"לב אל הנשמה" נייע סידי פין ר' משה יחזקי' ווייס

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ציפקע
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » זונטאג אוקטובער 06, 2019 5:32 pm

איך זיץ מיר אין מיין סוכהלע, ווייל אזוי שטייט אין די תורה. שמעקט פון יאסי גרינס א שיינעם חלום האב איך געהאט.

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

מיינע 2 סענט

תגובהדורך קעניגליך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:22 pm

מי כעמך האט געשריבן:ווען מ'זאגט 'א חידוש בעולם הנגינה' מיינט מען די סי די!
סיי די ניגונים און יעדע ניגון צו זיין זינגער איז עפעס נישט נארמאל..
בערי וועבער פירטעך ממש אריין לייוו אינעם קבר דוד קאמפלעקס
שמילי מאכט דעם שימו לב פאר א חפצא
אייזיק'ס יראה אל עבדיך גייט ביזן הימל
דער כשם שאנו אומרים פון בעני איז גארנישט קיין כשם עפעס א הערליכע שירה
די הארץ גייט דאך אויס פאר מתיקות 'פאר דיר קה רבון עלם'
הממממ... אברעימל מיט זיין חן כי רצו עבדיך אה..
אהרעלע מיטן קאפטן און שמחת בית השואבה = סוכות אין מאה שערים
מי שעשה מיט שלומי דאסקאל א הערליכע יצירה
מאטי צורייסט טעך דאס הארץ ''אוי קוק אריין קוק אריין אין מיין הארץ''
פינקי קומט אריין מיט אזא פרישקייט אינעם עזרת אבותינו ''אוי די האסטעך געהאלפן טאטע..
אזא שלום עליכם מוזן מיינע מלאכים אויך הערן...גיסט זיך מתיקות..
ענבי הגפן טיפיקעל פאר זאנוויל
ער וויינט ווער וויינט דאס קינד וויינט...pure געגועים
מרדכי מיט זיין בענקעדיגע כיסופין ''ווען וועסטו בויען דיין סוכה'לע אוי בוי שוין טאטע דיין הייליגע סוכה'לע..
סך הכל: א שטיק נשמה און א חידוש בעולם הסידיס והנגינה. מזל טוב בעל מחבר וכשם שזכית לסיים כך תזכה לסיים סידיס וניגונים אחרים להנאת כל בית ישראל בקרוב, געב נישט קיין לאנגע ברעיק פליעז.

יא יא
אה חידוש און קנאק פון א סידי

איך האלט עס אין איין איבערהערן פלאי פלאים איז ווייניג געזאגט
די אלע זענען מיינע מיינע בעסטע נגינום
בערי מיט זיין הערליכע זיסע שטימע'לע לאמיר גיין צי זיין קבר אויסנאם שיין
לאמיר טאנצן ביזן אור החמה שמילי עס יוזעל קומט אריין שטארק און קלאר
פאר דיר מיט מענדי הערליך אזעלכע שיינע תניעות און שיינע ווערטער לאמיר זינגן שבחים בכלל געווארן די היט פונעם יאר
כי רצו איז מוירידיג געשמאק מיט אברהם
אהרלע אור באמבעט סאליד סאליד אור אור אור קיינמאל נישט געוועין ווער סהאט געזעין
מאטי צירייסט טאקע די הארץ מאטי רירט דאך אן סטרינעס וואס קיינער קען נישט
מאטי מאטי די ביסט מיר אזוי מעורר יהיו לרצון אזא השתוקקות ממש איך האב נישט קיין ווערטער
עס האט מיך דערמאנט די ערשטע מאל ווען איך האב געהערט דיין סידי ליין מיר דעי הארציגע שירליך אוי ליין איך האב געפילט ווי די נעמסט מיר אריין אין א אנדערע וועלט פון אויסטערלישע נאנטשאפט צים רבוש"ע כן יעזור השם להלאה מעורר זיין יודישע קינדערליך
איך האב געפילט אויך א געוויסע שיכות צי ויהי נועם
די האסט מיר אייביג געהאלפן טאטע דורך פינקי איז כמעט מיין פעיווערד
איך האב שוין געהערט צעינדליגע שעות פון פינקיס גראמן אבער א סידי פון איהם איז נישטא כאטש ער האט א שטימע איינס אין די וועלט ווען ער זינגט הערסטי זיין הארץ
פינקי זינגט נישט נארמאל אויסנאם ווארעם און נשמה'דיג והמבין יבין ממש אומפאראלעל איך רעד שוין נישט פון זיינע דרייעס אין הארמעניס וואס איז איינס אין די וועלט איינער פון די גרויסע לידעס פון קווייער האט מיר געזאגט פינקיס דרייען איז א חידוש אין די גאנצע וועלט [והמבין יבין ווער עס האט געהערט זיינע גרויסע זטשאבס מיט קווייערס ווי ער ציט ארויף אראפ וועט לכאורה פארשטיין וואס איך רעד] ממש אין בדומה
און דא ממש א סופרייז א הערליכע שיינע טרעק ווי פינקי זינגט אזוי הארציג ווי נאר ער קען נאכדערצי נישט סתם א שטאטע נאר א הערליכע וואלץ הערליך הערליך הערט אויס ווי ער זינגט אזוי א טרפ דרייעדיג אבער אזוי געשמאק און נשמה'דיג ווער נאך ווי דיר ווייסט נאך אזוי גיט ווי מדארף אנקומן צי דיר יעדע מינוט
שוין איבערגעהערט צעינדליגע מאל וואו וואו
שבת שלום זיס און פריש דובי זינגט זייער זיס מווארט אויף א עלבוים...
מרדכי איך זיץ מיר איז טאקע א זעץ פון א היט-ניגון אזוי שיין איך זיץ מיר אין מיין סוכהלע ווי א יודל ציזינגט זיך אין זיין סוכלע פון ברעיטער און סכך ער פאלגט די תורה יא ער האט געבויט און זיצט א שיינע סוכה אבער - די הויכע פאל אזוי הארציג געזינגן דורכן מלך מרדכי ווי נאר ער קען - בוי שוין טאטע דיין הייליגע סוכלע אוי הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
און די אנדערע אויך גיט
הכלל נפתלי משה האט געמאכט א זייער גיטע ארבעט מיטן אויספיקן יעדע ניגון זיין זינגער אויסנאם ציגעפאסט
און אז אלעס צי רוב איז עדיות שבעדיות ארויסגעקומן 2019 איז א חידוש פון א סידי בעולם הנגינה.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 7:53 am

שיגע מטארע" 2019"זאל נאך ארויסקומען אזאנע סידיס,אמעזינג,
משה חזקל גאד דשאב
"יעדע ניגון איז אן עקסטערע דימאנט"
איך פרעזענליך גיי זייער שטארק פאר די געדאנק פון א קאלעקשאן פון זינגערס(גוט געפאסט אויכעט)
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:06 pm

יא! טאקע א הערליכע און גאנץ איידעלע סידי.

איין אבער..... איך האב זייער נישט ליב די אידישע נישט גראמען ווערטער, מילא איינמאל אזא ניגון, נא.. ס'שרייט פון הארץ ארויס אזוי, שוין געהערט אזאנס,
אבער נאך אזא ניגון און נאך איינס איז עס אביסל פאני...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:34 pm

כא כא כא האט געשריבן:יא! טאקע א הערליכע און גאנץ איידעלע סידי.

איין אבער..... איך האב זייער נישט ליב די אידישע נישט גראמען ווערטער, מילא איינמאל אזא ניגון, נא.. ס'שרייט פון הארץ ארויס אזוי, שוין געהערט אזאנס,
אבער נאך אזא ניגון און נאך איינס איז עס אביסל פאני...

גא"מ. א הערליכע סידי, אבער רוב פון די אידישע ווערטער שטימען נישט, גראמען נישט, און מאכט נערוועז.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6727
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

ריקארדינג פון די חתונה

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:33 am

Download Wedding Sep. 17 '19 Kohn
Shloime Daskal
Lipa Schmeltzer
The Shira Choir
Yossi Shtendig Production
Guest Singers: Yeedle Werdyger, Hershy Weinberger, Dovi Meisels

https://app.box.com/s/nrr1z37pur3nxwei04qb9czuet2iau41
Detergents: Save $15 when you spend $50
https://amzn.to/2RxWe3c

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6727
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:03 pm

Download Mitzvah Tantz Sep. 17 '19 Kohn
Pinky Weber
Dovi Meisels
The Shira Choir
Yossi Shtendig

https://app.box.com/s/n3rjqq5to4nuxukb1ur0ikxe3yfg9vaz
Detergents: Save $15 when you spend $50
https://amzn.to/2RxWe3c

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 1:04 am

הערליכע אלבום.

צום סוף פון זאנוויל'ס ניגון, ממש די לעצטע סעקונדע, קען מען הערן מענטשן רעדן.

א שטיקל מיסטעיקעלע.

פינסקער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך פינסקער » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 6:18 am

הרב_שלום האט געשריבן:Download Mitzvah Tantz Sep. 17 '19 Kohn
Pinky Weber
Dovi Meisels
The Shira Choir
Yossi Shtendig

https://app.box.com/s/n3rjqq5to4nuxukb1ur0ikxe3yfg9vaz

מ'קען קריגן אין דרייב אדער ג'מבו מייל?
איך וועל זייער דיינקען

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:02 pm

יויש, איך הער יעצט צום ערשטן מאל דעם אלבום!
קוקו דזשאב! נישט נארמאל גוט געפאסט די זינגער צום ניגון!
מוטי שטיינמץ יהיו לרצון! אייזן אייזן אייזן! wow wow !!!
אבנארמאל! שוין לאנג נישט אזוי געגאנגען פאר אן אלבום אויסהערנדיג דעם ערשטן מאל!
וואו בין איך געווען ביז יעצט?!
ווייל ער איז א דרשו איד!

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:18 pm

איז אזוי.

איך בין געווענליך נישט פון די מענטשן וואס ווערן שנעל עקסייטעד צו א נייע סידי.

פאר מיר אז א סידי זאל מיר זיין ווערט אכצן טולער "נאכן " עס הערן, מוז דארט זיין עטליעסט זעקס זיבן שטארקע ניגונים.

ווייניג סידי'ס קען איך זאגן אז עס פעססעד די טעסט.

ווייניג סידי'ס שפיר איך קאמפארטעבל צו לאזן שפילן אין די קאר אן דארפן רוקן טרעקס יעדע פאר מינוט.

די סידי האט מיך גאר שטארק געכאפט.

אלעס איינס ביי איינס שטארקע ניגונים.

מענדי ווייס האט אויך א שיינע פאר שטיק, הבן, מוציא, קה זכות, טובות, וואס איז אגב ממש א קנאק פון א ניגון, און וארשתיך.

דער בחור דא האט אהערגעשטעלט א פעסטן אלבוים.

דוד, יעדע'ס ווארט איבריג.

לב אל הנשמה, א שטארקע טאנץ ניגון מיט וואס כמעט קיין איין לעצטיגע קען זיך פארמעסטן, איך לייג עס אין די קאטעגאריע פון מלוך. א מושלם"דיגער ניגון.

שבעינו, אמאל וואלט דאס געווען האניג'ס היט, ווי אידעלע.
פשוט סאך גרינגער ווי פינקי'ס שווערע ניגונים.
אפדעיטעד, קלעסיק, און פליסט הערליך. אלף אלף.

אוי כשם שאנו אווומרים,
הערליך! א פשוטע, הערליכע בעללעד. גיי קרעזי דערפאר.

פאר דיר,
סידי ווערט יעדן דאללער פאר דעם ניגון.
טריי צו פארן אויפן טרווועי דאנערשטאג נאכט, מוזיק אויף די העכסטע מיט א הייסן קישקע אין די זייט.
עולם הזה עט איטס בעסט.

כי רצו,
קומט אויף אברהמ'ס אלבוים, א מחיה
ווייס איך נישט ווי עס איז דא אריינגעפאלן.
אזוי געשמאק!

מי שעשה, דאסקאל.
שענסטע ניגון פונעם יאר נאכן הערן דעם אלבוים עטליעסט פערציג מאל.
איך בין נישט קיין שטארקע דאסקאל פען, געווען.
ער ציעט ארויף דארט צום צווייטן מאל, אזש עס וויל זיך אפלאזן פונעם גאנצן עולם הזה און לויפן אויף ירושלים. מוזיק איז איידל, אבער אזוי ווילד! רייסט שטיקער! בעיקר צום צווייטן מאל. צונעמט די ביינער.
ביי 4:26 האט זיך מיר די קאווע אויסגעגאסן.
נאוט, נאר אויב מען הערט עס אויף די העכסטע, אזוי אז מען זאל עס דערהערן.

אור אור.
גאנץ בחסד.
הויעכע פאל באדערט מיך אביסל. קען ווען אפשר ניצן א דריטע פאל, אדער דארף ווען די פאל זיין א מעידשער, נחשט אזוי פלאך. ווייסעך נישט.

יהיו לרצון,
דאס דארף מען מיטלעבן פיזיקלי.
ווער סוויל זיך אויסטוהן פון די וועלט פאר אפאר מינוט, טוה דיך אן עירפאונס, מאך צו די אויגעלעך, און צינד עם אן. טענק מי לעיטער.


עזרת,
היבש שוואכליך.
איר קענט דעם "אוי ויצא הקול תורה, דאס איז געווען דער ערשטער קוווול תורה" ?
אוי דו האסט מיר אייביג געהאלפן טאטע...
זייער, זייער, זייער ענדליך.
נאטינג מעידשער.


שבת שלום,
מקען ווערן אייגעשלינגען אין דעם ניגון, וואנס מען איז אינעם "מאוד" איז שווער ארויסצוקריכן.
ווען איך בין פראדוסער מאך איך דעם טרעק נישט ווינציגער פון א האלבע שעה. מדארף דערין פילעווען. צי קורץ. ניגון, ברידש, ניגון, ענד. מטוט נישט אזאנס. נאכאמאל און נאכאמאל.


ענבי הגפן,
א נייע "oldie"....
פאנני אז אזא ניגון קומט ארויס מיטן אייפאון מעקס.
אז מדערלעבט...
שיין.


בית המקדש,
אזא קאנקאקשן.
היבש אינטערסאנטליך.
נישט פאר מיין נשמה.
אויך נישט עפעס אויסנאם קריעטיוו, פעלט דער "כאפ" אויכעט.


סוכה"לע,

טיפיקל "היינטיגע " היט.
אזא מיקס פון אידיש און לשון קודש, געשפילט מיט די ביעטס, שיינע בעקראונד עפפעקטס, זינגט זיך גאר גוט נאך.

זייער קריעטיוו.




אוועראל, א הערליכער אלבוים, און זיכער נישט גענומען קיין עדווענטעדש, פון די געלט חלק.
עני זינגער קען ווען זיין פראוד פון דעים, און איך וואלט געווען פראוד פון זיי ווען זיי זוכן אויך דאס.

קומען אלע מיט הסברים אויף קולמע מיט הונדערט פירושים אויף יעדן ניגון פארוואס מהאט עס געמוזט ארויפלייגן און וויפיל אידן עס האט שוין מחיה מתים געווען.

גיב ארויס גוטע סחורה און פארטיג.


מיסטער ווייס, מיר ווארטן אויף נאך איינס.

און יישר כח פאר ביז אהער.

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:39 pm

און די אלע וואס הערן עס צום ערשטן מאל און זענעו נתפעל ווי א יעדע נייע זאך:
זייט וויסן אז איך האב עס שוין ב"ה זייט עס איז ערשינען, און איז ממש יעדעס מאל פריש!
די איינציגסטע אלבום וואס איך האב איצטערט געסעיווט אויף מיין סעלפאון און איז שטענדיג הערבאר!

טענקס ר' משה יחזקי'!
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:41 pm

איינער ווייסט אויף וועלכע עפפ מען קען קויפען די סי די?
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:42 pm

מטעמים האט געשריבן:איינער ווייסט אויף וועלכע עפפ מען קען קויפען די סי די?

דוקא עפפ אדער סייט?
איך האב עס געקויפט אויף ניגון דאט קאם
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:44 pm

שיינע ריוויו אויף קאורס.
עזרת וואלט געהאט מער פאטענציאל ווען נישט פינקי נעמט אזעלכע קוויטשעדיגע אנגעשטרענגטע טענער.
אור אור איז שוואכע וואקאלן, שוואכע תנועות, שוואכע מעשיות.
אלע אנדערע ניגונים זענען סאליד. שבת שלום כאפט מיך סמערסט.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:52 pm

איך האב זייער ליב די עזרת ניגון
לדעתי ווען ס'האט ווען נארמאלערע עררעינזשמענטס וואלט עס געווען די היט פון די סידי
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 9:37 am

תרנגול האט געשריבן:איך האב זייער ליב די עזרת ניגון
לדעתי ווען ס'האט ווען נארמאלערע עררעינזשמענטס וואלט עס געווען די היט פון די סידי

טאקע שוואכע ערעינדזשט אבער ביי מיר איז עס די טאפ אוו די ליסט. סאיז באמת א הערליכע און באטעמטע ניגון. צוגיסט זיך אין אלע גלידער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 9:45 am

נאך א זאך וואס האט מיר מורא'דיג געכאפט, איז אז די ניגונים זענען אין אלגעמיין זייער סימפל און נישט קאמפליצירט. עס פאדערט נישט קיין סאך אנשטרענגונג צו אויפכאפן די ניגונים, און מיט דעם אלעם האט כמעט יעדע ניגון א חידוש צו זיך... א פרישע געשמאק.. א לופטיגקייט... א טעם... נו, כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן. זייער זייער אנגענעם צום אויער.
נאך איין קלייניגקייט, די סוכה'לע ניגון: פון די צווייטע מאל וואס מרדכי הייבט אן צו זינגען דעם ניגון הערט זיך זיין קול עפעס מאדנע... איך האב קודם געטראכט אז אפשר איז עס נישט אים... אבער למעשה איז עס קלאר יא אים... אבער מיט עפעס א פאני אפעקט, בין איך גערעכט? נאך איינער האט עס געהערט? [אפשר האט מען עס שוין דיסקאסט דא, אבער איך האב נישט דורכגעליינט די גאנצע אשכול ביז אהער]
ווייל ער איז א דרשו איד!

שמייכל תמיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

תגובהדורך שמייכל תמיד » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:01 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:נאך א זאך וואס האט מיר מורא'דיג געכאפט, איז אז די ניגונים זענען אין אלגעמיין זייער סימפל און נישט קאמפליצירט. עס פאדערט נישט קיין סאך אנשטרענגונג צו אויפכאפן די ניגונים, און מיט דעם אלעם האט כמעט יעדע ניגון א חידוש צו זיך... א פרישע געשמאק.. א לופטיגקייט... א טעם... נו, כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן. זייער זייער אנגענעם צום אויער.
נאך איין קלייניגקייט, די סוכה'לע ניגון: פון די צווייטע מאל וואס מרדכי הייבט אן צו זינגען דעם ניגון הערט זיך זיין קול עפעס מאדנע... איך האב קודם געטראכט אז אפשר איז עס נישט אים... אבער למעשה איז עס קלאר יא אים... אבער מיט עפעס א פאני אפעקט, בין איך גערעכט? נאך איינער האט עס געהערט? [אפשר האט מען עס שוין דיסקאסט דא, אבער איך האב נישט דורכגעליינט די גאנצע אשכול ביז אהער]

יודל זינגט צוזאמען מיט עם
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:02 am

שמייכל תמיד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:נאך א זאך וואס האט מיר מורא'דיג געכאפט, איז אז די ניגונים זענען אין אלגעמיין זייער סימפל און נישט קאמפליצירט. עס פאדערט נישט קיין סאך אנשטרענגונג צו אויפכאפן די ניגונים, און מיט דעם אלעם האט כמעט יעדע ניגון א חידוש צו זיך... א פרישע געשמאק.. א לופטיגקייט... א טעם... נו, כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן. זייער זייער אנגענעם צום אויער.
נאך איין קלייניגקייט, די סוכה'לע ניגון: פון די צווייטע מאל וואס מרדכי הייבט אן צו זינגען דעם ניגון הערט זיך זיין קול עפעס מאדנע... איך האב קודם געטראכט אז אפשר איז עס נישט אים... אבער למעשה איז עס קלאר יא אים... אבער מיט עפעס א פאני אפעקט, בין איך גערעכט? נאך איינער האט עס געהערט? [אפשר האט מען עס שוין דיסקאסט דא, אבער איך האב נישט דורכגעליינט די גאנצע אשכול ביז אהער]

יודל זינגט צוזאמען מיט עם

אהאאאאא, אינטערעסאנט איך האב נישט געטראכט אז עמיצער זינגט צוזאמען מיט אים..., שכח.
ווייל ער איז א דרשו איד!

שמייכל תמיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

תגובהדורך שמייכל תמיד » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:25 am

20191104_100514-min.jpg
20191104_100514-min.jpg (302.22 KiB) געזעהן 1049 מאל
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אור
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 12:04 pm

תרנגול האט געשריבן: לדעתי ווען ס'האט ווען נארמאלערע עררעינזשמענטס וואלט עס געווען די היט פון די סידי

די סוכה'לע מוזיק איז אויך עפעס נישט צום זאך

גליקליכע אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:54 am

תגובהדורך גליקליכע אינגערמאן » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:05 pm

אשאד מרדכי זינגט די סוכהלע ניגון אזוי נידעריג ער וואלט געדארפט זינגען אויף א העכערע טאון,
ארי הילל זינגט די ניגון סאך העכער און לפענ"ד קנאקט עס סאך בעסער,
איך פארשטיי מרדכי קען נישט זינגען זייער הויך אבער ער וואלט געקענט זינגען אפאר טעינער העכער גארנישט וואלט געשעהן.

ב שולם
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:27 pm

גליקליכע אינגערמאן האט געשריבן:אשאד מרדכי זינגט די סוכהלע ניגון אזוי נידעריג ער וואלט געדארפט זינגען אויף א העכערע טאון,
ארי הילל זינגט די ניגון סאך העכער און לפענ"ד קנאקט עס סאך בעסער,
איך פארשטיי מרדכי קען נישט זינגען זייער הויך אבער ער וואלט געקענט זינגען אפאר טעינער העכער גארנישט וואלט געשעהן.

גא"צ, ווען איך וויל איבער הערן די סוכהלע ניגון הער איך ארי הילל'ס ער זינגט אסאך מער פאוערפאל ווי מרדכי

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:37 pm

ביידע זינגען שיין און הארציג איך גלייך ביידע איך וואלט אפשר געזאגט אז ארי קומט אריין בעסער אבער מרדכי איז אויך נישט אוועקצומאכן


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט