נייע "ערשטע" אלבום פון אברהם מרדכי שווארטץ - כרובים עליונים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

איך בין היבש אינטערעסירט צו הערן דעם סידי אלס די מוזיק אויס, אבער איך קען מיך עס נישט זעהן הערן צוליב וואס דאס עסן קומט מיר ארויף ווען איך טראכט נאר פונעם זינגער, איך ווייס ער זינגט הערליך און איז א מאסיוון ארטיסט, וואס זאל איך טון אז איך פערזענליך בין געדעמעזשט אין עט ליעסט דעם הינזיכט אין איך קען אים ממש נישט דערליידן, קיינמאל. די סיבה פארוואס איך שרייב עס ווייל איך בין נייגעריג אויב איך בין טאקע אינגאנצן משוגע אדער נאר האלב און שעיר דאס שגעון מיט נאך אידן. מ'מוז נישט מאכן דא קיין אויפשטאנד סא ווער ס'שעירט דאס מיט מיר קען מיר אישי'ן און מ'קען אינאיינעם ארבעטן עס צו פארריכטן..
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

וועלטניק האט געשריבן:איך בין היבש אינטערעסירט צו הערן דעם סידי אלס די מוזיק אויס, אבער איך קען מיך עס נישט זעהן הערן צוליב וואס דאס עסן קומט מיר ארויף ווען איך טראכט נאר פונעם זינגער, איך ווייס ער זינגט הערליך און איז א מאסיוון ארטיסט, וואס זאל איך טון אז איך פערזענליך בין געדעמעזשט אין עט ליעסט דעם הינזיכט אין איך קען אים ממש נישט דערליידן, קיינמאל. די סיבה פארוואס איך שרייב עס ווייל איך בין נייגעריג אויב איך בין טאקע אינגאנצן משוגע אדער נאר האלב און שעיר דאס שגעון מיט נאך אידן. מ'מוז נישט מאכן דא קיין אויפשטאנד סא ווער ס'שעירט דאס מיט מיר קען מיר אישי'ן און מ'קען אינאיינעם ארבעטן עס צו פארריכטן..

איי פיל יור פעין.. ס'איז דא עטליכע זינגערס\קאמפאזערס (אריינגערעכנט דעם זינגער) וועלכע זענען באמת סטארס און זינגען הערליך און כ'קען נישט דערליידן זייער שטימע אפי' פאר א מינוט, כ'גלייב נישט אז מ'קען עס פאררעכטען על טעם וריח..
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:עטליכע פיינע געלונגענע נגונים.

ושמחת, געהערט אינעם זעלבן שופלאד ווי בן בג בג.

גא"ם על ושמחת.. ;l;p-

אויסער דעם א געשמאקע ווארעמע קאלעקשן.

נאו וועי!... האט נישט קיין שייכות... 'בן בג בג' איז א פאנאטישער צוריקגעשטאנענער ניגון, קיין פערטל פון די שחור'ישקייט פון ושאאא ושמחת בחאאא בחגך והאאאא והאאיית... וכו'.

דרך אגב, אריינטראכטענדיג אז אמאל איז 'בן בג בג' געווען די סימבאל פאר א פראסטע ניגון, כאפט מיר א שוידער.
הרים כדונג
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 2:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים כדונג »

מי כעמך האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:די ניגון ושמחת איז ממש א גרויל!! נאך דער צו מיט די הברה! פוי!!!

האסט מעך געמאכט א ושמחת. :lol: ..דער פוי!!! כ'קען זעהן דיין שפייעכט'ס אויפן פלאהר..
איינער האטעך שוין געזאגט דא ווי א יון אין די סוכה
ער זינגט דאס: וש - ושמחת, בח - בחגך, וה - והיית, נו אודאי קומט דיך די עסן ארויף. בדרך אגב, די אינטראו אויפן צווייטן ניגון "אדיר" איז נאכגעמאכט פון א קאפעליע אין א קאטוילישע קירכע
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

הרים כדונג האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:די ניגון ושמחת איז ממש א גרויל!! נאך דער צו מיט די הברה! פוי!!!

האסט מעך געמאכט א ושמחת. :lol: ..דער פוי!!! כ'קען זעהן דיין שפייעכט'ס אויפן פלאהר..
איינער האטעך שוין געזאגט דא ווי א יון אין די סוכה
ער זינגט דאס: וש - ושמחת, בח - בחגך, וה - והיית, נו אודאי קומט דיך די עסן ארויף. בדרך אגב, די אינטראו אויפן צווייטן ניגון "אדיר" איז נאכגעמאכט פון א קאפעליע אין א קאטוילישע קירכע

ווי אזוי ווייסטע אז עס קומט פון א קאטולישע קירכע די הערסט דעי ניגונים?.
music helps your mood
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אמנם כן פון וויזניץ איז אויך א קירכע תנועה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער שטריימל »

שיינע מוזיק הערליכע אירעינדזשמענטס
דער "ושמחת" וואלט איך קאנסידערט צו זינגען אום תשעה באב ווען נישט ס'נישט געשמאק צו ברעכן אינמיטן א תענית....
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די מיוזיק אויפן סידי איז אנבעליוועבל! דאס דארף מען הערן אין קאר, אבער ניש אויפן עף די אר...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

ער פארבירט נאכצומאכן א ניגון "א אידישע מאמע" פון ר' משה גאלדמאן
אבער דער חילוק איז... הימל און ערד ניטעמאל מדמה צו זיין
ר' אברהם מרדכי ביזט א פיינער אינגערמאן אבער צו ר' משה וועסטו נישט דערגרייכען
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אדם הראשון האט געשריבן:ער פארבירט נאכצומאכן א ניגון "א אידישע מאמע" פון ר' משה גאלדמאן

משה גאלדמאן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער סידי איז א הערליכע פיס! זייער שיין און דיפרענט, איך האב עס זייער ליב.

נאר וואס, דער ניגון ושמחת וואלט איך ארויסגעטראסקעט פון דארט בשן ועין, נישט דוקא אלס פראסטקייט, עס איז א ניגון אן טעם און אן ראם.

דער ניגון 'פארבינדן פון פאלט מען נישט פון אונטן', בין איך אויך נישט משוגע געווארן.

אויך איז דער סידי נישט קאלירפול, עס איז נאר אזוי 'ליכטיג בלוי'... אלעס פארט אזוי אויף בערך איין שניט. אבער עס איז שיין.

אויך האב איך נישט ליב די געדאנק פון נעמען אידישע ווערטער וואס איינער האט קאמפאזירט און מאכן אויף דעם א ניגון, עפעס מאכט עס מיר נישט קיין סענס. שטעל דיר פאר איינער מאכט א ניגון אויף 'לא איש דברים אנכי' פון מאטי אילאוויטש.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך בין נאכנישט אנגעקומען צו הערן די סידי

בעיסד אויף די ריוויוס פונעם עולם דא אויף די ניגון ושמחת

גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי דער סידי ארויסגעבער באנארישט זיך מיטן אריינלייגן אזא ניגון

וואס איז די לאגיק דערפון?
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

אדם הראשון האט געשריבן:ער פארבירט נאכצומאכן א ניגון "א אידישע מאמע" פון ר' משה גאלדמאן
אבער דער חילוק איז... הימל און ערד ניטעמאל מדמה צו זיין
ר' אברהם מרדכי ביזט א פיינער אינגערמאן אבער צו ר' משה וועסטו נישט דערגרייכען

א אידישע מאמע האט גארנישט מיט משה גאלדמאן
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

די אידישע מאמע ניגון האט שטיקלעך וואס זענען גאר גאר הארציג, אמת'דיג ארטיסטיש און מוזיקאליש. אבער עס פארמאגט אויך שטיקלעך וואס זענען עכט עכט, איך וואלט נישט געזאגט עקלדיג, אבער יא עכט עכט קראצעדיג, עפעס אזוי בדוחק'דיג, איך וויס אליין נישט, אזא צומישעניש.
דערווייל וואלט איך געבליבן ביי יאסעלע'ס.
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

ברכי נפשי איז זייער שיין און ווארים.
נאר אמונה נאר אמונה, כנ"ל, איך בלייב ביים קאלובער'ס....
געבינדן פון אונטן פון אויבן וכו'... נישט מיין טעיסט.
ויום טוב היה עושה בצאתו.... איך האב נישט קיין השגה וואס די ניגון דארף צו זאגן. ס'איז נישט אינטרעסאנט לדעתי הקלושה.
כרובים עליונים גראדע איז גאנץ א שיינע ארטווערק, די תנועות גייען מיר נישט ארויס פון קאפ.
די מוזיק איז זייער שיין און דיפרענט. גאנץ אסאך אינטרעסאנטע חידושים.
און שוין.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אדם הראשון האט געשריבן:ער פארבירט נאכצומאכן א ניגון "א אידישע מאמע" פון ר' משה גאלדמאן
אבער דער חילוק איז... הימל און ערד ניטעמאל מדמה צו זיין
ר' אברהם מרדכי ביזט א פיינער אינגערמאן אבער צו ר' משה וועסטו נישט דערגרייכען

אדם הראשון שליט"א, כ'ווייס אז השי"ת האט דיר געוויזן דור דור וחכמיו, דור דור ודורשיו וכו', וועגן דעם ווייסטו גענוי וואו אהין ר' אברהם מרדכי וועט יא אדער נישט דערגרייכן...
נעווער סעי נעווער.

ווען איך בין געווען 11 יאר אלט, האט מיין פעטער אוועקגעמאכט א טאלאנט וואס כ'האב זיך איינגערעדט אז כ'פארמאג. ביגטיים אוועקגעמאכט.
אבער אין זיין זכות ("כדי אים צו ווייזן") האב איך א געוואלד משקיע געווען אין יענע מקצוע און ב"ה יענער טאלאנט דינט מיר היינט ביגטיים.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:ער פארבירט נאכצומאכן א ניגון "א אידישע מאמע" פון ר' משה גאלדמאן
אבער דער חילוק איז... הימל און ערד ניטעמאל מדמה צו זיין
ר' אברהם מרדכי ביזט א פיינער אינגערמאן אבער צו ר' משה וועסטו נישט דערגרייכען

אדם הראשון שליט"א, כ'ווייס אז השי"ת האט דיר געוויזן דור דור וחכמיו, דור דור ודורשיו וכו', וועגן דעם ווייסטו גענוי וואו אהין ר' אברהם מרדכי וועט יא אדער נישט דערגרייכן...
נעווער סעי נעווער.

ווען איך בין געווען 11 יאר אלט, האט מיין פעטער אוועקגעמאכט א טאלאנט וואס כ'האב זיך איינגערעדט אז כ'פארמאג. ביגטיים אוועקגעמאכט.
אבער אין זיין זכות ("כדי אים צו ווייזן") האב איך א געוואלד משקיע געווען אין יענע מקצוע און ב"ה יענער טאלאנט דינט מיר היינט ביגטיים.

זאגמירנישט אז די טאלאנט איז שרייבן אויף אייוועלט...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

א געשריי און א געוואלד און א געפילדער
איי איי איי איך בין א איד
מקולות מים רבים אדירים
איך בין ווערטערלאז פון די קריעטיוועטי באגאסן מיט חידושים א יעדע תנועה
יעדע צוויי וואכן קומט ארויס א נייע סידי מיט 10 קאפי פעיס ניגונים וואס מאכט וויי טוהן די אויערן, טוט אבער ארויסשיינען די נייע יצירה כרובים עליונים פון וואס מען קען זיך נישט זעטיגן

איך קען זעהן מוצאי יו"כ דעם עולם זיך ארויסלאזן אין א רקידה'לע וי"ט היה בצאתו מן הקודש טירייייירייייי איי איז דאס א פרישע קארלבאך ניגון

מקולות מים רבים, איך זיץ ביים ברעג וואסער פארשוועמט מיט מחשבות די כוואליעס וואסער טראגן מיר אריין אין א מצב פון זעהן גרויסקייט פון די באשעפערס מעשים

נאר אמונה נאר אמונה נאר אמונה אמונה אין בורא כל עולמים, דאס דארף מען שוין קענען נעמען אן אלטע קאנסעפט און עס מחדש זיין אן קיין שום פארבינדונג צו די אלטע, איין שטיק חידוש

ברכי נפשי, ענדעלט שטארק צו די היינטיגע מעין סטרים ניגונים א פשוטע ניגון נישט קיין גרויסע חידושים

ושמחת, אריבערגעמישט און שוין

ככרובים עליונים מלאכי עליון א ניגון וואס נעמט מיר ארויף גאר הויעך, איך ווייס נישט פארוואס אבער עס דערמאנט מיר פון מרדכי'ס אמאליגע ניגונים קען זיין עס איז מער א געפילישע צוזאמשטעל

איי איי איי איך בין א איד אוי איז דאס א מעסטער פיעס ארויסגעברענגט די קאנסעפט אויף אזא פאזעטיווע פשוטע וועג אבער רייך ביז גאר איי איי איי איך בין א איד

קול דודי א ווארימע ניגון איך האב נישט דוקא געכאפט וואס די ניגון ברענגט צום טיש, אין מיינע אויגן איז עס סתם געמאכט אנצופילן די 14'טע טרעק

אהבת ישראל א אפליפטינג שיינע ניגון פיל מיט חידושים ועל כולם גאר א שטאקרע קאנסעפט

לית אתר פנוי מיניה גאר א שיינע ניגון נישט דוקא קיין נייע תניעות איך האב זייער ליב די אריינפיר פון די צאנזער רב עס געט א פרישע חיות פאר די ניגון

אלקא דיליה איז איינע פון די שטערקסטע ניגונים פון די סידי גאר פריש אין פיל מיט חידושים, איך קען נישט כאפן וואס זיין סוד איז אז אלע זיינע ניגונים האבן עפעס א געוויסע געשמאק וואס מאכט אז עס זאל נישט האבן קיין עקספערעשין דעיט דע כי יש שדה פון לוי קל אחד פון לוי די ניגונים האלטן זיך פריש פאר אייביג

א געשריי און א געוואלד און א געפילדער עס נעמט מיר אריין אין די טיפסטע קאמערלעך פון די עולם נגינה איך בלייב דארט געפרוירן איך קען מיר נישט ארויסזעהן פון דארט די ניגון גייט איבער נאכאמאל און נאכאמאל קינדער קינדער ווי זענט עטץ געווען, קומט שוין צוריק אהיים
לעצט פארראכטן דורך גם אתה יכול אום פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 9:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

שירה פען האט געשריבן:
הרים כדונג האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:די ניגון ושמחת איז ממש א גרויל!! נאך דער צו מיט די הברה! פוי!!!

האסט מעך געמאכט א ושמחת. :lol: ..דער פוי!!! כ'קען זעהן דיין שפייעכט'ס אויפן פלאהר..
איינער האטעך שוין געזאגט דא ווי א יון אין די סוכה
ער זינגט דאס: וש - ושמחת, בח - בחגך, וה - והיית, נו אודאי קומט דיך די עסן ארויף. בדרך אגב, די אינטראו אויפן צווייטן ניגון "אדיר" איז נאכגעמאכט פון א קאפעליע אין א קאטוילישע קירכע

ווי אזוי ווייסטע אז עס קומט פון א קאטולישע קירכע די הערסט דעי ניגונים?.

וואס טאקע פשט פון א 1:43 אינטרוי, פאר איך ווייס נישט וואס די ניגון רעד פין קולות, ער האט געדארפט מאכן די קולות נאך די ניגון
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גם אתה יכול האט געשריבן:א געשריי און א געוואלד און א געפילדער
איי איי איי איך בין א איד
מקולות מים רבים אדירים
איך בין ווערטערלאז פון די קריעטיוועטי באגאסן מיט חידושים א יעדע תנועה
יעדע צוויי וואכן קומט ארויס א נייע סידי מיט 10 קאפי פעיס ניגונים וואס מאכט וויי טוהן די אויערן, טוט אבער ארויסשיינען די נייע יצירה כרובים עליונים פון וואס מען קען זיך נישט זעטיגן
איך קען זעהן מוצאי יו"כ דעם עולם זיך ארויסלאזן אין א רקידה'לע וי"ט היה בצאתו מן הקודש טירייייירייייי איי איז דאס א פרישע קארלבאך ניגון
מקולות מים רבים, איך זיץ ביים ברעג וואסער פארשוועמט מיט מחשבות די כוואליעס וואסער טראגן מיר אריין אין א מצב פון זעהן גרויסקייט פון די באשעפערס מעשים
נאר אמונה נאר אמונה נאר אמונה אמונה אין בורא כל עולמים, דאס דארף מען שוין קענען נעמען אן אלטע קאנסעפט און עס מחדש זיין אן קיין שום פארבינדונג צו די אלטע, איין שטיק חידוש
ברכי נפשי, ענדעלט שטארק צו די היינטיגע מעין סטרים ניגונים א פשוטע ניגון נישט קיין גרויסע חידושים
ושמחת, אריבערגעמישט און שוין
ככרובים עליונים מלאכי עליון א ניגון וואס נעמט מיר ארויף גאר הויעך, איך ווייס נישט פארוואס אבער עס דערמאנט מיר פון מרדכי'ס אמאליגע ניגונים קען זיין עס איז מער א געפילישע צוזאמשטעל
איי איי איי איך בין א איד אוי איז דאס א מעסטער פיעס ארויסגעברענגט די קאנסעפט אויף אזא פאזעטיווע פשוטע וועג אבער רייך ביז גאר איי איי איי איך בין א איד
קול דודי א ווארימע ניגון איך האב נישט דוקא געכאפט וואס די ניגון ברענגט צום טיש, אין מיינע אויגן איז עס סתם געמאכט אנצופילן די 14'טע טרעק
אהבת ישראל א אפליפטינג שיינע ניגון פיל מיט חידושים ועל כולם גאר א שטאקרע קאנסעפט
לית אתר פנוי מיניה גאר א שיינע ניגון נישט דוקא קיין נייע תניעות איך האב זייער ליב די אריינפיר פון די צאנזער רב עס געט א פרישע חיות פאר די ניגון
אלקא דיליה איז איינע פון די שטערקסטע ניגונים פון די סידי גאר פריש אין פיל מיט חידושים, איך קען נישט כאפן וואס זיין סוד איז אז אלע זיינע ניגונים האבן עפעס א געוויסע געשמאק וואס מאכט אז עס זאל נישט האבן קיין עקספערעשין דעיט דע כי יש שדה פון לוי קל אחד פון לוי די ניגונים האלטן זיך פריש פאר אייביג
א געשריי און א געוואלד און א געפילדער עס נעמט מיר אריין אין די טיפסטע קאמערלעך פון די עולם נגינה איך בלייב דארט געפרוירן איך קען מיר נישט ארויסזעהן פון דארט די ניגון גייט איבער נאכאמאל און נאכאמאל קינדער קינדער ווי זענט עטץ געווען, קומט שוין צוריק אהיים

איך בין נישט מסכים אויף א גרויסע חלק פון דיינע דיבורים, אבער שוין יעדער האט זיינע אייגענע טעם און ריח.
אבער צו זאגן אויף ברכי נפשי "א פשוטע ניגון נישט קיין גרויסע חידושים", פון וואו האסטו דאס אהער געשלעפט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

אדם הראשון האט געשריבן:ער פארבירט נאכצומאכן א ניגון "א אידישע מאמע" פון ר' משה גאלדמאן
אבער דער חילוק איז... הימל און ערד ניטעמאל מדמה צו זיין
ר' אברהם מרדכי ביזט א פיינער אינגערמאן אבער צו ר' משה וועסטו נישט דערגרייכען

:roll:
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איינס האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:א געשריי און א געוואלד און א געפילדער
איי איי איי איך בין א איד
מקולות מים רבים אדירים
איך בין ווערטערלאז פון די קריעטיוועטי באגאסן מיט חידושים א יעדע תנועה
יעדע צוויי וואכן קומט ארויס א נייע סידי מיט 10 קאפי פעיס ניגונים וואס מאכט וויי טוהן די אויערן, טוט אבער ארויסשיינען די נייע יצירה כרובים עליונים פון וואס מען קען זיך נישט זעטיגן
איך קען זעהן מוצאי יו"כ דעם עולם זיך ארויסלאזן אין א רקידה'לע וי"ט היה בצאתו מן הקודש טירייייירייייי איי איז דאס א פרישע קארלבאך ניגון
מקולות מים רבים, איך זיץ ביים ברעג וואסער פארשוועמט מיט מחשבות די כוואליעס וואסער טראגן מיר אריין אין א מצב פון זעהן גרויסקייט פון די באשעפערס מעשים
נאר אמונה נאר אמונה נאר אמונה אמונה אין בורא כל עולמים, דאס דארף מען שוין קענען נעמען אן אלטע קאנסעפט און עס מחדש זיין אן קיין שום פארבינדונג צו די אלטע, איין שטיק חידוש
ברכי נפשי, ענדעלט שטארק צו די היינטיגע מעין סטרים ניגונים א פשוטע ניגון נישט קיין גרויסע חידושים
ושמחת, אריבערגעמישט און שוין
ככרובים עליונים מלאכי עליון א ניגון וואס נעמט מיר ארויף גאר הויעך, איך ווייס נישט פארוואס אבער עס דערמאנט מיר פון מרדכי'ס אמאליגע ניגונים קען זיין עס איז מער א געפילישע צוזאמשטעל
איי איי איי איך בין א איד אוי איז דאס א מעסטער פיעס ארויסגעברענגט די קאנסעפט אויף אזא פאזעטיווע פשוטע וועג אבער רייך ביז גאר איי איי איי איך בין א איד
קול דודי א ווארימע ניגון איך האב נישט דוקא געכאפט וואס די ניגון ברענגט צום טיש, אין מיינע אויגן איז עס סתם געמאכט אנצופילן די 14'טע טרעק
אהבת ישראל א אפליפטינג שיינע ניגון פיל מיט חידושים ועל כולם גאר א שטאקרע קאנסעפט
לית אתר פנוי מיניה גאר א שיינע ניגון נישט דוקא קיין נייע תניעות איך האב זייער ליב די אריינפיר פון די צאנזער רב עס געט א פרישע חיות פאר די ניגון
אלקא דיליה איז איינע פון די שטערקסטע ניגונים פון די סידי גאר פריש אין פיל מיט חידושים, איך קען נישט כאפן וואס זיין סוד איז אז אלע זיינע ניגונים האבן עפעס א געוויסע געשמאק וואס מאכט אז עס זאל נישט האבן קיין עקספערעשין דעיט דע כי יש שדה פון לוי קל אחד פון לוי די ניגונים האלטן זיך פריש פאר אייביג
א געשריי און א געוואלד און א געפילדער עס נעמט מיר אריין אין די טיפסטע קאמערלעך פון די עולם נגינה איך בלייב דארט געפרוירן איך קען מיר נישט ארויסזעהן פון דארט די ניגון גייט איבער נאכאמאל און נאכאמאל קינדער קינדער ווי זענט עטץ געווען, קומט שוין צוריק אהיים

איך בין נישט מסכים אויף א גרויסע חלק פון דיינע דיבורים, אבער שוין יעדער האט זיינע אייגענע טעם און ריח.
אבער צו זאגן אויף ברכי נפשי "א פשוטע ניגון נישט קיין גרויסע חידושים", פון וואו האסטו דאס אהער געשלעפט?

שוין לאנג נישט איבערגעוויזן געווארן דעם "על טעם וריח אין להתווכח" ווי אין דעם אשכול, און בכלל אויף די סידי...

כאשוין געזעהן מענטשן וואס ווערן ממש צודרייט פון די סידי, מענטשן זאגן אויף דעם אנבעליוועבל סטעיטמענטס וואס מ'האט נאך קיינמאל אדער שוין לאנג נישט געזאגט אויף א סידי, אנדערע פארשטייען בכלל נישט וואס די סידי איז, ביי זיי איזעס שוואכער ווי שוואך...

און מ'זעהט עס ביי יעדע ניגון עקסטער, ביי ווען די ערשטע ניגון ויו"ט היו עושה בצאתו בשלום מן הקודש איז א שיינע ניגון, דער גייט פאר ברכו נפשי, ווידער די אנדערע ניגונים איז נישט פאר זיי, און די זעלבע פארקערט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

דער טשיריבאם סינגל וואס פאהרט ארום איז אויך אויף די סידי?
YYTG
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך YYTG »

ליידיג גייער האט געשריבן:דער טשיריבאם סינגל וואס פאהרט ארום איז אויך אויף די סידי?

;l;p-
גראמער
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

נאכ׳ן הערן עטליכע מאל די סידי, מיין איך אז דאס איז די שענסטע סידי פון די לעצטע שטיק צייט.

עס איז א ׳נעקסט לעוועל׳ פראדוקט, איך בין ממש אנטוישט וואספארא ארבעט ער האט דעליווערט, אסאך מער וואס איך האב מיר געראכטן.

צוייי קלייניגקייטן וואס עס באדערן מיר.

אז ער האט נייע טענער אויף אלטע אידישע ווערטער, וואס אפילו עס איז הערליכע תניעות, סיי די אידישע מאמע ניגון און סיי די נאר אמונה ניגון, זענען שיין, אבער איך קען עס ממש נישט אויסהערן צוליב די ווערטער וואס איז שוין אין מיין קאפ מיט אלטע שיינע ניגונים.

נאך א זאך וואס באדערט מיר איז אז אפאר אידישע שורות זענען נישט געשריבן אין גראמען, איך ווייס נישט צו ביודעים אדער בלא יודעים.

אבער די סידי איז מלא חידוש, סיי די ניגונים וואס איז ממש הערליך איינס נאכ׳ן צווייטן און זיי די גאנצע פראדוקציע פון מוזיק, קווייער, ממש הערליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”