נייע שבת פראיעקט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 2:24 am

שבת פארטי האט געשריבן:אויב איך זע גוט שטייט א פרייז נעבן די באר קאוד.
49.99

די מיינסט עס אמת'דיג?

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 2:27 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:זעט אויס זייער אינטערעסאנט און אויב גייט מען נישט קענען קאפיען איז עס טאקע א דורכבראך.
בלייבט נאר איבער צו זען וויאזוי מ'וועט קענען שפילן דעם אלבום אין שטוב און קאר אויב קומט עס בלויז אין אויער שטעקן פארמאט.

מיט א aux cable

זיי גייען עס פארקויפן מיט א aux קעיבעל? אדער די דיווייס ארבעט מיט בלוטוט ? אדער אלע באנאזאם ? איך למשל גיי אי"ה נישט קויפן די סידי , נישט וועגן די פרייז נאר וועגן איך שטיצט נישט קיין טעראר גרופעס.. :lol

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 3:01 am

יאפ! ס'גייט קאסטן א 50'גער...

ס'קומט מיט א MP3 פלעיער, א הערליכע זמירות, און סיז א דאבל אלבוים, פרייטאג צו נאכטס און שבת צופרי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 3:48 am

פאלקס קיך האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:זעט אויס זייער אינטערעסאנט און אויב גייט מען נישט קענען קאפיען איז עס טאקע א דורכבראך.
בלייבט נאר איבער צו זען וויאזוי מ'וועט קענען שפילן דעם אלבום אין שטוב און קאר אויב קומט עס בלויז אין אויער שטעקן פארמאט.

מיט א aux cable

זיי גייען עס פארקויפן מיט א aux קעיבעל? אדער די דיווייס ארבעט מיט בלוטוט ? אדער אלע באנאזאם ? איך למשל גיי אי"ה נישט קויפן די סידי , נישט וועגן די פרייז נאר וועגן איך שטיצט נישט קיין טעראר גרופעס.. :lol


ווייל דו האסט דאס נאך קיינמאל נישט געטון

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 4:18 am

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:זעט אויס זייער אינטערעסאנט און אויב גייט מען נישט קענען קאפיען איז עס טאקע א דורכבראך.
בלייבט נאר איבער צו זען וויאזוי מ'וועט קענען שפילן דעם אלבום אין שטוב און קאר אויב קומט עס בלויז אין אויער שטעקן פארמאט.

מיט א aux cable

זיי גייען עס פארקויפן מיט א aux קעיבעל? אדער די דיווייס ארבעט מיט בלוטוט ? אדער אלע באנאזאם ? איך למשל גיי אי"ה נישט קויפן די סידי , נישט וועגן די פרייז נאר וועגן איך שטיצט נישט קיין טעראר גרופעס.. :lol


ווייל דו האסט דאס נאך קיינמאל נישט געטון

איך קען זיין שטאלץ אז איך האב נישט קיין טעלעגראם,און האב נישט קיין געקאפיטע סידיס ב"ה אין מיין באזית ,איך קויף בערך א 4 אדער פינעף נייע מוזיק סידיס יערליך, איבריגע הער איך אויף Jewish music stream app , איך בין נישט אריינגעטין מוזיקעל ,איך בין א עמך איד וואס קויף אפאר מאל סידיס טאמער עס ציט, און איך קויף נאר היימישע חסידישע סידיס און שבת ניגונים בפרט איז מיין נשמה, ווי למשל מאטי שטיינמעטץ און אהר'לע סאמעט האב איך געקויפט, לב אל הנשמה .
פשוט אז אייינער קומט אויף מיט א ביזנעס איידיע צו טוישען די היימישע מוזיק וועלט פון $9.99 א סידי צו דאונלאודען צו 50 טאלער , ברויך מען אים בויקאטען לגמרי, און נישט שטיצען קיין טעראר גרופעס , טאמער זיין טענה איז אז ער מאכט נישט קיין געלט פאר נישט קיין חילוק וועלכע סיבה ,זאל ער זוכן א צווייטע פרנסה, איך קען אסאך אידן מיט טעלענט וואס האבן געטוישט פרנסה , וואלף בער גאלדבערגער האט אפאר בעקערי'ס וכהנה וכהנה , סתם הייבן די פרייזן איז א גניבה וגזילה

עניוועי לאז מיר ארויס איך בין דאך נאר א יחיד ,אבער די 50 דאלאר איז זיסע חלומות בעיני ,איך האלט אז עס וועט זיין א אנזעץ, time will tell
לעצט פאראכטן דורך פאלקס קיך אום דינסטאג נובעמבער 19, 2019 4:57 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 4:34 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דער נגיד וואס האט אינוועסטירט די סידי האט הייליגע און גוטע שאיפות דערין, און פון אלע יודעי דבר הערט מען שוין מער ווי א יאר אז דא קאכט'צעך אזיינטס און אזעלעכט'ס.

האפננטליך צו הערן ווי שנעלער דעם סידי און זיך איבערצייגן/דינגען/טענה'ן/שרייען/וכו' וכו'. איך קען קוים ווארטן.

די זכות זאל דעם נגיד ביישטיין , טאמער מיינט ער שאיפות , איז דאך גוט , איך גלייב שווער אז ער גייט צוריקמאכן דאס געלט , ער ברויך פארקויפן 10 טויזענט קאפיס

די אמת איז איך ווער נישט סופרייזט/שאקט היינטיגע טעג פון גארנישט

אבער עס גלייבט שווער אז עס איז דא 10 טויזענט משוגעים היינטיגע טעג , טאמער יא , דאן ברענג משיח גיך ביטע

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 5:47 am

גא"מ

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:05 am

דער עולם כאפט לכאורה נישט פון וואס מ'רעדט דא, עס איז נישט נאך א מוזיק סי די, עס איז מער א הערליכע טייערע מתנה צו קויפן פאר די משפחה אדער באקאנטע, איך קען זעהן למשל ביזנעסלייט זאלן עס טיילן פאר זייערע ארבייטער ווען זיי מאכן א שבתון פאר די איינגעשטעלטע, אדער זאל מען עס פארטיילן ביי רייכע שמחות אדער שבת שבע ברכות, דער פראדעצורער האט געוואלט מאכן עפעס נעקסט לעוועל און היי ענד, איך גראדע קלער עס צו קויפן פאר מיין משפחה פאר א חנוכה מתנה {און איך בין אויך זייער נייגעריג עס צו זעהן און הערן ששששש... עס פאסט מיר נאר נישט אהיימצוקומען אין א גרינעם דאנערשטאג מיט א 50 דאלארדיגע באקסל צו הערן א סידי... אבער פאר א מתנה וועט עס זיין העכסט פאסיג} און אגב לויט ווי איך פארשטיי פלאנט ער קיינמאל נישט צוריקצומאכן זיין געלט, ער וויל נאר עס זאל זיין מער ווי סתם נאך א אלבום

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:10 am

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
צוויי סידיס איז ווערד $32
מיט א שיינע זמירות איז מינימום נאך $10 די ביליגסטע זמירות. האלט מיר ביי $42
בלייבט איבער נארישע $8 פאר א mp3 + aux + headphones!
וואס דארף מען אראפרייסן יעדע זאך? וועסט נאך געוואר ווערן אז עס איז ווערד סאאאאך מער!!!
.If they don't know you personally, don't take it personal

משהלע
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:16 am

To make a long story short.

אויב עס קאסט א פופציגער, גייט עס בלייבן אויף די פאליצעס.

Next.

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:22 am

משהלע האט געשריבן:To make a long story short.

אויב עס קאסט א פופציגער, גייט עס בלייבן אויף די פאליצעס.

Next.

זאג אז די גייסט עס נישט קויפן....
ווייל איך גיי עס אי"ה קויפן און איך קען נאך אסאך אידן וואס פלאנען עס צו קויפן
ווי שטייט אז מען מעג שעלטן איינעם? נאכדערצו ווען יענער האט דיר גארנישט געטאן?
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:25 am

משהלע האט געשריבן:To make a long story short.

אויב עס קאסט א פופציגער, גייט עס בלייבן אויף די פאליצעס.

Next.


debatable
ווען דו סיינסט זיך אויף מיט Sofi און דו לייגסט אריין $100 באקומען אונז ביידע $25, ס'לוינצעך צו אויסטשעקן.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:30 am

Bissli האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
צוויי סידיס איז ווערד $32
מיט א שיינע זמירות איז מינימום נאך $10 די ביליגסטע זמירות. האלט מיר ביי $42
בלייבט איבער נארישע $8 פאר א mp3 + aux + headphones!
וואס דארף מען אראפרייסן יעדע זאך? וועסט נאך געוואר ווערן אז עס איז ווערד סאאאאך מער!!!

פשוט. לאמיר מאכן א משל.

אויב 'אידיש נחת' געבט ארויס איין נייע סידי פאר $16, גייט ער פארקויפן אסאך סידיס.
אבער..
אויב 'אידיש נחת' געבט ארויס א סעט פון 5 נייע סידיס פאר $50, גייט ער פארקויפן ווייניג סעטס!

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:31 am

אגב לויט ווי איך פארשטיי, גייט לייגן אין יעדע שאכטל א ספעציעלע קאוד. וואס מיט דעם וועט מען קענען סטרימען דעם אלבום אויף א ספעציעלע עפפ, איין סטריעם פער שאכטל, אזוי וועט מען קענען לאזן דעם עם פי 3 אינדערהיים פאר די משפחה און דער טאטע וועט עס קענען הערן אויפן פאון אדער קאמפיוטער

משהלע
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:40 am

Bissli האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:To make a long story short.

אויב עס קאסט א פופציגער, גייט עס בלייבן אויף די פאליצעס.

Next.

זאג אז די גייסט עס נישט קויפן....
ווייל איך גיי עס אי"ה קויפן און איך קען נאך אסאך אידן וואס פלאנען עס צו קויפן
ווי שטייט אז מען מעג שעלטן איינעם? נאכדערצו ווען יענער האט דיר גארנישט געטאן?


שעלטן? ח"ו!
סך הכל געזאגט אביסל ביזנעס קאממאן סענס.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:49 am

מען בעט א פופציגער און מען גייט אריינלייגן הונדערט טויזנט דאלער אין די מארקעטינג אז מענטשן זאלן דאך מסכים זיין עס צי קויפן, אבער... אבי מען קאפיעט עס נישט.

ס׳איז א מאדנע חשבון אביסל.

איך וועל עס לכאורה קויפן, אבער טראכטן צווייי מאל פארדעם + אז זיי גייען זיין שאקד ווי שנעל דאס גייט זיין אוועיל פאר אומזיסט ערגעץ...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:52 am

איך האב נישט קיין צייט צו ארייגיין אין דיטעיל, אבער זייער און קורצן.

ס׳איז נישט נאך א שבת אלבום, ס׳איז א Musical

פארשטייסט די דיפירענטס?

מ׳קען נעמען א יעדע ניגון עקסטער און עס אויפשפילן מיט עקטערס אויף זייער א הויכע לעוועל.

מונקאטש קעמפ/וועלוול שמעלצער האט פאר דו נעקסטע 16 יאר מיט וואס צו ארבעטען (דו כשר׳סטע וועג וואס איך קען דיר מסבר זיין וואס דא קומט..)

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:54 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:אגב לויט ווי איך פארשטיי, גייט לייגן אין יעדע שאכטל א ספעציעלע קאוד. וואס מיט דעם וועט מען קענען סטרימען דעם אלבום אויף א ספעציעלע עפפ, איין סטריעם פער שאכטל, אזוי וועט מען קענען לאזן דעם עם פי 3 אינדערהיים פאר די משפחה און דער טאטע וועט עס קענען הערן אויפן פאון אדער קאמפיוטער

קען איך דעמאלטס געבן פאר יעדן מיין קאוד.....
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:11 am

איך בין זייער קעגן קאפיען יענעמ׳ס שווערע הארעוואניע און עס ניצן פאר אימזיסט, און אודאי איז א רשעות עס נאך פארשפרייטן פאר אנדערע. אבער לאמיר זיין ריאליסטיש גייט טאקע נישט זיין קיין אויבער חכם וואס גייט עס קאפיען נאך דעם זעלבן טאג? אודאי אז יא! דעי וואס קאפיען און פארשפרייטן יעדע סידי האבן שוין לאנג אויסגעלאשן זייער גילטי פילינג אויף דעם נושא, עס איז זיי נישט קיין חילוק, צו יענער - וואס איז זיי מהנה - האט שאדן פערציג טויזנט אדער א האלב מיליון. נאכדערצו אז מכלומר׳שט קען מען עס נישט קאפיען, וועט ער דאך דארפן ווייזן אז מען קען יא. א חוץ אויב מען וועט עס נאר קענען הערן דורך Bluetooth דעמאלטס וועט עס זיין אביסל שווערער אויסצופירן. אבער נאך אלץ וועלן זיך די גנבים אנשטרעגן עס צו באווייזן.
איך האף ער האט גענוג געלט, און נישט אז איינער האט זיך פאר׳חובות׳ט פאר דעם. עס זעהט אויס ווי מען האט אריינגעלייגט גרויס מחשבה, כוחות און געלט צו פארמיידן די קאפיען פראבלעם. פארשטיי איך נישט פארוואס קיינער - פון אזויפיל מענטשען אינוואלווד - האט אים נישט געזאגט אזעלעכע פשוט׳ע ווערטער ״א שאד דיין צייט כוח און געלט״

ערליכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:13 am

Bissli האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
צוויי סידיס איז ווערד $32
מיט א שיינע זמירות איז מינימום נאך $10 די ביליגסטע זמירות. האלט מיר ביי $42
בלייבט איבער נארישע $8 פאר א mp3 + aux + headphones!
וואס דארף מען אראפרייסן יעדע זאך? וועסט נאך געוואר ווערן אז עס איז ווערד סאאאאך מער!!!

Lol :lol:
מיין שכן פרעגט מיר פארוואס איך כאב אויסגעשאסן אין א געלעכטער ,און שיעור נישט אויסגעגאסן מיין קאווע

ערליכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:16 am

pianist האט געשריבן:איך האב נישט קיין צייט צו ארייגיין אין דיטעיל, אבער זייער און קורצן.

ס׳איז נישט נאך א שבת אלבום, ס׳איז א Musical

פארשטייסט די דיפירענטס?

מ׳קען נעמען א יעדע ניגון עקסטער און עס אויפשפילן מיט עקטערס אויף זייער א הויכע לעוועל.

מונקאטש קעמפ/וועלוול שמעלצער האט פאר דו נעקסטע 16 יאר מיט וואס צו ארבעטען (דו כשר׳סטע וועג וואס איך קען דיר מסבר זיין וואס דא קומט..)

ניין איך פארשטיי נישט ,איך בין נישט מיוזיקעל , טאמער איז דאס אן אייטעם וואס מען ברויך מסביר זיין אז...מען דארף פארשטיין צו דעם ...דאן איז דאס א ריזיגע טעות

אוועטאר
Bissli
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:21 am

ערליכער האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
צוויי סידיס איז ווערד $32
מיט א שיינע זמירות איז מינימום נאך $10 די ביליגסטע זמירות. האלט מיר ביי $42
בלייבט איבער נארישע $8 פאר א mp3 + aux + headphones!
וואס דארף מען אראפרייסן יעדע זאך? וועסט נאך געוואר ווערן אז עס איז ווערד סאאאאך מער!!!

Lol :lol:
מיין שכן פרעגט מיר פארוואס איך כאב אויסגעשאסן אין א געלעכטער ,און שיעור נישט אויסגעגאסן מיין קאווע

איך האב עס גראדע געמיינט ערענסט.
אבער איך פריי מיר צו האבן די זכי' צו מאכן א איד שמייכלען אין א פארוואלקענטע טאג
.If they don't know you personally, don't take it personal

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:22 am

ס׳שטײט ארױסגעגבען דורוך א טעם אין אידישקײט װאס דאס איז די נאמען פון ר׳ וועלוול שמעלצער׳ס גליון האט דאס עפעס א שײכות?

ערליכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:27 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:דער עולם כאפט לכאורה נישט פון וואס מ'רעדט דא, עס איז נישט נאך א מוזיק סי די, עס איז מער א הערליכע טייערע מתנה צו קויפן פאר די משפחה אדער באקאנטע, איך קען זעהן למשל ביזנעסלייט זאלן עס טיילן פאר זייערע ארבייטער ווען זיי מאכן א שבתון פאר די איינגעשטעלטע, אדער זאל מען עס פארטיילן ביי רייכע שמחות אדער שבת שבע ברכות, דער פראדעצורער האט געוואלט מאכן עפעס נעקסט לעוועל און היי ענד, איך גראדע קלער עס צו קויפן פאר מיין משפחה פאר א חנוכה מתנה {און איך בין אויך זייער נייגעריג עס צו זעהן און הערן ששששש... עס פאסט מיר נאר נישט אהיימצוקומען אין א גרינעם דאנערשטאג מיט א 50 דאלארדיגע באקסל צו הערן א סידי... אבער פאר א מתנה וועט עס זיין העכסט פאסיג} און אגב לויט ווי איך פארשטיי פלאנט ער קיינמאל נישט צוריקצומאכן זיין געלט, ער וויל נאר עס זאל זיין מער ווי סתם נאך א אלבום

טאמער פלאנט ער נישט צוריקצומאכן דאס געלט וואלט ער נישט אזוי שווער געארבעט אויף די נישט קאפיען חלק, עס זעט אויס ווי ער מאכט ספעציעל א באמבאסטישע זאך אז עס זאל זיך לוינען די נישט קאפיען

ערליכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:41 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:מען בעט א פופציגער און מען גייט אריינלייגן הונדערט טויזנט דאלער אין די מארקעטינג אז מענטשן זאלן דאך מסכים זיין עס צי קויפן, אבער... אבי מען קאפיעט עס נישט.

ס׳איז א מאדנע חשבון אביסל.

איך וועל עס לכאורה קויפן, אבער טראכטן צווייי מאל פארדעם + אז זיי גייען זיין שאקד ווי שנעל דאס גייט זיין אוועיל פאר אומזיסט ערגעץ...

יא יא דאס קומט ארויס ראש חודש כסלו און וועט ווערן געמארקעט א גאנצע חודש כסלו אלס די חנוכה תש"פ מתנה , עטליעסט א מאה אלף אדער צוויי מארקעטינג און וועסט נישט קענען גיין אדער קומען אין ערגעץ ווי די וועסט דיר נישט שפיגלען אין די עדווערטייזמענט , אזוי וועלן זיי פרובירן צו שטיפן סחורה
לעצט פאראכטן דורך ערליכער אום דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יהודה א. און 12 געסט