן איימיל דאס איז געוויזין די תשובה
בעהשי"ת סוף קומעדיגע וואך



מען קען זיך איינשרייבען

ביי איציק גרינבוים

ניגון מיוזיק

053-247-8037





פרייז אזווי אין אמעריקע בערך פיפציג דאלער



ישר כוח

המערכת


נו נו , אז מען וויל קויפען דעם הייליגען לשם שמים'דיגע סידי דא אין ארה''ק דארף מען קלינגען צי א טריפה'נע טעלעפון נאמער, זייער שיין!

אמיתי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:32 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:יעצט געהערט דעם סידי איך האב עס נישט געקויפט איך האב בעסער וואס צו טון מיט א 50 דאלער איך האב איך עס געהערט ביי א חבר מיינע נאכן הערן די סידי דעם ערשטען מאל קוק איך עס אן ווי א הערליכע מתנה פאר די קינדערלעך עס הערט זיך ווי א שיינע קינדער סידי א שטייגער ווי בערי סופר'ס וכו' נישט וואס איך האב ערווארטעט קלאר נישט אבער א דאך שיין סידי פאר קינדער שיין אראפגעלייגט
און ווען איך וועל פילן א טעם אין שבת קוק איך אריין אין א חסידיש ספר ווי סדורו של שבת א נועם אלימלך וכדומה די סידי וועט מיר נישט ברענגען מעק א טעם אין הייליגן שבת
דאס קומט נישט צו צו די ווארימקייט פון לחיים שבת סידיס אינגאנצן ניטאמאל אויף די זעלבע לעוועל
און דאס דארף זיין א לעסען פאר יעדן אז מען טאר נישט ווערן פארקויפט פאר קיין מארקעטינג און אינטערוויאס!
אז ווילט איר פילן א טעם אין שבת קוקט אריין אין א חסידיש ספר!


יישר כח באשעפער האט געשריבן:איז לאמיר זעען און ווארטן קען זיין ביסט גערעכט אויב איך גיי הערן פון מענטשען אז עס האט זיי געטוישט זייער שבת וועל איך עס בעזרת השם אויך קויפן א קלייניקייט אז מיט בלויז 50 דאלער וועל איך האבן א טעם אין שבת זיכער וועל איך עס קויפן
ביז דערווייל קוק איך עס אן ווי א שיינע שבת דיגע סידי גארנישט מער ווי לחיים שבת טיש לב מיט קאליש וכדומה אז איך וועל הערן פון פערזענליכע מענטשען נישט פון מארקעטינג צו פון אינטערוויוס אז עס האט זיי באמת געטוישט דעם שבת בין איך מיט דיר אינאיינעם


יישר כח באשעפער האט געשריבן:חברה ווי אזוי איז געווען אייער שבת נאכן הערן דעם סידי? איז עס געווען מיט א געוואלדיגע טעם?
מיין שבת איז געווען זייער דערהויבן אזוי ווי יעדע וואך נישט עפעס ספעציעל און אפילו נאכן הערן דעם סידי בין איך די איינציגסטע וואס האט גארנישט געפילט אנדערש וועגן די סידי איך וויל זיכער מאכן אז אלעס איז אקעי מיט מיר??


יישר כח באשעפער האט געשריבן:נאכן הערן דעם נייעם שבת סידי לאמיר זעען וואס די עולם האלט איבער א 50 דאלער איז די מארקעטינג געווען אומזיסט אדער עס איז טאקע עפעס וואס איז נאכנישט געוועזן און ביטע נאר ענטפערן נאכן הערן די סידי כאטשיג צוויי מאל צו וויסען בערך וואס די חושבע ציבורס מיינונג איז איבערן פרייז

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:37 am

שושן חוחים האט געשריבן:איך האב נאך נישט געקויפט דעם ״פראיעקט״ און איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט׳ן פרייז, ווער עס וויל זאל קויפן און ווער עס וויל נישט זאל נישט, אבער דער אנשטעל כאילו די ארויסגעבער׳ס האבן עס געטון לשם מצוה ולמען השבת איז לעכערליך, אויב מיינט מען כבוד השבת ולשם מצוה שפארט מען עס נישט איין אין א קאסטען נאר מען זוכט דאס ווי מער צו פארשפרייטן, אנשטאט שפענדן א האלב מיליאן דאללער צו מער, קען מען ווען שפענדן א דריטל דאס געלט און דאס איבריגע צו פארשפרייטן אז עס זאל דערגרייכן ווי מער אידן

