ישובו לי יראיך אויפ'ן FDR

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

ישובו לי יראיך אויפ'ן FDR

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:20 pm

מיינס א נאנטער חבר רופט מיך אן פארגאנגאנגענעם מוצאי שבת קודש שפעט אויף דער נאכט, דו מוזט הערן דעם נייעם סקולענער טעיפ איך טאנץ שוין א גאנצן בי קיו אי 'שירו לו זמרו לו'... נא אז ער זאגט מסתמא ווייס ער. האמיר זיך איינגעשאפט דעם אלבום און ביים נעקסטן נסיעה ארויס קיין מאנרא ווען גוגל מעפס האט פארגעזאגט א שווערער טראפיק האבן מיר אנגעצינדן און זיך געגרייט צו מיטהאלטן.

הכלל, דאס ערשטע גייט שירו לו זמרו לו פיין זייער געשמאק לעבעדיג פארצייטיש סקולען, דאן גיט ער פלוצלינג אזא פאר אראפ צום שטייטן שירו לו, כהאב שוין געהערט דעם ניגון אבער קיינמאל נישט משיג געווען, אצינד האט מיר עס עפעס אזא טרייסל געטאן סהאט מיר דערמאנט די צורה פון דעם צדיק זינגען אזוי געלאסן.

הופס... דעם 'לא תבושי' ניגון האב עך געמוזט סקיפן... כבין נישט מסוגל צו הערן נאך... הערשט נישט לאנג זענען מיר געשטאנען אויף טישן און אויף בענק ווען דער צדיק מיט די שוואכערע כחות האט זיך אויסגעדרייט צו בואו בשלום... נאכנישט גרייט צו הערן דעם ניגון פלעין אזוי...

שבת הוא שבת הוא.. פיין פיין דערמאנט מיך פון שלש סעודות זייער געשמאק,

און דאן האט אנגעהויבן ישובו לי יראיך דא איז דער טרעפיק שוין געווארן געפערליך און פלוצלינג האב מיר זיך אזוי אויסגעפלאגט און די טרערן האבן אנגעהויבן זיך שטעלן אין די אויגן ישובו לי...ישובו לי... ווי זעהט מען דאס צוריק.. עס פעלט דאך אונז אזוי פיל...

דא האט איימיצער געפילט פאר וויכטיג מיך צו שטערן מיט א פאון קאלל דורכצושמועסן עפעס אן אלטע סומאטאכע, כהאב יענעם געבעטן ברחמים כקען דיר איצט נישט העלפן כבין ערגעץ בין הארץ לשמים צווישן די יו ען בילדונג אויפן FDR און ישובו לי יראיך רוף אן אנדערס מאל... צוריק צום ניגון... ישובו לי... ישובו לי... קער זיי שוין אום רבש"ע....

נעקסט איז עפעס אזא ניגון'דל בארואיגט דאס געמיט אביסל...

בטחו בהשם עדי עדי עד עס דערמאנט מיר כהאב געהערט לעצט דעם ניגון אין בארא פארק ערב ר"ח סיון ביי עפעס אזא מעמד, שוין געווען שפעט און די גבאים האבן שטיל געמאכט רבי יששכר'ן, אבער פלוצלינג זעה מיר יואל שטריקמאן מיט א ריזיגן שמייכל ווייזן דער רבי הייסט ווייטער זינגען.... כי לא עזבת דורשיך השם.. מיר האבן דאן אויסגערופן עפעס אזא מרידה אין די גאנצע טבע... בטחו בהשם עדי עד... וועם אינטרעסירט די גאנצע וועלט מיט אלע אירע מאטערנישן, מזיצט דא ביים רבי'ן און מ'זינגט בטחו בהשם דער ניגון זאגט זיך עפעס אזוי 'לאזט ענק אפ'... כי לא עזבת דורשיך השם...

די נעקסטע פאר ניגונים שוין מער פריילעך דער טרעפיק פארט אלעס אלל רייט... ויעלני מבור שאון מטיט היון...אהוי...

וישמחו כל חוסי בך... די קליינע בחור'לעך מיט די צופלאטשקעטע פיאות אין ראזנס...

אבער נעקסט איז געקומען דער וואלץ ניגון "ניגון חופה" רופט ער עס... כהאב אנגעהויבן מיטזינגען הויעך ...
מהאלט שוין ב"ה אויפן ראוט 4 און די טרערן קוועלער האבן זיך געעפנט.. כשעם מיך זייער אבער מיר האבן געלאזט טרערן ווי א קינד... מיר זענען צוריקגעפלויגן צום קליינעם בית המדרש'ל אויף 54 סטריט מיר זענען נאך א שיינע פאר יאר אינגער, דער זייגער איז פארלאשן נישטא קיין וועלט מזיצט מיטן עולם און מזינגט גלייך פון הארץ ארויס אן קיין פשטים און אן קיין חכמות... אוי געוואלד געוואלד ... עס רייסט שטיקער...

אם אמרתי געסקיפט... געהערט לעצטנס מאל יענעם שבת ביים טיש רבי מאיר'ל האט אנגעהויבן דעם ניגון און סהאט געהילכט...

הגלה נא... אזוי נוסח סקולען, עפעס אזא סארט פרייליכע בקשה, שוין געהערט אבער נאך קיינמאל געהעריג פארשטאנען ביז היינט. אוי תאיר ארץ מכבודך די וועלט זאל ליכטיג ווערן...

צדיק כתמר יפרח... גאר בא'טעמ'ט.. כגלייך זייער די לעצטע פאל עס גלעט עפעס אזוי.. עוד ינובון בשיבה.. סוועט נאך זיין גוט...

כל הנשמה תהלל קה... על כל נשימה ונשימה... א גוטער ניגון פון בעסערע צייטן, מקען מיטלויבן דעם אויבערשטן דא. די צווייטע פאל איז השומר שבת נאר סאך שענער...

פנה אלי.. געסקיפט.. דעיס קען מען נאר זינגען אין געוויסע אומשטענדן נישט געמאכט פארן ראוד...

ושם דרך ושם דרך... אראנו בישע אלוקים... ווער זעהט דא דעם רבי'ן מיט אזא פופצן-צוואנציג יאר צוריק...

הלל הלל... פירושים מיותרים...

אל יבושו בי קוויך ...

שוין??? דאס איז עס???

צוריק אויפן עולם השפל אויף די טראוועי???....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:33 pm

שעין!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:36 pm

נישט מעגליך געווען נישט מגיב צו זיין, נאך אזא רירנדע שילדערונג, מלא הרגשים מלא געגועים, מיך גערירט ביז די טיפע סטרונעס פון הארץ...
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:39 pm

דער קען שפילען די נשמה שטרינעס!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:11 pm

להודיע האט געשריבן:
דא האט איימיצער געפילט פאר וויכטיג מיך צו שטערן מיט א פאון קאלל דורכצושמועסן עפעס אן אלטע סומאטאכע, כהאב יענעם געבעטן ברחמים כקען דיר איצט נישט העלפן כבין ערגעץ בין הארץ לשמים צווישן די יו ען בילדונג אויפן FDR און ישובו לי יראיך רוף אן אנדערס מאל... צוריק צום ניגון... ישובו לי... ישובו לי... קער זיי שוין אום רבש"ע....
.


הערליך אראפ געשריבן

צווי פשטים אויף ישובו,אז זיין תשובה זאל נתקבל ווערן (די טייטש - די יראי השם זאלן זיך צוריק קערן צו דוד) [דאס שטייט אין רש"י, אויפן נעקסט עמוד, אבער איר קענט עס זעען אין רד"ק די צווייטע פשט דא אויף די סניפ]
אדער אז די יראי השם זאלן זיך צוזאמען נעמען זיך מחזק זיין באמונה [זעה די רד"ק]
ישובו 2.png

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:33 pm

צי באטאנען איז ישובו לי איז פארפאסט געװארן דורכ׳ן רבי זצ״ל די ערשטע שבת נאך זײן טאטענ׳ס פטירה אין ס׳איז די ערשטע ניגון װאס די רבי זצ״ל האט געמאכט אלס רבי

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:46 pm

כ'האב געהאט אן ענליכער סיטואציע, אבער אויף א צווייטע ראוד אין א צווייטע לאנד.

כ'בין געווען אויפן וועג צו א שמחה, איך האב געקויפט דעם אלבום און אונגעצינדן אין קאר, ווען עס האט אנגעהויבן זינגען שירו לו זמרו לו בין איך נאך געווען גאנץ קאלט צום עסק און נאך געווען אומשטאנד צו מבינ'ען אויף די קוואליטעט פון די מוזיק וכו'.

אינטערסאנט אנצומערקן אז ווען ער האט אנגעהויבן די בואי בשלום האב איך רעאגירט פונקט ווי דיר, עס נעמט צופיל געגועים און צופיל רוישנדע געפילן און מען מוז עס הערן שטייענדיג צוקוועטשט אויף א טיש אין סקולען, נישט אין א טיאוטע קעמרי...

ביי בטחו בה' איז די וואליום ארויפגעדרייט געווארן צו די העכערע זייט און די טרעק איז געשטעלט געווארן אויף ריפיעט פאר א וויילע, ביי אור זרוע לצדיק איז עס נאך העכער געווארן, איך דערמאן זיך אלס קינד ווען מיר פלעגן אפווארטן דעם רבי'ן ביים טיר פון שטוב נאכן דאווענען און זינגען דעם ניגון, זיין הייליגע שמייכל און זיין ליכטיגע צורה, ער האט ארויפגעשפאנט די טרעפ שטייט און געקוקט אויף אונז מיט זיין געטליכע בליק, און די גלעט וואס ער האט מיר געגעבן ווען ער האט מיר אריבערשפאצירט.

אבער ביי צדיק כתמר יפרח זענען די העזערדס אנגעצינדן געווארן, מיין בליק איז געווארן אומקלאר און איך האב נישט מצליח געווען צו פאקוסירן אויפן ראוד, די קאר איז פארקירט געווארן אויף די שאלדערס און פון מיינע אויגן האבן זיך געגאסן טייכן טרערן ווי ביים לוי', א נאסטאלגישע געפיל וואס איינער האט ערווענט גלייך נאכן פטירה, באגלייטן דעם רבי'ן אין קאנטרי שבת פארטאגס נאכן טיש, דער רבי שושקעט און זאגט מען זאל נאר ברומען ווייל די שכנים שלאפן... מיר לויפן פאראויס דעם רבי'ן צו כאפן א בליק אויף זיין צורה, אוי אוי אוי, אזוינע בענקענישן אזוינע געפילן.

כ'האב צוריקגערוקט צו אל יבושו בי קוויך און זיך דערמאנט דעם פארגאנגענעם חוה"מ סוכות, ביי שמחת בית השואבה, פילע מענטשן שטייען אין די סוכה, עס קורסירן שמועות, דער רבי קומט יא אריין, דער רבי קומט נישט אריין... איך שטיי צונויפגעפרעסט מיט נאך אידן אויף דער ערד אונטערן אויבנאן, פלוצלינג ערשיינט דער רבי... שוואך אבער מיט זיין שטענדיגע שמייכל, ר' אפרים יודעלע פון מאנסי האלט אים אן פון איין זייט און ר' שמואל מרדכי פון די צווייטע, יודל שטראהלי מיט די בערקאוויטשעס זינגען ושאבתם מים בששון, דער רבי האט אבער נישט קיין כח צו רעאגירן, די מוזיק ווערט שטיל און דער רבי זעצט זיך אוועק, מען הייבט אן זינגען אל יבושו בי קוויך, איך בין צודריקט פון אלע זייטן אבער גארנישט האלט מיר נישט אפ פון קוקן אויפן צדיק, און דאן ביים הויכן פאל באמערק איך ווי דער רבי מאכט מיט די הענט, ער קען עס נישט אויפהייבן פון גרויס שוואכקייט, די אויגן זענען פארמאכט, אבער זיינע הענט רוקן זיך צום טאקט, דער צדיק איז דאהי... און יעצט... יעצט וויין איך.

און יא, איך בין אנגעקומען א שעה שפעטער צו מיין ציל...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:00 pm

ס׳איז מיר א שטיקל תמיה פ״װ די סי די האט נישט די ניגון ירוני וישמחו דער ניגון איז געװען באליבט בײם רבי זצ״ל (אין די רבי זז״ג זיגט אױך גאר אסאך די ניגון) א ניגון פיל מיט התרגשות צום באשעפער א ניגון װאס גיבט חשק צו דינען די הײליגע באשעפער אין זיך היטן פון זינד

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:58 pm

דער היכל הנגינה האט דערגרייכט דער היכל התשובה. איך בין נתפעל פון ענק.

איך האב געזען א עדווערטייזמענט אז מען קען שוין אנהויבן תשובה טון און ביעטן דער אלול ראש.

געטראפן, עס שטייט אזוי
Beat the Rosh Chodesh Elul Rush – Start Thinking About Teshuva Today
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:06 pm

טישטוך האט געשריבן:ביי בטחו בה' איז די וואליום ארויפגעדרייט געווארן צו די העכערע זייט און די טרעק איז געשטעלט געווארן אויף ריפיעט פאר א וויילע
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:16 am

ס'זעט מיר אויב אז די תנועות זענען פונקטליכער נאכגעזונגען ווי אויף די נועם סידי'ס
שטימט?
. . . . . . .

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:52 pm

להודיע האט געשריבן:

און דאן האט אנגעהויבן ישובו לי יראיך דא איז דער טרעפיק שוין געווארן געפערליך און פלוצלינג האב מיר זיך אזוי אויסגעפלאגט און די טרערן האבן אנגעהויבן זיך שטעלן אין די אויגן ישובו לי...ישובו לי... ווי זעהט מען דאס צוריק.. עס פעלט דאך אונז אזוי פיל...

דא האט איימיצער געפילט פאר וויכטיג מיך צו שטערן מיט א פאון קאלל דורכצושמועסן עפעס אן אלטע סומאטאכע, כהאב יענעם געבעטן ברחמים כקען דיר איצט נישט העלפן כבין ערגעץ בין הארץ לשמים צווישן די יו ען בילדונג אויפן FDR און ישובו לי יראיך רוף אן אנדערס מאל... צוריק צום ניגון... ישובו לי... ישובו לי... קער זיי שוין אום רבש"ע....

נעקסט איז עפעס אזא ניגון'דל בארואיגט דאס געמיט אביסל...
שוין??? דאס איז עס???

צוריק אויפן עולם השפל אויף די טראוועי???....


שכח פארן מזכה זיין מיט די סי.די.
נעם אפ דיין קאמישען ביים נעם גרופ.
[אפילו די קליינטשיגע אין שטוב פילן אז דאס איז סאמטינג ספעשיל]

אליעזר מארקס
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 09, 2018 7:28 am

א גרויסען יישר כח! א הערליכע באשרייבונג!

תגובהדורך אליעזר מארקס » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:38 am

ישובו לי יראיך
ברענגט צוריק ארויף אלטע פארגעסענע זכרונות
אוי, ויודעי, ויודעי עדותך....
חדש ימנו כקדם
טרייסט מיין פאלק, זאגט דער ליבער גא-ט....
"זאג:"איש דברים אנוכי, גם היום, גם מחר"" (מוטי אילאויטש, מחשבות, לא איש דברים)

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 5:50 pm

אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער פרייליכער ניגון "בטחו בשם" איז איינע פון די ניגונים וועלכע דער רבי זצוק"ל האט געמאכט אונטער די שווערע אומשטענדן אין תפיסה

פליטה גדולה
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

תגובהדורך פליטה גדולה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:52 pm

אינטערסאנט אז די ניגון בטחו בשם וואלט מיר נישט געכאפט זייענדיג א טיפיקעל סקולענער ניגון ווען נישט איך הער די פריוויא גוט אראפגעלייגט בין איך געווען נייגעריג צו הערן וואס ידע ניגון איז.

אשורר שירה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:04 am

תגובהדורך אשורר שירה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:55 am

דע ניגון "בטחו בד" זונגצעיך שוין האנט ביי חסידישע היימשע חתונע'ס, חידושים...

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 11:00 am

abeg האט געשריבן:ס׳איז מיר א שטיקל תמיה פ״װ די סי די האט נישט די ניגון ירוני וישמחו דער ניגון איז געװען באליבט בײם רבי זצ״ל (אין די רבי זז״ג זיגט אױך גאר אסאך די ניגון) א ניגון פיל מיט התרגשות צום באשעפער א ניגון װאס גיבט חשק צו דינען די הײליגע באשעפער אין זיך היטן פון זינד

וואו קען מען הערן די ניגון?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 11:54 am

דוד משה האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:ס׳איז מיר א שטיקל תמיה פ״װ די סי די האט נישט די ניגון ירוני וישמחו דער ניגון איז געװען באליבט בײם רבי זצ״ל (אין די רבי זז״ג זיגט אױך גאר אסאך די ניגון) א ניגון פיל מיט התרגשות צום באשעפער א ניגון װאס גיבט חשק צו דינען די הײליגע באשעפער אין זיך היטן פון זינד

וואו קען מען הערן די ניגון?

כ״װײס נישט ס׳אינטערסאנט אז קול סקולען האט עס נישט אױף זײער לײן מ׳זיגט דאס כמעט בײ יעדע טיש זײט די נײע רבי זז״ג האט איבערגענימען


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט