נייע שבת פראיעקט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:21 pm

פארשער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:, און אביסל א גרעסערע ביכל מיט די ניגונים (גארנישט ספעציעל דערין, קיין בילדער אדער געמאלן)


די בלעטער קען מען עפענען דאפעלט, אינעוויניג זענען דא בילדער.

אה, דאס האב איך נישט באמערקט. יישר פארן אויסקלארן. איז עס גרויסע געמאלענע בילדער צי זיצן און באטראכטן?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שלים
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

תגובהדורך שלים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:31 pm

זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב די ווילסט נישט קויפ עס נישט !!!!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:33 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אינעם באקסל ליגט גארנישט. א ווייער,קי-טשעין איבריגע עיר פאונס, א זמירות (גארנישט קיין חידשים דערין פלעין א פושטע זמירות, מידט י ניגונים אין בעק), און אביסל א גרעסערע ביכל מיט די ניגונים (גארנישט ספעציעל דערין, קיין בילדער אדער געמאלן), און 10 געמאלענע קארטלעך (אביסל הייער קוואלעטי ווי השומרים אבער סקאסט געלט). דערנאך די עצם סידי.

טו קאלקיולעיט, דו קויפסט א סידי פאר 50$ אויב סאיז דיר ווערד. רעכן צי די שמות ערב פסח פארן זמירות. און נישט פארגעסן, פלאס טעקס.

די סידי וועט מען דארפן געהעריג ריוויען, איך גלויב אז עס איז באמת א מייסטערהאפטיגע ארבעט.

טאקע גארנישט מער ווי די בילד וואס מהאט געברענגט אויבן?!



אוי אוי אוי...

בלייבן מיר מיט:
  • עיר פאונס
  • טשארדזשער
  • א ביכל
  • א זמירות
  • אנוייזונגען ביכל
  • קארטלעך
  • קי טשעין
  • א שיינע באקס
וואס?!
משוגע דארף מען זיין צוצאלן א $50

אופס.. פארגעסן ס׳איז א סידי אויך.. איי מין ח״ו נישט קיין סידי א ״פראיקעט״ א ״עקספיריענס״.

למעשה צו אנאלזירן די זאך, אפגעזעהן ווי גוט די סידי זאל זיין, בהנחה אז ער האט טאקע געמאכט א משוגענע גוטע ארבעט, די סידי וואלט געווען ווערד נישט מער ווי יעדע אנדער גוטע סידי (לב אל הנשמה, כרובים עליונים וכו׳ וכו׳ אלע גוטע סידיס וואס זענען געווען אויפן מארקעט האבן זיך למעשה פארקויפט פאר די נארמאלע פרייז)

נאר וואס,
דא שטייט פון אונטן א שטארקע מארקעטינג קאמפעני, און נישט קיין חילוק וויפל מזאל דא רעדן צו ס׳איז גוט צו נישט, למעשה גערעדט ווען מיין קינדערס באבע וועט אריינגיין אין סטאר קויפן א חנוכה מתנה פאר די קינדער, זאגטס מיר וועלכע באבע וועט דאס נישט קויפן. א שיינע באקס, גלאנצעדיגע ביכל, עירפאונס, קארטלעך, א קי טשעין, און איבער אלעם א עמפיטרי פלעיר, מקען זאגן ממש אלעס וואס א קינד וואונטש זיך צו האבן (אויסער שליסלעך) אין איין באקס.

זאל ער האבן הצלחה וועט ער האבן הצלחה מיטן אייבערשטנס הילף.

בלייבט נאר איבער צו הערן די סידי און אנאלעזירן ווי יעדע סידי (ניין נישט ווי א פראיקעט און נישט ווי א עקספיריענס, דאס וועלן מיר לאזן פארן סעילסמען צו קאנווינטסן די איינע באבע וואס ליינט אייוועלט און וועט זיך קווענקלען צו זאל דאס למעשה קויפן אדער נישט)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:34 pm

שלים האט געשריבן:זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב די ווילסט נישט קויפ עס נישט !!!!



EmergencySpellingAlert#

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:35 pm

שלים האט געשריבן:זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב די ווילסט נישט קויפ עס נישט !!!!

פליז צדיקל ער שוין אויף קיינער פראבירט דא נישט אראפ צורייסן אדער מאכן א צווייטן נישט קויפן (אפשר אויף יא צו קויפן איז יא דא עטליכע)

דו ביסט נאך א נייער דא, זעהט אויס דו ווייסט [נאך] נישט וואס אייוועלט איז אוועק געשטעלט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:45 pm

קיסריה האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:איך האב גע קויפט די סידי אין איך האלט אז ס איז א חידוש אז זיי בעטן נאר $50!!!



די שבת פראיעקט סי די, עם פי טרי, יו עס בי, WD-40, שטעלט ב״ה אהער א דאזן נייע ניקים.

ברוכים הבאים אלע שער העשר׳ס.

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:49 pm

הערליכע סידי!
(כ'מיין. עם פי טרי...)
זייער רייך!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:44 pm

חברה איך ענזשוי יעדע איינציגסטע תגובה אין דעם אשכול

עס ברענג אריין א פרישקייט אין די עצמות היבשות

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:15 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20191125_211414_994.jpg
IMG_20191125_211414_994.jpg (49.6 KiB) געזעהן 544 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:23 pm


אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:31 pm

איינס האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב די ווילסט נישט קויפ עס נישט !!!!

פליז צדיקל ער שוין אויף קיינער פראבירט דא נישט אראפ צורייסן אדער מאכן א צווייטן נישט קויפן (אפשר אויף יא צו קויפן איז יא דא עטליכע)

דו ביסט נאך א נייער דא, זעהט אויס דו ווייסט [נאך] נישט וואס אייוועלט איז אוועק געשטעלט

כ'קלער איך בין אויך א שטיקל נייער, אפשר קענסטו מיר אויך אויפקלערן אויף וואס אייוועלט איז געשטעלט? איז עס בעיקר געשטעלט אז אויב איינער זיכט צו כאטש מיט עפעס אפצוצאלן אן אינוועסמענט זאל מען אים אונטערהאקן? אז אויב האט ער זיך גערעכנט צו מאכן כאטש א פערטל פון וויפיל ס'קאסט זאל ער מאכן א צוואנציגסטל? אדער איז דא נאך זאכן אויף וואס אייוועלט איז געמאכט?

רעלאטיוו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:26 pm

תגובהדורך רעלאטיוו » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:32 pm

וואס זענען די אייגענשאפטן פון די זמירות? עפעס דירעקטע שייכות צום פריעקט?

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:33 pm

ערליכער האט געשריבן:https://www.shabbosdig.com/
צוגעלייגטע
Shabbos'dig.JPG
Shabbos'dig.JPG (91.29 KiB) געזעהן 482 מאל

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:36 pm

פארוואס נישט 76 סטודיאוס? וואס א נפק"מ אין וויפיל סטודיאוס ס'איז געמאכט געווארן?

125 מינוט איז איבער טאפלט פון א נארמאלע סידי, געווענליך איז עס 60 מינוט. ס'מיינט אז 40 דאלער איז עס זיכער ווערד.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
גם זקנתי
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

תגובהדורך גם זקנתי » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:46 pm

פריוויא איז אויף קולמע
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:57 pm


אמיתי
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:32 pm

תגובהדורך אמיתי » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:14 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אמיתי אום דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:17 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב די ווילסט נישט קויפ עס נישט !!!!

פליז צדיקל ער שוין אויף קיינער פראבירט דא נישט אראפ צורייסן אדער מאכן א צווייטן נישט קויפן (אפשר אויף יא צו קויפן איז יא דא עטליכע)

דו ביסט נאך א נייער דא, זעהט אויס דו ווייסט [נאך] נישט וואס אייוועלט איז אוועק געשטעלט

כ'קלער איך בין אויך א שטיקל נייער, אפשר קענסטו מיר אויך אויפקלערן אויף וואס אייוועלט איז געשטעלט? איז עס בעיקר געשטעלט אז אויב איינער זיכט צו כאטש מיט עפעס אפצוצאלן אן אינוועסמענט זאל מען אים אונטערהאקן? אז אויב האט ער זיך גערעכנט צו מאכן כאטש א פערטל פון וויפיל ס'קאסט זאל ער מאכן א צוואנציגסטל? אדער איז דא נאך זאכן אויף וואס אייוועלט איז געמאכט?

בייזער דיך נישט אזוי, איך דארף נישט אייביג זען דיך בייזערען ווען איך פאל דא אריין, לאז די אינגווארג זיך אויס'טענה'ן
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

רעלאטיוו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:26 pm

תגובהדורך רעלאטיוו » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:24 pm

שוין איבער א מנין בלעטער אנגעפי(רק)לט מיט די ארגיומענטן צו די פרייז איז יא אדער נישט בארעכטיגט.

די מציאות איז אז דער פרייז פון א זאך ווענט זיך און דער הנאה וואס דער קונה האט, צו עס איז גענוג שטארק צו באוועגן דעם מענטש ארויסצונעמען דעם טייסטער און זיך אפשיידן פון זיין אויגעהארעווטע פופציגער.

לפ״ז אויב די ארויסגעבער שפירן אז זייער פראדוקט גייט געבן פאר געוויסע מענטשן גאר א גרויסע הנאה, אז עס זאל זיי ווערט זיין א גרויסן סכום, דארפן זיי זיך נישט בכלל רעכענען מיט די פרייזן פון אנדערע ענדליכע פראדוקטן, זינט זיי קענען שפירן געניג פארזיכערט אז זיי וועלן האבן א קלייענטעל וואס וועט האבן אן אינטערעסע און זייער פראדוקט.

לפי ראות עיני איז דער איינציגטסע סיבה אראפצורייסן דעם פראדוקט נאר א פחד וואס מען האט אז מען זאל נישט כאפן קיין התפעלות פון די מארקעטערס, אדער פון די געפיל אז דער מארקעטער זאל נישט ארבייטן אויף מיר, און זאל אפי נישט האבן די חוצפה צו מיינען אז איך בין אזא נער....

אבער באמת קען יעדער פאר זיך געוואר ווערן צו דאס וועט אים גיבן די הנאה וואס זאל אים לוינען דעם פרייז.

אויב עס וועט קומען איינער און פארקויפן א קעמל וואס דער משמש פארקויפט פאר א דאלער און וועט בעטן צען, מיט דער טענה אז מיט זיין קעמל וועט די פיאות זיך האלטן שיין פאר ביז נאך מנחה, אנשטאט אים אראפצורייסן ענדערש מאכן אביסל ריסורטש אויב דאס איז ריכטיג, און אויב ווערט מען געוואר אז ער איז א בעל דמיון קען מען פראבירן צו מסביר זיין (אן א קאך, וואס קומט בכלל נישט אריין), איר קענט קען לאכן פון אים, אפי׳ מסביר זיין פאר אנדערע אייער מיינונג, אבער אראפרייסן האט בכלל נישט קיין פשט.

ולעצם הענין, זעהענדיג ווער עס זענען די וואס שטייען אינטער דעם גלייב איך אז עס וועלן זיין א ציבור וואס עס וועט זיי ווערט זיין די געלט. הגם אסאך וועלן שטיין און זיך וואונדערן....

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:35 pm

יעצט אויסגעהערט דעם סידי, וואס זאל איך ענק זאגן, זיי האבן דעליווערט א פראדזשעקט איינס און דער וועלט, ס'איז א גרויסע פארגעניגן אז מ'לייגט אריין קאפ און מח אויף שיינע ערליכע נגינה, צו זיי האבן עס געמיינט לשם שמים איז מיר גאנץ קנאפע נוגע.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:38 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב די ווילסט נישט קויפ עס נישט !!!!

פליז צדיקל ער שוין אויף קיינער פראבירט דא נישט אראפ צורייסן אדער מאכן א צווייטן נישט קויפן (אפשר אויף יא צו קויפן איז יא דא עטליכע)

דו ביסט נאך א נייער דא, זעהט אויס דו ווייסט [נאך] נישט וואס אייוועלט איז אוועק געשטעלט

כ'קלער איך בין אויך א שטיקל נייער, אפשר קענסטו מיר אויך אויפקלערן אויף וואס אייוועלט איז געשטעלט? איז עס בעיקר געשטעלט אז אויב איינער זיכט צו כאטש מיט עפעס אפצוצאלן אן אינוועסמענט זאל מען אים אונטערהאקן? אז אויב האט ער זיך גערעכנט צו מאכן כאטש א פערטל פון וויפיל ס'קאסט זאל ער מאכן א צוואנציגסטל? אדער איז דא נאך זאכן אויף וואס אייוועלט איז געמאכט?

פארוואס ווערט א שמועס אויסגעטייטש אלס ארפרייסעניש און א פריוו צו האקן יענעמס ביזנעס?

למעלה דיר דארף איך נישט לערנען אבער יא אייוועלט איז א פלאץ צו זיך אויסלופטערן און אויסשמועסן וואס סליגט אויפן צינג אדער דריקט אין בויך (כל זמן מ׳באשרייבט נישט לעבעדיגע, עה דא איז סתם א טשעפע :wink:).
אז משמועסט דורך צו סלוינט צו קויפן א סידי צו נישט איז לכאורה נאך אין די גיידליינס פון איי וועלט.
אונטערהאקן יענעמס ביזנעס אדער פראדוקט איז אן קיין לכאורה, נאר זיכער נישט אויסגעהאלטן אין אייוועלט, און אפילו אויב יא איז דאס נישט אויסגעהאלטן תורה׳דיג און מענטשליך.

די שאלה איז צו ווען מקומט ארויף דורך שמועסן א אייטעם צו ס׳איז ווערד די געלט אדער נישט הייסט האקן יענעמס פראדוקט.
לדעתי: ניין קלאר אז נישט אויב פארקויפט איינער א שמאטע ציווישן פענסטערס פאר $10 מיטן טענה אז דאס איז עפעס גאר אן אויסדערוועלט אייטעם, און ער נעמט א גוטע מארקעטינג קאמפעני צו ברעין וואשן מיין מח (יא איך פארשטיי דאס איז זייער ארבעט), און איך מיט מיין ביסל שכל זעה איך אז דאס איז נישט צו זאך מעג איך קומען און דא ארויס לייגן מיינע פאר צענט אויף די אייטעם. אויב זעהט א צווייטער יא איין די מעלות, אדרבה זאל ער ארויף קומען און לייגן זיין דעה.

וואס דא איז גייט אבער פאר איז אז די עולם פרעגט: מה יקר אייטמ״ו וואס פארקויפט ער דא מער פון אנדערע סידיס.
יתכן אז 10 16 דאלער פאר א סידי איז א ביליגע פרייז און זיי דערלייגן, אבער די מציאות איז אז דאס איז די מארקעט פרייז און ווען איינער קומט און בעט מער פרעגט דער תם מה נשתנה.
קומט דער חכם און טענהט לאז אפ קיינער האט דיר נישט געהייסן קויפן. א ריכטיגע טענה אבער סאיז ניטאמאל טענו בחיטים והודו לו בזכר קדשו, די שמועס איז נישט אז איינער צווינגט מיר קויפן און איך מאך א געוואלד היתכן דו בעטס מיר אזא טייערן פרייז. אינגאנצן נישט, בסך הכל זעה איך אן אייטעם וואס די מארקעטינג איז אויפן היי-לעוול און שרייט פארן שאינו יודע לשאול: קום קויף איך זאג דיר אז דאס איז וואס דו זיכסט, דאס גייט טוישן דיי לעבן און $50 א נארישע פרייז שפאט ביליג פאר אזא מורא׳יגן אייטעם.
מיין איך אז ממעג נאך קומען און פרעגן מה העבודה, אויף ווועם ארבעטסו, וואס איז דאס אנדערש פון אלע סידיס.
אויב האט ער טענות וואס קען פעסט שטען אז יענער איז טאקע דער ״רשע״ אדרבה ברענג ארויף מוועט אויסשמועסן, מוועט הערן דיין צד און יעדער וועט מכריע זיין לפי שכלו ודעתו וואס ער וויל.
דערווייל איז קיינער נישט ארויף געקומען מסביר׳ן מה נשתנה זה מכל, נאר געקומען מיט טענות כאילו איינער פירט דא א קאמפיין אז קיינער זאל נישט קויפן. אבער ווען איינער קוקט מיטן נארמאלע אויגן פון די זייט וועט זעהן אז קיינער האט דא גארנישט קעגן איהם, די שמועס דא איז פונקט ווי ביי יעדע סידי וואס קומט ארויס אויפן מארקעט וואס משמועסט דורך ווי ערוואקסענע (סארי, יענער טענהט אינגוואר) מה טובו.

[אויב שוין יא וואלט איך געפרעגט צו סאיז אויסגעהאלטן צו אויפמאכן ניקס נאר מיטן ציל צו מארקעטן א פראדוקט, בעלבאס בין איך נישט און די אמת איז אז סגייט מיר ווייניג אן אויב מטוט עס]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:47 pm

איינס האט געשריבן:פארוואס ווערט א שמועס אויסגעטייטש אלס ארפרייסעניש און א פריוו צו האקן יענעמס ביזנעס?

נישט אויסגעטייטשט די שמועס אויף אזא ציל, נאר די תוצאה פון אזא שמועס איז די פשוטע מציאות אז עס מאכט יענעם פארלירן ביזנעס, און פארוואס ארויף, נאר ווייל קיינער האט נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו וויסן פון וואס מען רעדט, צו ס'איז ווערט די געלט צו נישט...