איך זאג נישט אז עס איז א פראבלעם אויב די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט אלץ ביזנעס, נאר נעמט׳ס ארויס ביטע דעם ״לשם שמים״ פונעם געשפרעך


די האסט זייער גיט ארוסגעברענט מיין הרגשה אויף דעם גאנצע ענין, ווען מ'פארקויפט מיר נאר ווי שיין דאס איז אין ווי גרויס די השקעה איז וואלט איך אפשר געקלערט עס צי קויפען, אבער די גאנצע בלאף אז דאס איז אידישקייט אין לשם אין אז אויף דעם דארף איך צאלען איז עקעלדיג לענ''ד, אין ווי איך האב געשריבען אין מיין פריערדיגע תגובה נאך דעם אלעם שעמט מען זיך נישט עס צי דיסטריביוטען דא אין אר''י מיט א טרפה'נע טלפון נאמער.

אדם א מענטש
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

תגובהדורך אדם א מענטש » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:39 am

געטראכט האט געשריבן:
שושן חוחים האט געשריבן:איך האב נאך נישט געקויפט דעם ״פראיעקט״ און איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט׳ן פרייז, ווער עס וויל זאל קויפן און ווער עס וויל נישט זאל נישט, אבער דער אנשטעל כאילו די ארויסגעבער׳ס האבן עס געטון לשם מצוה ולמען השבת איז לעכערליך, אויב מיינט מען כבוד השבת ולשם מצוה שפארט מען עס נישט איין אין א קאסטען נאר מען זוכט דאס ווי מער צו פארשפרייטן, אנשטאט שפענדן א האלב מיליאן דאללער צו מער, קען מען ווען שפענדן א דריטל דאס געלט און דאס איבריגע צו פארשפרייטן אז עס זאל דערגרייכן ווי מער אידן

איך זאג נישט אז עס איז א פראבלעם אויב די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט אלץ ביזנעס, נאר נעמט׳ס ארויס ביטע דעם ״לשם שמים״ פונעם געשפרעך


די האסט זייער גיט ארוסגעברענט מיין הרגשה אויף דעם גאנצע ענין, ווען מ'פארקויפט מיר נאר ווי שיין דאס איז אין ווי גרויס די השקעה איז וואלט איך אפשר געקלערט עס צי קויפען, אבער די גאנצע בלאף אז דאס איז אידישקייט אין לשם אין אז אויף דעם דארף איך צאלען איז עקעלדיג לענ''ד, אין ווי איך האב געשריבען אין מיין פריערדיגע תגובה נאך דעם אלעם שעמט מען זיך נישט עס צי דיסטריביוטען דא אין אר''י מיט א טרפה'נע טלפון נאמער.

וואס מיינט דאס טרפה'נע טלפון נאמער?

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:40 am

דובי'ס א פען האט געשריבן:א גאר ברייטע דעקונג אויפן סידי דורך ר וועלוועל שמעלצער אויף ק"מ, ליל שישי.....

שלומי שטיינמץ, יואלי הורביץ, ירמי דמן ובנו מושי, ועוד ועוד

שמעי ותחי נפשכם !!!

ווי קען מען עס טרעפען אויפן עפפ?

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:48 am

אדם א מענטש האט געשריבן:
געטראכט האט געשריבן:
שושן חוחים האט געשריבן:איך האב נאך נישט געקויפט דעם ״פראיעקט״ און איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט׳ן פרייז, ווער עס וויל זאל קויפן און ווער עס וויל נישט זאל נישט, אבער דער אנשטעל כאילו די ארויסגעבער׳ס האבן עס געטון לשם מצוה ולמען השבת איז לעכערליך, אויב מיינט מען כבוד השבת ולשם מצוה שפארט מען עס נישט איין אין א קאסטען נאר מען זוכט דאס ווי מער צו פארשפרייטן, אנשטאט שפענדן א האלב מיליאן דאללער צו מער, קען מען ווען שפענדן א דריטל דאס געלט און דאס איבריגע צו פארשפרייטן אז עס זאל דערגרייכן ווי מער אידן