גענוג סידי'ס האט מען שוין דא דורכגעטון צו עס לוינט צו קויפן צו נישט, און די וועג עס צו טון איז אראפצושטעלן די פשוטע פאקטן וואס די סידי פארקויפט, און פארוואס מען איז יא/נישט געווען צופרידן, און איך וועל שוין דערנאך מחליט זיין צו דאס איז פאר מיר. אריינגיין אין א שמועס נאך פאר די פראדוקט איז אפילו בעולם, און אפילו נאכדעם, נאך פאר מען האט זיך אפילו איבערצייגט צו די סחורה איז ווערט די פרייז צו נישט, איז אין אידיש אונטערגעהאקט יענעם'ס ביזנעס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:48 pm

איינס האט געשריבן:[אויב שוין יא וואלט איך געפרעגט צו סאיז אויסגעהאלטן צו אויפמאכן ניקס נאר מיטן ציל צו מארקעטן א פראדוקט, בעלבאס בין איך נישט און די אמת איז אז סגייט מיר ווייניג אן אויב מטוט עס]

כ'זע נישט וואס מאכט דיר טראכטן אז די מציאות איז אזוי. אויב עפעס זע איך פארקערט, אז די קאמפאטישן עפנט ניקים דאס אראפצורייסן.

צווייער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:53 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:[אויב שוין יא וואלט איך געפרעגט צו סאיז אויסגעהאלטן צו אויפמאכן ניקס נאר מיטן ציל צו מארקעטן א פראדוקט, בעלבאס בין איך נישט און די אמת איז אז סגייט מיר ווייניג אן אויב מטוט עס]

כ'זע נישט וואס מאכט דיר טראכטן אז די מציאות איז אזוי. אויב עפעס זע איך פארקערט, אז די קאמפאטישן עפנט ניקים דאס אראפצורייסן.

ווער איז דער קאמפאטישן?

נקודהלע
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:06 pm

איינס האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:זאג מיר איינער האט עס גע הייסט קויפין
אויב דו ווילסט נישט קויף עס נישט !!!!

[אויב שוין יא וואלט איך געפרעגט צו סאיז אויסגעהאלטן צו אויפמאכן ניקס נאר מיטן ציל צו מארקעטן א פראדוקט, בעלבאס בין איך נישט און די אמת איז אז סגייט מיר ווייניג אן אויב מטוט עס]

אפשר זאל איינער נאכגיין צו ס'דא טאקע אידן וואס האבן געעפנט זייער ניק מיט די שבת'דיג פראיעקט, ווייל כ'בין א נייער, קוים א שר העשר, מוזטו בויען קאנספירעסי טעאריעס אויף מיך והדומה לי? אדרבה ס'איז א מילתא דעבידא ליגלי', קוק מיין ערשטע פאר שטיק וועסטו זען אז איך בין נישט פון די, גיי דורך ניק ביי ניק, זע אויב דו קענסט טרעפן גאנצע 2 וואס זייער איינציגסטע תגובות איז אין די אשכול, און זיי האבן שוין 10 תגובות (שר העשר האסטו געזאגט, יא?) דא אליין, מאן יאמר? אפשר איז דא?...
אגב די חלק צו מ'מעג אראפ רייסן א פראדוקט (כ'זאג נישט אז דו האסט עס געטון אבער געוויסע יא) באלאנגט צו א דיין, בפשטות איז דאס לשון הרע למד הא, ס'האט נישט צו טון וויפל ער צאלט פאר מארקעטינג, און בכלל אין א וועלט וואו זאכן קאסטן טייער, למשל זמירות'ן פון וקסברגר קענען קאסטן מסתם א דרייסיגער אדער קרוב לזה, אלע אנדערע אידישע שפילצייג וואס שפילן ארויסגעגעבן דורך קינדער שפיל וכו' קאסטן אויך $40/$50, איז אויב דו קוקסט עס אן ווי א סידי, בין איך מיט דיר אז די העכסטע דערפאר וואלט געקענט זיין בערך $25, אבער היות דאס איז אויך א שפילצייג, זמירות, אינטערסאנטע קארטליך וכו' וואס קען זיין א שיינע מתנה פאר קליינווארג, אין געוויסע זאכן אפי' פאר די גרויסע (כ'גלייב אז אויב דו האסט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער זיצטו נישט דא... און אפי' אויב יא האסטו דאך זיסע אייניקליך וואס ווארטן פאר א מתנה...) איז די פרייז נישט צוצוגלייכן צו א סידי, איז עס טייער? (?) איז עס ווערט? (?) [נאך נישט געהערט - און ווענט זיך וואס דו זוכסט] אבער צו געבן א סטעיטמענט ס'איז נישט ווערט איז נישט ריכטיג און לכאורה טאקע נישט אויסגעהאלטן לויט די תקנות פון איי וועלט, אדרבה אויב האט איינער א קלארער פסק, טרעט איך אפ.

ואני תפילה: הייליגע באשעפער, זאל יעדער מצליח זיין מיטן פרנסה, וועט מען נישט זיין אזוי ביזי מיטן $50גער אדער מיט לשו... אלע זענען מסכים?
יא, יא, יא, יא, יא
זאל שוין זיין!
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 18 געסט