איך זאג נישט אז עס איז א פראבלעם אויב די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט אלץ ביזנעס, נאר נעמט׳ס ארויס ביטע דעם ״לשם שמים״ פונעם געשפרעך


די האסט זייער גיט ארוסגעברענט מיין הרגשה אויף דעם גאנצע ענין, ווען מ'פארקויפט מיר נאר ווי שיין דאס איז אין ווי גרויס די השקעה איז , וואלט איך מן הסתם געקלערט עס צי קויפען, אבער די גאנצע בלאף אז דאס איז אידישקייט אין לשם שמים, אין אז אויף דעם דארף איך צאלען איז עקעלדיג לענ''ד, אין ווי איך האב געשריבען אין מיין פריערדיגע תגובה נאך דעם אלעם שעמט מען זיך נישט עס צי דיסטריביוטען דא אין אר''י מיט א טרפה'נע טלפון נאמער.

וואס מיינט דאס טרפה'נע טלפון נאמער?


דא אין אר''י איז ב''ה דא כשרע טעלעפון'ס וואס די גאנצע ציבור היראים באניצט זיך נאר מיט זיי, אין די כשרע טלפון ליינס האבען אן עקסטערע סעריע פין נאמברס אין יעדע קאמפעני וואס מיט זיי הייבען זיך אהן די נאמברס ווי למשל 053-31 אדער 052-76, 050-41 וכו' וכו', אין אזוי ווייסט יעדער צי די נומער איז א כשרע אדער נישט.

כיום איז ב''ה א בושה פאר א היימישע מענש צי זאגען פאר א צווייטער זיין נאמבער אויב איז עם חלילא נישט כשר, אין פארשטייט זיך אז היימישע מוסדות (סיי חסידישע ליטווישע אין אויך ספרדישע) נעמען נישט אהן קינדער וואס די עלטערען פארמאגען אזא נומער, אין אזוי אויך היימישע אוסגאבעס וועלען נישט מפרסם זיין אזעלעכע נאמערען.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:13 am

דובי'ס א פען האט געשריבן:א גאר ברייטע דעקונג אויפן סידי דורך ר וועלוועל שמעלצער אויף ק"מ, ליל שישי.....
שלומי שטיינמץ, יואלי הורביץ, ירמי דמן ובנו מושי, ועוד ועוד
שמעי ותחי נפשכם !!!

יא זיי קומען אריין זייער קלאר, וועלוול איז פיינע נייעס

לויט ווי ער זאגט האט מען דא אריין געלייגט 10 מאל מער פון א נארמאלע סידי (פארוואס האט ער מורא צו זאגן א מיליאן דאלער?) און די מטרה איז געווען צו ברענגען היימישע נגינה וואס יעדער וועט אריין לאזן אין שטוב, אראפ געזיננגען אויף א פראפעשינאל וועג.
אויב איז אמת דאס וואס ער טענהט איז נישט מעגליך ער זאל מאכן זייין געלט וואס ער האט איוועסטירט, און מיט דעם איז א פראוו אז ער מיינט נישט (ריין ) ביזנעס.

די שאלה איז נאר צו סאיז אמת אז ער האט אריינגעלייגט א מליאן דאלער, און אפילו אויב יא דארף מען פארשטיין אז די מליאן דאלער איז נישט אריין נאר אין די חלק הנגינה, די פעקעדזש ביכל און אלעס ארום קאסט אויך אפאר דאלער (זיינע ווערטער) און ממילא וואלט איך געשאצט אז אינעם פראיעקט פון די נגינה איז אריין א האלב מליאן דאלער טאפס.

טענהט ער סאיז ווערד ווייל סקומט מיט א ביכל, און ווי מהאט שוין געפרעגט דא, וואס פעלט אויס צו מאכן א ביכל מיט אלע צוגעהערן ארום, מאך נאר א סידי (און לויט ווי ער זאגט אז סהאט תוכן פון צוויי סידיס, מאך צוויי דיסקס) און פארקויף פאר 30 טאלער.
נאר ווי וועלוול לייגט דאס אראפ האט מען געוואלט האלטן די זאך אויפן א הויכן לעוול סזאל רעפרעזנטן זיין רייכקייט און דערפאר האט מען עס געמאכט אין א פעקעדזש.

איך פארשטיי נאך אלטס נישט פארוואס זאל איך צאלן 50 טאלער און איך בין שוין צמישט פון די הסברים: סאיז ווערד 50, די פעקעדזש ענהאלט אין זיך ווערד 50, די אנדערע זאכן, מדארף ספארטן היימישע נגינה, וכו' וכו'.

איי איך קויף קאמיקס בוקס פאר טייערע פרייזן, אין הכי נמי, איך טראכט צוויי מאל פארן קויפן, און למעשה קויף איך נאר א בוק וואס איך האלט אז סגייט האלטן מיין קינד אינטערגעהאלטן פאר גענוג צייט. דא רעדט מען נישט פון קיין קאמיקס נאר פון געמאלענע בילדער. און אפילו מלכות וקסברגר וואס בעט געפעפערטע פרייזן פאר זיינע זמירות'ן איז טאקע נאר נאך יארן וואס ער מארקעט זיך אז הוא ואין דוגמתו, סא אויב ער איז פריש דארף ער ערווארטן אז די עולם וועט קוועשענען זיין פרייז.

אלטס די עם פי טרי איז דאך נישט ווערד צו צאלן קיין דאלער, איי פאר א סאנסא קליפ צאל איך 30 40 טאלער, יא א סאנסא קליפ האלט אינטערטינט מיין בחור פאר וואכן און חדשים (אויסער וואס ער דארף זיך שלאגן מיט זיין משגיח אין ישיבה), מקען ארויף לייגן וועלכע סידי איך וויל (איך רעד פון באצאלטע נישט געקאפיטע), דא איז דער עמפיטרי נישט מער ווי א קלאץ וואס מקען גארנישט טוען מיט דעם.

קארטלעך באקומען מיינע קינדער פון השומרים פאר פרי (און מקען זאגן צומאל גייט מיר שוין אויף די נערווען וויפל קארטליך ער האט,) סא וואס דארף איך אז צווישן די השומרים זאל זיך ארויסשטעקן אויך א שבת דיג קארטל. אזוי אויך מיטן קי טשעין.

עירפאונס האב איך פון מיין סאנסא קליפ.

באקסעס האב איך איבער גענוג פון אלע עמעזאן אייטעמס וואס איך קויף.

אה... א אנווייזונגן ביכל ווי אזוי צו נוצן א עם פי טרי, דאס קען מען נישט באקומען קיין ערעגץ.

בקיצור נאך אלעס איז דא דא צוויי ווערדפולע אייטעמס וואס אויב קויף איך פאר 50 קויף איך עס וועגן זיי, די אנדערע זאכן ארום איז נישט ווערד און די ארויסגעבער אליין זענען מודה אז נישט דאס איז די איבערלעבעניש, האבן מיר א שיינע ביכל און ניגונים.

למעשה כאטש וואס וועלוול טענהט אז די עולם זעהט איין די מורא'דיגקייט פונעם איבערלעבעניש, איך האב נאכנישט געהערט פון אייינעם וואס האט דאס געקויפט און במילא קען איך נישט וויסן צו ס'איז ווערד אדער נישט. און קיינער זאל נישט האבן טענות אויף מיין געפירעכטס ווייל אויך פאר איך קויף עני אנדער אייטעם פאר 50 דאלער קויף איך נישט נאר ווען איך האלט אז סאיז מיר ווערד.

דא אויף איי וועלט איז אויך נאר דא קורצע תגובות אז ס'איז פיין שטארק און ווערד די געלט.

משום מה אויך ביי וועלוול און שלמה שטיינמעץ שמועס רעדט מען נאר ארום און ארום און ארום און ארום, מ'רעדט נישט פון די אייטעם אליין, יואלי הורוויץ געבט א שמועס ווי ביי יעדע אנדער סידי ווי מוראדיג די און רייך די ניגונים זענען, (די אנדער איטערווי האב איך נאכנישט אויסגעערט)

אונטערשטע שורה: א פראיקט (נישט קיין סידי) ווי יעדע אנדער פרישע אייטעם, איינע פון די מעלות איז אז ס'איז היימישע רייכע ניגונים - וואס איז א מוראדיגע זאך.
צו יענער מאכט געלט אויף דעם מיין איך אז מאכט ווייניג אויס לגבי די קוואליטעיט פונעם אייטעם, אוןו אויב מאכט ער טאקע נישט קיין געלט ימלא ה' חסרונו.

צו סלוינט זיך צו קויפן: יא זיכער! עני אנדער טוי וועט קאסטן מער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:54 am

כאב געהערט די אינטערוויו און טאמער די אינטערוויו איז געקומען א דאנק די שוואכע רעספאנס פון קויפערס זענען זיי אויף צרות , א גאנצע אינטערוויו פון 45 מינוט צו ברעינוואשן מענטשן פארוואס עס איז ווערט 50 דאלאר . דער עולם איז ביזי וועגן טויס ,איז אזוי ,א טוי קען האלטען יארן לאנג און אזוי בוקס און קאמיקס אויך ,א סידי הערט מען אפאר חדשים און זה הא , נאך אלע מעשות איז עס א סידי פון אפאר זינגערס און כבר היה לעולמים שבת סידיס מיט אפאר זינגערס, יא אז איינער זיכט א מתנה און האלט אז זיינע קינדער גייען זיין העפי מיט דעם איז עס א שיינע מתנה ,פאר צו קויפן א סידי איז עס רויבעריש אזוי צו שרויפן די פרייז און בכלל זע איך נישט און פארשטיי נישט ווי עס ליגט א מיליאן דאלאר אין דעם , איך גלייב אז עס היפש איבערגעטריבן אדער סתם יונק געווען פון א אינוועסטער פארוואס נישט , די איינציגסטע פוינט וואס זיי זאגן אז די לעבן איז היינט טייער און אלעס קאסט שווערע געלטער ,און צוליב דעם דארף מען באצאלן טייער פאר א סידי ,דאס איז איין זאך וואס מאכט נאך די מערסטע סענס וואס זיי זאגן ,אבער אנטשולדיגט ,יוצא צו זיין מיין דברי מחאה פון ארויפשרויפן אזוי טייער א סידי וועל איך עס אי"ה נישט קויפן

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:02 am

געטראכט האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
געטראכט האט געשריבן:
שושן חוחים האט געשריבן:איך האב נאך נישט געקויפט דעם ״פראיעקט״ און איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט׳ן פרייז, ווער עס וויל זאל קויפן און ווער עס וויל נישט זאל נישט, אבער דער אנשטעל כאילו די ארויסגעבער׳ס האבן עס געטון לשם מצוה ולמען השבת איז לעכערליך, אויב מיינט מען כבוד השבת ולשם מצוה שפארט מען עס נישט איין אין א קאסטען נאר מען זוכט דאס ווי מער צו פארשפרייטן, אנשטאט שפענדן א האלב מיליאן דאללער צו מער, קען מען ווען שפענדן א דריטל דאס געלט און דאס איבריגע צו פארשפרייטן אז עס זאל דערגרייכן ווי מער אידן

איך זאג נישט אז עס איז א פראבלעם אויב די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט אלץ ביזנעס, נאר נעמט׳ס ארויס ביטע דעם ״לשם שמים״ פונעם געשפרעך


די האסט זייער גיט ארוסגעברענט מיין הרגשה אויף דעם גאנצע ענין, ווען מ'פארקויפט מיר נאר ווי שיין דאס איז אין ווי גרויס די השקעה איז , וואלט איך מן הסתם געקלערט עס צי קויפען, אבער די גאנצע בלאף אז דאס איז אידישקייט אין לשם שמים, אין אז אויף דעם דארף איך צאלען איז עקעלדיג לענ''ד, אין ווי איך האב געשריבען אין מיין פריערדיגע תגובה נאך דעם אלעם שעמט מען זיך נישט עס צי דיסטריביוטען דא אין אר''י מיט א טרפה'נע טלפון נאמער.

וואס מיינט דאס טרפה'נע טלפון נאמער?


דא אין אר''י איז ב''ה דא כשרע טעלעפון'ס וואס די גאנצע ציבור היראים באניצט זיך נאר מיט זיי, אין די כשרע טלפון ליינס האבען אן עקסטערע סעריע פין נאמברס אין יעדע קאמפעני וואס מיט זיי הייבען זיך אהן די נאמברס ווי למשל 053-31 אדער 052-76, 050-41 וכו' וכו', אין אזוי ווייסט יעדער צי די נומער איז א כשרע אדער נישט.

כיום איז ב''ה א בושה פאר א היימישע מענש צי זאגען פאר א צווייטער זיין נאמבער אויב איז עם חלילא נישט כשר, אין פארשטייט זיך אז היימישע מוסדות (סיי חסידישע ליטווישע אין אויך ספרדישע) נעמען נישט אהן קינדער וואס די עלטערען פארמאגען אזא נומער, אין אזוי אויך היימישע אוסגאבעס וועלען נישט מפרסם זיין אזעלעכע נאמערען.



איך זעה די נומער, ס׳קוקט מיר אויס כשר.

053-247-8037

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:10 am

053-24 איז נישט כשר, 053-31 אדער 053-41 זענען די כשרע וואס הייבן זיך אהן 053

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:47 am

אמיתי האט געשריבן:זאג מיך יישר נאכן עס האלטן און איין אראפ רייסן האסטו שוין איינמאל אויסגעהערט די גאנצע סידי?
אגב איך האב נאר גע'עפענט די ניק זיך צו שלאגן מיט דיך נאכן זעהן די האסט דא א אגענדע איך וויל בלייבן גיט מיט דיך מיט מיין געהריגע ניק

איך האב שוין געהערט די סידי צוויי מאל די סידי איז שיין ווארים די נשמה יתירה איז א געוואלדיגע שיינע ניגון וואס מיר באדערט דא איז צוויי זאכן
דאס זאגן " לשם שמים" און דאס וועט מאכן א טעם אין שבת און געוויסע ווילן גאר זאגן אז מען קען עס קויפן מיט מעשר געלט... מאכסט א שיינע סידי פיין און וואויל קום אבער נישט זאגן אז די טיעם וועט מיר מאכן שפירן אנדערש אין מיין שבת
די צווייטע זאך וואס באדערט מיר איז די משוגענע פרייז עס איז א שיינע אלבוים אבער נישט ווערט קיין 50 לחיים שבת טישן סידיס איז נאך אזוי גוט ווי דעם און זיי בעטן נישט די פרייז

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג דעצמבער 01, 2019 10:55 am

אויף די קולמע אינטערוויו זאגן שלמה שטיינמעטץ און וועלוועל שמעלצער אז:

ס'האט געדויערט "3 יאר"
"4יאר "
"7יאר"
און געקאסט:
10 מאל ווי א געהעריגע סידי וואס קאסט נאר 100 אלפים. :roll: :shock: :shock: :lol: :lol:
ס'הייסט אז דאס האט געקאסט "א מעלאנע" :roll:
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:08 am

איך גיי ארויס פון סטאר מיט מיין נייע שבת׳דיג פעקל, רייס עס אויף אין קאר און שטעק איין. נעם דעם אוקס ווייער, איינמעניט מיין קאר האט נאך א אוקס? יא ב״ה. עס הייבט אן צי שפילן, איך פלי ארויף אין די ספערן. איך קום אהיים נאך מיין דרייפערטל שעה׳איגע דרייוו פון די ארבעט ווי יעדן טאג און איך בין איבערגענומען, אזא ערליכקיט, הנאה, ארעינדזשמענטס, וואאוו, איך בין אימפרעסט.

מאמי איך האב די נייע שבתדיג! דו מוזט עס הערן. איך ברענג עס אריין, די קינדער קוקן שוין אויפן ביכל, מען זוכט דעם ספיקער און מען הייבט אן שפילן, אנבעליוועבל! אזא איבערלעבעניש. שוין באמת לאנג נישט געהערט אזוינס.

ביינאכט גייט טאטי פארן אויפן וועג, צו א שמחה. טאטי איך מעג האלטן די עם פי טרי מיט מיר דא? איך האלט אינמיטן, סאיז אזוי הארציג איך וויל ווייטער הערן. אופס. אקעי איך וועל שוין ממשיך זיין הערן מארגן, טראכט איך.

׳מאמי, א גוטן טאג׳ זאגט מיין יונגעלע. וואו איז די נייע סידי? טאטי האט עס מיטגענומען אין ארבעט. אויש. קענסט אבער קוקן די בוק שעפעלע. ׳אבער איך קען נישט די ניגונים.׳

איך קום אן אין ארבעט. א רגע איך דארף צוריק אראפגיין אין קאר ארויפברענגען מיין עם פי טרי. איינשטעקן די נייע עיר פאונס. דאן איינשטעקן מיין אלטע עיר פאונס אינעם צווייטן אויער כדי צי רעדן מיט די קאסטומערס אויפן אנדערן אויער דורכן קאמפיוטער. און איך האב עס פארגעסן אין אפיס אויפן טיש.

אגוטן טאג טאטי, האסט אהיים מגעברגענט נייע עמ פי טרי? אויש... שפיל דיר מיט די קי טשעינס...

מוישי, מאמי וויל יעצט הערן די סידי סאו היינט ביינאכט קענסט עס נישט הערן, אפשר מארגן.

טאטי די עמ פי טרי צינד זיך נישט אן! כהאב שוין אלעס געטרייט. האסט נאך ערגעץ די בוק? כהאב ערגעץ געסעיווד די נומער שוין לאנג צוריק אבער די נומער ארבעט שוין נישט... האלטסט מען קען עס ערגעץ פיקסן?

א גוטן טאג, באבי רעדט, די מתנה וואס דו האסט מיר געקויפט, וויזאוי צינד איך עס אן פאר זיידי? מען דארף עס טשארדזשן? יאוי...

יעצט מיינע טייערע פריינד. וויאזוי אין אזא טיפיקעל סינעריאו שטיץ איך מיט מיין פופציגער אידישע מיוזיק? פארוואס האב איך ביז היינט געקויפט יעדע סידי פאר כסף מלא וייל איך וויל שטיצן אידישע מיוזיק, און ווען עס קומט פיינעלי ארויס אזא לאנג ערווארטעטע פראדוקט קומט עס מיט אזויפיל מאדנע תירוצים און חשבונות?

הלואי איך בין נישט גערעכט אבער לדעתי האט אידישע מיוזיק געכאפט א קלאפ מיט די נייע שבתדיג.

האמת אגגיד ווען כהאב די ערשטע מאל געהערט דערפון בין איך געווארן סופער עקסייטעד, הלמאי, מייין לאנג ערווארטעטע חלום ווערט פארווירקליכט, די סיבה פארוואס איך קויף אזוי ערליך יעדע סידי בכסף מלא - כדי צי סופרטן היימישע זינגער - צאלט זיך צוביסלעך אויס. עס קומט א פראיעקט איינס אין די וועלט! און איך בין נאכאלס מורא׳דיג עקסייטעד עס צי הערן.

און אין די ענד, איך וועל עס מתמה קויפן! אבער מיט א צוגעשטאפטע נאז.

איך קוק זיך צי מיט ווייטאג און איך טריי צי פארשטיין די חשבון, און סאררי, מיט אלע תירוצים מאכט די זאך נישט קיין סענס.

איך גיי באצאלן 35 טולער מער (איך האב די געלט, נישט דאס באדערט מיר) פאר א פראדוקט כדי צי סופפארטן אידישע מיוזיק׳ און איך באקום דערפאר וויינגער ווי א געהעריגע סידי.

פילן מער מאיאסטעטיש? צוויי סידיס אין א שיינע גרויסע האלטער מיט א קאלערדיגע ביכל וועט נישט מאכן דעם סטעיטמענט? פלאס נאך הונדערטער מענטשן וואס לעכצן אויף נארמאלע זאכן וואלטן עס געלאפן קויפן די סעקאנד סאיז ארויס?!

ממה נפשך. איז די סידי ווערד פופציג דאלער ,וואס פעלט אויס די קי טשעינס... אויב נישט, וואס העלפט עס?

מען אינוועסטירט איבריגע צוויי הונדערט טוינט דולער מינימום כדי צי עס לייגן אויף א עמ פי טרי קיינער זאל עס נישט קאפיען, און פארדעם דארף מען בעטן אזויפיל מער געלט, ספענדן פאר מארקעטינג אזוינע צודרייטע נומעבערס, דרייען דעם עולם מיט מאדנע תירוצים. אין די צייט וואס רוב רובם פון די אולטרע חסידישע סעקטע וואס לעכצט אויף די סידי, צו וועם די סידי דארף רעדן, צו וועם די סידי איז געצילט קאפיעט נישט! זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי מען טוט דאס. און די פאר וואס יא, וואלטן עס מתמה קיינמאל נישט געקויפט, און אויב יא איז עס ווערד די קאפ-דרייעניש וואס די ארויסגעבער און די קויפער האבן? איז עס ווערד די געלט?

עניועי... איך גיי ווארטן איינער זאל מיר קויפן עס פאר א מתנה און אז נישט עס אליינס קויפן, ווייל איך דארף עס! אבער צוריק צום אנהייב אידיש מיוזיק האט געכאפט א קלאפ!

איך זעה דא צוויי סינעריאוס,

איינס. אז דער פראדוסער האט עס געפושט, ווייל די נעקסטע סידי וועט ער קענען בעטן צוואנציג... סאיז דאך נישט דאס ווי שבתדיג... אבער אז פאר א שיינע סידי איז א פופציגער איז דאך א פשוטע סידי ווערד א צוואנציגער... העכסטנס די ערשטע צוויי מאל וועט מען צולייגן א קי טשעין... נו

צווייטע סינעריא. אלעס גייט צוריק צום אלטן, און אידישע מיוזיק האט באוויזן אז כדי צי האבן נארמאלע מיוזיק דארף מען קויפן זמירות,ן מיט עם פי טרי׳ס... און נארמאלע קנאקעדיגע סידיס קויפט פארן נארמאלן פרייז, אדער גנבעט מען עס ווי נארמאל... און אידישע מיוזיק האט דערלייגט!

פארוואס אינווערסטירן אזויפל ענערגיע, גוטע מאטיוואציעס, געלט, און פאטענשאל אין עפעס וואס די חשבון שטימט נישט? הלואי איך בין ניישט גערעכט.

ס׳טוט מיר וויי, נישט די פרייז, די קאנסעקווענצן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:17 am

אקיצער, וואו קען מען עס באקומען אין אר"י?.

נקודהלע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:31 am

מ'טענה'ט זיך דא ארום צו ס'איז לשם שמים צו לשם מאכן געלט, צווישן מיר אין דיר, ס'שווער צו נעמען א בעלבאטישן אינגערמאן און סטעמפלן אז ער מיינט לשם שמים... (קען זיין אז יא, כ'קען נישט זיין פנמיות הלב, און זיין קאך צום שבת, אבער דאך ס'שטעלט זיך שווער צו זאגן פאר א איש כמוני) ממילא באדערט פארן עולם ווען מ'פארקויפט אז זיי מיינען לשם שמים.

סדא וואס האבן מיר חושד געווען אלס אן אינסיידער, אבער דער אמת איז כ'בין בעצם נישט קיין אינסיידער, כ'האב גארנישט מיטן פראיעקט. נאר אזויפיל יא, כ'האב נאנטע וואס זענען געווען אינוואלווד, סאוי לגבי דאס וואס כ'גיי יעצט שרייבן נעמטס אן פאר א זיכער פאקט (נאר אויב דו גלייבסט מיר, מוזט נישט...)
נאר וואס דען? דאס איז אויך 100% אמת אז ס'ממש נישט במציאות ער זאל צוריק מאכן די געלט וואס ער האט ארייינגעלייט (א חוץ אויב די 20,000 שטיק געדריקט גייט אויס און ער דריקט נאך) דעריבער קיין ביזנעס מיינט ער אויך נישט!

נא וואס דען?
כ'וועל ענטפערן מיט א שאלה: וואס מייינט דער עושר וואס איז מנדב א בנין אויף זיין נאמען?
לשמה איז א הויכע מדריגה! אבער אז ער קלויבט אויס צו טון א מצוה מיט זיין געלט, קומט קרעדיט לפע"ד


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט